האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

איך האלט אויך אז ער פירט א מורא'דיגע חסידות מיט א קלוגשאפט אין שטארקייט איך האב עם בכלל נישט אוועק געמאכט, אבער איך האב נאך אלץ די פילינג אז בעלזער חסידים פארשטייען נישט וואס עס מיינט א אמת'ע נאנטע קשר מיט א רבי.
זיי האבן א מורא'דיגע יראת הכבוד פארן רבי'ן אין זיי גייען אין פייער פאר די חסידות אבער זיי האבן נישט קיין נאנטע קשר.
אין לדעתי אזויווי איך האלט אז די רבי איז א קלוגע יוד טוהט ער דאס בכוונה ווייל דאס ברענגט אז קיינער וועט קיינמאל נישט פארלירן זייער רעספעקט פארן רבי'ן וואס דאס קען געשעהן ביי אנדערע פלעצער ווען די רבי איז מער פארמישט אין דעם יונגערמאן'ס לעבן אין דאס קען בעקפייערן.
אין וויבאלד מ'דארף דאך אבער אז די יונגערמאן זאל זיך האלטן נאנט אין האבן צו וועם צו רעדן האט ער איינגעפירט די מורא'דיגע סיסטעם מיט צענדליגע שטיבלעך אין דיינים.
דוד בן ישי עבדך משיחך
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

חלק ב'

פרייטיג אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אינעם בעלזער מרכזי שטיבל פון מאנטריאל, עס איז געווען א געפערליכע געדרענגעניש, אזש רוב עולם האט זיך געטראפן דאווענען אויפן גאס, ווייל די ניו יארקע עולם איז שוין דארט געווען, און די שאטער האט מען געדארפט גרייט מאכן פאר שבת. נאך א פייערדיגן דאווענען ברוב עם צוזאמען מיט מר"ש איז דער נייער עולם אריבער שלום נעמען, דערנאך האט דער גאנצע עולם זיך ארויסגעלאזט אויפן גאס אינדרויסן פון בית מדרש, די גאס איז אטאמאטיש געווארן געבלאקט מיט טויזענטע יונגעלייט בחורים און יונגלעך וואס האבן געווארט צו באגלייטן דעם רב שליט"א, צו זיין אכסניה.

בערך איינס דרייסיג האט מען סערווירט "ראסעל" אין חברה, פאר דער וואס ווייסט נישט, איז ראסעל א בעלזע מאכל וואס מען געט נאך היינט יעדע פרייטיג אין אלע בעלזע ישיבות פאר לאנטש, דאס איז די זאפט פון די פלייש, עס האט אלע טעמים, מען גרייט אן פיינע פרישע ווארימע בארכעס און דער עולם טינקט איין אז עס גייט א רויעך. דערנאך האב איך מיר צוגעשפארט פאר אפאר שעה, געגאנגען אין וויזניצע מקווה אויף פארק עוועניו, זעהר א בעטאמטע מקווה, און גראדע א הערליכע בית מדרש אויך, אריינגעקוקט אין א ספר פאר אפאר מינוט, געקויפט א פיינעם וויין פאר מיין ליבע ברודערקע מיין מכניס אורח, און אויפגעפיקט מיין זון פון מיין אכסניה און געגאנגען צום שאטער.

וואס זאל איך ענק זאגן, מאנטריאל האט נאך אזא מחזה לכאורה נישט געזעהן מיום היווסדה. טויזענטער חסידים מיט בגדי שבת האבן פארפלייצט די גאסן, פון אלע זייטן זענען געקומען מאסן מענטשן מיט קינדער ביי די האנט, די פאליס האבן דירעקטירט די טרעפיק, און געהאלטן סדר, גאר א קלוגע איינפאל איז געווען אנגעגרייט פאר מען איז אריין צום שאטער, טויזענטער יעלא בענדס מיט פענס זענען געווען אנגעגרייט אז יעדע טאטע זאל קענען ארויפקלעבן אויף זיין קינד'ס האנט זיין נאמען, אכסניה, נאמבער וכו' על כל צרה שלא תבא.

הארט פארן זמן איז פארגעקומען די המשך פונעם הכנסת ספר תורה פון דאנערשטיג, דער רב האט פארגעזאגט די פסוקים, געטאנצן פאר ממש געציילטע מינוטן, און אנגעהויבן מנחה. קבלת שבת איז צוגעגאנגען ר' אהרן מרדכי שליט"א און ביי לכה דודי האט ר' ירמיה דמן איבערגענומען די לייצעס, און צוזאמען מיט די מאנטריאלע קאפעליע אראפגעלייגט א מייסטערהאפטיגע לכה דודי וואס האט געדונערט אינעם גאנצן שאטער. נאכ'ן דאווענען איז דער עולם אריבער מיט א געוואלדיגע אויסגערעכנטקייט, אן קיין געשטיפעכצער, קינדער האבן געהאלטן אין די הענט ריזיגע שילדן וועלכע פארענטשע גייט יעצט אריבער.

אהיים געגאנגען עסן ביי מיין ברידער... בערך 12 אזייגער בין איך צוריק געגאנגען צום טיש, דא האט זיך אנגערוקט א רוח שאינה מצויה, אבער נישט סתם א רוח, לויט ווי איך האב געהערט האט נאך מאנטריאל אזא ווינד נישט געזעהן אין די לעצטע 40 יאהר, (איך גלייב אז מען קען עס לייכט אויסטשעקן אנליין), איך האב ממש געדארפט האלטן מיין שטריימל אין די הענט ווייל שטריימלעך און קאפלעך זענען געפלויגן אויפן גאס לרחצה, (שטילערהייט לאמיך ענק דערציילן אז כ'האב אויך געזען א שייטעל פליען נישט ווייט פון מיר, כ'האב מיר אבער געשעמט עס נאכצולויפן). בכל אופן, איך בין אנגעקומען צום שאטער, און די פאליס לאזט נישט אריין, נישטא וואס צו מאכן, זיי שטייען ביי אלע טירן און לאזן נישט בשום אופן אריין, זי האבן אונז געזאגט אז עס איז נישט סעיף און מען מוז ציווארטן אביסל, זיי האבן אראפגערופן אן אינדזשעניר זאל מחליט זיין צו עס קען האלטן אזעלכע ווינטן פון 90 מייל א שעה, אבער אפילו נאך וואס זיי האבן באשטעטיגט אז עס קען דערהאלטן אזעלכע ווינטן האבן די פאליס נאך אלץ נישט אריינגעלאזט, (דא האט זיך אפגעשפילט א שטיקל רבי'שע מעשה וואס איך וועל מיר מונע זיין פון עס דערציילן), בכל אופן, ווי נאר דער עולם האט געהערט אז דער רב איז אויפן וועג, האט זיך דער עולם א לאז געטוהן צו די טירן און פארשטייט זיך אז די טירן האבן זיך געגעבן א פראל אויף און א שטראם פון מענטשן האבן אנגעהויבן אריינשווימען אינעם שאטע, ביז אפאר מינוט זענען די פארענטשעס געווען פול, זקנים ונערים.

וואס זאל איך ענק זאגן, די נשמה איז מיר געשטאנען ביים שפיץ נאז, ווען די ווינטן האבן געפראסקעט און געסטראשעט מיטן ערגסטן, עס האט אויסגעזען ווי די טענט גייט גיין א גאנג אין א ליאדע סעקונדע, איך האב באמת געציטערט, איך בין גשטאנען גאנץ הויעך און איך האב געזען ווי די אייזענעס ריקן זיך, בפרט ביי שלום עליכם און אשת חיל וואס דער רב זאגט אליין מיט אזא מתיקות מיטן בעלזן קרעכטץ ווען עס איז שא שטיל, און די ווינטן בוזשעווען און יאווענען מיט קולי קולות. די איינציגסטע זאך וואס האט מיר בארואיגט איז געווען ווען איך האב געקוקט אינעם רב'ס פנים און געזען די רואיגקייט וואס איז אויסגעגאסן אויפן זיין לעכטיגע צורה, און געזאגט פאמעליך די זמירות ווי עס וואלט געווען שיין וועטער אינדרויסן, עס האט זיך ארום געדרייט א טוויט פון איינע פון די נייעס קוועלער אז ציליב די שרעקליכע ווינטן האט דער רב אפגעפליקט א שנעלע טיש, עס איז ממש רחוק מן המציאות, דער רב האט געהעריג געפראוועט טיש אזוי ווי שטענדיג, שטייט, רואיג און פארדווייקעט. וואס יא, ביים תורה האט די רב געסטאפט אינמיטן נאכדעם וואס עס איז פשוט נישט מעגליך געווען צו הערן א ווארט צוליב די קולות פון די ווינטן, און דער עולם האט גוט געציטערט. איך האב נאר אזוי צי מיר געטראכט אז בעלזער רב איז שוין אדורך אין זיין יובל יארן אויפן ראביסטעווע שטערקערע ווינטן און ערגערע מצבים, און ער איז בסייעתא דשמיא אלעס אריבער, איי געס ער שרעקט זיך נישט פון א קאנאדישע ווינטל. בכל אופן איז ביי די טיש געווען גאר א ווארימע אטמאספעהר, און איך האב זיך געשפירט אין א העכערע וועלט. און איך פיהל ווי עס וועט מיר באגלייטן פאר די קומענדיגע תקופה.

המשך וועט נאכפאלגן בל"נ אויב דער עולם איז אינטרעסירט.

נ.ב. איך ענטפער דייקא נישט אויף די שאלות/קאמענטארן , כאטש איינער זאל זיך האלטן צו די טובה וואס איך האב געבעטן..

א גוטע נאכט.
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וויאזוי ווייסטו וואס דער רבי וואלט געטוהן אין א מצב?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואספאר מין שאלה?

למשל, אויב דארף איך יעצט בוקן א זיץ אויפן פליגער, און איך טראכט: ביזנעס קלאס אדער פשוט'ע קלאס? געב איך א קוק אויפן רבי'ן, און איך כאפ גלייך וואס איך דארף טון: גיין מיטן ערשטן קלאס, אויב נישט מיט אן אייגענעם פליגער.

דאס זעלביגע ווען איך האב ספיקות וועלכע הויז צו קויפן, ווי שיין די מעבל זאלן זיין, א.א.וו. איך טראכט וואס דער רבי וואלט געטון אין אזא מצב, און איך טו זאפארט דאס זעלביגע.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

בן ישי האט געשריבן:איך האלט אויך אז ער פירט א מורא'דיגע חסידות מיט א קלוגשאפט אין שטארקייט איך האב עם בכלל נישט אוועק געמאכט, אבער איך האב נאך אלץ די פילינג אז בעלזער חסידים פארשטייען נישט וואס עס מיינט א אמת'ע נאנטע קשר מיט א רבי.
זיי האבן א מורא'דיגע יראת הכבוד פארן רבי'ן אין זיי גייען אין פייער פאר די חסידות אבער זיי האבן נישט קיין נאנטע קשר.
אין לדעתי אזויווי איך האלט אז די רבי איז א קלוגע יוד טוהט ער דאס בכוונה ווייל דאס ברענגט אז קיינער וועט קיינמאל נישט פארלירן זייער רעספעקט פארן רבי'ן וואס דאס קען געשעהן ביי אנדערע פלעצער ווען די רבי איז מער פארמישט אין דעם יונגערמאן'ס לעבן אין דאס קען בעקפייערן.
אין וויבאלד מ'דארף דאך אבער אז די יונגערמאן זאל זיך האלטן נאנט אין האבן צו וועם צו רעדן האט ער איינגעפירט די מורא'דיגע סיסטעם מיט צענדליגע שטיבלעך אין דיינים.

מיר זעהט אויס אז בעלזער חסידים האבען א מסורה אויף דעם אויך. לויט די לעגנעדע איז דאס קשר פונעם חסיד אדער יושב צום מיטעלער רב ז״ל אדער צום הייליגען רב ז״ל איז געווען מיט אסאך מער יראה ווי אהבה. אבער אינעם יראה ליגט באהאלטען א טיעפן קאננעקשאן. האועבער, אנדערש ווי אין גור אדער אין לויבאוויטש ווי דאס קשר צום רבי׳ן איז כמעט בלויז טיארעטיש איז אין בעלז דא אן אמת׳ע פערזענליכער קשר צום רבי׳ן, און דאס איז דא היינט אפילו ביי די נשי החסידות א דאנק די הנהגה המחודשת פונעם היינטיגען רב.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

שליחה דורך נאך א מיינונג »

עס מוז באטאנט ווערען וויאזוי די סיסטעם גייט. מען נעמט די פאר אמתדיגע פאקטען, מען לייגט צו אביסל שקר, און פון דעם בויט מען א בנין פון גארנישט.

א. דער רב זז"ג (פון וועלכע שטאט?) האט נישט קיין מסורה פון בעלזער רביס. ער האט כמעט נישט געזען קיין בעלזער רביס, נאר אלס קליין קינד. דאס מסורה איז פון מעשה ביכער און די פאליטיקאנטען וואס האבען אים אויפגעהאדעוועט.

ב. דער ליובאוויטשער רבי האט געהאט פערציג יאר פון רעביסטיווע, וואס יעדער מינוט איז ער געווען א רבי. ער האט נישט checked out פאר יארען צוליעב דעפרעסיע, און ער האט געהאט א קלאר אויסגערעכנטע פלאן. צוצושטעלען דער בעלזער אלס דער נישט טעארעטישע צום חבדסקער אלס דער טעארעטישער, קען נאר קומען פון א פארטיי פארדרייטען קאפ.

ג. דער בעלזער רבי האט זיך געפירט אלס יונגערמאנטשיק פונקט ווי היינט. צו זאגען אז ידו על העליונה איבער אנדערע רביס צוליעב זיין ערפארונג איז נישט ריכטיג. זיין ערפארונג האט אים גארנישט אויסגעלערנט.

ד. דער בעלזער איז געווארען רבי אין תשכ"ז, דוכט זיך. דער סקווערער איז געווארען רבי אין תשכ"ח. טייערע בעלזער חסיד, וואס דו האסט צו זאגען אויף דער סקווערער, קען גילטען אויף דיינס אויך, מיט זיין ערפארונג.

ה. יעדער קען דמיונ׳ן זיין קשר צו זיין רבי. טאמער קיין עכטער באווייז האבען ענק נישט, ביטע טוישען דיין ניק פון ׳תורה ומדע׳ צו ׳אמונה מפלגתית׳, ווייל ביזדערווייל איז דיין הויכגעשעצטע אוניווערזיטעט בילדונג שטארק פארגעסען געווארען.
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

ארי נוהם האט געשריבן:למשל, אויב דארף איך יעצט בוקן א זיץ אויפן פליגער, און איך טראכט: ביזנעס קלאס אדער פשוט'ע קלאס? געב איך א קוק אויפן רבי'ן, און איך כאפ גלייך וואס איך דארף טון: גיין מיטן ערשטן קלאס, אויב נישט מיט אן אייגענעם פליגער.
דאס זעלביגע ווען איך האב ספיקות וועלכע הויז צו קויפן, ווי שיין די מעבל זאלן זיין, א.א.וו. איך טראכט וואס דער רבי וואלט געטון אין אזא מצב, און איך טו זאפארט דאס זעלביגע.

דערמאנסט מיר,
ס'איז געוועזן א יודענע א ב"ק וואס פלעגט האבן אן-עקסטערן-עבודה ערש"ק ביים ליכט-בענטשן, און א יעדן וואך האט דאס געדוירט אן אריכות פון א צייט און זי פלעגט זיך אויסבעטן וכו',
האבן איהרע אייניקלעך איהר געפרעגט וואס האט זי אזוי שטארק אינזינן במעמד זה וואס ס'געדוירט אזוי.
האט זי געענטפערט אז זי האט אינזינן ביים ליכט בענטשן, וואס דער רב זאל לעבן האט אינזינן אלעמאהל (זי איז געוועהן פון די באבוב'ע חסידים משפחות)
-"און דאס איז וואס?" האבן זיי געפרעגט.
-"זיך, מיט די אייגענע קינדער..." האט זי געענטפערט מיט א תמימות...
:lol: :evil:

(שמעתי מהרה"ח הבעל מנגן ר' ד.מ.ר. פון ברוקלין)
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
יוסף יוזפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך יוסף יוזפא »

נאך א מיינונג האט געשריבן:עס מוז באטאנט ווערען וויאזוי די סיסטעם גייט. מען נעמט די פאר אמתדיגע פאקטען, מען לייגט צו אביסל שקר, און פון דעם בויט מען א בנין פון גארנישט.

א. דער רב זז"ג (פון וועלכע שטאט?) האט נישט קיין מסורה פון בעלזער רביס. ער האט כמעט נישט געזען קיין בעלזער רביס, נאר אלס קליין קינד. דאס מסורה איז פון מעשה ביכער און די פאליטיקאנטען וואס האבען אים אויפגעהאדעוועט.

ב. דער ליובאוויטשער רבי האט געהאט פערציג יאר פון רעביסטיווע, וואס יעדער מינוט איז ער געווען א רבי. ער האט נישט checked out פאר יארען צוליעב דעפרעסיע, און ער האט געהאט א קלאר אויסגערעכנטע פלאן. צוצושטעלען דער בעלזער אלס דער נישט טעארעטישע צום חבדסקער אלס דער טעארעטישער, קען נאר קומען פון א פארטיי פארדרייטען קאפ.

ג. דער בעלזער רבי האט זיך געפירט אלס יונגערמאנטשיק פונקט ווי היינט. צו זאגען אז ידו על העליונה איבער אנדערע רביס צוליעב זיין ערפארונג איז נישט ריכטיג. זיין ערפארונג האט אים גארנישט אויסגעלערנט.

ד. דער בעלזער איז געווארען רבי אין תשכ"ז, דוכט זיך. דער סקווערער איז געווארען רבי אין תשכ"ח. טייערע בעלזער חסיד, וואס דו האסט צו זאגען אויף דער סקווערער, קען גילטען אויף דיינס אויך, מיט זיין ערפארונג.

ה. יעדער קען דמיונ׳ן זיין קשר צו זיין רבי. טאמער קיין עכטער באווייז האבען ענק נישט, ביטע טוישען דיין ניק פון ׳תורה ומדע׳ צו ׳אמונה מפלגתית׳, ווייל ביזדערווייל איז דיין הויכגעשעצטע אוניווערזיטעט בילדונג שטארק פארגעסען געווארען.

א. פוסטע שטותים, די רב איז גיווען אלט 9 יאהר ווען די פעטער ז"ל איז אוועק, און ער גידענקט אלעס די תפילות, נוסח, הנהגות, נאך סאך בעסער פון מענטשן וואס זענען גיווען 30 יאהר.
און בעלזא איז דא א גאנצע מעשה, מיט'ן מהרי"ד וואס איז גיזעצן אויפן שויס ביים זיידן די מהר"ש ווען ער איז גיוועהן 3 יאהר, און דערנאך האט ער פארגעסן וואס מ'האט איהם געזאגט און זיך דערמאנט דערפון נאר נאך ער איז גיווארן רבי, עכ"פ ווען רבי וואלט גיווען א געוויסע פאסטען, א קעכער אדער א שניידער קענסטו זאגן אז ער האט גארנישט קונה גיווען, אבער אז א רבי איז א המילישער זאך און א רוחניותדיגע זאך גייט אריין דא קיין זמן און קיין גשמיות, און עס איז קלאר ווי טאג אז זיין פעטער ז"ל האט איהם איבערגעגעבן די הנהגה בשתי ידיים וסמך ידו עליו.

ב. אנטשולדיגט איך האב נישט גוט פארשטאנען פון וואס מ'רעדט.

ג. דאס איז אמת אז די בעלזע רבי האט זיך שוין אלס יונגערמאן און אפי פארדעם זיך אויפגעפירט אזוי ווי היינט, און דאס קענען אלע יודען און דעם עלטער מעיד זיין.

ד. בעלזע רבי איז גיווארן רבי און יאר תשכ"ו, אבער עס איז נישט א נפק"מ די יאהרן ווי לאנג מ'איז רבי איז אינטערסאנט מער ווי די נישט בעלזע, פאר א בעלזע יונגערמאן איז דאס נשיט מעלה און מוריד, איך זעה נישט מיט וואס איז א רעבע א חשובערע רבי נאך פופציג יאהר הנהגה ווי א רבי מיט ניין און פערציג.

ה. קיינער דארף אייך נישט אויפווייזן גארנישט, מען איז אייך גארנישט מחויב, און איר קענט אויך בעטן א באוויז פונ'ם באשעפער אז ער פירט די וועלט, א זאך וואס יעדער איינער וואס שפאצירט נאר און בעלזא זעהט בחוש... אויב ווילט איהר פארשטיין דעמאלס טעמו וראו... און וועסט אלס פארשטיין. און אויב ווילסטו נישט פארשטיין פון וואס עס רעדט זיך קענסטו בלייבן און דיין באקס און שרייען ווייטער וואס דו האסט צו זאגן, און בעלז גיט זיך שוין אן עיצה איבער 60 יאהר מיט די מענטשן.
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

שליחה דורך נאך א מיינונג »

א. פארוואס פארציילט מען נאנסענס פון ניין יאר? זאג שוין אז דער שר שלום איז געקומען אין חלום! אויגען פון א ניין יעריגע זענען נאך נישט אנטוויקעלט, און טאמער איינער בלייבט מיט וואס ער האט געזען ביי די ניין יאר, אך און וויי צו אים.

ב. דער תורה ומדע ניק האט געבויט דער גדלות פון זיין רב צוליעב זיין ערפארונג, און דערנאך א שטאך געטוהן צום ליובאוויטשער רבי. אויף דעם האב איך געזאגט אז דער ליובאוויטשער רבי האט כאטש אזוי פיל ערפארונג, ווייל ער האט קיין וואקעישענס נישט גענומען, און דער בעלזער רבי, צוליעב זיין אנגייענדיגע מחלה, האט שוין יארען געוויילט אויף וואקעישען.

ג. דער וואס טענה׳ט אז עס האט מיט ערפארונג, איז אפגעפרעגט פון דעם אז זיין הנהגה האט זיך נישט געטוישט צוליעב זיין ערפארונג. עס איז דא מענטשען וואס ווייסען נישט וויאזוי צו לערנען פון ערפארונג, און עס איז נאך נישט דא קיין שום באווייז אז דער בעלזער איז נישט פון די מענטשען. טאמער ער וואלט זיך געענדערט מיט עטוואס, וואלטען ענק זיך געקענט בארימען מיט זיין ערפארונג. אזוי איז עס אומוויכטיג.

ד. כנ"ל, דא רעדט מען פון ערפארונג.

ה. תורה ומדע האלט זיך א שטודירטע. און טאמער ער גלויבט אן באווייזונגען, האט ער שוין גארנישט שטודירט. ווילסט גלויבען בלינדעהייט, ווי אלע אנדערע רעליגיעס אין דער וועלט? געזונטעהייט. רוף עס אן הימעליש טאמער דו ווילסט. אבער אונזער רביס האבען אונז אנדערש געלערנט. גלויבען אין א מענטש סתם אזוי, אן א ראיה, איז נישט קיין אידישע תורהדיגע זאך, און געוויסע בעלזער ניקס דא אין שטיבעל שפירען פאר וויכטיג צו ברענגען ראיות. און זייער ראיות זענען גוט פאר די פלאכע ערד געמיינדע, צוזאמען מיט די 9\11 טרוטהערס.
אויסער געווענדליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

שליחה דורך אויסער געווענדליך »

געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........

עס איז מיר א געוואלדגיע חידוש צו זען אז מען האלט אין איין רעדען על דא ועל הא, און דער עיקר פון דער וויזיט האט מען פארגעסען. אין צייטונגען זענען מיר צוגעוואוינט אז מען רעדט נישט פון די טעמעס וואס ברענען ביים עולם. למשל, קיינער דעקט נישט דער בית שרה סומאטוכע. אבער דא אין קאוועשטיבעל?

יעדעמ׳ס וואטסעפפ איז פול מיט ווידיאוס. נישט פון בעלזער באגלייטונגען. נישט מיט חקירות פארוואס דער רב האט זיך אפגעזאגט פון הכנסת ספר תורהס. ניין. נאר מיט דער רעביצינ׳ס חלה נעמען, בענטשען, זינגען מיט מענער און דרשנען. לאנגע פארענטפערונגען פון בעלזערס אז אלטע פייגע האט עס אויך געטון, דעריבער מעג זייער רביצין, דרייען זיך ווי די געאסרטע חתן כלה בילדער. און קאוועשטיבעל איז נאך פארנומען מיט הימעלישע השגות פון די ריינער ביה"כס אין מאנטרעאל.

עד מתי פתאים תאהבו פתי.........
באניצער אוואטאר
יוסף יוזפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך יוסף יוזפא »

נאך א מיינונג האט געשריבן:א. פארוואס פארציילט מען נאנסענס פון ניין יאר? זאג שוין אז דער שר שלום איז געקומען אין חלום! אויגען פון א ניין יעריגע זענען נאך נישט אנטוויקעלט, און טאמער איינער בלייבט מיט וואס ער האט געזען ביי די ניין יאר, אך און וויי צו אים.

ב. דער תורה ומדע ניק האט געבויט דער גדלות פון זיין רב צוליעב זיין ערפארונג, און דערנאך א שטאך געטוהן צום ליובאוויטשער רבי. אויף דעם האב איך געזאגט אז דער ליובאוויטשער רבי האט כאטש אזוי פיל ערפארונג, ווייל ער האט קיין וואקעישענס נישט גענומען, און דער בעלזער רבי, צוליעב זיין אנגייענדיגע מחלה, האט שוין יארען געוויילט אויף וואקעישען.

ג. דער וואס טענה׳ט אז עס האט מיט ערפארונג, איז אפגעפרעגט פון דעם אז זיין הנהגה האט זיך נישט געטוישט צוליעב זיין ערפארונג. עס איז דא מענטשען וואס ווייסען נישט וויאזוי צו לערנען פון ערפארונג, און עס איז נאך נישט דא קיין שום באווייז אז דער בעלזער איז נישט פון די מענטשען. טאמער ער וואלט זיך געענדערט מיט עטוואס, וואלטען ענק זיך געקענט בארימען מיט זיין ערפארונג. אזוי איז עס אומוויכטיג.

ד. כנ"ל, דא רעדט מען פון ערפארונג.

ה. תורה ומדע האלט זיך א שטודירטע. און טאמער ער גלויבט אן באווייזונגען, האט ער שוין גארנישט שטודירט. ווילסט גלויבען בלינדעהייט, ווי אלע אנדערע רעליגיעס אין דער וועלט? געזונטעהייט. רוף עס אן הימעליש טאמער דו ווילסט. אבער אונזער רביס האבען אונז אנדערש געלערנט. גלויבען אין א מענטש סתם אזוי, אן א ראיה, איז נישט קיין אידישע תורהדיגע זאך, און געוויסע בעלזער ניקס דא אין שטיבעל שפירען פאר וויכטיג צו ברענגען ראיות. און זייער ראיות זענען גוט פאר די פלאכע ערד געמיינדע, צוזאמען מיט די 9\11 טרוטהערס.

א. טענה'סט זיך מיט א פאקט, איך האב דיר געזאגט אז ער גידענקט אלעס און נאכמער פון אנדערע וואס זענען אלט גיוועהן דרייסיג יאהר, דו קענסט קינדער פון ניין יאהר וואס זייערע אויגן זענען אזוי, און זאלסט וויסן אז איז דא אנדערע סארט מענטשן אויף די וועלט.
ב. ג. ד. איך בין מסכים מיט דיר אז א רבי ווענד זיך נישט און וויפל יאהר מען איז, נישט וויפל פלייש ער האט גיגעסן, און נישט וויפל ברכת החמה ער האט דורכגעלעבט.
[איך וועל אייך נאר זאגן א קלייניקייט אז בעלזע רב יאגט אן ווען ער איז אויף וויקעשן מער ווי אנדערע רעביס און זייער שטוב, מידי יום ביומו זיצן ביי איהם עסקנים פון אנדערע שטעט און אנדערע מדינות, און מען געט זיך אפ פון דארטן פאר די כלל און די פרט, והדברים ידועים (אויב ווילסטו דוגמאות קען איך דיר שיקן בפרטי).
ה. נאכאמאל, אפשר פאר דיר איז דאס א גלויבינג, פאר יעדע בעלזע חסיד איז דאס נישט קיין אמונה, נאר א ידיעה, מען זעהט עס בחוש און מען קען זיך נישט לייקענען צו דעהם, מען דארף נישט גלויבן ווייל יעדער זעהט מיט די פליישיגע אויגן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס איז ממש א ווייטאג צו ליינען פון דער סטיגמא וואס עמאציאנאלע געזונט פראבלעמען האבען ביי אונז. דער בעלזער רבי, אחוץ זייענדיג א רבי וואס פיהרט טיש, טיילט פערפעל און פסקנ׳ט שידוכים, איז אויך א מענטש וואס ליידט נעבעך פון דעפרעסיע. דאס איז א קליניקאלע מצב, וואס מ׳דארף נעמען פילען צו קענען אנגייען מיט דער לעבען. דאס ׳אויפטוהן אוין וואקעישען׳ איז טאקע אן אויפטוה. ווי ער קען זיך העלפען (היילען איז אוממעגליך) אין זיין מחלה. עסקנים זיצען דארט, זיכער. עסקנים אין וואס?

ווען מער מענטשען וואלטען געוואוסט פון די מחלה און וויפיהל מענטשען ליידען דערפון (איך האב מקורות אויף אחד מגדולי הדורות, נישט סתם א יורש פון פערפעל טיילען, וואס מ׳האט געוואוסט בחייו אז ער ליידט דערפון), וואלט מען זיך ווייניגער געשעמט דערפון, און מ׳וואלט גיכער געגאנגען פאר הילף.

אבינו מלכינו שלח רפואה שלמה לחולי עמך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

בכלל איז היינט א וועלט פון לייקענען מחלות. אין חז''ל זעט מען, דער איז געווען בלינד, א צווייטער משכח תלמודו, יענער האט געוועפט, א דריטער איז געווען קראנק אין בעט. היינט זענען אלע רבי'ס געזונט און שטארק, אויב איז ער בלינד וועט מען באדעקן די אויגן און לייקענען, אויב וועפט ער וועלן די גבאים חתמנ'ן צעטלעך, אויב איז ער קראנק שפארט מען אים איין קיינער זאל נישט אויסזאגן, כאילו עס איז אן עבירה צו זיין קראנק.

נאכדערצו ווען היינט זענען דא מער קראנקע מנהיגים ווי אמאל....
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

נאך א מיינונג האט געשריבן:א. פארוואס פארציילט מען נאנסענס פון ניין יאר? זאג שוין אז דער שר שלום איז געקומען אין חלום! אויגען פון א ניין יעריגע זענען נאך נישט אנטוויקעלט, און טאמער איינער בלייבט מיט וואס ער האט געזען ביי די ניין יאר, אך און וויי צו אים.

ב. דער תורה ומדע ניק האט געבויט דער גדלות פון זיין רב צוליעב זיין ערפארונג, און דערנאך א שטאך געטוהן צום ליובאוויטשער רבי. אויף דעם האב איך געזאגט אז דער ליובאוויטשער רבי האט כאטש אזוי פיל ערפארונג, ווייל ער האט קיין וואקעישענס נישט גענומען, און דער בעלזער רבי, צוליעב זיין אנגייענדיגע מחלה, האט שוין יארען געוויילט אויף וואקעישען.

ג. דער וואס טענה׳ט אז עס האט מיט ערפארונג, איז אפגעפרעגט פון דעם אז זיין הנהגה האט זיך נישט געטוישט צוליעב זיין ערפארונג. עס איז דא מענטשען וואס ווייסען נישט וויאזוי צו לערנען פון ערפארונג, און עס איז נאך נישט דא קיין שום באווייז אז דער בעלזער איז נישט פון די מענטשען. טאמער ער וואלט זיך געענדערט מיט עטוואס, וואלטען ענק זיך געקענט בארימען מיט זיין ערפארונג. אזוי איז עס אומוויכטיג.

ד. כנ"ל, דא רעדט מען פון ערפארונג.

ה. תורה ומדע האלט זיך א שטודירטע. און טאמער ער גלויבט אן באווייזונגען, האט ער שוין גארנישט שטודירט. ווילסט גלויבען בלינדעהייט, ווי אלע אנדערע רעליגיעס אין דער וועלט? געזונטעהייט. רוף עס אן הימעליש טאמער דו ווילסט. אבער אונזער רביס האבען אונז אנדערש געלערנט. גלויבען אין א מענטש סתם אזוי, אן א ראיה, איז נישט קיין אידישע תורהדיגע זאך, און געוויסע בעלזער ניקס דא אין שטיבעל שפירען פאר וויכטיג צו ברענגען ראיות. און זייער ראיות זענען גוט פאר די פלאכע ערד געמיינדע, צוזאמען מיט די 9\11 טרוטהערס.

ח״ו צו זאגען אז איך בין מזלזל אינעם לויבאוויטשער רבין זצוק״ל. איך האב נאר ארויס געברענגט איין נקודת חילוק פונעם גייסט פון בעלזער חסידות (גארנישט צו טוען מיטן היינטיגען רב) צום גייסט אין גור און לובאוויטש ווי דער קשר פון רבין צום חסיד איז ווייניגער באופן פרטי און מער באופן כללי. ווען דער בעלזער רב זאל געווען זיין רבי אין גור אדער לובאוויטש וואלט ער זיך אויך אזוי דעוועלאפט.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל

שליחה דורך קומזיץ »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קומזיץ, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל

שליחה דורך קומזיץ »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז ממש א ווייטאג צו ליינען פון דער סטיגמא וואס עמאציאנאלע געזונט פראבלעמען האבען ביי אונז. דער בעלזער רבי, אחוץ זייענדיג א רבי וואס פיהרט טיש, טיילט פערפעל און פסקנ׳ט שידוכים, איז אויך א מענטש וואס ליידט נעבעך פון דעפרעסיע. דאס איז א קליניקאלע מצב, וואס מ׳דארף נעמען פילען צו קענען אנגייען מיט דער לעבען. דאס ׳אויפטוהן אוין וואקעישען׳ איז טאקע אן אויפטוה. ווי ער קען זיך העלפען (היילען איז אוממעגליך) אין זיין מחלה. עסקנים זיצען דארט, זיכער. עסקנים אין וואס?

ווען מער מענטשען וואלטען געוואוסט פון די מחלה און וויפיהל מענטשען ליידען דערפון (איך האב מקורות אויף אחד מגדולי הדורות, נישט סתם א יורש פון פערפעל טיילען, וואס מ׳האט געוואוסט בחייו אז ער ליידט דערפון), וואלט מען זיך ווייניגער געשעמט דערפון, און מ׳וואלט גיכער געגאנגען פאר הילף.

אבינו מלכינו שלח רפואה שלמה לחולי עמך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk




איך האב איין שאלה צו דיר ליטוואק , די ביסט דאך נישט קיין חסיד וואס גלייבט אמונות טפילות אדער שמועות הפורחות באוויר , ביי דיר איז אלעס קלאר און אלעס קען מען אויפווייזן מיט פאקטן אדער מקורות (עכ"פ בנוגע צו חסידים) , אויף וואס בויעט איר אייער באמבאסטיטשע הנחה אז ער ליידט פון דיפרעסיע , די וועג וויאזוי עס איז איינגעפירט ביי די גארער וועלט איז אז מ'גייט צו א פסיכיאטר און ער זיצט מיטן פאציענט א שיין ביסל צייט און קריכט אריין אין זיין אינערליכער געפילען און געדאנקען און נאכן האבן אלע פאקטן פאר זיך צוזאמען מיט זיין וויסענשאפט און די פעלד פון פסיכולוגיע קען ער פאסן די ריכטיגע באשלוס , איר האט זיך מן הסתם קיינמאל זיך נישט געטראפן מיט עם און זיינע חסידים דא אין שטיבל וואס קענען עם פון די נאנט זעהן עס נישט ביי עם ,איז אויף וואס האט איר באזירט אייער פאקטן?
פאר מיר זעהט זיך אויס אז די פאקטן זענען "בלינדע שנאה" .
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

רבותי נישט קיין שיינע זאך צו פארדרייען דעם אשכול איבער סיי וואס חוץ דעם שבת

היות איך האב אנגעהויבן מיט א זייטיגע קשיא בעט איך אז מ'זאל נישט פארדרייען דעם אשכול

אבער אז מ'רעדט שוין........איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ביי יעדע גרויסע חסידות וואס די חסידים האבן א אמתע נאנטע קשר מיט זייער רבי'ן איז דוקא דער רבי נישט דער שמייכלדיגסטער מילד גערעדט אזוי זעיט מען ביי בעלזע וכן ראינו אצל ר' מאטעלע וויזניצער וכן ראינו ביי גור און אזוי אויך אין סאטמאר הדבר הזה ווייזט איין זאך אז אמתע חסידות און נאנטע קשר מיט'ן רבין איז נישט קיין חיצונותדיגע ענינים דאס איז א לב טהורדיגע עכטע אמתע פניומותדיגע העכערע קשר וואויל זענען די וואס זענען עס זוכה צו שפירן

צוריק צום שבת

@סמבטיון חלק ב כחלק ראשון עכט שיין
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

תורה ומדע האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:איך האלט אויך אז ער פירט א מורא'דיגע חסידות מיט א קלוגשאפט אין שטארקייט איך האב עם בכלל נישט אוועק געמאכט, אבער איך האב נאך אלץ די פילינג אז בעלזער חסידים פארשטייען נישט וואס עס מיינט א אמת'ע נאנטע קשר מיט א רבי.
זיי האבן א מורא'דיגע יראת הכבוד פארן רבי'ן אין זיי גייען אין פייער פאר די חסידות אבער זיי האבן נישט קיין נאנטע קשר.
אין לדעתי אזויווי איך האלט אז די רבי איז א קלוגע יוד טוהט ער דאס בכוונה ווייל דאס ברענגט אז קיינער וועט קיינמאל נישט פארלירן זייער רעספעקט פארן רבי'ן וואס דאס קען געשעהן ביי אנדערע פלעצער ווען די רבי איז מער פארמישט אין דעם יונגערמאן'ס לעבן אין דאס קען בעקפייערן.
אין וויבאלד מ'דארף דאך אבער אז די יונגערמאן זאל זיך האלטן נאנט אין האבן צו וועם צו רעדן האט ער איינגעפירט די מורא'דיגע סיסטעם מיט צענדליגע שטיבלעך אין דיינים.

מיר זעהט אויס אז בעלזער חסידים האבען א מסורה אויף דעם אויך. לויט די לעגנעדע איז דאס קשר פונעם חסיד אדער יושב צום מיטעלער רב ז״ל אדער צום הייליגען רב ז״ל איז געווען מיט אסאך מער יראה ווי אהבה. אבער אינעם יראה ליגט באהאלטען א טיעפן קאננעקשאן. האועבער, אנדערש ווי אין גור אדער אין לויבאוויטש ווי דאס קשר צום רבי׳ן איז כמעט בלויז טיארעטיש איז אין בעלז דא אן אמת׳ע פערזענליכער קשר צום רבי׳ן, און דאס איז דא היינט אפילו ביי די נשי החסידות א דאנק די הנהגה המחודשת פונעם היינטיגען רב.


דו ליינסט נישט אליינס דיין ווערטער? דא זאגסטו אז דער בעלזער חסידות איז אלע דורות געווען די זעלבע בלאף. מ'האט זיך איינגערעדט עפעס אויף דער רבי, און דאס איז גענוג געווען פאר'ן חסיד צו בלייבען דארט. אלע וואס האבען טענות אויף בעלזא אלע דורות האבען דאס געשריגען, אז בעלזער חסידות און בעלזער רביס זענען גענצליך צוויי זאכען, ולא קרב זה אל זה כל הלילה. נאר יעצט האבען עס די בעלזער חסידים אויך אויפגענומען, און דערמיט פארענטעפרט די נייע הנהגה! נאר דא עקא, וויבאלד די היינטיגע האט קיין בעלעזער רבי נישט געקענט, און זיין גאנצע חינוך איז געווען דייקא אין די הענט פון בעלזער חסידים, דעריבער איז ער טאקע נישט מער ווי א בעלזער חסיד. און פאר דעם לאכט רוב וועלט פון די גלויביגקייט וואס עס זעט זיך אן אין די אשכול.

[tag]אדנירם[/tag], ווי ביסטו?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

הרב ר' ישעיה יענקל פורטיגאל בן אדמור מסקולען שליט"א איז נעכטן געווען ביים רב אויף א וויזיט.
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

ליטוואק, א ברייטער קאפ ווי דו וואלט געווען געדארפן בעסער פארשטיין. מסביר זיין א געפיעל צו עמיצען וואס עקש׳נט זיך אדער האט נישט דאס קאפאציטעט דערצו איז כמעט אוממעגליך. אבער איך׳ל פרובירען פארט מסביר זיין.
דער חסיד/ רבי קאננעקשען איז א געפיעל פון אהבה און יראה אזוי ווי יעדע רילעישינשיפ. דאס בויעט זיך פון דעם אז דער חסיד שפיערט אז דער רבי איז משפיע אויף איהם און אויף זיין פאמיליע רוחניות, תורה, שמחה, אהבת הבורא, און הדרכה אין ענייני החיים. דער רבי מוז ניט זיין א בעל רוח הקודש אדער אן אויסגערופענעם צדיק הדור כדי אז דער חסיד זאל אזוי שפירען און זיין אין עם אהנגעבונדען. נאר וואס דען כפי מדרגת החסיד זוכט ער זיך אויס אזא מאדע רבי וועלכער קען אויף איהם משפיע זיין און מאהנען פון איהם רוחניות. איינמאהל דאס קאננעקשען שאפט זיך קען דער רבי משפיע זיין אויפן חסיד מלא חפניים קדושה, רוחניות, און אויך גשמיות ע״י תפילת הרבי פאר די חסידים. דער הנהגה ציעט זיך שוין ביי חסידים זינט דער בעש״ט.
חוץ מזה זענען פארהאן אידען וועלכער האבען א מסורה אין חסידות. למשל ס׳דא משפחות וועלכער שטאמען דורי דורות פון קרלינער חסידים, גורער חסידים, רוזינער חסידים, צאנזער חסידים, סיגעטער חסידים, לובאוויטשער חסידים, ראפשיצער חסידים, וכדו׳. די משפחות זוכען אהנצוהאלטען זייער מסורה און ממשיך זיין די מנהגים פון זייערע זיידעס כפי האפשר.
די אדמורים, פון דעם אנדערער זייט, האבען אויך א מסורה און אן אחריות ממשיך דרך צו זיין בדרכי אבותיהם און משפיע זיין רוחניות במסורת וברוח פון זייערער זיידעס מיט אן אדשאסטמענט צום היינטיגען דור.
אצינד קומען זיך צוזאמען אללע דרייי פאקטארען. דער חסיד מיטן צורך צו האבען א רבין, דער איד וואס זוכט ממשיך זיין דאס חסידישער מסורה פון זיין משפחה, און דער רבי וואס האט גירש׳נט דעם תפקיד ממשיך צו זיין בדרכי אבותיו און מאהנען די חסידים און משפיע זיין רוחניות און גשמיות. דער דאזיקער חוט המשולש ארבעט ב״ה פיין אין כמה מקומות און וועט לכאורה וויטער האבען א קיום בעזהשי״ת.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דיין ווערטער זענען ממש טערקיש צו מיר. דו רעדסט פון א געפיל וואס האט גארנישט מיט די מענטשליכע ערפארונג, נאר פארקערט, פון דאס דערדריקען דער מענטשליכע וויכטיגקייט און שיין דורך זיך אונטערגעבען עפעס וואס דו קענסט ניטאמאל אויפווייזען. ווען דו גלויבסט אז ער איז צדיק הדור, ביסטו אפשר א נער, אבער פון דארט און ווייטער פארשטייט מען. אבער ווען דו אליינס ביסט מודה אז דאס איז נישט אמת, וואס דארף עס צו מיינען? סתם נעמען א קלאטץ און קלאטשען אין פראנט פון איהם?

איך האף נאר אז דו לייגסט דאס נישט אן אויף אידישקייט, ווייל מיט די סברא ישרה פון אונזער תורה האט עס נישט.

עס דערמאנט מיר נאר די ווערטעל 'אן אונגארישער דארף א רבי, ווי א שוואנץ דארף א קאפ'. עס איז שוין לאנג באשטעטיגט אז דאס האט נישט דוקא מיט אונגארען, נאר אסאך אנדערע אויך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

סמבטיון האט געשריבן:הרב ר' ישעיה יענקל פורטיגאל בן אדמור מסקולען שליט"א איז נעכטן געווען ביים רב אויף א וויזיט.

דאס איז א שטיקעל חידוש, כידוע אין סקוליען גלייכט מען זייער דעם היינטיגן רב זאל מאריך ימים ונשים זיין
משום מעשה שהיה שחלק כבוד גדול להאדמו"ר ר' אליעזר זוסיא זצ"ל ולניגוניו הק' ואין כאן מקומו, וכבר הבטחתי כאן שבמקום אחר וכאשר עתותיי יהיו בידי אפרט הגלייך-ווערטליך שאמר הנ"ל
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דיין ווערטער זענען ממש טערקיש צו מיר. דו רעדסט פון א געפיל וואס האט גארנישט מיט די מענטשליכע ערפארונג, נאר פארקערט, פון דאס דערדריקען דער מענטשליכע וויכטיגקייט און שיין דורך זיך אונטערגעבען עפעס וואס דו קענסט ניטאמאל אויפווייזען. ווען דו גלויבסט אז ער איז צדיק הדור, ביסטו אפשר א נער, אבער פון דארט און ווייטער פארשטייט מען. אבער ווען דו אליינס ביסט מודה אז דאס איז נישט אמת, וואס דארף עס צו מיינען? סתם נעמען א קלאטץ און קלאטשען אין פראנט פון איהם?

איך האף נאר אז דו לייגסט דאס נישט אן אויף אידישקייט, ווייל מיט די סברא ישרה פון אונזער תורה האט עס נישט.

עס דערמאנט מיר נאר די ווערטעל 'אן אונגארישער דארף א רבי, ווי א שוואנץ דארף א קאפ'. עס איז שוין לאנג באשטעטיגט אז דאס האט נישט דוקא מיט אונגארען, נאר אסאך אנדערע אויך.

ווייזט אויס פון דיין רעספאנס אז דו פארשטייסט גאנץ גוט מיינע ווערטער. יעדער איד דארף א רבין. די ליטווישער וועלט איז אויך היינט מסכים צו דעם. וואס האט דאס מיט שוואנץ?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תורה ומדע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

@סמבטיון

ביזט געווען ביי די רעבעצינ'ס טיש אויך?
פארשפארט