בלאט 8 פון 10
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 11:58 am
דורך געוואלדיג
ריכטיג האט געשריבן:די דעקל איז ארויסגערינען צו די גרופעס בעפאר ס'איז אויף קאווע שטיבל?
#חוצפה
ניין עס געפינט זיך
דא
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:02 pm
דורך [NAMELESS]
אה... נישט איינגעפאלן ס'וועט ליגן אזוי צושטיפט... נישט געעפנט אפילו יענע אשכול ווייל אויסער פה סח איז ביי מיר אלעס קרעפ..
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:36 pm
דורך נתן מנחם
בין איך די איינציגער וואס טשעקט יעדע פאר מינוט ק"ש אויב די פה סח 2 איז שוין אפלאודעד?
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:51 pm
דורך שמעקעדיג
היי רעזאלוציע קאווער
.
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 2:03 pm
דורך נעגעל וואסער
שמעקעדיג האט געשריבן:היי רעזאלוציע קאווער
.
אויב מ'קען "דזשאדשזען א בוק ביי איטס קאווער" בין איך היבש עקסייטעד!..
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 2:40 pm
דורך פליקער
איך ווארט דערויף ווי אויף מיין אפיקומן
כאטשיק איך פיגעריר נישט אויף די דעקל, אעפ"כ האלט איך שוין איין מיין אטעם ביז די נייע פה-סח עקספלאדירט ווי די אטעם אויף סאגאנאקי
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 3:04 pm
דורך שטילע אינגערמאן
אזוי ווי מ׳ווארט אונעם שפיטאל אויפן בשורה אז סאיז ארויס בשלום,
נווווווווו????????????
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 3:36 pm
דורך שמעקעדיג
... און נאכדעם זאגט מען ס'איז
מיאוס ווי די נאכט.........

Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 3:43 pm
דורך נעגעל וואסער
פארשטיי איך נישט פארוואס מ'דארף שרייבן "פרייהייט פון ווארט" מיט קידוש לבנה אותיות, כאילו משרייבט דארט צאם כל דבר אסור און מפארענפערט זיך... ס'איז א הערליכע תוכנ'דיגע מאגאזין מלא טעם, און שוין.
דעס אז איי וועלט מעקט אויס תגובות דארף מען נישט שרייען אויפן דעקל. והנלע"ד כתבתי.
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 3:52 pm
דורך שמעקעדיג
די ספה"ק שרייבן דאס אלס פשט פאר פסח, פה-סח, אז דער דיבור גייט ארויס פון גלות, און עס הערשט א חירות, דעריבער איז פה-סח דער יו"ט פון רעדן און פארציילן, כמשחז"ל הא לחמא עניא, שעונין עליו דברים הרבה.
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 4:20 pm
דורך יעקב מענטש
נעגעל וואסער האט געשריבן:פארשטיי איך נישט פארוואס מ'דארף שרייבן "פרייהייט פון ווארט" מיט קידוש לבנה אותיות, כאילו משרייבט דארט צאם כל דבר אסור און מפארענפערט זיך... ס'איז א הערליכע תוכנ'דיגע מאגאזין מלא טעם, און שוין.
דעס אז איי וועלט מעקט אויס תגובות דארף מען נישט שרייען אויפן דעקל. והנלע"ד כתבתי.
נישט אז ס'באדערט מיך מוראדיג שטארק, אבער פארוואס דארף א אומשולדיגע אויסגאבע קומען מיט א אנטי מעסעדזש ?
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 4:22 pm
דורך נתן מנחם
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אזוי ווי מ׳ווארט אונעם שפיטאל אויפן בשורה אז סאיז ארויס בשלום,
נווווווווו????????????
עכטע מקשה לילד סיטואציע. אפשר גייט מען שנעל לויפן כאפען א טבילה אדער א פתיחה

Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 6:03 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בלאזען חצוצרות
פארציילען דער מעשה מיט די ריזינער און די פויבסט די מיידעל
זאגען יזכור
רייכערין א לולקע
אויסטוהן די אבן הטוען
ארויסנעמען די אלטע חמצ'דיגע טיש
זאגען די פסוק 'צא אתה וכל העם אשר ברגליך'
פארענטפערען תוס' א קשיא אויף רש"י
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 6:25 pm
דורך כוכב
טייערע ברידער, אלעס גייט ווי געפלאנט, עס דארף פשוט פארענדיגט ווערן לעצט מינוטיגע קלייניקייטן דעם פה סח און וועט ערשיינען אין קומענדיגע צוועלף שעה, בעז''ה.
מיט אנטשולדיגונג פאר שפעטיגן.
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 7:26 pm
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארענטפערען תוס' א קשיא אויף רש"י
וואס פארא מין סגולה איז דאס?
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 7:30 pm
דורך שטילע אינגערמאן
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אזוי ווי מ׳ווארט אונעם שפיטאל אויפן בשורה אז סאיז ארויס בשלום,
נווווווווו????????????
דוקטור זאגט מגייט פאר א סי סעקשען
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 7:31 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז די איינציגסטע סגולה וואס דו פארשטייסט נישט?
וואלווי האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארענטפערען תוס' א קשיא אויף רש"י
וואס פארא מין סגולה איז דאס?
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 7:35 pm
דורך וואלווי
כונתי: לטעמיך, דער ליטוואקער בן תעירע שתורתו אומנתו וואס פארא מין סגולה איז דאס.
אבער אונז עמך בודאפעסטער בעלע בתים איז גענוג די קביעת עתים אין עין יעקב און משניות כדאמרי חז"ל תורה מגני ומצלי בעידן דעסיק בה ובעידנא דלא עסיק בה
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 7:38 pm
דורך [NAMELESS]
בבקשה:
ווען מ׳לייגט די בעננער פאר די פה-סח אויף קאווע שטיבל זאל מען זיכער מאכן אז ס׳זאל נישט פארדעקן רוב פעידזש פאר די טעלעפוין באניצער.
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 8:11 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואלווי האט געשריבן:כונתי: לטעמיך, דער ליטוואקער בן תעירע שתורתו אומנתו וואס פארא מין סגולה איז דאס.
אבער אונז עמך בודאפעסטער בעלע בתים איז גענוג די קביעת עתים אין עין יעקב און משניות כדאמרי חז"ל תורה מגני ומצלי בעידן דעסיק בה ובעידנא דלא עסיק בה
איך האב געהערט די סגולה בשם מהרא"ל צונץ.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 8:37 pm
דורך קל וחומר
מיין פרינטער איז שוין אנגעשטעלט אויף אויטא_פרינט_פה_סח_2... ס'איז שוין כמה פעמים געדשעמט געווארן מיינענדיג אז די תגובות דא זענען 'פה סח 2' און זיך געכאפט שוין עטוואס צו שפעט...
לחץ העלפט נישט געווענליך...
אבער אולי וועט לאך'אטץ העלפן...
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2016 12:07 am
דורך [NAMELESS]
די שוויגער וויל וויסן צו מ׳זאל אויפבלייבן אדער ס׳גייט במילא נישט זיין היינט א מזל טוב?
ערענסט גערעדט [tag]כוכב[/tag] ס׳גייט נאך זיין היינט אדער מ׳קען גיין שלאפן
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2016 12:11 am
דורך mevakesh
כוכב האט געשריבן:טייערע ברידער, אלעס גייט ווי געפלאנט, עס דארף פשוט פארענדיגט ווערן לעצט מינוטיגע קלייניקייטן דעם פה סח און וועט ערשיינען אין קומענדיגע צוועלף שעה, בעז''ה.
מיט אנטשולדיגונג פאר שפעטיגן.
על פי חשבון קומט דאס אויס שוין צופריא
גייטס לייגט ענק מען זאל האבן כוח מארגען צו ליינען