בלאט 8 פון 15
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 3:27 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שבת אחים האט געשריבן:כבין פריער ארויף צו מיין טאטען אין שטוב כבעט אים די נומבער פון מיין קאזין אין טאהש. ער געט מיר די נומבער און פרעגט מיר וואס גייט פאר. פארצייל איך אז איך טענה מיך מיט איינעם צי סאיז אמת אז די רבי האט געבעטן טאהשער רבי אינטערשרייבן וועגן די פובליק סקול. ער טראכט פאר א סעקונדע און רופט זיך אן קיינמאל נישט!!! ער האט קיינמאל גארנישט פארלאנגט פון אנדערע רבנים!
און ער פרעגט מיר נאכדעם. כמעג דיר פרעגן א פערזענליכע שאלה? וועסטוך נישט באליידיגן? זאג נאר פרעגט ער, ווי אלט ביסטו?. דו האסט נישט וואס צוטוהן מיט די צייט? דארפסט נישט קיינעם פראופן גארנישט. איך זאג דיר אז די מעשה איז הוילע שטותים.
איז ער דאך נישט מעהר וואו גערעכט.
דיין טאטע איז הונדערט פראצענט גערעכט, אבער די מעשה איז נאכנישט אפגעפרעגט.
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 3:36 pm
דורך פלוני
פארוואס האט מען טאקע נישט געקענט געבן געלט, אז מ'זאל נישט דארפן נוצן די כסף מפוקפקות?
ר' מאטעלע האט דאך געהאט די וועלטס געלט. אפשר איז מוחה זיין געווען גרינגער
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 4:11 pm
דורך שבת אחים
גאנץ שיינע קאמפלימענטס הרב איש-ושתי. איך נעם אלעס אן ווי א קאמפלימענט. קענסט מיך צאם שעלטן ביז מארגן, אלעס איז ביי מיר ווי ברכות. קיש אין טאכעס.
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 4:59 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אזא מין אשכול אויף דער צדיק הדור!
אפשר קען מען זיך אליינס איבערצייגען די גאונות זיינער? עס איז צו שווער צו הערען מעשה׳ס פון מענטשען, ווייל איידער מ׳ווייסט זייער לעוועל אין לערנען, זענען זייער רעדעכטס גארנישט ווערט. מ׳קען זע׳ען א תשובה צו א געדרוקטען שיעור?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 5:09 pm
דורך יין שרף
גראדע פלעגט ער גאר גוט פארלערנען אין ישיבה אלס פרישע רב. (מיין טאטע האט געלערנט ביי אים איין צו צוויי זמנים). מען פלעגט זיך טענה'ן מיט אים סיי בעיון אין פשט, און סיי בקיאות אין ש"ס און שו"ע.
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 5:25 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק קען אויך זייער גוט לערנען. ער ווייסט אויף יעדער סקווערע מנהג פארוואס זיי וואלטן עס נישט געדארפט טון אדער געדארפט טון פארקערט...
נאכנישט געטראפן אזא גאון...!
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 5:38 pm
דורך שמעון וואלף
קוקט מיר אויס אז די וויזניצע בכל מקומות מושבותיהם, איה"נ מ'איז טאקע פארווייטאגט מיט די פטירה פון רבי'ן אבער פון די אנדערע זייט איז וזרח השמש יעדער מיט זיין נייע רבי און מ'גרייט זיך פאר א גרויסע שבת מיט פארענטשעס און די גאנצע פלאץ. און א געוויסע זין האבן די וויזניצע קהילות באקומען א תקומה מיט א לאקאלע רבי. חוץ פון מאנסי וואס האט טאקע באקומען א נייע רבי אבער זיי האבן דאך אייביג געהאט די רבי דארט און די חלל שפירט זיך דארט סאך מער.
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 5:58 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳דערציילט ווען דער גערער רבי דער שפת אמת איז אוועק, האט דער בריסקער רב געזאגט צו זיין שוואגער ר׳ הירש גליקסון, וואס איז געווען א גערער חסיד, "ביי דיר איז דאס נישט קיין גרויסע פארלוסט. איין רבי גייט אוועק, קומט גלייך א צווייטען. ביי מיר איז עס טאקע א פארלוסט, א ת"ח איז אוועק וואס מי יתן לנו תמורתו".
לכאורה גילט דאס דא אויך. וויזניצער חסידים האבען גארנישט דערלייגט. די פרעמדע גאס, די וואס האבען נהנה געווען פון איהם, האבען דערלייגט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: ברוך דיין האמת האדמו
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 5:58 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
.
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 6:36 pm
דורך אישתישבי
שבת אחים האט געשריבן:גאנץ שיינע קאמפלימענטס הרב איש-ושתי. איך נעם אלעס אן ווי א קאמפלימענט. קענסט מיך צאם שעלטן ביז מארגן, אלעס איז ביי מיר ווי ברכות. קיש אין טאכעס.
טראל
נשלח: מוצ"ש מערץ 24, 2018 10:06 pm
דורך שבת אחים
אישתישבי האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:גאנץ שיינע קאמפלימענטס הרב איש-ושתי. איך נעם אלעס אן ווי א קאמפלימענט. קענסט מיך צאם שעלטן ביז מארגן, אלעס איז ביי מיר ווי ברכות. קיש אין טאכעס.
טראל
דו מאדיאר האסט זיך הערשט יעצט געכאפט מיט וועם דו האנדלסט דא? איך האב שוין דא ארומגעטראללט נאך פאר דיין מוטער האט געזויגן זויערע פוטער... האסטוך דאן יא אלע ריכטיגע סימני טהרה פון א שטיק ׳אונגארישע בהימה׳ אן קיין טראפ סעכאֳאֳל...!
נשלח: מוצ"ש מערץ 24, 2018 10:38 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: יעצט האביך א הנאה פון דיר. דו האסט מיך געמאכט געפערליך שטארק לאכן. אין דיין (ווערטערליכן) געפעכט מיט דעם איש תשבי האסטו ארויסגעוויזן דיינע סימני טהרה. דו קאנסט גוט שעלטן ווי איינער פון די חשוב'ע יוצאי מארמאראש. ס'א חילוק צו פון אויבער ווישעווע אדער אונטער ווישעווע. אבי מאר מאראש...יעצט רעד איך צו א היימישן...אשרי לך ואשרי חלקך...!...

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2018 1:31 am
דורך שבת אחים
נשלח: זונטאג מערץ 25, 2018 1:46 am
דורך גדליה
איך קום פון א חשוב'ע וויזניצע משפחה. איך בין אלע יארן געווען א וויזניץ מאנסי חסיד. איך וואוין אין בארא פארק, און נאך די פטירה פון רבי'ן איז דער בארא פארקער רב געווארן רבי ביי אונז אין שטאט. איך בין אבער מער נוטה צום רבי'ן פון וויליאמסבורג.
איך בין א וויזניץ מאנסי וויליאמסבורג בארא פארקער חסיד.
נשלח: זונטאג מערץ 25, 2018 2:09 am
דורך שבת אחים
גדליה האט געשריבן:איך קום פון א חשוב'ע וויזניצע משפחה. איך בין אלע יארן געווען א וויזניץ מאנסי חסיד. איך וואוין אין בארא פארק, און נאך די פטירה פון רבי'ן איז דער בארא פארקער רב געווארן רבי ביי אונז אין שטאט. איך בין אבער מער נוטה צום רבי'ן פון וויליאמסבורג.
איך בין א וויזניץ מאנסי וויליאמסבורג בארא פארקער חסיד.
ר׳ יעקב יוסף איז א פיינער איד. נישט אזוי?
נשלח: זונטאג מערץ 25, 2018 2:12 am
דורך גדליה
ר' יצחק יוחנן איז אבער מער הייליג
נשלח: זונטאג מערץ 25, 2018 3:50 am
דורך שמעון וואלף
@6leeave
Tes Nissan Tish 6:30 In Monsey All Admorim Together.
וואס גייט דא פאר?
נשלח: זונטאג מערץ 25, 2018 4:22 am
דורך שבת אחים
שמעון וואלף האט געשריבן:@6leeave
Tes Nissan Tish 6:30 In Monsey All Admorim Together.
וואס גייט דא פאר?
זעהט זיך אויס א נייע עפאכע פון בשיתפותדיגע שלומדיגע אדמורי״ם. לעבעדיג...!
נשלח: זונטאג מערץ 25, 2018 4:24 am
דורך שבת אחים
גדליה האט געשריבן:ר' יצחק יוחנן איז אבער מער הייליג
אבער זיי מודה נישט מעהר העיליגער ווי די העיליגער רבי פון מרכז-ויז'ניץ!?
ער איז דאך די מקור פון אלע העיליגער׳ס...
איך מאך נאר א וויץ... ר׳ יצחק יוחנן איז טאקע א הייליגער איד.
נשלח: זונטאג מערץ 25, 2018 5:55 am
דורך בן ישי
אין מאנסי איז דא א ווישיווע רב, ווערט ער אויך רבי יעצט? בעצם איז ער דאך פאר די אלע נייע רבי'ס...זיין זיידע איז געווען די אמרי חיים'ס עלטסטע זוהן.
נשלח: זונטאג מערץ 25, 2018 6:26 am
דורך וחלופיהן
שבת אחים האט געשריבן:וחלופיהן האט געשריבן:איך האב געמאכט א זוך דער ווארט 'מורדים' און איך זע עס איז קיין איינמאל נישט דערמאנט זייט ר' מאטעלע איז אוועק.
אחרי מות קדושים אמור...?
וואס האט ער געהאט צוטוהן מיט די מרידה? די מרידה איז פארגעקומען אין בני ברק אין שיכון וויזניץ. ר׳ מאטעלע האט געוואוינט אין אמעריקע. די איינציגסטע זאך וואס ער האט געהאט צוטוהן מיט די מרידה איז געוועהן אז עטליכע פון די וויזניצע-מורדים זענען געווארן זיינע חסידים נאכן טאטענס פטירה. ער האט פארלאנגט אז זיי זאלן זיך קודם איבערבעטן און מפייס זיין דעם ברודער. דאס אלעס וואס איך האב געהערט.
פון וואס איך האב געהערט איז א חלק (דער עיקר?) פון דער מרידה געווען איבער אזוי גערופענע מאדערנקייטן ביים רביצן פור ר' חיים מאיר'ל. ר' מאטעלע האט טאקע געוווינט אין אמעריקע אבער ער האט מקרב געווען די מורדים על אפו וחמתו פון זיין פאטער.
באזונדער, איך מיין אז ער האט נאך געגעבן פאר זיין ברודער און זיך גערופן אפיציעל "וויזניץ מאנסי" א היפשע פאר יאר נאך ווערן רבי און זיך ציען קיין מאנסי.
נשלח: זונטאג מערץ 25, 2018 7:13 am
דורך נקודת-אמת
וחלופיהן האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:וחלופיהן האט געשריבן:איך האב געמאכט א זוך דער ווארט 'מורדים' און איך זע עס איז קיין איינמאל נישט דערמאנט זייט ר' מאטעלע איז אוועק.
אחרי מות קדושים אמור...?
וואס האט ער געהאט צוטוהן מיט די מרידה? די מרידה איז פארגעקומען אין בני ברק אין שיכון וויזניץ. ר׳ מאטעלע האט געוואוינט אין אמעריקע. די איינציגסטע זאך וואס ער האט געהאט צוטוהן מיט די מרידה איז געוועהן אז עטליכע פון די וויזניצע-מורדים זענען געווארן זיינע חסידים נאכן טאטענס פטירה. ער האט פארלאנגט אז זיי זאלן זיך קודם איבערבעטן און מפייס זיין דעם ברודער. דאס אלעס וואס איך האב געהערט.
פון וואס איך האב געהערט איז א חלק (דער עיקר?) פון דער מרידה געווען איבער אזוי גערופענע מאדערנקייטן ביים רביצן פור ר' חיים מאיר'ל. ר' מאטעלע האט טאקע געוווינט אין אמעריקע אבער ער האט מקרב געווען די מורדים על אפו וחמתו פון זיין פאטער.
באזונדער, איך מיין אז ער האט נאך געגעבן פאר זיין ברודער און זיך גערופן אפיציעל "וויזניץ מאנסי" א היפשע פאר יאר נאך ווערן רבי און זיך ציען קיין מאנסי.
ס'דא אין דיין תגובה אזויפיהל טעותים ועם-הארץ'ות אין מושגי ויז'ניץ, וואס איך ווייס נישט פון וואו אן-צו-הייבן,
סאו,
ווער וויל איהם איבערצייגן איבער די פאקטן?
ת.ע.ב.
Re: ברוך דיין האמת האדמו"ר מוויזנץ מאנסי זצ"ל
נשלח: זונטאג מערץ 25, 2018 8:24 am
דורך אויסער געווענדליך
שבת אחים האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:@6leeave
Tes Nissan Tish 6:30 In Monsey All Admorim Together.
וואס גייט דא פאר?
זעהט זיך אויס א נייע עפאכע פון בשיתפותדיגע שלומדיגע אדמורי״ם. לעבעדיג...!
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........
Boring
מיט א שלום איז נישט דא קיין בלאט און קיין גאס פארמאכען, קיינער ווערט נישט קיין משכיל און קיינער ווערט נישט קיין רשכבה"ג. עס ווערט נישט קיין געליקטע טעיפס פון דער ראש ישיבה מיט די בחורים און די בחורים דינגט מען נישט צו מאכען קאלירפולטע סיינס צום רבינ׳ס באזוך אויסצושטעכען די אויגען פון יענער רבי׳ס חסידים.
א ריכטיגע סתם ואח"כ סתם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk