בלאט 8 פון 10
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
נשלח: פרייטאג פעברואר 03, 2017 2:08 am
דורך החוקר
גאנצל האט געשריבן:די איינציגסטע בולט'ע ליגענט אין דעם נושא איז די 'מוסלים בען' ווי קען דעס הייסן מוזלים בען ווען 90 % מוסולמענער פון די וועלט קענען רואיג אריינקומען אין די פאראייניגטע שטאטן
וויאזוי טאקע??? המממ....
https://youtu.be/-sz0KY-3PbQלייג דגוש אויף 0:50. ישמע חכם ויוסיף לקח.
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
נשלח: פרייטאג פעברואר 03, 2017 7:35 am
דורך גר ותושב
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
נשלח: פרייטאג פעברואר 03, 2017 10:10 am
דורך גר ותושב
א דוגמא פון fake news
און די חילוק ציווישן די ban פון טראמפ און די stay פון אבאמא.
https://youtu.be/EUwlJsL9TYk
נשלח: פרייטאג פעברואר 03, 2017 11:48 am
דורך אברעימל
ליינט די מיינונג פון ידידנו
@אדנירם פאר א צייט צוריק אונטערן נאמען
ליבעראלן, גענוג איז גענוג!
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
נשלח: פרייטאג פעברואר 03, 2017 2:14 pm
דורך החוקר
איך האב יעצט צום ערשטן מאל געזען יענעם אשכול, האב איך נאכנישט געהאט קיין צייט אלעס דורך צוליינען, אבער קודם וועל איך ענטפערן אויף @שש'ס תגובות.
פאר איך גיי צו, שפיר איך א נויט צו קלאר מאכן עפעס וואס די שטיצער פארגעסן, אז איך בין נאכנישט איבערצייגט אין די סכנה פון די פליטים, און אוודאי נישט אין די ווירקונג פון די 'סעלושאן'. געדענק איך רעד פון פליטים, נישט ראדיקאלע מוסעלמענער. די שטיצער נעמען אן די סכנה פאר א פאקט אן קיין אמת'ע איבערווייז, און אויף דעם בויען זיי בנינים.
נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 2:39 pm
דורך גאנצל
החוקר האט געשריבן:פאוואליע, נישט אזוי שנעל.
דו ווילסט אוועקשטעלן אז די נומבער'ס מאכן נישט אויס קיין סאך, און היות ער האלט אז די עצה איז א גוטע איז שלום על ישראל.
ניין, נעמענדיג אין באטראכט אז די עצה איז לכתחילה א פויגעל'דיגע, און בנוסף צו דעם איז די עצה געבויט פאר א "פראבלעם" וואס עקזיסטירט אין דריעמלענד (היות ג. ד. און אויטאמאטיש ה. איז לופט), צופאלט צו גאנצע justification פון די ארדער.
סארי איך בין נישט דא געווען צו ענטפערן איך וויל אבעא צוריק קערן צו דעם דא זעי אך א שטיקל צומעשעניש אין דיינע ווערטער
לאמיר אנהייבן מיט די נומבערס @געוואלדיג זאגט אז 99 % אטאקעס די לעצטע יארן איז געמאכט דורך מוסולמענער און דו זאגסט אז ס'איז לופט יעצט וויל איך וויסן וואס איז לופט בעצם אז די אטאקעס זענען אויסגעפירט געווארן דורך מוסולמענער אדער די נומבער 99% ? אויב די נומבער 99% איז לופט דאן וויפיל איז יא די נומבער ?
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 2:58 pm
דורך החוקר
גאנצל האט געשריבן:לאמיר אנהייבן מיט די נומבערס @געוואלדיג זאגט אז 99 % אטאקעס די לעצטע יארן איז געמאכט דורך מוסולמענער און דו זאגסט אז ס'איז לופט יעצט וויל איך וויסן וואס איז לופט בעצם אז די אטאקעס זענען אויסגעפירט געווארן דורך מוסולמענער אדער די נומבער 99% ? אויב די נומבער 99% איז לופט דאן וויפיל איז יא די נומבער ?
די נומבער 99% איז אויסגעזויגן פון פינגער.
וויפיל יא? ווענד זיך וויאזוי דו קוקסט. אלוועלטליך, נאר אמעריקאנער אטאקעס, נאר פרעמדע טעראריסטן, אויך געבוירענע טעראריסטן וכדו'.
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 3:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דא קענט איהר טרעפען ציפער׳ן אויף טעראריזם אין אמעריקא, ותן לחכם ויחכם עוד.
http://www.globalresearch.ca/non-muslim ... ca/5333619Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 4:17 pm
דורך גאנצל
החוקר האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:לאמיר אנהייבן מיט די נומבערס @געוואלדיג זאגט אז 99 % אטאקעס די לעצטע יארן איז געמאכט דורך מוסולמענער און דו זאגסט אז ס'איז לופט יעצט וויל איך וויסן וואס איז לופט בעצם אז די אטאקעס זענען אויסגעפירט געווארן דורך מוסולמענער אדער די נומבער 99% ? אויב די נומבער 99% איז לופט דאן וויפיל איז יא די נומבער ?
די נומבער 99% איז אויסגעזויגן פון פינגער.
וויפיל יא?
ווענד זיך וויאזוי דו קוקסט. אלוועלטליך, נאר אמעריקאנער אטאקעס, נאר פרעמדע טעראריסטן, אויך געבוירענע טעראריסטן וכדו'.
ווענד זיך וויאזוי דו קוקסטדא ליגט די הונט באגראבן ווענד זיך ווי אזוי מ'קוקט!! דא האב איך געוואלט צוקומען.. דו קוקסט אויף איין וועג און אנדערע אויף א אנדערע יעדער לויט זיין אגענדע,, אמת, אבער צו באשולדיגן יענעם אז יענער איז א ראסיסט ווייל 'ער קוקט עס אן' אנדערש ווי דו דעס איז אבסעלוטלי ראנג דו האלטסט אז יענער קוקט עס אן ראדיקאל רעכטס און יענער האלט אז דו קוקסט עס אן ראדיקאל לינק
און דא איז עס פרעזידענט טראמפ מיט זיין קאבינעט מיט נאך 40 % אמעריקא וואס קוקן עס אן אנדערש ווי דו
לאמיך דיך פרעגן לאמיר זאגן אז די נומער 99 % פראצענט פון די אטאקעס איז געווארן אויסגעפירט דורך מוסולמענער אייסיס על קאידע און אלע זייערע נעמען לאמיר זאגן אז נאר 70 % זענען געווען פון די אראבער און די איבריגע 30 % טעראר אטאקעס איז געווען דורך קריסטן אדער אנדערע

און לייג צו נאך איין זאך אז די מוסולמענע טעראריסטן זענען די וואס פרעדיגן נאך היינט זשיהאדיזעם און מושטירן און שטארקן נאך אטאקעס
און ס'איז דא א לאנד וואס דארטן זענען די פעולות די מערסטע אקטיוו און נאך מער אז די רעגירונג וואס ווייסן מי ומי געבן נישט ארויס קיין אינפאו
און ס'איז אויך דא א שטארקע חשש אז די טעראריסטן גייען זיך אריינכאפן ביי לויזע סעקיורטי מעג מען זיי אפהאלטן צייטווייליג צו קומען ?
איך זאג נישט אז אלעס איז פונקט אזוי אבער פאר איין מינוט טראכט אז עס איז אזוי לו יצויר האט די פרעזידענט רעכט מורא צו האבן און צו פראטעקטן ?
נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 4:21 pm
דורך גאנצל
אין אדער ווארטס וואס די אמת איז ווייס איך נישט און דו אויך נישט בס"ה קוקסטו אזעלכע לינקס וואס זענען א בסיס צו דיין שוין אפגעמאכטע מיינונג -איך מיין נישט דיר פרעזענליך- די מעין פוינט די עיקר ווארט איז ביסט נישט צופרידן פון קוקן רעכטס נאו פראבלעם אויף דעם קען איך נאך אגריען מיט דיר
אבער פון דא ביז שרייען ראסיסט ער זוכט זיך סתם ארויפצולייגן אויף די מוסולמענע רעליגיע דאס איז מיין פריינט א שטרעקע פון טויזענער מייל
אין קורצע ווערטער נעם דיין ארגומענט אויף א נארמאלע שטראז קריך נישט פון איין זאך צו אינגאנצן א אנדערע בלויז ווייל ס'איז דיר זיס אזוי צו זאגן
נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 4:55 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דו ליינסט ריכטיג? נישט קיין פינף פערצענט פון אטאקעס אין אמעריקא זענען מוזלעמינער!
נאר איינער וואס איז איינגעבאקען פון שנאה פאר אראבער מיט מוזלעמינער קען אזוינס נישט איינשלינגען. דאס איז ראסיזם און שלעכט, נישט רעכטיזם און טפשות.
נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 5:04 pm
דורך גאנצל
הרינו מקבל עלי כל ד' מיתת בי"ד אויב איך זאג יעצט ליגענד איך פאר מיר האב נישט קיין שום שנאה צו קיין שום נארמאלע פרידליכע פון צווישן די אראבישע פאלק
און איך גלייב דיר באמת ובגבורה אז אונטער 5 % טעראריסטישע אטאקעס זענען אויסגעפירט געווארן דורך די מוסולמענער אלל וואס איך זאג אז עס זענען פארהאן אנדערע וואס זאגן אנדערש ווי דו מיט די זעלבע שטארקייט און זענען נאך געבעיסט אויף אזלכע ראיות ווי דו
נאר סתם פאר אינטערסאנקייט פון די אלע אטאקעס זאגסטו אונטער 5 % זענען פון די מוסולמענער איינס ווייס איך זיכער איז געווען פון זיי און דעס איז פון סעפ.11 סאו לויטן חשבון לאציר צולייגן נאך 2 זענען געווען פון די מוסולמענער בלייבט איבער נאך 97 איז געווען פון אנדערע און נישט פון מוסולמענער ווער זענען די אנדער ? פון ווי קומען זיי ? וואס זענען זייערע מאטיוון ? פארוואס ווילן זיי די אטאקעס ?
נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 5:08 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז די היינטיגע מאדע פון alternative facts. וואס זאגן די אנדערע? איך האב דיר צוגעצייכנט הארטע לינקס. גיי קוק דארט און פארש עס נאך. ס'איז דא white supremacists, ס'איז דא גענגס און נאך. גיי קוק.
נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 5:12 pm
דורך החוקר
גאנצל האט געשריבן:ווענד זיך וויאזוי דו קוקסט
דא ליגט די הונט באגראבן ווענד זיך ווי אזוי מ'קוקט!! דא האב איך געוואלט צוקומען.. דו קוקסט אויף איין וועג און אנדערע אויף א אנדערע יעדער לויט זיין אגענדע,
דו נעמסט ארויס א פאלשע מסקנה. די אמת איז אבער אז נישט קיין חילוק וויאזוי דו קוקסט, קומט מען נישט צו אפילו נאנט צו 99%, נישט ביי א מייל.
גאנצל האט געשריבן:און ס'איז אויך דא א שטארקע חשש אז די טעראריסטן גייען זיך אריינכאפן ביי לויזע סעקיורטי
די פאקטן טוט נישט אינטערשטיצן די 'חשש', עס איז מער פאראנאיע.
גאנצל האט געשריבן:איך זאג נישט אז אלעס איז פונקט אזוי אבער פאר איין מינוט טראכט אז עס איז אזוי לו יצויר האט די פרעזידענט רעכט מורא צו האבן און צו פראטעקטן ?
רוף מיר משוגע, אבער איך קלער אז דער פרעזידענט האט נישט קיין רעכט מורא צו האבן, די דזשאב איז נישט פאר קיין שוואכע הערצער. א פרעזידענט דארף קוקן אויף פאקטן, זיך שואל עצה זיין מיט פראפעסיאנאלן, און מאכן א קלוגע באשלוס.
מורא קומט אבסאלוטלי נישט אריין אין די equation
נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 5:28 pm
דורך קומזיץ
ס'איז דא נאך א נקודה אויסצושמועסן , מ'רעדט דא פון סיריע אליין כמעט 13 מיליאן פליטים , אמעריקע האט שוין ריסעטעלט בערך 13000 דעס איז זייער א קליינע חלק, איז ווייזט זיך אויס אז דעס איז נישט זייער הצלה, וואס יא? אדער safe zones אדער די אראבישע לענדער זאלן העלפן זייער אייגענע ברודער , דאס איז נישט קיין תירוץ אויף די מאראלישע פראבלעם פון נישט אריינעמען די פליטים , אבער די אלע וואס קענען נישט שלאפן באנאכט און פארגיסען טרערן אלץ רחמנות אויף זיי , פארוואס ארבעטן זיי נישט צו ליידן דרוק אויף זייערע אייגענע אראבישע ברודער זאלן זיי העלפן מען הערט נישט קיין ווארט קריטיק אויף זיי , אדער זאל מען ארבעטן אויף safe zones, נאך א נקודה איז אז עס נעמט צווישן 18 און 24 מאנאטן אדוירך צו ג'יין די פראדיצור צו ווערן אנגענומען און אמעריקע , וואס טראמפ האט יעצט געטוהן איז ער האט עס אפגעשטעלט פאר 3 חדשים און ער וויל זעהן אויב עס איז גענוג פארזיכערט ער האט עס נישט אפגעשטעלט אינגאנצן , איז עס נעמט סייווי אזא לאנגע צייט וועט עס נעמען נאך 3 חדשים , אז ער וועט קומען צו א מסקנה נאך 3חדשים אז ער נעמט מער נישט אריין קיינעם וועט מען דעמאלטס מאכן א ויצעקו , לעת עתה אשטאט עס זאל נעמען 24 מאנאטן וועט עס נעמען אביסל לענדער , איז פארוואס שרייען זיי אויף טראמפ און טוען גארנישט אויף אנדערע פראנטען , מיז מען צוקומען צו וואס @גאנצל האט געזאגט אז עס איז politics as usual
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 6:53 pm
דורך החוקר
מיט דיין ערשטע נקודה שטים איך צו אז אריינעמען פלטים איז נישט קיין לאנג טערמיניגע אויסוואל פאר סיריע און מען דארף אויפקומען מיט עפעס בעסערע, אבער ווי דו אליין פירסט אויס איז עס נישט קיין תירוץ צו דיסקרימינירן אנטקעגן מענטשן.
לויט דיין צווייטע נקודה קוקט אויס ווי פארשטייסט נישט וואס די פראבלעם איז, לשיטתי. מיר גייט עפעס אן אז א פליט דארף ווארטן אביסל לענגער, לגמרי נישט. מיר גייט אן די דיסקרימינאציע און שמעק פון ראסיזם. אדרבה, אויב טראמפ זאל ווען ארויסקומען די ערשטע מינוט און זאגן אז מען האט געטראפן לעכער אין די אימיגראציע פראצעס, און אדאנק וואס מען האט עס פארראכטן גייען זאכן דויערן אביסל לענגער, החרשתי.
יעצט צום אויספיר פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו זאגסט. איך בין קיין פאליטישאן און מיין מיינונג איז נישט אויספארמירט צוליב זיי. שטעל זיך פאר א פאליטישאן וואס פארטרעט א אידישע געגנט, קומט ארויס צו פארדאמען אן אנטיסעמיטישע אטאקע, אבער יעדער ווייסט אז עס גייט אים גאנץ ווייניג אן, ער טוט בלויז צוליב שטימען. ווערט די אטאקע פארמינערט ווייל די פאליטישאן האט נאך חשבונות.
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 7:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיר לעבען אין א דעמאקראטיע. דאס מיינט אז דער סיסטעם איז העכער ווי סיי ווער ס׳זיצט ביים אמט, און דאס איז וואס ס׳גיבט אונז דער פעסטקייט אז ס׳גייט ווייטער.
ווען דער לאנד פיהרט זיך אויף א געוויסע אופן, קען מען טוישען די זאכען טאמער מ׳טרעפט א פראבלעם. טראמפ האט קיין פראבלעם נישט געטראפען און קיין טענה נישט געהאט. מ׳האט געמאכט extreme vetting איידער ער איז אנגעקומען און מ׳האט געהאט הצלחה דערפון. פלוצלונג זאגט ער אז מיר ווייסען גארנישט, מ׳דארף מאכען א סיסטעם וכו׳ וכו׳. כאילו דער לאנד האט ביז היינט קיין רעגירונג נישט געהאט.
איך ווייס אז איך האב שוין געשריבען די טענה, אז קיין פראבלעם איז נישט געווען אז טראמפ דארף עס לעזען, אבער דא וויל איך ארויס ברענגען דער שעדליכקייט פון זיין צוגאנג. אז יעדער אפמאך מיט אנדערע וואס אמעריקא האט געמאכט איז היינט אויפ׳ן טיש, מיינט עס גארנישט איז נישט סטאביל. און אין פיהר יאר ארום, וועט אסל ווידער שטייען אויפ׳ן קאפ. קיינער קען נישט טרויערען אמעריקא אין אזא גאנג. דאס גילט ביין TPP און ביים אימיגרעישען פארארדנונג ווי אסאך זאכען. ווען מ׳נוצט דער ביז יעצטיגע סיסטעם אלס אן אנהייב, און אויף דעם בויעט מען, מ׳פרעגט און מ׳פארשט וואס צו טוהן, קענען אנדערע לענדער וויסען אז ס׳איז דא א סיסטעם אויף וואס מ׳קען זיך פארלאזען. יא, זאכען רוקען פאראויס, אבער אלס דורך אן ערווארטבארער סיסטעם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 7:50 pm
דורך דעת תורה
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז די היינטיגע מאדע פון alternative facts. וואס זאגען די אנדערע? איך האב דיר צוגעצייכענט הארטע לינקס. גיי קוק דארט און פארש עס נאך. ס׳איז דא white supremacists, ס׳איז דא גענגס און נאך. גיי קוק
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די לינקס וואס דו האסט צוגעצייכנט רעכענען נישט אריין אזעלכע פראמינענטע און שוידערליכע מעס קעזשאלטי אטאקעס ווי די באולינג גרין מעסעקעיר. אוודאי זענען זיי נישט קראנט
נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 8:55 pm
דורך קומזיץ
איך האב נישט פראבירט דא צו פארענטפערן טראמפ ווי ארויסצוברענגען אז די גאנצע טומל קעגן עם און מ'מאלט אראפ ווי א שלעכטע מענטש ער איז אז ער האט נישט רחמנות אויף די נעבעכדיגע פליטים און אונז זעמער די גיטע מענטשן איז פשוט פאליטיק
, יעצט בנוגע וואס די זאגסט אז מען קען נישט טוישן פון די פריערדיגע רעגירונג אן טרעפן לעכער און די סיסטעם , די גאנצע קאמפיין האט טראמפ אראפגעריסן די אלע פאליסיס ער האט שוין דעמאלטס מחליט געוועהן אז ס'איז דא לעכער און דעם , און ווי באקאנט איז אובאמא געוועהן זייער לינק געשטימט און די נושא פון ראדיקל איסלאם , סיי צו עס קיינמאל נישט דערמאנען ביים נאמען , סיי ביי בענגאזי אויסצונער'ן די אמעריקאנע פאלק און אויך ביי די איראנער דיעל האבן אלע און די רעכטע לאגער קעגנגעשטעלט און געזאגט אז עס איז נישט קיין גיטע דיעל ,
איז יעצט אז ער ווערט פרעזידענט וויל ער איבערגיין די אלע פאליסיס פון אובאמא בנוגע די רעפישיס ווייל און אלע אנדערע פעלער איז ער נישט איינשטימיג מיט אובאמא איז מסתבר אז דא קען ער אויך עפעס צולייגן פאר security
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 9:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז אבאמא איז לינק געשטימט איז א שקר. ער איז אינדערמיט, סאנדערס איז עטוואס לינק געווען. ענק אמעריקאנער ווייסען נישט וואס לינק מיינט. אבאמא איז נאר נישט עקסטרעם רעכט געווען
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 2:47 am
דורך גאנצל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז די היינטיגע מאדע פון alternative facts. וואס זאגען די אנדערע? איך האב דיר צוגעצייכענט הארטע לינקס. גיי קוק דארט און פארש עס נאך. ס׳איז דא white supremacists, ס׳איז דא גענגס און נאך. גיי קוק
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך האב געקוקט ראש לימבא'ס וועב סייט און ער זאגט אנדערש איך מיין וואס דרייסטו א ראש הארטע לינקס דו קענסט מיר זאגן וואס זענען די מאטיוון פון אנדערע טעראריסטן די זשיהאדיסטן ווייס איך וואס זיי ווילן יעצט וויל איך הערן צו דו ווייסט וואס אנדערע ווילן
נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 2:53 am
דורך גאנצל
החוקר האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:ווענד זיך וויאזוי דו קוקסט
דא ליגט די הונט באגראבן ווענד זיך ווי אזוי מ'קוקט!! דא האב איך געוואלט צוקומען.. דו קוקסט אויף איין וועג און אנדערע אויף א אנדערע יעדער לויט זיין אגענדע,
דו נעמסט ארויס א פאלשע מסקנה. די אמת איז אבער אז נישט קיין חילוק וויאזוי דו קוקסט, קומט מען נישט צו אפילו נאנט צו 99%, נישט ביי א מייל.
גאנצל האט געשריבן:און ס'איז אויך דא א שטארקע חשש אז די טעראריסטן גייען זיך אריינכאפן ביי לויזע סעקיורטי
די פאקטן טוט נישט אינטערשטיצן די 'חשש', עס איז מער פאראנאיע.
גאנצל האט געשריבן:איך זאג נישט אז אלעס איז פונקט אזוי אבער פאר איין מינוט טראכט אז עס איז אזוי לו יצויר האט די פרעזידענט רעכט מורא צו האבן און צו פראטעקטן ?
רוף מיר משוגע, אבער איך קלער אז דער פרעזידענט האט נישט קיין רעכט מורא צו האבן, די דזשאב איז נישט פאר קיין שוואכע הערצער. א פרעזידענט דארף קוקן אויף פאקטן, זיך שואל עצה זיין מיט פראפעסיאנאלן, און מאכן א קלוגע באשלוס.
מורא קומט אבסאלוטלי נישט אריין אין די equation
שוין זיך אנגעכאפט אויף א ווארט מורא ווי גלייך טראמפ האט פשוט א שוואך הארץ....... טראמפ זוכט פשוט אזאין אמעריקא זאל נישט פאסירן ווי עס האט פאסירט ערגעץ אנדערש טענהסטו אז מ'האלט אינבאנצן נישט ביי דעם אז דאהיא זאל פאסירן וואס עס האט פאסירט ערגעץ אנדערש און עס איז זיכער אז טראמפ האט נישט געמאכט די בען פאר די סיבה נאר ער האט עס געמאכט ווייל ער האט פיינט מוסולמנע (כלשון ליטוואק)
פראביר איך צו פארשטיין ווי אזוי דארף זיין די מעפ אז דו זאלסט מסכים זיין אז אזא שריט זאל זיין הערבאר למשל ביי 50 % טעראר אטאקעס זאל זייין אויסגעפירט ביי מוסולמענער צולייגענדיג די אנדערע פעקטאר'ס מעג מען שוין אנהייבן באטראכטן אזא שריט
אדער אזא שריט איז קיינמאל עקסעפט זאל זיין 100 % פון מוסולמענער ?
נאאמאל איך רעד יעצט נישט פון די פאקט דעס איז א עקסטערע שמועס פאר נאכדעים קודם וויל איך וויסן וואס דיין תירוץ איז ?
נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 2:59 am
דורך גאנצל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז אבאמא איז לינק געשטימט איז א שקר. ער איז אינדערמיט, סאנדערס איז עטוואס לינק געווען. ענק אמעריקאנער ווייסען נישט וואס לינק מיינט. אבאמא איז נאר נישט עקסטרעם רעכט געווען
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פיין אם קבלה נקבל