בלאט 8 פון 8

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 3:35 pm
דורך moshav zekeinim
ליצנות פון גאט איז נישט כפירה און פשוט'ע סייענס יא???

לאמיר דיר עפעס זאגן מיין פריינד:

דו האסט זייער ליב דעם ארט פון הומאר ממילה כאפסטו נישט ווי ווייט עס קען האבן אן ערנסטע איינפלוס אויף אנדערע מענטשן וואס זעהן אין דעם מער קרירות צו אמונה ווי איידער ארט. איך פלעג זיין ענדליך ביי מוזיק אין מיינע פרומע יארן, קוואליטי נגינה וואס אנטהאלט כפירה און זנות האב איך דערהערט אלס ריין מוזיק ארט, איך האב געטראעט וויאזוי עס ארויף צולייגן אויף א קל אדון, בשעת אנדערע וואס ליגן נישט אזוי אין מוזיק ארט האבן געהערט בעיקר די חלק הזנות והכפירה שבו.

מיט דברי חכמה ומחקר איז די זעלבע. די וואס זענען פארליבט אין מחקר זעהן דערין עפעס אנדערש ווי דער וואס איז נישט פארליבט דערין.

ביי מיר איז עס היינטיגע טעג סאציאלע יושר און שכל הישר דאס וואס אינטרעסירט מיר אממערסטנס. כמעט יעדער זאך קוק איך מיט די ברילן.

איך האב מקצר געווען, מען קען אבער אריין גיין אין דעם באריכות

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 8:59 pm
דורך berlbalaguleh
מושב זקנים: דאס איז דער אולטימאטיווער עקזעמפל/ביישפיל פון איראניע. דיין תגובה און די פועל יוצא פון די הנהלה (די מעקונג/עדיטן).

דו האלטסט אינמיטן מסביר זיין פארוואס א געוויסער טעאטער פארשטעלונג איז כפירה. און בתוך ההסבר שרייבסטו אנגעבליך דברי כפירה...!

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 11:29 pm
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:און ביי דעם עפיזאד וואו משה רבינו טרייט מסביר צו זיין די עשרת הדיברות. און די איזראעלי פרוי האלט אין איין פרעגן פראוואקאטיווע קשיות. און משה רבינו דערלאנגט איהר איבער'ן קאפ מיט די לוחות, נאכ'ן מסביר זיין איינמאל און נאכאמאל דעם טעם פון לא תרצח. איז דער מעסעדזש אז זיי מאכן חוזק פון די איזראעליס וואס פרעגן צופיהל קשיות אויף אלץ און אלעמען און דערקוטשען די יארן . און זיי וויללן אייביג זיין גערעכט...!

זיכער איז דאס נישט קיין געהויבענער שוי וועלכער פאסט צו פארשטעללן פאר קינדער. אבער א דערוואקסענער מענטש קען זעהן די איראניע און הומאר וואס ליגט אין די סיטואציע.

נישט דארט ליגט די אמונה אדער כפירה.נאר ווען איינער האקט טאג טעגליך די גרעסטע שטותים פון די טיפשים צווישן די גויים ווי דארווין, למשל מיט זיין טעאריע פון עוואלוציע. און פרעדיגט דאס טאג טעגליך. און אז מענטשן קומען פון מאנקיס. און אז די וועלט איז שוין ביליאנען יארן אלט. שטאטס אנצונעמען און פארשטיין וואס אפילו די קלוגע סייענטיסטן צווישן די גויים נעמען אן אז יש בעל לבירה. ס'איז דא א מנהיג העולם. דער באשעפער. און ער האט באשאפן אלע ברואים און פלאנצונגען אויף די וועלט און כביכול, ער קאנטראלירט די קלימאט אז מ'זאלל קענען וואוינען אויפ'ן כדור הארץ.אט די אמונה אדער כפירה אין בורא עולם און אין בריאת העולם. דאס איז די פרוף פון אמונה. זיכער. דארווין וסייעתו גלייבן נישט אין באשעפער. און אז א איד צו ער גייט יא, אדער נישט מיט ווייסע זאקן (אפילו מיט שווארצע) האלט זיך צו זיינע אפיקור'סישע שטותים. אט דאס הייסט כפירה. נישט א נארישער טעאטער שפיעל...!


מדבר שקר תרחק, עוועלאציע איז מעהר נישט קיין טעאריע!.

מיט דעם וואס דו שרייבסט טיפשים -גוים וואס גלייבן אין עוועלאציע, וויל איך דיר מודיע זיין אז רוב אידן היינטיגע צייטן גלייבן אין עוועלאציע, גארנישט מיט גוים/דארווין, עוואלציע איז א חלק פון קאנטעמפארערי סייענס. אין די לעצטע פאר יאהר בשעת איר זענט געוועהן פארנומען דרייווען באסעס און פייפן אויף די גערעגטע רוסישע טעקסי דרייווערס האבן די קלוגסטע מענטשען אויף די וועלט געפראוועט אז עוועלאציע איז אמת און איז היינט א חלק אין ביאלאגיע, קיין טעאריע איז עס מעהר נישט! מעגסטוך שוין אפּדעיטן איינמאל פאר אלעמאל. וויאזוי שעמט איר זיך נישט צושרייבן טיפשים בשעת איר מיט אייערע קינדער און אייניקלעך האבן הנאה פון די זעלבע סייענטיסטן און באנוצן זיך מיט זייער חכמה טאג טעגליך אין יעדע עספּעקט אין זייער לעבן פארשטיי איך נאכנישט.

ר׳ בערל סטיווען דזשעי גולד איז געוועהן א איד און נישט קיין גוי.
אזוי אויך קארל סעיגען, ריטשארד פיינמעאן זיי אלע האבן געהאלטן ווי דעם טיפיש דארווין. :roll: :roll: :roll:

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 11:34 pm
דורך שמעקעדיג
קען מען צוריקפארן צום נושא? דארווין איז שוין איבערגעקייעט געווארן מאה פעמים ואחד אין שטיבל. נעקסט קעיס...

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2017 12:04 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. פאר דערמאנען נאכאמאל. אויב האסטו געהאט א הוה אמינא אז איך גיי מיך דא אריינלאזן אין א וועלט-אויפשאקלענדיגן, ענדלאזן ויכוח איבער עוואלוציע און אנדערע שטותים, האסטו געהאט א טעות. דאס לאז איך איבער פאר די פילאזאפן און חכמים ונבונים בתוכנו. איך בין נאר א פשוט'ער בעל עגלה, וועלכער פארשטייט נאר צו שמייסן די פערד, און זיי געבן צו עסן. איך האב נאר געענטפערט פאר דעם הויפט אפיקורס וואס מיין דעפינישן פון א כופר בעיקר איז.

אבער אין איינוועגס האביך מיך אויסגעלערנט נאך א זאך. ווי ווייט פארגלייבט און וואספארא קנאים די אפיקורסים זענען אין באשיצן זייער רעליגיע, כפירה...!

שוין. צוריק צום הויפט נושא.נאך דעם גאנצן שקלא וטריא ווייסט מען נאכאלץ נישט וואס ס'האט צוגעברענגט צו אט די טראגעדיע, ר"ל. בשלמא ווען ער ארי אויסטערליץ, ע"ה וואלט געווען דיפרעסס'ט אין די חדשים און וואכן פאר די טראגעדיע וואלט מען געקענט פארשטיין. אבער לויט דעם ביסל וואס איך האב איהם געקענט און געהערט וועגן איהם איז ער געווען זייער א לעבעדיגער יונגערמאן. וועלכער האט געוואלט העלפן סיי וועמען אין אן עת צרה. פארקערט. ער האט נאך געגעבן חיזוק פאר אנדערע וועלכע האבן עס געדארפט.
ס'גנב'עט זיך מיר אריין א קלער אז אפשר איז עס נישט געווען וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן. א סואיסייד. נאר אן אנגעשטעלטע מעשה רציחה. וואס ער האטציך אפשר פארפלאנטערט מיט געפערליכע אונטערוועלטניקעס וועלכע האבן עס אנגעשטעלט אז ס'זאלל אויסזעהן ווי א זעלבסטמארד,רח"ל...!

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2017 7:55 am
דורך moshav zekeinim
זייער מעגליך. עס קען האבן געשעהן דורך חסידים, זיי זענען באקאנטע אונטערערדישע רוצחים.

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2017 2:55 pm
דורך ישראל גלויבער
די לעצטיגע תגובות דארף א באזונדערע אשכול, ביטע עס נישט ממשיך זיין אין דעם אשכול. א דאנק

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2017 9:09 pm
דורך שבת אחים
ישראל גלויבער האט געשריבן:די לעצטיגע תגובות דארף א באזונדערע אשכול, ביטע עס נישט ממשיך זיין אין דעם אשכול. א דאנק


דו ביסט דער נייער פארזארגער דא אין שטיבל? מזל טוב לכבוד דיין נייע פאזיציע! . כהאב געמיינט אז דו עפענסט א נייע קלאדינג געשעפט אין וויליאמסבורג??? עניווי, צוריק צו אלטן שמועס, דארווין האט אמאל געהאט בויך וויי האט ער געבעטן זיין ברודער זאל פארן צום רבין זיך מזכיר זיין און אינמיטן וועג האט בערל דער בעל עגלה מסביר געוועהן פאר דארווין פשוט אין די פראנצויזישע בלעז״ן פון רש״י ביז סאיז געקומען א איד ר׳ סענדער פון דייטש. אוי כהאב שיעור פארגעסן דא רעדט מען דאך פון אויסטערליץ, זיי מיר מוחל, איך זאג דיר צו נעסט טיים איך גיי קויפן א געבלימטע בעיקיטשע וועט עס זיין אין דיין געשעפט אין ״גלויבערס״. ערלעדיגט?

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2017 9:24 pm
דורך berlbalaguleh
moshav zekeinim האט געשריבן:זייער מעגליך. עס קען האבן געשעהן דורך חסידים, זיי זענען באקאנטע אונטערערדישע רוצחים.

מוישעוו: דו ווייסט גאנץ גוט וואס די רעאקציע פונ'ם עולם וואלט געווען צו דיינע דיבורים. איך האלט אז דו זאגסט עס נאר ווייל דו ווילסט זיין קיוט. ווייל אויב דו גלייבסט אזוי באמת, האביך שטארק מורא אז א דאקטער וועט דיר אויכעט נישט קענען העלפן...!

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2017 9:31 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:די לעצטיגע תגובות דארף א באזונדערע אשכול, ביטע עס נישט ממשיך זיין אין דעם אשכול. א דאנק


דו ביסט דער נייער פארזארגער דא אין שטיבל? מזל טוב לכבוד דיין נייע פאזיציע! . כהאב געמיינט אז דו עפענסט א נייע קלאדינג געשעפט אין וויליאמסבורג??? עניווי, צוריק צו אלטן שמועס, דארווין האט אמאל געהאט בויך וויי האט ער געבעטן זיין ברודער זאל פארן צום רבין זיך מזכיר זיין און אינמיטן וועג האט בערל דער בעל עגלה מסביר געוועהן פאר דארווין פשוט אין די פראנצויזישע בלעז״ן פון רש״י ביז סאיז געקומען א איד ר׳ סענדער פון דייטש. אוי כהאב שיעור פארגעסן דא רעדט מען דאך פון אויסטערליץ, זיי מיר מוחל, איך זאג דיר צו נעסט טיים איך גיי קויפן א געבלימטע בעיקיטשע וועט עס זיין אין דיין געשעפט אין ״גלויבערס״. ערלעדיגט?

שבת אחים: איך האב מיך אזוי שטארק געווארפן פאר געלעכטער אז איך בין אראפגעפאללן פון בענקל. און מיין שכן פון אונטן איז געקומען זעהן וואס דער זעץ אין זיין סיעלינג איז געווען. ס'האט אויסגעבראכן עטליכע באלבס אין זיין שענדעליער... :lol:

דו ביסט אזוי פאני אז איך הייב אן טראכטן צו איך זאלל ווערן דיין עידזשענט צו בוקן פאר דיר בדחנות ביי חתונות און שבע ברכות'ן. אפילו בר מצוות און מלוה מלכה דינערס. איך האב געהערט רומארס אז מיין רבי דער הייליגער יארמער רב שליט"א האלט שוין ביי ריטייערן. און מ'זוכט א ממלא מקום... :lol: :roll: