בלאט 70 פון 214

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 2:27 pm
דורך ז גריצענבוים
איך האב געהערט און געזעהן אויסצוגן פונעם קאווע שטיבל, סאיז מיר געפאלן, נו פארווסזשע נישט זיך אויפשרייבן?! איך גלייך אן הימאריסטיש ווערטל דא דארט, און אז איך וועל קענען מהנה זיין יודיש רעדענדע מיט א געשמאקן ארטיקל נו ווי קען איך אפזאגן?

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 2:28 pm
דורך abenow123
23 האט ליב מוזיק פאליטיק טעכנלאגיע ... אין צי מאכן נייע חברים האב איך געהערט פון קאווע שטיבלהאב איך אהערגעקומען עס צי. אויסברירען וואס זאל איך זאגן עס איז געוואלדיג נא איך רעד שוין צי לאנג , רבותי יאללא געגאנגען!

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 10:44 am
דורך א_געדאנג
עליכם ועל בניכם,
הגם איך בין ניי דא, בין איך אבער נישט פריש, אפאר חדשים האב איך זיך איינגעשריבן ארויס געשפיגן אן ארטיקל, אבער נישט געווען זייט דעמאלטס צוליב די טירדות הזמן, כ'האף אי"ה אפטער זיך אריינצוזען אין קרעטשמע ליהנות ולהנה, לחיים אלע יודן!

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 2:08 pm
דורך Mosescohen
i used to live in Williamsburg Brooklyn new York and I moved away.I like to be in contact with the chasidim as I miss that much.I like to know and then discuss any politics

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 4:58 pm
דורך חמלה גדולה
לאנג געהערט פון דעם אפענע ארט, זייער געשמאק אין באקוועם. איך וויל אויך נעמן אטייל אין דו שמועסן. איך וועל הנאה האבען ווען איהר זייט מיר מקרב. די עיקר איז אז מצענזורט נישט אן די ריכטיגע סיבה למשל פאר יודישקייט אדער עפעס אנדערעש,

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 4:58 pm
דורך פריילאכער
נעכטן פריילאך, היינט פריילאך און מארגן פריילאך...
אין קאווע שטיבל איז עס גאנץ מעגלאך...
איך מיין אז ס'איז אן ארט וואו איך קען הנאה האבן און מהנה זיין, פרעגן שאלות און באקומען אן ענטפער אויף זאכן וואס איך זוך פאר זיי א ענטפער

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 8:26 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
שוין מער ווי א חודש און ס׳נישט צוגעקומען קיין מעמבערס?

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2017 3:03 pm
דורך יודישע שרייבער
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:שוין מער ווי א חודש און ס׳נישט צוגעקומען קיין מעמבערס?

דו דארפסט טאקע נאך 1,000 מעמבער'ס וואס זאלן קומען דא צו שרייבן נאר 1 תגובה און גיין שלאפן?
קודם זאלן אלע וואס זענען שוין איינגעשריבן שרייבן מער אפט...

נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 1:27 pm
דורך wow
א חבר האט מיר געזאגט וועגען א רבין וואס אדנירם האט בייעשריבען און עס איז מיר זיי געפאלען איך וואלט שטארק געוואלט מיט האלטען מיד די היוס ריה ממילא וויל איך קענען צולייגען מיינע געדאנקען

נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 1:29 pm
דורך איך ווייס נישט אלעס
נישט קיין גרויסע זאכן איך בין גוט אויפגעלייגט יעצט יש"כ גדול אויך גלייך איך נישט קיין פיצא איך טריי צו זיין פרייליך אויך אבער נאר אויב די ביזט אויך פרילעך שקויעך

נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 1:29 pm
דורך יבא ברנה
איך האב נישט ליעב מער אייוועלט. איך זיך א נייע פלאץ צו שמיעסען. איך האב אייביג געמיינט אז דא איז דא כופרים. אבער ליינענדיג אביסל און די לעצטע פאר טעג זע איך אז אלעס איז דא ערליך און הערליך

נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 1:31 pm
דורך מאיש לקחה
ווייל קאווע שקיבלתי איז א פלאטפארמע וואס א ערליכע יוד קען ארויסשטעלן זיינע געדאנקען - ווי לאנג עס שטימט מיטן שולחן ערוך, אפילו עס איז נישט פאליטיקלי - אינסטיטושינעל קאררעקט.

וואס איך וויל בעיקר אדרעסירן איז די עניין וואס ווייטאגט פיהל יונגעלייט - ביודעי ומכירי, נאך וואס פיהל האבן זיך אויסגערעדט צי מיר , און עס ווערט נאר מעהר און ערגער - וואס פיהל ווייבער בעלעבעטעווען און קאנטראללען זייערע מענער און חוץ וואס דער מאן זיצט אויף די 'טאטע בעהנקל' האט ער נישט קיין שום מאן/טאטע סטאטוס ביי זיך אין זיין אייגענע היים.

מיר עלען וועלן הערן דעם עולם'ס מיינונג ארום דעם עניין, און אזוי אויך געבן און הערן ראט, און אזוי ווי ליידער אסאך טערעפיסטן אין שלום בית זענעןביי די אויבערשטע פארקרימטע מיינונג פון איזהו 'איש כשר' העושה רצון אשתו, וואס מקורו פון די גויאישע גאס, וועלן מיר אויך מפרסם זיין די קאנטאקט אינפו פון טערעפיסטן מיט די ריכטיגע השקפה, בס"ד.

נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 1:32 pm
דורך יששכר
א גוטן טייערע חברים; איך האב באקומען די הערליכע "וועקער" מאגאזין, איך האב גאר שטארק הנאה געהאט פון די רייכע און שיינע ארטיקלען, און דאס האט מיר געברענגט זיך איינצושרייבן אין קאווע שטיבל, צו קענען מער ליינען און רעאגירן און מיטהאלטן די אינהאלטסרייכע שמועסן.

נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 1:32 pm
דורך Are
שלום וברכה פאר אלע וואס ליינען אדער וואס גייען דאס ליינען,יעצט לאמיר זיך פארשטעלן פארן עולם אביסל מיין נאמען מיט וואס איך גיי מיך פארשטעלן איז ארי' (א שיינע נאמען ניין?) איך בין א אינגערמאן 1 יאר נאך מיין חתנה איך האף אז אונז וועלן
גיט פארברענגן צוזאמען כל טוב הצלחה!!

נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 1:34 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
א גוטן חודש טייערע ברידערלעך. איך האב שוין הנאה פונעם שטיבל א לאנגע צייט, כמעט יעדען טאג און אסאך מאל, אפילו אפאר מאל א טאג. זייער אסאך מאל וויל איך לייקן אבער כ'קען נישט, כ'פיעל ווי א פרוי אין די ווייבער שול כל נדרי ביינאכט, אבער יעצט האבעך מיך מיישב געווען אז גענוג מיט דעם אראפקוקן פונעם גאלאריע, און נישט זיך קענען באטייליגן מיטן עולם, יעצט מיטן אריינקומען אין שטיבל, גיי איך זיך שפירן ווי א אינגעל אין שול שמחת תורה וואס פילט אן זיינע הענט מיט א באנטש קענדיס (לייקס) און ווארפט עס אויפן עולם.
כ' האב אן אינטערעס אין אלעמען, חוץ אין לה"ר און רכילות

נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 1:34 pm
דורך avada!
I'm still young & Looking to fill my time I found my self in the shtiebel b"h where I love to read. I would be very happy to get a part of that & that's y I'm subscribing my self here. Tnx

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 11:36 am
דורך אורים ותומים
פון קינדווייז אן גענישטערט וואו אימער
געלעכצט געוואויר צו ווערן מער און מער
אדורכגעאקערט יעדן ספריה און צימער
געלעכצט און געפרעגט, מכדי - אמער.

פה אשב כי אויתיה, שלום לשמאל ולימין
תלמידי נח איש צדיק, מאמין ואינו מאמין
שחורה אני ונאוה -בהכרה תלויים המומים
עוד יאיר ויזוקק שבעתיים באורים ותומים.

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 11:37 am
דורך משהזוךמיר
איך בין א וואוילער אינגערמאן (איך זאג אליינס אזוי) וואס האט אסאך וואס צו זאגן, אבער נישט פאר וועם, אויך האב איך נישט די גאטס זיך אנצורופן ביי א קופקע אין בית מדרש, סאו אן אנליין פארום ווי קיינער קען מיך נישט איז צוגעפאסט פאר מיר!

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 11:38 am
דורך היכי דמי
שלום עליכם ליבע ברודער
וואס דו שרייבסט איך ליין, אמאל וויל איך ענטפערן צו-דיר
א יעדע תגובה אזוי וואויל-איז
אזויפיל ידיעות צווישן די אשכולות
אמאל היציג, אמאל א טענה
וואס איז זיכער איז זיכער, איר זענט יעדן מהנה
פארוואס נישט "דזוינען?" און די שמועסן בייוואוינען

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 11:38 am
דורך טויגניכטס
איך בין אומוויסנד; אבער נייגעריג. איך בין נאריש; אבער א ווילן צו קלוגער ווערן.

איך האף דא צו קענען ערייכן פרישע וויסנשאפט און פארשטאנד אין נושאים וואס אינטערסירן מיר, און מהנה זיין מיר און אנדערע דורך דעם פורום.

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 11:39 am
דורך אלעס גוט
איך בין א איד אין איך בין שטאלץ צי זיין א איד איך איך האב הנאה צי זעהן אנדערע אידן ציפרידען אין בשמחה אלעמעל אין דאז איז אונזער עיקער זאך וועגן דעם האב איך מחליט געווען איירן צי קומען אין קאווע שטיבעל ווי דא איז יעדער יעדמיס פריינד פין ווייטן מיט א מוירעדיגע פריינדשאפט אין יעדער קורט ארויס אויף יענעמס ווארט אין יעדער העלפט איינעם דעם צעווייטן מעט א שמחה אין פרייד אין דאס איז די שענסטע זאת פין א יידיש קינד א זין פונים אייבעשטן נער דעס דארף די רבינו של עולם אז זאלן זיין אינאיינעם אין פאר בערנגען אינאיינעם געשמאק אין פריינטעלעך אין דאז איז קאווע שטיבל.....

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 12:19 pm
דורך משהזוךמיר
איך בין דא.

(פאר א פארשטעלונג קענט איר מיר זוכן)

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 3:49 pm
דורך גר ותושב
איך האב א חשד אז די אלע איינשרייבערס ווייסן נישט אז זיי זענען איינגעשריבן געווארן.