בלאט 8 פון 14

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:48 am
דורך newkave
איש את רעהו האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:בשעתו דער 'עדה' זי איינגערעדט אז בעלז דארף טוהן ווי אזוי זיי פאדערען, ווען דער בעלזא רב געזאגט, אקעי מסכים אבער מיט תנאי אז מינע יונגעלייט זאלן ווען מוצי"ם שוחטים ומשיגיחים אינערהאלב דער עדה, האבען זיי דאס צוריק געוויזען, וללהב יצאו.
ס'זענען געווען בעלזע מוצ'ים שוחטים וכו' אין די עדה, ער האט אבער פארלאנגט אז ער וויל א חבר הבד"ץ אויך. און גערעכט איז ער, איז בעלז א חלק פון די עדה אדער נישט?!


שוחטים זענען נישט געוועהן, גערעכט אז מוצי"ם און משגיחים זענען יא געוועהן אבער בכלל נישט אויף א הויכע דרגא ווי די אנדערע, און בכלל נישט געהאט א געלעגענהייט ארויף צו קריכן דער לייטער, וכ"ש צו ווערן פון חבר הבד"ץ.


וויאזוי איז בכלל שייך צו ווערן א חבר הבית דין און ארויפקריכן דעם לייטער ווען אין בעלזא איז א הייליגע פליכטע דאס גיין וואוטען פאר א רעגירונג, און די בי"ד איז קעגן דעם שארף.


אמת, עס קען נישט גיין צוזאמען כמבואר בספה'ק ויו'מ.
איך פלעג חוזק מאכן, אבער איך שעם זיך נישט מודה צו זיין אז איך האב איינגעזען אז [tag]איש את רעהו[/tag] איז גערעכט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:50 am
דורך diff
וויזו זענען זיי בד"ץ ירושלים, ווען רוב ערליכער ירושלים'ר וואוטן

newkave למ"נ ווען ביסט חוזק, פריער צו יעצט

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:58 am
דורך איש את רעהו
newkave האט געשריבן:

אמת, עס קען נישט גיין צוזאמען כמבואר בספה'ק ויו'מ.
איך פלעג חוזק מאכן, אבער איך שעם זיך נישט מודה צו זיין אז איך האב איינגעזען

עס האט נישט קיין שייכות צו דעם וואס אין ויו"מ שטייט
עס קען נישט זיצן אין איין בית דין איין חבר וואס הייסט גיין אין מיליטער און א צווייטער זאל האלטן ס'א איסור חמור.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:04 am
דורך diff
וויזו איז רב דושינסקי יא אריין

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:08 am
דורך newkave
diff האט געשריבן:וויזו זענען זיי בד"ץ ירושלים, ווען רוב ערליכער ירושלים'ר וואוטן

newkave למ"נ ווען ביסט חוזק, פריער צו יעצט


רוב מיינט גארנישט רוב וועלט זענען קריסטן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:09 am
דורך newkave
איש את רעהו האט געשריבן:
newkave האט געשריבן:

אמת, עס קען נישט גיין צוזאמען כמבואר בספה'ק ויו'מ.
איך פלעג חוזק מאכן, אבער איך שעם זיך נישט מודה צו זיין אז איך האב איינגעזען

עס האט נישט קיין שייכות צו דעם וואס אין ויו"מ שטייט
עס קען נישט זיצן אין איין בית דין איין חבר וואס הייסט גיין אין מיליטער און א צווייטער זאל האלטן ס'א איסור חמור.


אמת, ס'איז איסור חמור וגמור, אבער מען זעט בחוש ויואל משה אמת.ותורתו אמת.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:10 am
דורך newkave
diff האט געשריבן:וויזו איז רב דושינסקי יא אריין


ס'איז לגיונות. אמת [tag]איש את רעהו[/tag]?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:11 am
דורך diff
צו פארענטפערען די מלחמה מיט בעלז וועט ממוזן זאגן אז...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:17 am
דורך diff
newkave האט געשריבן:
diff האט געשריבן:וויזו זענען זיי בד"ץ ירושלים, ווען רוב ערליכער ירושלים'ר וואוטן

רוב מיינט גארנישט רוב וועלט זענען קריסטן

זיי רופן זיך רבנים נישט גלחים

Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:47 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א מאדנע מעשה. ווי איז מעגליך אז אין איין ב"ד זאלען צוויי דיינים נישט האבען די זעלבע מיינונג?

יעצט פארשטייט מען פארוואס געוויסע פארשוינען זענען מקפיד נישט צו לערנען דף היומי. מ׳לערנט דאך יעצט סנהדרין.....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 3:13 pm
דורך איש את רעהו
וועמען שטערט חילוקי דעות
אבער אז רבי ראובן זאל האלטן לוי פאר עמיצער וואס שטיפט די ציונות וואגן, און לוי וועט עס האלטן אויף ראובן, דאס קען נישט האלטן.

Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 3:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הייסט׳ס דער ענין פון התנגגות צו ציונות איז חוץ לתורה, ווייל אין תורה עגזיסטירט נישט אזא פראבלעם. מ׳קען אלצדינג דן זיין און זיך דינגען, און ס׳בלייבט א צוויי דעות, ואחרי רבים להטות.

ייש"כ פאר׳ן אויסקלארען. איך האב אלץ נישט געוואוסט צו דו ווייסט דערפון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 3:34 pm
דורך איש את רעהו
פארקערט
ווען התנגדות צו מינות איז א יסוד אין די תורה, קען נישט זיצן איינער און זאגן כגון אז ער האלט ווי די דברי כפירה וואס איז נישט לאנג צוריק פארשפרייט געווארן פון עמיצן אין וועמען @ליטוואק איז פארגלייבט בנוגע ביאת משיח, און דער צווייטער זאל האלטן גענוי פארקערט,
אזא זאך האלט זיך נישט.
אז איר פארשטייט פארקערט, רעדט ארויס, זאגט קלאר וואס איר האלט, נישט רעדט פארהוילענע רייד.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 4:02 pm
דורך diff
אפשר רעד דו קלאר. אלס ציטערסטו אז מוועטך אפרעגען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 4:14 pm
דורך diff
רהאט נישט געזאגט א אייגענע דעה בעי' משיח

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 4:22 pm
דורך diff
איש את רעהו האט געשריבן:וועמען שטערט חילוקי דעות
אבער אז רבי ראובן זאל האלטן לוי פאר עמיצער וואס שטיפט די ציונות וואגן, און לוי וועט עס האלטן אויף ראובן, דאס קען נישט האלטן.

ביסדאך ניש מסביר
הייסט, מדארף איינטילן אנטי-ציונות צווישן אגודה אין נטו"ק אין מאכן וואוטס צווישען אלע חרדים. ניש ביידע נישט

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 5:16 pm
דורך איש את רעהו
.

Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 5:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער בעלזער רבי איז דא נישט שולדיג, אבער ווען איינער זאגט אז זיך שלאגען אויף מינות מיינט גייען ביי זיי און ארויס כאפען וואס מ׳קען און א צווייטע זאגט אז ס׳הייסט בלייבען אינדערויסען, איז קיין איינער נישט קיין אפיקורס צו וואס. א פשוט׳ער חילוקי דעות ותו לא, ואחרי רבים להטות.

נאר אזעלכע וואס קענען נישט אויפווייזען א מיינונג עפ"י תורה, דארפען אנרופען דער צווייטע אפיקורס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 5:37 pm
דורך איש את רעהו
איר גייט אריין טיף אין לומדיש אין א זאך וואס איז קאמען סענס
קיין שום מענטש וועט נישט אהערשטעלן אזא מין צוזאמשטעל, עס איז נישט פראקטיש און נישט מענטשליך,
גיי נעם הרב קאלמאנוויץ וואס איז פייער קעגן דינען אין מיליטער, און שטעל אים אינאיינעם מיט רב יגאל וואס העלפט ארויס די גאנצער עסק ארום חזו"א 5 און שטעל א בי"ד, פען וועמען טרייבסטי ליצנות.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 6:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביי דיר איז אלץ איינס. מ'רעדט נישט פון די נושא, נאר פון גייען אין בחירות. יא' מ'קען זיצען אויף איין ב"ד און מחליט זיין צוזאמען. און דער וואס איז אין דער מיעוט, און דער ב"ד איז געשטעלט אויף דער ענין, דארף מען איהם לאזען ברענגען זיין מיינונג, נושא ונותן זיין, און דערנאך זאל מען מחליט זיין. אזוי האט געקענט זיין אין בחירות אויך. דער עזות אז איינער איז מחליט אליינס איז נישט עפ"י תורה, און ס'איז בכלל נישט קיין שטער.

מ'קען זיך דינגען אין חייבי כריתות, אין הלכות עבו"ז, ס'האט קיינער נישט געהאט קיין הו"א אז מ'דארף מאכען א צווייטע ב"ד ווייל מ'דינגט זיך אויף עפעס. נאר די וואס זייער עפעס איז נישט קיין חלק פון תורה, און דעריבער קענען זיי עס נישט האנדלען מיט די תורה'דיגע גדרים.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 6:03 pm
דורך איש את רעהו
ווען איר וועט צוזאמזעצן רב יגאל פין חזו"א 5 וואס שטיצט די חק גיוס אינאיינעם מיט רב קאלמאנוויץ צו זיצן אויף דין תורות,
וועט מען צאמזעצן די וואס נעמען אויף בכבוד בענעט ביי די טעכטער, אינאיינעם מיט אנטי-ציונים.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 6:14 pm
דורך diff
פרקי אבות ד' משנה ג' . הוא היה אומר: אל תהי בז לכל אדם, ואל תהי מפליג לכל דבר. שאין לך אדם שאין לו שעה. , ואין לך דבר שאין לו מקום.
רב קאלמאנוויץ איז א ערענסטע מענש. מודה על האמת. נישט קיין צוגלייך צו די פסק דין פאר קרלין

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 6:25 pm
דורך איש את רעהו
@דיפף ע ןאר רידעט ואנ מין רידט ניטש צי אעם