בלאט 70 פון 94

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 4:04 pm
דורך שבת אחים
קודם פאר מיר גייען ווייטער, דיין ערשטע סטעטמענט איז נישט אמת בערני האט געוואונען מעהר סטעיטס ווי קלינטאן.

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 4:17 pm
דורך שבת אחים
זיינע פאליסיס איז אוממעגליך אויסצופירן??? פון ווי ווייסטו? אין רוב נארמאלע לענדער אויף דער וועלט האט יעדער פרייע העלט קעיר, פארוואס אונז אמעריקע וואס זענען רייכער ווי די אלע לענדער קען נישט ??? לאמיך הערן א נארמאלע ארגעיומענט, סתם רעדן אין די וועלט אריין אן ברענגען פראקטישע פאקטן קען איך אויך! די עסטעבלישמענט וויל אז די מענשטען אין אמעריקע זאלן זיך איינרעדן אז מ׳קען נישט! זאג פארוואס נישט? טריליאנען פאר די ארמיי האבן זיי? ביליאנען אויסצובעילן די רייכע און וואל-סטריט האבן זיי יא געקענט?

#צו באמבעדירן ברוינע מענטשען אז דא א ענדלאזע קאסע פון געלט, אבער פאר מעידיקעיר און ריינע וואסער פאר זייערע אייגענע בירגער איז פלוצלינג נישטא קיין געלט

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 4:55 pm
דורך גר ותושב
אה יצחק קלאר האט א נייע אנאליז אויף קול מבשר בנוגע דער זקן וכסיל ער זאגט אז המשך יבוא איך קען קוים ווארטן

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 5:09 pm
דורך ישראל גלויבער
https://www.youtube.com/watch?v=vpfy6vh ... e=youtu.be

געבט א קוק וואס דער זאגט פאהר

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 5:11 pm
דורך שבת אחים
יצחק קלאר און קול מבשר, וואס דארפן אונז מעהר פון דעם?

אז מרעדט שוין יא איז כדאי צוצולייגן אז אין די אידישע ליכט אין די באוויסטע קאלום פון ״די קליינע זאכן פון די גרויסע וועלט״ איז באשריבן געווארן אז דער זקנה וכסיל׳טע גייט געוואונען די עלעקשאונס ווייל זי האט באקומען א ברכה פונעם סקווערן צאדיק.

ווידער אין ״דער איד״ אין די קאלום ״פון דא און דארט״ איז באשריבן געווארן אז דער זקן וכסיל סאנדערס האט זיך נאך קיינמאל נישט געטובלט אין מים אחרונים וואסער און ער ניצט דוקא נעגל וואסער אפילו אין יו״כ שחל ליהות בחול רח״ל!

הייקינד און קאללער האבן זיך פאראייניגט (נאכדעם וואס זיי האבן זיך גענעדיגט קריגן איינער מיטן צווייטן) אפצושאקלן פון די זקן וכסיל קליפה און זיי האבן געהייערט צימערמאן זאל ארויסטרייבן דעם המן פון שטאט! זיי פלאנען ערנסט צו פינאצירן א ברענד נייע קעריטש פארן לוחם מלחמת השם!

א פראטעסט וועט היינט ארויסגייען פון ראדני קארנער דיוויזשען, הרב איצא גליק בעט קיינער זאל נישט ווארפן קיין אייער וואס איז מ׳האט נישט בודק געוועהן פארדעם צו סהאט א בליץ טראפ, אומגעואשענע אייער וואס מ׳האט נישט בודק געוועהן איז מותר לכתחילה לכל הדיעות.
#א מין אומדערהערטע חוצפה #כלנו למערכה

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 5:26 pm
דורך מאטי
מיין אפיניען איז, בערני שטיצט מד"י, ער פארשטייט וואס כאמאס איז, ער וויל זיך אבער נישט אמפערן מיט זיינע שטיצער "פענס" וועלכע זענען מיינסטענס אינגע "פרי פרי פאלעסטיין" ליבעראלן.

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 5:30 pm
דורך שבת אחים
ברעיקינג נייעס: די ״עונג שבת״ האט ענדאורסט טראמפ פאר פרעזידענט, די ״עלים לתרופה״ האלט זיך דערווייל אפ פון ענדארסן א קאנדידאט פאר פרעזידענט אבער לויט ווי עס זעהט זיך אויס שטימען זיי צו מיטן ״דבר יום ביומו״ און שטיצן טעד קרוז פאר פסח׳דיגע חרוסות.

# ומי יעמוד בסוד קדושים

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 5:36 pm
דורך ישראל גלויבער
https://www.youtube.com/watch?v=uZrKOTs ... e=youtu.be

סענדערס איז גוט אפר היטן.. אבער פאר פרעזידענט????

הערטס דבריך היוצאים מן הלב פון א ריין שווארצע הארץ... טעמו וראו..

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 5:40 pm
דורך שמעקעדיג
שבת אחים איך ווארף זיך פאר געלעכטער, ווען דו ביסט אין די כלים איז א מחי',
כ'בעט דיר נאך אלץ, איך פארשטיי דיר, אבער נעם נישט זאכן אזוי פערסאנאל...!!!! ס'נישט געזונט, און אויב בערני ווערט נישט פרעזידענט ווייס איך נישט צי דו וועסט קענען באצאלן די העלט אינשורענס ביללס, סאו געב אכט!

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 5:55 pm
דורך ישראל קאפקע
"Sanders' boyhood street, now ultra-Orthodox, feels the Bern" https://t.co/JXTN10EsMW

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 6:07 pm
דורך ישראל גלויבער

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 6:47 pm
דורך שבת אחים
הילערי׳ס פראפעגאנדע ליגענט אז זי האט באקומען צוויי מיליאן מעהר שטימען.
Hillary's Disingenuous Claim That She's Won 2.5 Million More Votes is Bogus. Here's why

http://www.opednews.com/populum/pagem.p ... 1-967.html

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 6:57 pm
דורך ישראל גלויבער

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 8:05 pm
דורך קאמפיאטער
וואס די מעשה מיט קאלעראדא?
איך זעה טראמפ שעלט.

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 8:30 pm
דורך ישראל גלויבער
https://www.youtube.com/watch?v=e0rtxRF4KnY

פרישע מענטשן גייען הייס פאר טראמפ

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 10:36 pm
דורך ישראל גלויבער

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 11:31 pm
דורך ישראל קאפקע
ישראל גלויבער האט געשריבן:http://www.vox.com/2016/3/1/11127424/trump-authoritarianism

צי האסטו אויפגעגעבן אויף טראמפ, אדער ווייסטו נישט וואס authoritarianism מיינט?

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 3:50 pm
דורך ישראל גלויבער
ישראל קאפקע האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:http://www.vox.com/2016/3/1/11127424/trump-authoritarianism

צי האסטו אויפגעגעבן אויף טראמפ, אדער ווייסטו נישט וואס authoritarianism מיינט?

כ'מיין אז כ'פארשטיי יא וואס ס'מיינט, און דאס האלט איך טאקע

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 3:50 pm
דורך ישראל גלויבער
ישראל קאפקע האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:http://www.vox.com/2016/3/1/11127424/trump-authoritarianism

צי האסטו אויפגעגעבן אויף טראמפ, אדער ווייסטו נישט וואס authoritarianism מיינט?

כ'מיין אז כ'פארשטיי יא וואס ס'מיינט, און דאס האלט איך טאקע
אדרבה בעסער מיר אויס טאמער איך ווייס נישט גוט

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 4:27 pm
דורך ברוך בער
בילד.

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 4:31 pm
דורך ברוך בער
בילד

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 4:43 pm
דורך ישראל גלויבער

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 5:17 pm
דורך רויטע וואנצעס
הרב (בנימין) בן (אליהו) סאנדערס איז נאך אוועליבעל פאר סידור קידושין די וואך נאך שבועות?