בלאט 8 פון 12

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 5:56 pm
דורך [NAMELESS]
אין א פרישע אנטוויקלונג, האב איך מיך געלערנט אז אפילו ווען אלעס זעט שוין אויס גענצליך פארענדיגט זאל מען קיינמאל נישט אונטערשאצן...


רבותי, פרישע הייסע ווארע איז אריינגעקומען אין שטיבל.

דער דענקער און חסידישער פילאזאף, החכם [tag]ונבנתה העיר[/tag], האט זיך ווידער פאר'מח'ט, און א לאנגע המשך צום שוין אפגעשריבענעם מאמר - איז אפירגעקומען [יעצט פארשטיי איך שוין פון וואו דער מהר"ש ורש"ב האבן גענומען די לאנגע המשכים].

אויב עס איז נישט גענוג, האבן מיר זוכה געווען צו א 'באמבע', ווען א גאר בארימטע פערזענליכקייט - וועלט בארימט מיט זיינע געדאנקן - האט מחליט געווען צו שיקן א שיינע ארטיקל אויסשליסליך צום וועקער. רבותי, א קנאקעדיגע סורפרייז איז אונטערוועגנס!


דאס ריקט ארויף דעם 'וועקער' צו גאנצע 25 ארטיקלן, און אמווייניגסטנס 130 בלעטער!


#תחל-שנה-וברכותיה.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 1:06 pm
דורך פליקער
אפשר דאך זאל מען רעליסן די וועקער נאך היינט

ווער עס איז מסכים זאל מיך לייקן און איינוועיגס וועל איך נהנה און איר וועט האבן א גיט געבענטשט יאר.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 2:03 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט לייק מיך וועסטו אויך האבן א גוט געבענטשט יאר.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 3:21 pm
דורך א איד
מען קען נאך אריינשיקן אן ארטיקל?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 3:43 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
כדארף וויסן טאמער כזאל גיין קויפן די בלאט, מאמענט, בליק.
טאמער גייט די וועקער זיין לאור עולם גייט מען נישט ספענדן א צענע.
גייט אויס קומען אז מגייט האבן א עקסטרע צענע אין טאש, אין דאס איז שוין מקדש פאר ליין מעטעריאל.
איז די שאלה אזוי, זאל די צענע גיין פארן גראסערי? אדער זאל עס גיין פאר וועקער מערכת? (בנוסף צום עקזיסטינג נדבה)

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 10:21 pm
דורך [NAMELESS]
[center]לעצטער אפדעיט איבער 'דער וועקער' #5.[/center]

מיר זענען שוין כמעט גענצליך פארענדיגט, אבער נישט אינגאנצן ממש, דערפאר איז נאכנישט קלאר אויב די וועקער וועט נאך ערשיינען מארגן - ערב ראש השנה, אדער אום צום גדליה. זאל דער עולם מתפלל זיין... אולי יחוס, אולי ירחם...

אבער דא האט איר כאטש אפאר קורצע אפדעיטס איבערן וועקער:

1. דער וועקער אנטהאלט גאנצע 136 בלעטער!!!

2. דער וועקער אנטהאלט גאנצע 25 ארטיקלן!!!

3. דער וועקער אנטהאלט גאנצע פערצן עקסקלוסיווע ארטיקלן, וואס פארנעמען די ערשטע 81 זייטן פונעם זשורנאל!!!

4. א גאר בארימטע שרייבערישע פערזענליכקייט האט אריינגעשיקט זיין ארטיקל, און נאך א בארימטע פערזענליכקייט האט אריינגעשיקט א סענזאציאנעלער ארטיקל. חברה, ס'גייט זיין פיינע סחורה.

5. ביטע זייט אייך משתתף מיט אפאר דאלער, כאות הכרת הטוב פאר די אומערמידליכע ארבעט פון די חברי המערכת.


כתיבה וחתימה טובה!


ידידכם אוהבכם,
אדנירם.

נשלח: זונטאג אקטאבער 02, 2016 2:37 pm
דורך צום פינטל
וואס טיט זיך מיט די וועקער וועט עס זיין אינדרויסן היינט האט די מידת הרחמים איבערגעוואויגן ;)

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: דינסטאג אקטאבער 04, 2016 9:20 pm
דורך פליקער
שוין ב''ה די יום הדין איז דורך אן די וועקער, אבער פאסטען אן קיין וועקער וועל איך זיכער נישט קענען, ע''כ אהער דערמיט ווי אמשנעלסטן, א דאנק, און האט אלע א גמר חתימה טובה און תענת צליחה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 4:23 pm
דורך [NAMELESS]
אט האט איר א בילד פונעם דעקל פון "דער וועקער" נומער פינף (פארגרעסערטער נומער):

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 6:10 pm
דורך [NAMELESS]
ווער האט אזוי שנעל איבערגעטוישט פון אריסטו צו דאנעלד? ;)

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 6:11 pm
דורך Bpjew
בן אדם האט געשריבן:ווער האט אזוי שנעל איבערגעטוישט פון אריסטו צו דאנעלד? ;)

וואס הייסט

Sent from my Nexus 6P using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 6:24 pm
דורך שושן פורים
Bpjew האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:ווער האט אזוי שנעל איבערגעטוישט פון אריסטו צו דאנעלד? ;)

וואס הייסט

Sent from my Nexus 6P using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 6:32 pm
דורך [NAMELESS]
בן אדם האט געשריבן:ווער האט אזוי שנעל איבערגעטוישט פון אריסטו צו דאנעלד? ;)

איך, צוליב די פשוט'ע סיבה אז א צורה פון דאנעלד אויפן דעקל איז מער מושך...

פאקטיש איז תשרי ע"פ אריסטו זייער א שיינע ארטיקל, פון וואס כ'האב זייער שטארק הנאה געהאט, אבער וואס טוט מען נישט ווען עס קומט צו פאפוליסטישע [ווי טראמפ זעלבסט...] חשבונות.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 7:10 pm
דורך פרייוויליג
איך שעם מיך אז איך בין פון די חסידים וואס הלכו אצל טראמפ. איך וויל אבער מוחה זיין, אז נישט אלע חסידים זענען משוגע און נישט אלע זענען אצל טראמפ :) איך וואלט געשריבן למה הלכו כמה חסידים אצל טראמפ.

אבער ליינענדיג די ארטיקל נחמתני.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 7:59 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 8:28 pm
דורך הוגה
[justify]
אדנירם האט געשריבן:א גאר בארימטע שרייבערישע פערזענליכקייט האט אריינגעשיקט זיין ארטיקל, און נאך א בארימטע פערזענליכקייט האט אריינגעשיקט א סענזאציאנעלער ארטיקל.


קטלא קניא איז טאקע געווען א גרויסע סורפרייז וואס מ'האט זיך נישט געקענט פארשטעלן. מכאן לתחיית המתים מן התורה. וואס איז אבער געשעהן מיט דער צווייטע פערזענליכקייט'ס ארטיקל? איז דאס די זעלבע ווי די צוגעזאגטע ארטיקל פון ר' בצלאל כהן? קען מען ערווארטען מילואים בקרוב?


.[/justify]

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 8:39 pm
דורך [NAMELESS]
הוגה האט געשריבן:[justify]
אדנירם האט געשריבן:א גאר בארימטע שרייבערישע פערזענליכקייט האט אריינגעשיקט זיין ארטיקל, און נאך א בארימטע פערזענליכקייט האט אריינגעשיקט א סענזאציאנעלער ארטיקל.


קטלא קניא איז טאקע געווען א גרויסע סורפרייז וואס מ'האט זיך נישט געקענט פארשטעלן. מכאן לתחיית המתים מן התורה. וואס איז אבער געשעהן מיט דער צווייטע פערזענליכקייט'ס ארטיקל? איז דאס די זעלבע ווי די צוגעזאגטע ארטיקל פון ר' בצלאל כהן? קען מען ערווארטען מילואים בקרוב?


.[/justify]

די צווייטע פערזענליכקייט, איז נישט אזוי וועלט בארימט ווי קטלא קניא. כ'האב גערעדט פון [tag]עקפערימענטירער[/tag]'ס דערציילן איבער היימישע זשורנאליזם.

די ארטיקל פון הרב כהן איז 'לא עם הארץ חסיד', וואס ראובן האט איבערגעזעצט אויף אידיש.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 9:17 pm
דורך ביבער
די ארטיקל פון DNA ביי יידל איז ניי אדער שוין אמאל געווען דא ערגעץ?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 9:38 pm
דורך [NAMELESS]
ביבער האט געשריבן:די ארטיקל פון DNA ביי יידל איז ניי אדער שוין אמאל געווען דא ערגעץ?

viewtopic.php?f=19&t=386

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 8:35 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ב"ה, ס'איז שוין דא צו קויפען אויף עמעזאן. זוכט די ווערטער der veker 5 expanded, אדער קויפט'ס פון דא. דאאס איז נאר שווארץ און ווייס, די קאלירטע האט געהאט א פראבלעם.

ביטע ארומשיקען די אינפארמאציע אויף אלע ענקער סאציאלע פארבינדונגס מיטלען, ווי וואטסעפפ, טעלעגראם וכדו'.

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:27 am
דורך נאסע ליילעך
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ב"ה, ס'איז שוין דא צו קויפען אויף עמעזאן. זוכט די ווערטער der veker 5 expanded, אדער קויפט'ס פון דא. דאאס איז נאר שווארץ און ווייס, די קאלירטע האט געהאט א פראבלעם.

ביטע ארומשיקען די אינפארמאציע אויף אלע ענקער סאציאלע פארבינדונגס מיטלען, ווי וואטסעפפ, טעלעגראם וכדו'.

איך קען עס( #5) נישט טרעפן אויף עמעזאן, וואס פשט?
(אגב זעה איך אויף עמעזאן אז "די וועקער" קאסטעמערס קויפן אויך די אלעמען באקאנטע ווייעברעיטער וועקער זייגער. איך בין מסופק צו דאס איז מחמת וועקער- וועקער לגזירה שוה אדער איז דאס בלויז א הייסע יידישע אייטעם..)

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 11:53 am
דורך טאמבל סאס
ביבער האט געשריבן:די ארטיקל פון DNA ביי יידל איז ניי אדער שוין אמאל געווען דא ערגעץ?

אגב אויף עמוד 125 פעהלט אבוויעסלי שטיקל פון דעם ארגינעלן ארטיקל:
פארשטייט זיך אויך אז עס זענען דא פיל מיני צעלס, געוואנדען לויט וועלכע אינגרידיענטס עס פארמאגט. א יעדע לעבעדיגע זאך איז צוזאמגעשטעלט פון צעלס. למשל, לאמיר נעמען דעם מענטש. א מענטש האט אין זיך בערך 210 מינים צעלס. למשל: בלוט. בלוט איז צוזאם געשטעלט פון דריי מיני צעלס: רויטע בלוט צעלס, ווייסע בלוט צעלס און פלעטעלטס. די דריי צעלס שווימען רון "בלוט פלאזמא" וועלכער איז דער פליוד fluid וואס איר זעט, ווען איר זעט בלוט. צו זען די צעלס דארפט איר א מייקראסקאפ.
אין יעדע איינציגסטע צעל איז דא גענעס, וועלכע דינען ווי די "מוח" פונעם צעל, און דער צעל לעבט לויט די פארשריפטן פונעם גענע. די גענע איז ווי דער "קאוד" אויף וועלכער דער....



Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 8:09 am
דורך החוקר
איך וואלט געוואלט בעטן אז די "עמפטי ספעיס" אויפן דעקל זאל מען טוישן צו א ליכטיגע קאליר, איך האב ארויס געפרינט די היי רעז פייל פון "דער וועקער" און די לעצטע בלאט האט מיר לכאורה פארנוצט באלד א גאנצן פלעשל טינט.

Sent from my Nexus 6 using Tapatalk