בלאט 8 פון 8
נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2019 2:43 pm
דורך מודה בטפל
שילדיג זענען מיר די נארמאלע מענטשן וואס קענען נישט ארויסקומען מיט אנדערע קארטלעך צו טיילן און מאכן א צימעשעניש אז ס'זאל זיי פארגיין דעם אפעטיט. די קיצונים טרעפן מעלער מיט איידיעס מיט עשירים צו שטיצן, זיי טויגן בעסער. אז די משוגעים זענען מער קריעטיוו זענען זיי גערעכט
נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2019 3:00 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דער עולם דא כאפט נישט אז די שומרים קארטלעך איז נישט מער ווי א תוצאה פון די נייע מציאות פונעם איין-און-צוואנציגסטן יאר-הונדרעט, אין די היינטיגע וועלט פון אינפארמאציע איז נאר דא איין וועג איבערצוצייגן א מענטש אז דיין וועג איז ריכטיג, פשוט פרעזענטירן די פאקטן און אים לאזן אליינס אפמאכן וואס צו טון דערמיט. אויב איז ער נישט איבערצייגט אין די ריכטיגקייט פון דיין שיטה, קענסטו זיין זיין טאטע/עלטער-זיידע/רבי/רשכבה"ג, ס'עט דיר גארנישט העלפן. ס'געענדיגט די אלטע צייטן וואו א טאטע אדער מחנך האט געקענט אריינבאקן אין זיין קינד וואס אימער ס'איז אים געפעלן, א רב האט געקענט מאכן גזירות און עולם גולם איז נאכגעטאנצן, קענסט זיין חשוב ווי משה רבינו, אויב האסטו נישט קיין הסבר אויף דיין שיטה קענסטעך האלטן דערמיט. אויב האלטסטו אז די שומרים קארטלעך פיטערט דיין קינד מיט פאלשע אינפארמאציע, ווייז אים אויף די פאלשקייט דערפון, אויב דו פארשטייסט עס איז נישט דא קיין שום סיבה ער זאל עס נישט אויך פארשטיין. אויב דיין קינד קוקט דיך אראפ און ס'שטערט דיר, איז דער איינציגסטער עצה אים מסביר צו זיין פארוואס דו ביזט גערעכט.
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2019 3:11 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ויקץ והנה חלום. אלס איז פונקט ווי פריער, דעמאלס האט מען נאר טיילמאל געפאלגט, ווי היינט. שקר האט געבונטעוועט, און אפילו די וואס פאלגן נישט האבען געמאכט אן אנשטעל כאילו מ׳פאלגט, און די גאלדענע קייט האט זיך ווייטער געצויגן.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2019 3:28 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שקר האט אלץ געבונטעוועט, און שקר וועט ווייטער בונטעווען. די חילוק איז נאר, אז אמאל איז עס געווען א מלחמה איבער אויטאריטעט - ווער ס'האט געהאט מער פאווער דער האט געווינען, און היינט איז עס א מלחמה פון אינפארמאציע - ווער ס'קען בעסער אהערשטעלן זיין מיינונג איז דער געווינער. אמאל אז די שקרנים און מסלפים זענען געווען אין אויטאריטעט און דו ביזט געשטאנען פון הינטן, האט קיינער אפילו נישט געהערט וואס דו זאגסט. היינט אבער קען יעדע שמויגער זיך עפענען א בלאג און זיך אויסטענהן אויף פארומס און יוטיוב קאממענטס, און ווער ס'וויל וואוסן דעם אמת קען עס זייער גרינג טרעפן.
כי מלאה הארץ דעה כמים לים מכסים.
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2019 11:22 pm
דורך משהה פרידמן
קאמענטארן זענען איבריג
IMG_20190228_062149.jpeg
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 3:00 am
דורך קאצקע ציקער
היינט שרייט מיך נאך א בחורל נו סמארט פאן
Shocking#
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 6:35 am
דורך איסר האטלקי
משהה פרידמן האט געשריבן:קאמענטארן זענען איבריג
IMG_20190228_062149.jpeg
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
קאנמענטארן זענען בכלל נישט איבריג. מ'שרייט שוין אזוי 8 יאר אז סמארטפאונס איז אוישוויץ, שריפת הנשמה וגוף קיים.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 10:53 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קאצקע ציקער האט געשריבן:היינט שרייט מיך נאך א בחורל נו סמארט פאן
Shocking#
ווען עס פאסירט צו יענעם, טויג עס נישט. ווען עס פאסירט צו דיר, איז עס שוידערליך.
דער חילוק צווישען א recession און א depression, והדברים עתיקים.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:05 am
דורך רביה''ק זי''ע
איסר האטלקי האט געשריבן:סמארטפאונס איז אוישוויץ, שריפת הנשמה וגוף קיים.
שוין א לאנגע צייט וואס איך וואונדער מיך וויאזוי א נשמה קען ווערן פארברענט, איך מיין אז פשט איז אזויווי ניטשע האט געזאגט "גאט איז טויט", והוא הדין לענין הנשמה, ודו"ק.
נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2019 1:49 am
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:סמארטפאונס איז אוישוויץ, שריפת הנשמה וגוף קיים.
שוין א לאנגע צייט וואס איך וואונדער מיך וויאזוי א נשמה קען ווערן פארברענט, איך מיין אז פשט איז אזויווי ניטשע האט געזאגט "גאט איז טויט", והוא הדין לענין הנשמה, ודו"ק.
פארקויף נישט די נשמה פאר די שטן !
(ראדני בית כסא)
דאס מיינט ישיב לא נאמר כי אם ושב, אז די אייבערשטער איז מיט אונז אין גלות, און קען אויך פארקויפט ווערען.
אבער פארברענען די נשמה? גאט ב"ה איז אליינס אן אש אוכלה, איז דען שייך צו פארברענען פייער?
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2019 6:07 pm
דורך אישתישבי
היימישע געשעפטן דארפען באקומען פרעשור אז זיי זאלען נישט פארקויפען די אומווערדיגע קארטלעך.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2019 7:54 pm
דורך איסר האטלקי
קיין איין געשעפט פארקויפט נישט די קארטליך. מ'טיילט עס אין חדרים און פריוואטע מענטשן טיילן עס ארום אין די בתי מדרשים.
(איך קום אין בית מדרש פארטאגס, טרעף איך די קארטליך נאך פאר ס'ווערט אוועקגעווארפן...)
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2019 8:48 pm
דורך מודה בטפל
קודש ספרים סטאר פארקויפט עס
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2019 9:57 am
דורך הקטן
וואלווי האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:סמארטפאונס איז אוישוויץ, שריפת הנשמה וגוף קיים.
שוין א לאנגע צייט וואס איך וואונדער מיך וויאזוי א נשמה קען ווערן פארברענט, איך מיין אז פשט איז אזויווי ניטשע האט געזאגט "גאט איז טויט", והוא הדין לענין הנשמה, ודו"ק.
פארקויף נישט די נשמה פאר די שטן !
(ראדני בית כסא)
דאס מיינט ישיב לא נאמר כי אם ושב, אז די אייבערשטער איז מיט אונז אין גלות, און קען אויך פארקויפט ווערען.
אבער פארברענען די נשמה? גאט ב"ה איז אליינס אן אש אוכלה, איז דען שייך צו פארברענען פייער?
ס'איז א מליצה, chill
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2019 10:02 am
דורך וואלווי
הקטן האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:סמארטפאונס איז אוישוויץ, שריפת הנשמה וגוף קיים.
שוין א לאנגע צייט וואס איך וואונדער מיך וויאזוי א נשמה קען ווערן פארברענט, איך מיין אז פשט איז אזויווי ניטשע האט געזאגט "גאט איז טויט", והוא הדין לענין הנשמה, ודו"ק.
פארקויף נישט די נשמה פאר די שטן !
(ראדני בית כסא)
דאס מיינט ישיב לא נאמר כי אם ושב, אז די אייבערשטער איז מיט אונז אין גלות, און קען אויך פארקויפט ווערען.
אבער פארברענען די נשמה? גאט ב"ה איז אליינס אן אש אוכלה, איז דען שייך צו פארברענען פייער?
ס'איז א מליצה, chill
Same here. זעט אויס אז נאכ'ן זיבעטען מאל כאפט מען אויפ'ן ווינק...
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2019 11:37 am
דורך חתן בחור
פושעי ישראל בגופן ופושעי אומות העולם בגופן יורדין לגיהנם ונידונין בה י"ב חדש לאחר י"ב חדש גופן כלה ונשמתן נשרפת ורוח מפזרתן תחת כפות רגלי צדיקים שנא' (מלאכי ג, כא) ועסותם רשעים כי יהיו אפר תחת כפות רגליכם.
(ראש השנה י״ז א׳)
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2019 12:02 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מילא פון פייער, אבער סתם גלאט אזוי פון זיך איינקוקן אין א סקרין? אלא מחוורתא כדשנינן.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2019 12:17 pm
דורך חתן בחור
שוין גארנישט אזוי גלאט, די תנא קמא האלט אז דורכ׳ן קוקען אויפ׳ן טמא׳נא כלי (פוי) ווערט מען א פושעי ישראל בגופן.
די גוים האבן זיך צוגעכאפט...
נשלח: מיטוואך מערץ 03, 2021 11:50 pm
דורך רביה''ק זי''ע