בלאט 70 פון 213
נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 7:47 am
דורך שמעקעדיג
איז דאס נישט למעשה א lack אף סעקיוריטי? אז א אלטער איד מיט א לאנגע ווייסע בארד האט א לייסענס מיט א בילד פון יונגערמאנטשיקל מיט א קורצע בערדל און רויטע וואנצעס? א"כ מאי הועילו חכמים בתקנתם?
נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 11:51 pm
דורך נולד מאוחר
ווער קען געבען א טעד דרשה? זיי וואלטען אנגענימען למשל לעקוואד?
ווער קען זיין פון די ציהערער ביי טעד טאלקס?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 12:09 am
דורך משולם שטיינפעלד
ביים רינוען די לייסענס האט מען די אפציע צו נעמען א פרישע בילד אדער בלייבן מיט די אלטע.
סתם עצה טובה, איך מאך אלע dmv טראנזאקציעס אין מאנטיסעלא, עס איז א פערטל די צייט ווי אין ניו יארק סיטח
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 12:10 am
דורך שמעקעדיג
אבער די וועג נעמט דאך 8 מאל אזוי לאנג + געז און טאלל און א מעגליכע טיקעט אדער צוויי...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 12:11 am
דורך משולם שטיינפעלד
זומער וויקענדס דויערט מיר אכט מאל אזוי לאנג צו פארן אין שטאט אריין..... איך טוה עס זומער צייט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 7:45 pm
דורך אפטעמיסט
בין איך דער איינציגסטער וואס שפרינגט פאר שמחה ווען איך באקום אן אישי?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 7:46 pm
דורך איש עברי
רבותי לאמיר פארפלייצן אפטעמיסט'ס אישי
אפשר וועט אים עס פארזיסן אין זיין איינזאמקייט/לאנגוויליגקייט/דיפרעסיע בקיצור אפטאמיזם
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:30 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:32 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 11:09 pm
דורך משה געציל
ר' בערל האט א סדר וויאזוי ער לייגט אויס זיינע סמייליס? ווען דער ערשטער איז א שמייכל און דערנאך דארף איך לאכן אויף אלע באקן, אדער איז דאס סתם אזא סארט רוטינע משוגעת?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 11:59 pm
דורך נולד מאוחר
לעצטענס זע איך דא #אזאנס
וואס מיינט עס?
נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2014 12:42 am
דורך געפילטע פיש
#העשטעג
נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2014 12:51 am
דורך נולד מאוחר
וואס איז די אויפטי דערפון?
סמאכט א סירטש און ק''ש פאר די ווארט. פארוואס זענען מאנכע זיך נוהג דאס ציטאן?
נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2014 10:29 am
דורך געפילטע פיש
נשלח: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 7:38 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 10:42 pm
דורך חולם
פארוואס ספרים דרוקער טוישן די בלעטער נומבער'ס פון דף רע מאכט מען ער פון דף רצח מאכט רחץ אבער פון דף שיט לאזט מען געהערט שיט?
נשלח: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 11:10 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 11:37 pm
דורך יין שרף
berlbalaguleh האט געשריבן:חולם האט געשריבן:פארוואס ספרים דרוקער טוישן די בלעטער נומבער'ס פון דף רע מאכט מען ער פון דף רצח מאכט רחץ אבער פון דף שיט לאזט מען געהערט שיט?
ווייל אין ארץ ישראל און יוראפ (נישט ענגליש-רעדנדע מדינות) איז עס א נארמאלע ווארט. ס'מיינט גיסן.
איך קען א גאר חשוב'ן איד ווער ס'האט די ראשי תיבות אויף זיין טו"ת. ס'פאלט איהם גארנישט איין אז עפעס איז ראנג.
ער ווייסט יא, ער געט פשוט נישט קיין שיט...
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 12:49 am
דורך קאווע טרינקער
ווער?
שלמה יהודה טעללער?
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 5:30 pm
דורך ברסלבער
איך וויל וויסן פארוואס מען קען נישט טעגן [tag]פישל'ע העררינג[/tag]? נאר ביי אים ארבעט נישט די טעג סיסטעם.
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 6:26 pm
דורך לעיקוואד
נולד מאוחר האט געשריבן:ווער קען געבען א טעד דרשה? זיי וואלטען אנגענימען למשל לעקוואד?
ווער קען זיין פון די ציהערער ביי טעד טאלקס?
אפיציעל קען מען רעקאמאנדירען יעדער איינער. דרוק
דער לינק זיי צו מציע זיין לעיקוואד. למעשה אבער העלפט אלעמאל צו זיין א גאר ריייכער מאן, אדער גאר באוואוסטער פערזאן..
זיך באטייליגען פרעזענליך ביי א טעד טאלק קען אויך אפיציעל יעדער איינער וואס האלט ביים צאלן די בערך זעקס טויזנט דאלערדיגע איינטריט פרייז.
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 6:46 pm
דורך מאראנצןזאפט
איך וויל וויסן פארוואס ביי יואליש למשל שטייט ביי די לייקס ראנגען אז ער האט 1600 לייקס ווען אין פאקט האט ער אכצן הונדערט.
נ.ב. עכט מיין איך צו פרעגן פארוואס מיינע נומערן זענען נישט אקוראט, אבער ווייסטוך שוין, איך פאר מיר וואלט עס שוין געטון, נאר ס'פאסט פשוט נישט ווייל מקען נאך מיינען אז לייקס מיינט ביי מיר עפעס הס מלהזכיר, און מעט מיר געבן א זיץ מיט פינטל ביי מעריב וואנט, ממילא דעריבער וועגן דעם, צו מקיים זיין דעם הרחק מן הכיעור און מן הדומה לו, פרעג איך אזוי מעיק בעליוו מיט א פיג אין די בעק וועגן יואליש, אבער עכט מיין איך יא מיר ודוק וד"ל וק"ל, כאפסט?
נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 6:49 pm
דורך נולד מאוחר
לעיקוואד האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:ווער קען געבען א טעד דרשה? זיי וואלטען אנגענימען למשל לעקוואד?
ווער קען זיין פון די ציהערער ביי טעד טאלקס?
אפיציעל קען מען רעקאמאנדירען יעדער איינער. דרוק
דער לינק זיי צו מציע זיין לעיקוואד. למעשה אבער העלפט אלעמאל צו זיין א גאר ריייכער מאן, אדער גאר באוואוסטער פערזאן..
זיך באטייליגען פרעזענליך ביי א טעד טאלק קען אויך אפיציעל יעדער איינער וואס האלט ביים צאלן די בערך זעקס טויזנט דאלערדיגע איינטריט פרייז.
כדראף האבן דיין ערשטע און לעצטע נאמען. לעקוואד איז דיין ערשטע?
זעקס טויזענט? וואס עפעס אזויסאך סאיז א אופן פון דאנעטען?