בלאט 8 פון 12

נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2017 9:23 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו: ווער איז דער אורח הכבוד אין בעלזא...? איז ער א איד מיט א קאפל...? אפשר גאר דער געוועזענער הויפט ראביי פון ענגלאנד, ראביי סאקס...?!

די פראבלעם מיט די הילוך המחשבה פון א טייל פון די יוצאי ותלמידי ק"ק סאטמאר איז, אז וויבאלד זיי/אונז האלטן זיך צו די שיטה פון התבדלות מ'ציונות און פון רוב מנין ורוב בנין פון כלל ישראל. מיינען זיי אז די גאנצע וועלט מוז אויכעט אזוי האלטן. און אויב איינער גייט נישט מיט צולאטשעטע פיאות אזוי ווי דער איד אין קרויס שטריימלעך קאמערשל, אדער טיילט ער נישט שומרים קארטלעך פאר קינדער, איז ער שוין אסור לבוא בקהל. און ווער ס'רופט איהם צו מסיבות, וכל שכן אויפטרעטן מיט דרשות, דער איז שוין אויטאמאטיש פסול, ביזן זיבן דורות צוריק.

אבער די וועלט. די אידישע וועלט. די ערליכע אידן פון רוב מנין ורוב בנין פון כלל ישראל מעסט אנדערש. אויב איינער איז א שומר תורה ומצוות. מעג ער זיין אפילו פון מזרחי/מפד"ל אדער אגודה איז ער אן ערליכער איד לכל דבר. שמירת התורה ומצוות לחוד ואידעאלאגיע לחוד. דאס וואס ס'טוט וויי פאר א סאטמאר'ע איד און ווערט פאררעכנט פאר אן עוולה קען נישט וויי טון פאר א נארמאללן וועלטליכן ערליכן איד. דער הילוך המחשבה איז אינגאנצן אנדערש.

און אפילו א נישט ערליכער איד, א תינוק שנשבה. וועלכער געט רעספעקט און דרך ארץ פאר ערליכע אידן, איז אויכעט א וואוילער איד...!

נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2017 11:07 pm
דורך איש את רעהו
berlbalaguleh האט געשריבן:איש את רעהו: ווער איז דער אורח הכבוד אין בעלזא...? איז ער א איד מיט א קאפל...? אפשר גאר דער געוועזענער הויפט ראביי פון ענגלאנד, ראביי סאקס...?!

די פראבלעם מיט די הילוך המחשבה פון א טייל פון די יוצאי ותלמידי ק"ק סאטמאר איז, אז וויבאלד זיי/אונז האלטן זיך צו די שיטה פון התבדלות מ'ציונות און פון רוב מנין ורוב בנין פון כלל ישראל. מיינען זיי אז די גאנצע וועלט מוז אויכעט אזוי האלטן. און אויב איינער


גור וכו' זענען קיינמאל נישט איינשטימיג געווען
די חתימות הרבנים זענען געווען נאר ביים בעלזער

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 12:11 am
דורך שמעון וואלף
תורה ומדע האט געשריבן:זעהט אויס אז דו הייבסט נישט אהן משיג צו זיין דער מהר"א מבעלז.
אויב דו ווילסט בעסער פארשטיין ליין אבדשעקטיבלי די פאלגענדע ספרים:
הרה"ק מבעלזא , בצלאל לנדוי.
בקדושתן של אהרן, פרלאוו.
ספרי הרב ארטנר מלוד
בקדש פנימה, יצחק לנדוי.
ועוד


איך זעה שוין פון ווי דיין 'אינדעפענדענט ריסערזש' קומט

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 12:34 am
דורך איך אויך
זאגסטו אז מען דארף ענדערש ליינען טעלערל מיט סילוף צו וויסן ווער בעלזער רב ז''ל איז געווען, כ'הער.

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 1:27 am
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איש את רעהו: ווער איז דער אורח הכבוד אין בעלזא...? איז ער א איד מיט א קאפל...? אפשר גאר דער געוועזענער הויפט ראביי פון ענגלאנד, ראביי סאקס...?!

די פראבלעם מיט די הילוך המחשבה פון א טייל פון די יוצאי ותלמידי ק"ק סאטמאר איז, אז וויבאלד זיי/אונז האלטן זיך צו די שיטה פון התבדלות מ'ציונות און פון רוב מנין ורוב בנין פון כלל ישראל. מיינען זיי אז די גאנצע וועלט מוז אויכעט אזוי האלטן. און אויב איינער


גור וכו' זענען קיינמאל נישט איינשטימיג געווען
די חתימות הרבנים זענען געווען נאר ביים בעלזער

איש את רעהו: השמע לאזנך את דבריך. גור, וכו' זענען קיינמאל נישט איינשטימיג געווען... גער האט נישט נאר געחתמ'ט אויפ'ן חוב קדוש. נאר זיי האבן אויך געשיקט שליחים. נציגים, ידועים ליראי השם. צו די אזוי-גערופענע כנסת המינים. א זאך וואס בעלזא האט נישט געטון...!

Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 7:20 am
דורך יעלה ויבא
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:עפעס הער איז אז איז ארויס געקומען א גילוי דעת פון ר' משה גרין ....

ווייסט איינער איבער דעם?

IMG-20170307-WA0153.jpg
בילד

lead, follow, or get out of the way

Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 7:41 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז מ׳האט איינמאל זיך אראפ געשלעפט די הויזען ברבים, דארף מען זיי ווידער אויפהייבען און פראבירען צו פארגעסען דערפון. אראפ שלעפען די גאטשעס איז נישט דער לעזונג.
׳ידידי מאז׳, איז עפעס א תירוץ? ווען זיי זענען נישט ידידים איז ער יא גרייט צו חתמ׳נען א צעטעל אויף עפעס וואס ער ווייסט נישט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 7:55 am
דורך איש את רעהו
קאווע טרינקער האט געשריבן:
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:עפעס הער איז אז איז ארויס געקומען א גילוי דעת פון ר' משה גרין ....

ווייסט איינער איבער דעם?
רבי משה.jpg








ווער וויל וויסן?

ליין איבער די ווערטער פון הרה"ג רבי משה, זייער אסאך ווילן וויסן וואס ער זאגט
און עס איז אינטערסאנט טאקע צו וויסן אויף וועלכע חלק ער האט יא געחתמט און אויף וואס ער האט נישט מכוון געווען בעת די חתימה
אזויפיל זעהט מען יא, אז די באטרעפענדע אויף וועם די צעטיל איז ארויס געקומען געבן נאך אזויפיל יחס צו די רבנים, אז מען לייגט אויף זיי דרוק, און מען רייסט זייערע צעטליך
די מחתימים מאכן זיכער אז די פובליסיטי פינעם קו"ק זאל גיין 2 פאכיג, איינס בעת די חתימת הקול קורא, און דערנאך ווען די חותמים דארפן זיך ענטשולדיגן

..
עס איז ווערד באזינדער צו אויסשמועסן די נקודה וואס רבי משה שמועסט אויס בנוגע אז די אדמו"ר האט חשובע אידן אינטער זיך, איז עס טאקע עפ"י הלכה א מעכב נישט צו זאגן א דעה אויף א מענטש אויב יענער האט במצודתו חשובע לייט? לדוגמא הרב שך האט געהאט עיכובים בנוגע זיין פערסענעל ארויסטריט קעגן ליבאוויטש בזמן וואס זיי האבן פארמאגט גאלדענע אידן ?

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 8:49 am
דורך איש את רעהו
אין די צייטען פון דוד אלרואי איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון יעקב פרנק איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון שבתי צבי איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון יש"ו הנוצרי איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון שלמה מולכו איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון אברהם אבולעפיה איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון אשר לעמליין איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון יוסף עבדאללה איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון דוד הראובני איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון ענן בן דוד איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?
אין די צייטען פון שריע מסוריה איז נישט תחת חסותו געווען חשובע לייט?

נישט אז מען פארגלייכט זיי צום אדמו"ר, אבער איז געווען א אישו דאס אז די באטרעפנדער האט אינטער זיך וואוילע לייט ?

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 8:51 am
דורך אהרן
איש את רעהו האט געשריבן:עס איז ווערד באזינדער צו אויסשמועסן די נקודה וואס רבי משה שמועסט אויס בנוגע אז די אדמו"ר האט חשובע אידן אינטער זיך, איז עס טאקע עפ"י הלכה א מעכב נישט צו זאגן א דעה אויף א מענטש אויב יענער האט במצודתו חשובע לייט? לדוגמא הרב שך האט געהאט עיכובים בנוגע זיין פערסענעל ארויסטריט קעגן ליבאוויטש בזמן וואס זיי האבן פארמאגט גאלדענע אידן ?

דיני קו"ק איז זייער א פארצווייגטע, איך מיין אז ביי דעם נעמט מען מער אהן מנהג המקום ווי די עיקרי דינים (קול דממה ס"ק פ"ח), זעהט אויס אז ר משה גרין האט אנדערע מנהגים...

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 9:01 am
דורך איש את רעהו
אויפען צעטיל צייכענען אן די רבנים צו דעם צעטיל
בעלז.jpg


די חותמים האבן דאס געטין גענוי ווי אלע חותמים קעגן מחריבי היהדות הנ"ל
מען האט נישט גערעכנט אויף דעם אז תחת חסותו ציילען זיך אויך חשובע אידן.

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 9:58 am
דורך תורה ומדע
מה נשתנה?

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 10:04 am
דורך תורה ומדע
ועוד

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 10:06 am
דורך תורה ומדע
תורה ומדע האט געשריבן:ועוד

Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 10:14 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אזעלכע וואנזיניגע שטותים דארף מען נישט פארענטפערען. ווען שבתי צבי טויג נישט, דארף מען זאגען ער טויג נישט. קיינער זאגט נישט אז דער בעלזער רעבע טויג נישט, נאר אז ער האט עפעס געטוהן וואס טויג נישט.

לדעתי האט הרב משה גרין אויסגעזאגט דער סוד. אז דער נושא איז אזוי נעריש, אזש זיין חסידים ידידים זענען שוין א סבה. בקיצור פונקט ווי אין מ"ב, מ׳האט געשלעפט און געמוטשעט אויף חתימות, וואס מאנכע האבען קלאר צוריק געצויגען (שבט הלוי) און מאנכע האבען געלאזט צוואה אז ס׳איז געווען בכפייה (אודווארי רב), אזוי אויך איז דער היינטיגע צעטעל נאנסענס

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 11:21 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
לדעתי איז די קול קורא א בזיון און א חרבון פאר יהדות החרדית. אז וועגען אפאר יחידים דארפען א גאנצע קהילה אהיים גיין אין מסביר זיין פאר זייער קינדער אז די אלע רבנים וואס האבען געחתמעט זענען נישט ערליך. אין די קענסט אפילו נישט האבען קיין טענות אויף זיי. ווייל אויב טוהען זיי דאס נישט קענען זייער קינדער חלילה מיינען אז דאס וואס די רבנים האבען געשריבען אויף זייער אייגענע קהילה איז אמת. דערנאך ווינדערט מען זיך ווי די ריספעקט פאר פון די יוגענט איז פאר די רבנים.

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 11:32 am
דורך איש חזון
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:אז וועגען אפאר יחידים דארפען א גאנצע קהילה אהיים גיין אין מסביר זיין פאר זייער קינדער אז די אלע רבנים וואס האבען געחתמעט זענען נישט ערליך.

וואס עפעס? מען איז מסביר פאר די קינדער אז געוויסע רבנים זענען נישט גענוג בקי אין דרכי המחלוקת בהלכה, און מיינען אז ווער עס קריגט זיך אויף זיי קומט זיך אים א קול קורא.

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 11:35 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
איש את רעהו האט געשריבן:פריער אין דעם אשכול איז געווען צווישן ליטוואק און א בעלזע מעריץ א ויכוח צו מען איז יא ממשיך די גאנג פון מהרי"ד זצ"ל מבעלזא צו נישט

עס איז אינטערסאנט דא צו באמערקן א עובדא פון א 3 טאג צוריק אין קהילת בעלזע אשדוד ווי מען האט געהאט אורחי הכבוד פירער פון די פאלגענדע ארגענעזאציע:
סיירת מטכ"ל (בעבר: "יחידה 269" או "יחידה 262"[1]), יחידת קומנדו של מערך המבצעים המיוחדים תחת אגף המודיעין. ייעודה המרכזי הוא איסוף מודיעין מעבר לקווי האויב (ובכלל זה הטמנה של מכשירים לאיסוף מודיעין אותות),[2] אך היא מאומנת בכל סוגי הלוחמה היבשתית. במשך שנים שימשה כיחידת ההשתלטות הבכירה של ישראל, המגיבה לאירועי טרור ופיגועי מיקוח (וזכתה לתהילה בינלאומית בזכות פעולת החילוץ באנטבה), אך בעקבות כישלון החילוץ בפיגוע במעלות, עברה הבכורה בתפקיד זה לימ"מ, יחידת ההשתלטות המיוחדת של משטרת ישראל, שהוקמה ב-1974 במיוחד לתפקיד זה.[3] בסיס הקבע של הסיירת הוא מחנה סירקין בפתח תקווה.[4] מפקד סיירת מטכ"ל הוא אל"מ ח' שמונה לתפקיד במרץ 2016.
סיירת מטכ"ל הצמיחה כמה מהמפקדים והמנהיגים של ישראל, בהם שני ראשי ממשלה: אהוד ברק שהיה מפקד היחידה ובנימין נתניהו שהיה מפקד צוות.

עס וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסן וואס דער צדיק מהרי"ד זצ"ל מבעלזא וואלט געזאגט צו דעם.

א פיקטשער פון איינע פון די כבוד געסט א 3 טאג צוריק אין בעלזע
אורח הכבוד בבעלזא.jpg

די מיסליעדסט די עולם דא. די פיקטשער וואס די האסט ארויפגעשטעלט איז פין הרב שמואל מורנו וואס איז א רב וואס זיין זוהן איז געפאלען בשעת'ן דינען אין מיליטער. נישט קיין פירער פון קיין שום ארגענעזאציע. די פאוסט 3 פאראגרעפען וואס די פארשטייסט בכלל נישט וואס דארט שטייט.

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 11:41 am
דורך איש חזון
אגב, ס'איז מיר אינטערסאנט, פארוואס האט עדה החרדית זיך נישט מצטרף געווען צו דעם קול קורא? (אפשר אלץ תושבי ישראל פארשטייען זיי עטוואס בעסער דעם שריט פונעם בעלזער רב? איך פרעג).

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 11:52 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
איש חזון האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:אז וועגען אפאר יחידים דארפען א גאנצע קהילה אהיים גיין אין מסביר זיין פאר זייער קינדער אז די אלע רבנים וואס האבען געחתמעט זענען נישט ערליך.

וואס עפעס? מען איז מסביר פאר די קינדער אז געוויסע רבנים זענען נישט גענוג בקי אין דרכי המחלוקת בהלכה, און מיינען אז ווער עס קריגט זיך אויף זיי קומט זיך אים א קול קורא.

מ'קען נישט קלויבען וואס אנצונעמען פון א רב אין וואס נישט. נישט בקי בדרכי המחלוקת אבער יא בקי און הלכה?? וועט דאס קינד פרעגען ווער זאגט? אפשר וואס ער זאגט אין הלכה איז אויך נישט אמת?? ממילא קען מען נישט האבען קיין טענות אז פון היינט אין ווייטער וועלען די רבנים די חותמים הייסען "נישט ערליכע רבנים" אין די חסידות.
אזוי זעט אויז אינזער יהדות החרדית. יעדער האלט אז יענער איז א שגץ. אין די יונגע בחור דארף מחליט זיי וועלכע קומץ פון מענטשען זענען גערעכט. נישט קיין ווינדער אז אזוי פיהל יונגווארג זענען מחליט "די העק וויט אלל. יו אר אלל ראנג אין ווערען אטד" דאט זענען שילדיג די פאר אימגעשוירענע וואנצעס וואס זענען ארומגעלאפען דרייען א קאפ פאר די חותמים. און פארשטייט זיך די חותמים אליין אויך.

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 1:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס זאל מען רעדען פון קינדער? רעד פון דער אמת.
איז דען דא אזא מציאות אז א מענטש זאל טויגען צו איין זאך און נישט צו די אנדערע? זענען מענטשען צומאל מושפע פון עסקנים און דרייקעפ? דו ווייסט אויף א מענטש ווען ער טויג צו עפעס? גיי נאך דיין פארשטאנד און ווייטער געגאנגען.
אט דאס קען מען זאגען פאר קינדער אויך. מ'האט אונז מטפש געווען אז קינדער פארשטייען נישט, ווייל מ'וויל אונז נישט געבען קיין ברירה זיך אויסצודרייען פון די פיהרער'ס. פיהל מענטשען קענען לעבען מיט די פארשטאנד אז דער רב פארשטייט נאר איין חלק פון שו"ע, קינדער קענען און מוזען לערנען אז דער מלמד דארף מען מכבד זיין, אבער צומאל איז ער נישט גערעכט. ס'וועט גארנישט פאסירען.

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 2:00 pm
דורך קומזיץ
איש את רעהו האט געשריבן:אויפען צעטיל צייכענען אן די רבנים צו דעם צעטיל
בעלז.jpg


די חותמים האבן דאס געטין גענוי ווי אלע חותמים קעגן מחריבי היהדות הנ"ל
מען האט נישט גערעכנט אויף דעם אז תחת חסותו ציילען זיך אויך חשובע אידן.

יא איינער וואס פירט א קהילה בדרך התורה והחסידות לוחם מיט טכנולוגיה , מקרב בעלי תשובות , אבער..ער האט זיך געטראפן מיט זיין הויפט פאליטיקאנט וואס מ'דארף צוקומען צו עם כסדר פאר די חרדישער ציבור און ער איז איינער ממחריבי היהדות??!!
אבער איינער וואס גייט און ערכאות ,מזלזל און גדולי ישראל , האט נישט קיין שום השפעה ברחניות אויף זיינע נאכפאלגער ער איז די גדול בישראל??

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 2:44 pm
דורך תורה ומדע
ליוואק איז גערעכט ממוז מחנך זיין קינדער אז רבנים קענען און מאכען טעותים לפעמים.