בלאט 8 פון 8

מזל טוב

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2017 2:27 pm
דורך לך לך
קאנגרעס האט יעצט געענדיגט וואוטען פאר עס. און איז דורך !!!
גרויסע גרויסע זיג פאר אונזער טראמפ און אלע אנהענגערס..

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2017 2:28 pm
דורך ליפא
Repealed

:like :like :like :דאבללייק: :דאבללייק: :לייק :לייק

Re: טראמפקעיר - American Health Care Act

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2017 3:10 pm
דורך גראף
איך האף אז די ריפובליקענס וועלן צו שטעלן עפעס בעסער. ווייל ניין אז גרינגער ווי יא אבער לאמיר זעהן צו זיי קענען עפעס אויף טוהן פאזיטיוו אמאל.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2017 3:22 pm
דורך [NAMELESS]
ליפא האט געשריבן:Repealed

:like :like :like :דאבללייק: :דאבללייק: :לייק :לייק

שא"מ

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2017 3:23 pm
דורך קורקלענד
די רעפאבליקאנער האבן אויסגעפירט אין אדורכפירן לעגיסלאציע וואס דארף בטל צו מאכן אבאמא קעיר. איך האב נישט געזען קיין פרטים אדער בכלל וואס זיי האבן דא אויסגעפירט. יעצט נאכן שטימונג וועלן מער פרטים ארויסקומען. לאמיר האפן אז ס'זאל זיין צום בעסער'ן.

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2017 2:28 am
דורך שבת אחים
ליפא
קודם כל איז עס ווייט פון פארטיג מיין פריינד, סאיז דא שוואכע שאנסן אז ס׳זאל דורכגיין אין סענאט. זיי אבער מסביר פאר ק״ש ליינער לשמחה מה זו עושה??? וואס פרייסטו זיך אזוי??? אז מיליאנען מענטשען גייען פארלירן אינשאורינס? :roll:

שעמסטוך בכלל נישט? וואס איז די גרויסע פרייד? אמעריקא ווערט נאר ערגער אין יעדע עספעקט אויב דעס גייט דורך!

נאר מענשטען וואס זענען גאר רייך אדער די ׳אינשאורינס קאומפעניס׳ זעלבסט דארפן זיך יעצט פרייען. ספעציעל נישט קיין חסידישע פרומע איד...

אלעס פאר נצחון? וועגן ראסיזם? זיי מסביר פארוואס דו שפרינגסט פאר שמחה??? :? וואס פרייסטוך אזוי? אז וואס??? אדרבה לאמיך שוין הערן ווי דו און דיין לאנד ווערן געהאלפן מיטן ריפיעלן אבאמקעיר (נאך זיבעציג מאל דורכפאלן) אין קאנגראס און כמעט א זיכערע דורכפאל אין סענאט???

מיינסט טאקע?? נישט אזוי שנעל! פריי דיך נאכנישט,

לאמיר קודם זעהן צי זיי האבן בכלל א שאנס אין סענאט, און לאמיר שוין זאגן אז סגייט זיי טאקע געלונגען און זיי גייען אפשאפן אבאמאקעיר און דורכדעם אראפווארפן מיליאנען מענשטען פון העלטקעיר מיינסטו גייען די ריפובליקאנער געווינען אין די 2018 מיט-טורעמס? און אין פיר יאהר ארום גייען מענשטען פארגעסן דערפון??? ווייל סאיז ענק איינמאל געלונגען אז די ריפובליקאנער האבן געווינען נאר לויט די ״עלקטארעל מעפ״ גייט זיי עס געלונגען נאכמאל?? מיינסט נאכן אראפווארפן מיליאנען מענשטען פון העלטקעיר און זיך אויפפירן צו די מענשטען ווי עיסהאול טראמפ גייען די ריפובליקאנער קענען געווינען נאכמאל מישגיען, פענסעלוויניע, פלארידיע? אלע סטעיסט וואס אבאמא און די דעמקראטן האבן געווינען ביידע מאל???

#כתה_ז׳_רעטאריק

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2017 10:25 am
דורך סימפל
שבת אחים האט געשריבן:
Jimmy Kimmel Reveals Details of His Son’s Birth & Heart Disease
https://m.youtube.com/watch?v=MmWWoMcGmo0



Shapiro Dismantles Kimmel's Emotional Speech Championing Obamacare

https://www.facebook.com/20380506299026 ... 052281520/

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2017 11:28 am
דורך שבת אחים
Trump praises Australia's universal health care after Obamacare repeal

:roll: :roll: :roll:
http://www.cnn.com/2017/05/04/politics/ ... index.html

Re: טראמפקעיר - American Health Care Act

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 12:58 pm
דורך טמיר
איך ווארט נאך אז איינער זאל מזכה זיין דעם עולם מיט א קלארע ביאור איבער אבאמע קעיר, די פראס און קאנס, און בכלל אמעריקאנע העלט קעיר סיסטעם. איך מיין אז רוב מענטשן האבן נישט קיין אהנונג בחייכון

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 1:37 pm
דורך סימפל
טמיר האט געשריבן:איך ווארט נאך אז איינער זאל מזכה זיין דעם עולם מיט א קלארע ביאור איבער אבאמע קעיר, די פראס און קאנס, און בכלל אמעריקאנע העלט קעיר סיסטעם. איך מיין אז רוב מענטשן האבן נישט קיין אהנונג בחייכון

https://www.khanacademy.org/science/hea ... are-system

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 2:19 pm
דורך קורקלענד
כ'האב שוין אדורך געקוקט די קהאן ווידעא'ס. ס'וועט נישט פארענטפערן טמיר'ס שאלה. אובאמאקעיר איז זייער קאמפליצירט און זייער ווייניג פארשטייען עס. אדער בעסער געזאגט ווייסן בכלל עפעס דערוועגן. נאר וואס יא. איך קען מעיד אויף די אפעקט דערפון וואס איך האב צוגעזען פון פאר דעם צו נאך דעם. איך פערזענליך בין געווען אקעגן אובאמאקעיר ווען ס'האט געהאלטן ביים אדורכגעפירט ווערן. און ס'האט זיך טאקע אויסגעלאזט א חורבן אין מיינע אויגן. אויף די איצטיגע רייענקעיר בילל וואס איז לעצטענס אדורכגעפירט געווארן אין קאנגרעס כאטש אפי' איך האב זיך נישט אריינגעלייגט דערין זעהט עס מיר נישט אויס בעסער ווי אובאמאקעיר. אבער רייען טענה'ט אז ער האט דאס געמוזט אדורכפירן ווייל אובאמאקעיר איז לכתחילה געווען אויסגעשטעלט​ צו צופאלן כדאי צו קענען אריינצווינגן די אמעריקאנער אין א סינגל פעיער פלאן אזויווי אין ענגלאנד וכדו'.

נשלח: מאנטאג מאי 08, 2017 3:07 pm
דורך שבת אחים
Less Than A Third Of The Public Supports The GOP’s New Health Care Bill
But Trump voters are considerably more supportive of this bill than the last version

http://www.huffingtonpost.com/entry/ahc ... mg00000009

נשלח: מאנטאג מאי 08, 2017 3:09 pm
דורך שבת אחים
Warren Buffett Says GOP Health Care Bill Would Cut The Hell Out Of Taxes For The Rich

That’s about $680,000 less Buffett will have to pay

http://www.huffingtonpost.com/entry/war ... mg00000009

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 8:00 pm
דורך החוקר
Seth Meyers צונעמט אביסל די העלטקעיר ביל.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=D7hzxYvCIUo[/youtube][/quote]

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 9:25 pm
דורך קורקלענד
@החוקר: דאס באלאנגט אין די ליצנות אשכול. ס'נישט קיין ראציאנאלע אנאליז. ס'סתם חוזק צומאכן.

נשלח: זונטאג מאי 21, 2017 11:01 am
דורך שבת אחים
With all eyes on Trump, GOP Congress is still working to strip health care from millions

http://www.salon.com/2017/05/21/with-al ... -millions/

ריפובליקאנער גייט גאנץ ווייניג אן ווער טראמפ איז און וואס זיינע ״טונקלע מאטיווען״ זענען ווילאנג ער איז מיט זיי אויף די זעלבע פעידזש- ענפאורסען די נערישע רשעותדיגע קעפטיליסטישע אגענדא וואס ארבעט נאר פאר מענטשען וואס זענען געבוירן ביי די ריכטיגע עלטערן... אדער פאר שווינדלער וואס האבן מצליח געוועהן אויסצושווינדלען אנדערע...

זיי גייען נישט איינרוען ווילאנג א חלק פון זייערע טעקסעס -אפילו א דיים באצאלט נישט פאר עפעס א ארימע שווארצע ניין יעריגע מיידל׳ס אינשאורינס אז זי זאל נישט שטארבן פון א ברעין טומער... איך דארף באצאלן פאר די ניגערס, שפאנישע און ארימע??? זאלן זיי גייען ארבעטן...

מיינע טעקסעס זאלן נאר גיין פאר באמבעס אויף ברוינע לענדער...! פארדעם זאל מען אפילו בארגן פון כינע 10 טריליאן דאללער-ווייל דעס איז זייער וויכטיג, והא ראי׳ יעדע נארמאלע פארגשריטנע לאנד האט טריליאנען אין חובות בשעת זיי זענען די רייכעסטע לאנד אויף די וועלט, און ווען מ׳דארף פאר די מיליטער קומען זיי פלוצלינג אויף מיט טריליאנען פון אינטער דער ערד אבער די זעלבע ריפובליקאנער זעהן אבער נישט פון ווי מ׳גייט באצאלן פאר אמעריקעס צענדליגער מיליאנען בירגער וואס קענען נישט אפפעדערן די טייערע אמעריקאנע אינשאורינס קאסטן...

אז מ׳וועט לאזן די רייכע און ריפובליקאנער פירן די לאנד וועט נישט נעמען צו לאנג אז אמעריקאנער בירגער פון די רייכע אמעריקא וועלן עמטליך ווערן אימיגראנטן אין אנדערע לענדער צוזוכן ארבעט, העלטקעיר, און עדיוקעישאן, אמעריקאנער גייען זיין די נעקסטע ״מעקסיקאנער״ וואס וועלן דארפן גיין וואנדערן אין אנדערע לענדער פאר סטאביליטעט.
מעיק אמעריקא גרעיט עגעין פאר די עליטס און רייכע, זיי האבן נישט גענוג פאוער as it is ...

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 9:24 pm
דורך קורקלענד
געפעלט מיר וויאזוי דער קראנקער מקעין האט געמאכט א גאנצע עסק פון זיין מסירות נפש פארן ריפיעל. אז אפי' ער איז שטארק נישט געזונט. טראץ דעם האט ער זיך אריבער געשלעפט פון אריזאנע קיין וואשינגטאן ווייל די ריפיעל ווענדט זיך שטארק אין זיין שטימע. למעשה איז ער געווען פון די איינצעלע וואס האט געשטימט דערקעגן....

נשלח: פרייטאג יולי 28, 2017 3:40 am
דורך שבת אחים
צום זיבן טויזנטע מאהל האבן די ״רשעותדיגע קריסטן״ פארלוירן זייערע ביטערע געפעכט מיט אבאמאקעיר... זיי זענען אויף די זייט פון די ״אינשאורינס קאמפעניס״ און קעגן די מענטשהייט
זיי פרובירן שוין יאהרן צו באגנבנן די המון עם... ס׳געלונגט זיי נאכאלץ נישט... על אף זיי קאנטראלירן היינט אלע צווייגן פון די גאווערמענט.
זיי האבן עס שוין צוגעפיצט מיליאן מאהל... נאכאלץ נישט... געדרייט די גניבה אהער און אהין... נאכאלץ נישט...

טראמפ טייערער!? גייסט די ערשטע טאג פון דיין פרעזידענטשאפט ריפיעלן און ריפלעיסן אבאמאקעיר????
לערן דיך קודם אלף בית און נאכדעם וועט מען אפשר זעהן...
די אמעריקאנע גאווערמענט איז נישט קיין ״קאסינאו״ אין אטלענטיק סיטי...!

אבאמא דער שחור וועמען דו האַסט אזוי שטארק פאר גארנישט און פאר נישט איז געוועהן א ״אמעריקאנע העלד״ און ״אבאמאקעיר״ איז די געזעץ פון די לאנד!
צי דו ווילסט יא אדער נישט... :P

דיין חלום צו צוברעכן אבאמאס לעגעסי איז דערווייל נישט פארוויקליכט געווארן...

״לאנג לעבן זאל אבאמא״!

״לאנג לעבן זאל אבאמקעיר״!

״טויט צו די פארביסענע ריפובליקאנער״!

GOP Obamacare repeal bill fails in dramatic late-night vote

https://apple.news/AAdsA0jjTRUKFN8sdRzzL5A

נשלח: פרייטאג יולי 28, 2017 12:01 pm
דורך שבת אחים
Obamacare Is Alive Because It Has Made Life Better For Millions

Republicans could never admit this — and it came back to haunt them


http://www.huffingtonpost.com/entry/why ... mg00000009

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:27 am
דורך קורקלענד
סאנדערס וכת דיליה וואקן אין וואנט אריין מיט א פלאן וואס האט נישט קיין הענט אדער פיס. בקוצר גערעדט ס'גייט זיין 'פרי סטאףף'......

נשלח: זונטאג מאי 06, 2018 8:10 pm
דורך קורקלענד
סאטמארער ביקור חולים איז פארטריבן געווארן פון ען.וויי.יו.אנגעבליך אדאנק אובאמאקעיר, אובאמאקעיר האט אנגעבליך געזאלט צוטיילן פרייע/ביליגע העלט קעיר, למעשה האט עס אבער אנגעמאכט אזא חורבן אזוי אז פאר גוט געלט קען מען שוין באלד אויך נישט האבן קיין העלט קעיר.