סיפורי צדיקים
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ווי צוגעברענגט דא איז בּיהעיוויאריזם א פאָנקשענאל סייענס וואס לייגט נישט קיין שום געוויכט אויף די מחשבה וכו׳ פונעם מענטש: אויב זעה איך אז א געוויסע סטימיולוס וואס געשעהט (גראד) נאך א רעספּאַנס, הייבט די שאנסן אז די סארט רעספּאַנס קלאס זאל פאסירן ביים מענטש, דאן איז דאס א ריענפאָרסער דערפאר, און איך ווייס אז איך קען דאס נוצן יעצט צו הייבן די שאנסן פאר די סארט רעספּאַנס קלאס בהעתיד (ווען עס איז דא די זעלבע מעיקרא׳דיגע סטימיולוס קלאס בעפאר די רעספּאַנס). דער מענטש דארף בכלל נישט זיין באוואוסטזיניג דערצו.
בּוּרהוּס פרעדעריק סקינער, דער פאטער פון בּיהעיוויאריזם, פארציילט אז ער איז איינמאל געווען ביי א קאנפערענץ וואו דער פסיכאלאג דר. עריך פראַם האט זיך שטארק מתווכח געווען קעגן דעם אוועקוקן לגמרי אויפ׳ן גאנצן מחשבה ובחירה פונעם מענטש מכל וכל ביחס צו זיין התנהגות, זאגענדיג אז ״מענטשן זענען נישט קיינע פייגלעך״. האט סקינער געשריבן א צעטל און דאס שטילעקהייט ארומגעשיקט צו זיינע קאלעגעס דארט ביים קאנפערענץ. ער האט געשריבן: ״באמערקטס פראַם׳ס לינקע האנט. איך גיי מאכן אז צוביסלעך זאל ער מאכן דערמיט א chopping motion.״ פראַם האט בעיקר גערעדט/געקוקט צו סקינער זייענדיג אז ער איז (בעצם) דער מייסד פונעם מהלך וואס איז אים נישט געפאלן. סקינער האט זיך אביסל אוועקגעדרייט פון אים און אים נאר אָנגעקוקט פונעם עק פונעם אויג. פראַם האט ״גערעדט מיט זיינע הענט אסאך״. יעדעס מאל וואס פראַם האט אויפגעהויבן די לינקע האנט האט זיך סקינער אויסגעדרייט צו אים פנים אל פנים. און ווען פראַם האט דאס אראפגעלייגט האט סקינער געשאקעלט מיט׳ן קאפ און געשמייכעלט. נאך 5 מינוט דערפון האט פראַם געהאלטן אין איין ארויף און אראפ לייגן די לינקע האנט.

זייער גוט ארויסגעברעגט "סקיניר'ס theory" אז איין זאך טריגערט אן אנדערע ריספאנס און לאו דוקא אז עס האט א קאנעקשען אדער א סיבה פארוואס עס איז גורם אז די אנדערע זאך זאל ארויפקומען למחשבה אדער גאר למעשה.מי אני האט געשריבן:ווי צוגעברענגט דא איז בּיהעיוויאריזם א פאָנקשענאל סייענס וואס לייגט נישט קיין שום געוויכט אויף די מחשבה וכו׳ פונעם מענטש: אויב זעה איך אז א געוויסע סטימיולוס וואס געשעהט (גראד) נאך א רעספּאַנס, הייבט די שאנסן אז די סארט רעספּאַנס קלאס זאל פאסירן ביים מענטש, דאן איז דאס א ריענפאָרסער דערפאר, און איך ווייס אז איך קען דאס נוצן יעצט צו הייבן די שאנסן פאר די סארט רעספּאַנס קלאס בהעתיד (ווען עס איז דא די זעלבע מעיקרא׳דיגע סטימיולוס קלאס בעפאר די רעספּאַנס). דער מענטש דארף בכלל נישט זיין באוואוסטזיניג דערצו.
בּוּרהוּס פרעדעריק סקינער, דער פאטער פון בּיהעיוויאריזם, פארציילט אז ער איז איינמאל געווען ביי א קאנפערענץ וואו דער פסיכאלאג דר. עריך פראַם האט זיך שטארק מתווכח געווען קעגן דעם אוועקוקן לגמרי אויפ׳ן גאנצן מחשבה ובחירה פונעם מענטש מכל וכל ביחס צו זיין התנהגות, זאגענדיג אז ״מענטשן זענען נישט קיינע פייגלעך״. האט סקינער געשריבן א צעטל און דאס שטילעקהייט ארומגעשיקט צו זיינע קאלעגעס דארט ביים קאנפערענץ. ער האט געשריבן: ״באמערקטס פראַם׳ס לינקע האנט. איך גיי מאכן אז צוביסלעך זאל ער מאכן דערמיט א chopping motion.״ פראַם האט בעיקר גערעדט/געקוקט צו סקינער זייענדיג אז ער איז (בעצם) דער מייסד פונעם מהלך וואס איז אים נישט געפאלן. סקינער האט זיך אביסל אוועקגעדרייט פון אים און אים נאר אָנגעקוקט פונעם עק פונעם אויג. פראַם האט ״גערעדט מיט זיינע הענט אסאך״. יעדעס מאל וואס פראַם האט אויפגעהויבן די לינקע האנט האט זיך סקינער אויסגעדרייט צו אים פנים אל פנים. און ווען פראַם האט דאס אראפגעלייגט האט סקינער געשאקעלט מיט׳ן קאפ און געשמייכעלט. נאך 5 מינוט דערפון האט פראַם געהאלטן אין איין ארויף און אראפ לייגן די לינקע האנט.
האב איך געטראכט אז אפשר לומר לפי זה...
דאס וואס ה' זאגט פאר נח אז ווען ער וועט זעהן די קשת ביי די ענן וועט עס זיין א אות לברית אז ולא יהיה עוד המים למבול...
את קשתי נתתי בענן והיתה "לאות ברית" ביני ובין הארץ
אויך שטייט, ווען ער וועט עס זעהן וועט ער זוך דערמאנען פון די בונד....
והיה בענני ענן על הארץ "ונראתה הקשת בענן וזכרתי את בריתי" אשר ביני וביניכם ובין כל נפש חיה בכל בשר ולא יהיה עוד המים למבול לשחת כל־בשר
און שפעטער שטייט די אייבערשטער האט עם געוויזען די קשת..
ויאמר אלהים אל נח "זאת אות הברית" אשר הקמתי ביני ובין כל בשר אשר על הארץ
פארוואס איז אזוי וויכטיג אז ה' ווייזט איהם יעצט די קשת?
אפשר לומר, ער איהם געוויזען די קשת די ערשטע מאל און פארשטיין געבן אז די קשת טוט איהם זאגן אז עס קומט נישט קיין מבול, אין מיט דעם איז אויפגעבויט געווארן א קאנעקשען אז ווען מ'זעהט די קשת זאגט דאס לא יהיה עוד מבול...
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
די שאלה איז צי די קשת איז די ענטיסיִדענט פונעם דערמאנט ווערן איבער׳ן העדר הבאת מבול לעולם, וממילא איז דאס א קאנדישאנד סטימיולוס וואס ברענגט דעם קאנדישאנד רעספּאַנס, ועפ״י רעספּאַנדענט/קלאסישע/פּאַוולאָוויען קאנדישאנינג. אבער עס קען זיין ביידע ועפ״י טשעינינג: די קאנסעקווענץ פון איין בּיהעיוויאר/רעספּאַנס (ועפ״י סקינעריען/אַפּעראנט קאנדישאנינג) איז די ענטיסיִדענט/סטימיולוס ממש פאר׳ן נעקסטן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
פארדעם שטייט כי יצר לב האדם רע מנעוריו ביי די קשת, ארויסצוברענגען אז ער איז ווי א דאגי (פייגעל) וואס שלעפט זיך נאך, און מען דארף דן עס נעמען אין באטראכט און נישט חרוב מאכן.
ווי אויך דער קשיא אז דער קשת איז דאך א טבע, איז ווי אזוי קען דאס זיין א סימן (דבריַ יחזקאל), איז טאקע דאס, דער קשת סימבאליזירט אז עס איז א טבע, פונקט ווי ווען א מענטש זינדיגט.

בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ס'איז אינטרעסאנט אז ר' יוסף אבן כספי שרייבט אין זיין פירוש על משלי (ג ב):מי אני האט געשריבן:מ׳פארציילט אז סקראט׳ס ווייב, קזענטיפּי, האט זיך אמאל אזוי אויפגערעגט אויף אים אז זי האט אויסגעגאסן אויף אים א גרף של רעי. ער האט דאס מקבל געווען און געזאגט, ״נאכ׳ן דונערן קומט די רעגן״.
אפלטון פארציילט אין זיין פיִדאָ אז פאר מ׳האט הינגעריכטעט סקראט איז קזענטיפּי דארט געווען מיט אים אין תפיסה האלטענדיג זייער אינגסטע קינד און געוויינט. האט ער געבעהטן מ׳זאל איר אהיים נעמען ווייל ער וויל נישט זעהן די הרגשים פון א פרוי און ער וויל ענדערשער האבן א פילאזאפישן שמועס מיט זיינע תלמידים/חברים. דערנאך ווען זיי זענען געווען צובראכן האט ער זיך געבייזערט אויף זיי אז זיי פיהרן זיך אויף ווי פרויען.
מ׳זאגט נאך משמיה: ״מ׳זאל חתונה האבן ממ״נ. אויב האט מען א גוטע ווייב וועט מען ווערן צופרידן. אויב נישט, וועט מען ווערן א פילאזאף״. אפשר קען מען מיט דעם אביסל טייטשן (שבת יא.) כל רעה ולא אשה רעה, און (ביצה לב:) מי שאשתו מושלת עליו חייו אינם חיים, ווייל אז ער האט אן אשה רעה איז ער א פילאזאף וואס איז זיך מתבונן אין די פיוּטילטי וכו׳ פון החיים און מהו ״הרעות״. ווי אויך דאס וואס די גמרא זאגט (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל א פילאזאף איז נישט אזוי שנעל מודה אין גיהנם. Friedrich Nietzsche
וכבר סופר על סוקראט שראה שלפי טבעו שלא ראוי לחיות רק עשרים שנה, ונשמר מאשה כל ימיו וחיה ארבעים שנה.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אפלטון און קזענאפאן דערמאנען אז ער האט געהאט א ווייב, אַן אשה קשה, וואס האט געהייסן קזענטיפּי (און זיי האבן צוזאמען געהאט דריי קינדער). ס'איז יתכן אז זי איז געווען כמעט "40" יאר אינגער ווי ער - אזויפיל ווי אבן כספי זאגט אז ער האט געלעבט זיין לעבן לענגער וועגן דעם וואס ער האט נישט חתונה געהאט. קזענאפאן שרייבט אז סקראט האט איר געוואלט פאר א ווייב דייקא ווייל זי איז שווער, וויבאלד דאס וועט אים אויסלערנען וויאזוי זיך אומצוגיין און רעדן מיט מענטשן און זיך טענה'ן מיט זיי. און עס איז גאר יתכן, עפ"י א מקור וואס איז אפשר פון אריסטו, אז סקראט איז געווען א בּיגאמיסט און האט געהאט א צווייטע ווייב אויך, וואס האט געהייסן מירטאָ.
דער האלאנדישער ארטיסט פון 400 יאר צוריק רעיער וואַן בּלאמענדאל האט געמאלן ווי מירטאָ פרובירט אים מפתה צו זיין, זייענדיג אז ער איז אזוי פארטיפט במחשבתו, און קזענטיפּי באגיסט אים מיט וואסער (אנשטאטס דעם גרף של רעי). איך האב געמעקט די אפענע בריסטן אלס דעם אז מ'איז דא מער חושש אויף צניעות. הגם דאפשר לצדד אז דאס איז נישט דייקא עראטיש און עס איז אַרט, און עס איז מער דומה צו דאס וואס @אבטולמוס ברענגט צו אין די אשכול. ועיין כאן. דא קען מען זעהן די פּעינטינג מיט אינפארמאציע דערוועגן.
עכ"פ אונז זעהן אז ראשונים ברענגען נישט אלס אראפ אזוי קראנט איבער חיי הפילוסופים היוונים.
דער האלאנדישער ארטיסט פון 400 יאר צוריק רעיער וואַן בּלאמענדאל האט געמאלן ווי מירטאָ פרובירט אים מפתה צו זיין, זייענדיג אז ער איז אזוי פארטיפט במחשבתו, און קזענטיפּי באגיסט אים מיט וואסער (אנשטאטס דעם גרף של רעי). איך האב געמעקט די אפענע בריסטן אלס דעם אז מ'איז דא מער חושש אויף צניעות. הגם דאפשר לצדד אז דאס איז נישט דייקא עראטיש און עס איז אַרט, און עס איז מער דומה צו דאס וואס @אבטולמוס ברענגט צו אין די אשכול. ועיין כאן. דא קען מען זעהן די פּעינטינג מיט אינפארמאציע דערוועגן.
עכ"פ אונז זעהן אז ראשונים ברענגען נישט אלס אראפ אזוי קראנט איבער חיי הפילוסופים היוונים.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
קזענאפאן (וועלכער האט סתם אזוי פארשריבן היסטאריע) און אפלטון האבן געלעבט אין די צייטן פון סקראט און אים פערזענליך געקענט. משא"כ ר' יוסף אבן כספי וואס איז 2,000 יאר שפעטער (ער צייכענט נישט צו קיין מקור).
ולגבי די סיפור פון אריסטו, וואס ווערט אויך נאר צוגעברענגט צום ערשטן מאל היבש לאחר ימיו (בערך 1,000 יאר אויב איז די מספר רב האי גאון; נאך שפעטער אויב איז דער אריגינעלער מספר רבינו שלמה פטיט הצרפתי), שרייב איך דארט פארוואס עס איז לכאורה שווער (הגם טאקע מעגליך).
ולגבי די סיפור פון אריסטו, וואס ווערט אויך נאר צוגעברענגט צום ערשטן מאל היבש לאחר ימיו (בערך 1,000 יאר אויב איז די מספר רב האי גאון; נאך שפעטער אויב איז דער אריגינעלער מספר רבינו שלמה פטיט הצרפתי), שרייב איך דארט פארוואס עס איז לכאורה שווער (הגם טאקע מעגליך).
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ר' יוסף אבן כספי איז מפרש בקהלת עה"פ (ז כו) ומוצא אני מר ממות את האשה וגו':מי אני האט געשריבן:מ׳פארציילט אז סקראט׳ס ווייב, קזענטיפּי, האט זיך אמאל אזוי אויפגערעגט אויף אים אז זי האט אויסגעגאסן אויף אים א גרף של רעי. ער האט דאס מקבל געווען און געזאגט, ״נאכ׳ן דונערן קומט די רעגן״.
אפלטון פארציילט אין זיין פיִדאָ אז פאר מ׳האט הינגעריכטעט סקראט איז קזענטיפּי דארט געווען מיט אים אין תפיסה האלטענדיג זייער אינגסטע קינד און געוויינט. האט ער געבעהטן מ׳זאל איר אהיים נעמען ווייל ער וויל נישט זעהן די הרגשים פון א פרוי און ער וויל ענדערשער האבן א פילאזאפישן שמועס מיט זיינע תלמידים/חברים. דערנאך ווען זיי זענען געווען צובראכן האט ער זיך געבייזערט אויף זיי אז זיי פיהרן זיך אויף ווי פרויען.
מ׳זאגט נאך משמיה: ״מ׳זאל חתונה האבן ממ״נ. אויב האט מען א גוטע ווייב וועט מען ווערן צופרידן. אויב נישט, וועט מען ווערן א פילאזאף״. אפשר קען מען מיט דעם אביסל טייטשן (שבת יא.) כל רעה ולא אשה רעה, און (ביצה לב:) מי שאשתו מושלת עליו חייו אינם חיים, ווייל אז ער האט אן אשה רעה איז ער א פילאזאף וואס איז זיך מתבונן אין די פיוּטילטי וכו׳ פון החיים און מהו ״הרעות״. ווי אויך דאס וואס די גמרא זאגט (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל א פילאזאף איז נישט אזוי שנעל מודה אין גיהנם. Friedrich Nietzsche
ער זאגט אז דאס איז לגבי חכמת המונית ולאסוף קנינים. משא"כ לגבי א חכם בעיונית שרייבט ער בסוף קהלת:והכוונה בזה אמר שלמה, הנה נמצא מום רע מרוב החכמה, כי אף המופלג בה אפשר שיפול בחלקו אשה רעה או כעורה או בעלת מום רע. ומה הועילה לו הפלגת חכמתו והמושכלת שיבוא לתכלית, והוא הנביא השלם לא יפול בזה, וטוב לפני האלקים ימלט ממנה.
אין לבעל זאת החכמה נופל בחברת אשה רעה וכעורה, כי על פי ה' יעשה כל עניניו.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
***
בענין עקזיסטענשעליזם און דער פילאזאף גילבּערט רייל: ***
בענין יוּטיליטעריעניזם ודר. דערעק פּאַרפיט: ***
ולגבי די פריער-דערמאנטע סיפור: Obviously…
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער מאטעמאטיקער דר. דזשעימס וואדעל אלכסנדר (דער צווייטער) פלעגט ליב האבן צו קריכן אויף בערג. ווען ער איז געווען א פראפעסאר אין פּרינסטאן, פלעגט ער לאזן אפען די פענסטערס פון זיין אפיס אויפ׳ן העכסטן שטאק, כדי צו קענען ארויפקריכן אויף די ווענט אינדרויסן צו אריינגיין אין זיין אפיס.
אונז טרעפן מיר בעירובין כא. ביי פסי ביראות בשבת (הצרין), אז דאס איז נאר א היתר פאר בהמות, אבער א מענטש איז מטפס ועולה מטפס ויורד ע״ש. און די פסוק זאגט דאך (קהלת ז כט) אשר עשה האלקים את האדם ישר והמה בקשו חשבנות רבים. והיינו, אז נאר דער מענטש קען חשבון. וממילא אז ער איז א מענטש א מאטעמאטיקער ובעל חשבון, מוז ער זיין א מטפס ועולה…
אונז טרעפן מיר בעירובין כא. ביי פסי ביראות בשבת (הצרין), אז דאס איז נאר א היתר פאר בהמות, אבער א מענטש איז מטפס ועולה מטפס ויורד ע״ש. און די פסוק זאגט דאך (קהלת ז כט) אשר עשה האלקים את האדם ישר והמה בקשו חשבנות רבים. והיינו, אז נאר דער מענטש קען חשבון. וממילא אז ער איז א מענטש א מאטעמאטיקער ובעל חשבון, מוז ער זיין א מטפס ועולה…
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער פיזיקער דר. דימיטרי קריאקאוו האט אמאל געקריגן א $400 קנס טיקעט פון א פאליציי מאן אין קאליפארניא, פאר׳ן דורכגיין א סטאַפּ סיין. ער האט דאס געפייט אין קאָרט און אפגעשריבן א גאנצע אקאדעמישע פאפיר אז ער איז פטור. דאס איז וויבאלד, עפ״י פיזיקס, לפי וואו דער פאליציי מאן איז געשטאנען וואלט עס אויסגעזעהן ווי ער פארט דורך דעם סטאַפּ סיין, הגם ער האט זיך באמת יא אפגעשטעלט.
די טענה האט גע׳ארבעט ביים שופט און ער איז ארויס פטור.
(ער האט אריינגעגעבן די פאפיר צום דזשורנאל אום אפּריל דעם ערשטן 2012. וממילא איז יתכן אז דאס איז אַן ״עיפּריל פוּל׳ס וויץ״.)
***
די טענה האט גע׳ארבעט ביים שופט און ער איז ארויס פטור.
(ער האט אריינגעגעבן די פאפיר צום דזשורנאל אום אפּריל דעם ערשטן 2012. וממילא איז יתכן אז דאס איז אַן ״עיפּריל פוּל׳ס וויץ״.)
***
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
נאך א לעקציע וואס די פילוסוף עליזאַבּעט ענסקאם האט געגעבן, האט מען איר ארויסגענומען עסן צו עפעס א רעסטאראנט. זי האט געהאט אָנגעטוהן הויזן און אָנקומענדיג אהין האט מען איר געזאגט אז פרויען קענען נישט אריינגיין מיט הויזן. האט זי זיך דארט אויסגעטוהן די הויזן און אזוי אריין, מיט די אונטערוועש, אינעם רעסטאראנט.
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re:
מי אני האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:02 am נאך א לעקציע וואס די פילוסוף עליזאַבּעט ענסקאם האט געגעבן, האט מען איר ארויסגענומען עסן צו עפעס א רעסטאראנט. זי האט געהאט אָנגעטוהן הויזן און אָנקומענדיג אהין האט מען איר געזאגט אז פרויען קענען נישט אריינגיין מיט הויזן. האט זי זיך דארט אויסגעטוהן די הויזן און אזוי אריין, מיט די אונטערוועש, אינעם רעסטאראנט.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 366
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
- האט שוין געלייקט: 809 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל
Re:
דער דער רמב"ן אין זיין הקדמה צו תורת האדם ברענגט סקראט אלס ביישפיל פון די "פילוספי היונים" וואס האבן מרחיק געווען טרויער געפילן, עי"ש.מי אני האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 13, 2020 3:42 pm מ׳פארציילט אז סקראט׳ס ווייב, קזענטיפּי, האט זיך אמאל אזוי אויפגערעגט אויף אים אז זי האט אויסגעגאסן אויף אים א גרף של רעי. ער האט דאס מקבל געווען און געזאגט, ״נאכ׳ן דונערן קומט די רעגן״.
אפלטון פארציילט אין זיין פיִדאָ אז פאר מ׳האט הינגעריכטעט סקראט איז קזענטיפּי דארט געווען מיט אים אין תפיסה האלטענדיג זייער אינגסטע קינד און געוויינט. האט ער געבעהטן מ׳זאל איר אהיים נעמען ווייל ער וויל נישט זעהן די הרגשים פון א פרוי און ער וויל ענדערשער האבן א פילאזאפישן שמועס מיט זיינע תלמידים/חברים. דערנאך ווען זיי זענען געווען צובראכן האט ער זיך געבייזערט אויף זיי אז זיי פיהרן זיך אויף ווי פרויען.
מ׳זאגט נאך משמיה: ״מ׳זאל חתונה האבן ממ״נ. אויב האט מען א גוטע ווייב וועט מען ווערן צופרידן. אויב נישט, וועט מען ווערן א פילאזאף״. אפשר קען מען מיט דעם אביסל טייטשן (שבת יא.) כל רעה ולא אשה רעה, און (ביצה לב:) מי שאשתו מושלת עליו חייו אינם חיים, ווייל אז ער האט אן אשה רעה איז ער א פילאזאף וואס איז זיך מתבונן אין די פיוּטילטי וכו׳ פון החיים און מהו ״הרעות״. ווי אויך דאס וואס די גמרא זאגט (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל א פילאזאף איז נישט אזוי שנעל מודה אין גיהנם.