נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2020 1:22 pm
דער חשבון קען גיין סיי אויף גוטע זאכן און סיי אויף שלעכטע רח"ל. (ר' מיילעך בידערמאן פרעדיגט דאס אסאך, ער טראכט פין מיר, איז גוט).
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=11000
מיין מיינונג איז זיין א מאמין איז גרינגער ווי צו זיין א כופר אין א יעדען הינזיכט אין לעבן. עפעס גייט נישט ווי אזוי די טראכסט אז עס דארף גיין שטעלט מען עס אריין אין הנהגת הבורא און מען איז מתפלל צו עם און עס ווערט גרינגען אויפן הארץ און אפי׳ במציאות.berlbalaguleh האט געשריבן:מיינונגזאגער: איך בין מסכים 100%. צו ווערן אן אפיקורס איז א פראצעס. פונקט אזוי ווי ווערן א מאמין איז א פראצעס (פאזיטיוו אדער נעגאטיוו) וואס א מענטש מוז אדורכגיין. ס'איז אין מערסטע פאלן נישט אין א בחינה פון הציץ ונפגע.
נאר אז א מענטש זאלל קענען אנהאלטן קיום המצוות אין דעם לאנגן טערמין, פעלט אויס צו האבן אמונה. אמונה אין מציאת הבורא. הנהגת הבורא. אין דברי חז"ל. אז זיי זענען געווען גרויס ווי מלאכים אבער אין די זעלבע צייט זענען זיי געווען מענטשן וועלכע זענען געווען מיט 2 פיס אויף די וועלט. זיי האבן געלעבט א נארמאלן לעבן. געארבעט אדער געהאנדלט כדרך העולם. נאר זיי זענען געווען איבער געגעבן צו לערנען תורה און מברר זיין הלכות...!
איך בין מיט דיר אויף די נושא טייערע ברידערטייערע ברודער האט געשריבן:קומט אויס פון העניך׳ס ווערטער, אז דער ליטווישער מהלך איז מער שכל׳דיג ווי דער חסידישער מהלך, און דערפאר פארלירען ווייניגער ליטווישער זייערער אמונה.
I care to differ.
Sent from my LG-H525n using Tapatalk
ברוך שכוונתיפרייוויליג האט געשריבן:[tag]אבטולמוס[/tag] האט שוין אנגערירט די נקודה פונעם פותח האשכול מיט א געוואלדיגע בהירות - ליין דא
[tag]זבולון[/tag] האט מיך ממש ארויסגעכאפט די ווערטער פון מיין מויל. רוב אפיקורסים וועמען דו באצייכנסט אלס אפיקורס, גייען אפילו נישט אריין אין די קאטעגאריע פון די חזון איש אז 'נעבעך אן אפיקורס איז אויך אן אפיקורס'. צווישן די חסידים קענסטו טרעפן אסאך אזוי ווי דו שרייבסט: "ציניקער/לצים/אויפגעקלערטע". ווער זענען די מערהייט שרייבער דא אויב נישט חסידים. און ווי אויך ווייסט יעדער, אז חסידות איז געבויעט אויף א גאר שארפע עקסטערעמע וועג. נעם א דוגמה די ביהמ"ד אוהל ישרים, וואס אנאנסירט אז זיי גייען נישט מוצא זיין פרויען וואס גייען מיט שייטלעך מיט תקיעות שופר. ווען איך האב דאס געזען האב איך געמיינט איך פאל אראפ. איז דאס תורה? הזאת נעמי? איז דאס די אידישע פאלק וואס ווערט באשריבן אין תנ"ך?
פערציג אוהל ישרים צעטלעך איז די והותר פאר איינעם מיט א שוואכע הארץ איבערצולאזן אלעס אונטער זיך. דאס האט גארנישט מיט אפיקורסות. דאס האט מיט אנגעגעסענע עקסעסיוו none sense וואס לאו כל מוחא סבל דא.
און דאס וואס העניך שרייבט: אז די "וואס מאכן אוועק די וואס האבן ספיקות מיט דער טענה אז עס קומט נאר פון ווייטאג. צו זאגן אזוי איז אראגאנט און רשעות'דיג". איז ריכטיג און אומריכטיג.
עס איז ריכטיג, ווייל עס זענען פארהאנען צאללאזע מענטשן וואס האבן לעגיטימע קשיות, און האט זיי מעגליך יא צוגעפירט צו אפיקורסות, און עס האט גארנישט מיט ווייטאג.
און עס איז אומריכטיג, ווייל נישט יעדער וואס לאזט איבער אידישקייט אדער האט קשיות ווערט אן אפיקורס. קשיות זענען געזונט, טענות זענען געזונט, אבער דאס זענען נאכנישט קיין סמנים פון אפיקורסות. און יא, אסאאך מאל קומען קשיות פון ווייטאג, עין ערך אוהל ישרים. דער מענטש כאפט אליין נישט אסאך מאל מהיכן קשיא זה חי.
אויסער איין תאווה וואס איז מרעיב הרעב, און מרעיב את המשביעה.וואלווי האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:איך קען דאך איבער גענוג מענטשען וואס האבן פארלאזט אידישקייט נאר ווייל זיי גלייבן נישט דערינען און האבן קשיות???
וויפיל מענטשן קענסטו וואס די לעבן האט געשמייכלט צו זיי, און אלעס איז געפארן על מי מנוחות, זיי האבן געהאט געלט, כבוד, גוטע שלום בית, געלונגענע קינדער, שיינע שידוכים, און מיט דעם אלעם האבן זיי אפגעמאכט אלעס אפצולאזן און גיין וואוינען אין יאפיסוויל? אפילו אויב ס'איז דא אזא מין זאך, איז עס ממש יחידים.
הייסט די תאוות האלטן דיי ביי אידישקייט.
למעשה אזוי איז עס. תאוות זעטיגט א מענטש און ער איז רואיג.
א געזונטע סעודה לייגט א שמייכל אויף א מענטש. און ווען מ'איז פארהונגערט בלאזט מען.
וכן לשאר תאוות...
ריכטיגberlbalaguleh האט געשריבן:מיינונגזאגער: דער לעצטער לייק איז געווען ..."בערבון מוגבל"...! איך בין מסכים מיט דעם וואס דו זאגסט. נאר אין די לעצטע שורה מייניך איז אריין געפאללן א טעות. דו האסט זיכער געוואלט זאגן דעם קוואוט פון..."אבר קטן אחד יש באדם. משביעו, רעב. מרעיבו, שבע"...!
מאן יאמר שארפןקאפ,שארפןקאפ האט געשריבן:רוב מענטשען זוכען א סיבה פאר וואס טראגעדיעס פאסירען ( ווייל מען פילט ) אבער ווען זאכען פאסירען ווגען א העכערן ציל קען מען עס פארדייען (מען קען דאס זעהן ווי שטארק מענטשען ווערן צושאקעלט ווען א שיסעריי פארסירט אבער ווען מענטשען פאלן יעדען ואגב ווי פליגען פון עקסדענטן )
Sent from my SM-G900V using Tapatalk
זייער שיין אבער איך האב געהערט ממש די זעלבע מעשה און די רעזאלטאטן זענען געווען פונקט קאפויער.berlbalaguleh האט געשריבן:מיינונגזאגער:ווען איך האב געזאגט אז צומאל קען א רייע פון נעגאטיווע ערשיינונגען אין א מענטשנ'ס לעבן אנצינדן ביי איהם/איהר אין קאפ צו אנהייבן דעם פראצעס פון זיך פארבעסערן, האביך גערעדט פון ערשטהאנטיגע אינפארמאציע. ווייל איך קען א פרוי (זי האט עס אליין פארציילט) וואס איז אדורך א צאל טראגעדיעס אין איהר לעבן. דאס האט איהר געמאכט טראכטן אז אפשר ווילל גאט עפעס פון איהר.. איהר ערשטער מאן איז געשאסן געווארן. און זי איז אדורך געזונטהייט פראבלעמען. מיט נאך אנדערע נעגאטיווע געשעענישן...אזוי ארום איז זי געווארן א בעלת תשובה...!
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואו שטייט אז מ'דארף גלייבן אז בין עיניכם מיינט נישט צווישן די אויגן? מ'דארף טון וואס די חכמים הייסן און פארטיג, ועשית ככל אשר יורוך, אבער גלייבן?!
די גמרא זאגט נישט אז מ'דארף גלייבן סיי וואס, סך הכל שטייט אז איינער וואס שטעלט זיך ארויס און זאגט אז די חכמים ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זיך, האומר אין תחיית המתים מן התורה, אין לו חלק לעולם הבא. אבער איינער וואס זאגט אם קבלה היא נקבל ואם לדון יש תשובה, איז א כשרע איד ע"פ דינא דגמרא.
וואס איז טאקע יא די סיבה אז מ'לייגט אזא דגוש אויפ'ן בארד?רביה''ק זי''ע האט געשריבן:עפעס איז דעם אשכול ארויפגעקומען אין א שמועס מיט @שמן למאור, האב איך מיך דערמאנט אז בראשית פון מיין וועג ארויס פון די געטאו האב איך א שטיק צייט געשמועסט מיט א חשובער איד וואס קען זיין מיין טאטע איבער אלע מיינע שאלות/קשיות/קווענקעלנישן. בקיצור, איין מאל איז ארויפגעקומען די שמועס איבער שניידן די בארד, און איך האב צו איהם גע'טענה'ט אז איך פארשטיי נישט פארוואס אונז שניידן נישט די בארד, די גאנצע מקור איז דאך וועגן א זוהר און באמת מיינט די זוהר גאר עפעס אנדערש, און אסאך מקובלים, אריינגערעכנט תלמידי האריז"ל, האבן געשניטן די בארד, וכו', און אזוי האב איך אויסגערעכנט אלע מיינע טענות מיט דיוקים אין די מקורות וכו'. אוי האט ער זיך אויפגערעגט אויף מיר, ער האט זיך גענומען שרייען אויף מיר מיט באנומענע קולות "דו ווילסט מיר איינרעדן אז דו מיינסט טאקע אז מ'שניידט נישט די בארד וועגן א זוהר? ביזטו משוגע צו וואס? וויפיל נאך זאכן שטייט אין זוהר וואס אונז טוען נישט? און די אמיש שניידן אויך נישט די בארד וועגן דעם זוהר? ביזטו אויפ'ן קאפ געפאלן? גרויסע מציאה, האסט געטראפן א דיוק אין זוהר! פארשטייסט נישט אליינס אז די זוהר איז בכלל נישט די נושא?" ער האט פשוט נישט געקענט צו זיך קומען פון מיין טפשות... און ער האט זיך נישט בארואיגט ביז ער האט געזעהן אז איך בין מיט איהם... מודה געוועהן צו איהם האב איך גלייך, ס'האט מיר נאר געדויערט א שיינע פאר יאר צו פארשטיין זיין רעגעניש אויך...
לפי @רביה"ק איז די סיבה ווייל מיר וויל אויסקוקן פארצייטיש, מען האט עס פשוט אנגעהאנגן אויף א זוהר.לייבל שטילער האט געשריבן:וואס איז טאקע יא די סיבה אז מ'לייגט אזא דגוש אויפ'ן בארד?רביה''ק זי''ע האט געשריבן:עפעס איז דעם אשכול ארויפגעקומען אין א שמועס מיט @שמן למאור, האב איך מיך דערמאנט אז בראשית פון מיין וועג ארויס פון די געטאו האב איך א שטיק צייט געשמועסט מיט א חשובער איד וואס קען זיין מיין טאטע איבער אלע מיינע שאלות/קשיות/קווענקעלנישן. בקיצור, איין מאל איז ארויפגעקומען די שמועס איבער שניידן די בארד, און איך האב צו איהם גע'טענה'ט אז איך פארשטיי נישט פארוואס אונז שניידן נישט די בארד, די גאנצע מקור איז דאך וועגן א זוהר און באמת מיינט די זוהר גאר עפעס אנדערש, און אסאך מקובלים, אריינגערעכנט תלמידי האריז"ל, האבן געשניטן די בארד, וכו', און אזוי האב איך אויסגערעכנט אלע מיינע טענות מיט דיוקים אין די מקורות וכו'. אוי האט ער זיך אויפגערעגט אויף מיר, ער האט זיך גענומען שרייען אויף מיר מיט באנומענע קולות "דו ווילסט מיר איינרעדן אז דו מיינסט טאקע אז מ'שניידט נישט די בארד וועגן א זוהר? ביזטו משוגע צו וואס? וויפיל נאך זאכן שטייט אין זוהר וואס אונז טוען נישט? און די אמיש שניידן אויך נישט די בארד וועגן דעם זוהר? ביזטו אויפ'ן קאפ געפאלן? גרויסע מציאה, האסט געטראפן א דיוק אין זוהר! פארשטייסט נישט אליינס אז די זוהר איז בכלל נישט די נושא?" ער האט פשוט נישט געקענט צו זיך קומען פון מיין טפשות... און ער האט זיך נישט בארואיגט ביז ער האט געזעהן אז איך בין מיט איהם... מודה געוועהן צו איהם האב איך גלייך, ס'האט מיר נאר געדויערט א שיינע פאר יאר צו פארשטיין זיין רעגעניש אויך...