בלאט 8 פון 27

אש יצאה מקרעמניץ: להשתתף בהכינוס, אין לך נותן יד לפושעים גדו

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 12:13 pm
דורך היסטאריקער
תדהמה בוויליאמסבורג, הרב מקרעמניץ בביאור ארוך בכתב פסק נחרצות כי השתתפות בכינוס הכללי שנקראה ע"י האדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א להתחזק בשיטת רביה"ק מסאטמאר זצוקלה"ה, במלחמת דת השערה נגד כת הציונים והנגררים אחריהם, יש בה לא פחות מנתינת יד לפושעים, ואסר בהחלט לכל הסרים למשמעתו להשתתף וליקח חבל בהכינוס שאמורה להיות ביום א' כ' סיון הבעל"ט, בהשתתפות שר התורה מרן ראב"ד ירושלים שליט"א.

ר' אפרים צבי שמילאוויטש שמתכנה היום כהרב מקרעמניץ, תלמיד ישיבת סאטמאר בראשית שנותיה בסענדס סטריט המיתילוגי, וחתנו של הרב הראשון משארמאש זצ"ל, ידוע זה כמה שנים בקנאותיה בלתי מתפשרת.

קדמנא אידכר לן קנאותיה של הרב מקרעמניץ, עוד טרם שנתלה לו השם לוי של העיר קרעמניץ שבוואהלין, בעודו אברך צעיר לשנים בחיים חיותו של איתן אדונינו רביה"ק זי"ע, בעת שהשתתף עם הכת 'השחורים' נגד רצונו של מרן זצ"ל, בהתחכמותם והבנתם שהם יודעים היטב תורת הקנאות ויצאו בהפגנה בחוצות וואשינגטאן הבירה, למורת רוחו של רבינו זי"ע, וזקנים בינינו זוכרים שאחרי שהעיפו את המשתתפים מלבוא אל בית מדרשינו, נכנס הרב שמילאוויטש אל הקודש פנימה לבקש מחילה, ורבינו לא נענה לו ראשו.

קנאות קרעמניץ המשיכה עוז כאשר רבינו מרן בעל ברך משה זצ"ל עלה על כס דודו הגדול, כאשר הרב לא ראה בעין יפה את התמנותו ולא מצא רבינו חן בעיניו, המשיך בעטו עט סופר מהיר בביאורים למה אין הכתר הולם את ראשו, ובפרט כאשר רבינו יסד בדם לבבו את מוסד הקדוש שערי חמלה בעיר קרית יואל לבני ישראל האומללים, יצאה האש מקרעמניץ בתבערה ומשך בעטו ללחום נגדו בכל תוקף ועוז.

אבל על של עתה הגדיל בעצה והפליא בתושיה, כשנראה מתוך דפי מכתבו שמומחה הוא לעניני מרן מהר"א שליט"א, יודע כל שיח ושיג ממנו, שומע ומאזין לקול סאטמאר מידי שעה בשעה, וקורא את כל הגליונות להכנת הכינוס, ובכח חריצותו עלה על סוד הכמוס מי עומד מאחורי הכינוס, והפתיע את עולם החרדי בחידושו הנפלא, שמעו ותחו!

מי שעומד מאחורי הכינוס לדעתו של הרב שמילאוויטש הוא לא אחר מחבר הכנסת המינים! הקרעמניצער יודע את זה בחושו הביקורת, ובהכרתו את תורת הסוד, והוא באחד שכל הכינוס אינו אלא לחזק את השתתפות בכנסת המינים ואגודת ישראל ומפלגותיה, וממילא מי שמשתתף בה נותן יד לפושעים ועתיד ליתן את הדין!

הדבר יצא מפי הרב, ועל כן יאוואזשנא במר תבכה וקרעמניץ תתן קולה, בעל פרשת הכסף מאיי הפיליפינס ממלא דפי ה'דער איד' עם החידוש הקרעמניצאי, ובחורי ישיבות רז"ל מסאטמאר ממלאים את פני החוצות לקרוע מודעות הכינוס, וזאת תורת הקנאות!

בנתיים תמהים ושיילין למה אינם שומעים דעת תורה מהאדמו"ר המתחרה גופו? מה דעתו בזה, גם הוא מסכים שחבר הכנסת מייזם את הכנסת, גם הוא סבר שאסור להשתתף ונכנע הוא לפסק וחידושו של בית קרעמניץ, או שמא יש לו אך הפעם דעה עצמאית בשיטת הקנאות.

ימים ידברו?

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 1:01 pm
דורך גאנצל
בן ישי האט געשריבן:וואס איז אפיציעל פשט פון די פיקטשערס און ווידיאו וואס גייען ארום ווי מ'זעהט זלונים רייסן אראפ די צעטלעך פון די כינוס?
איך פארשטיי אז זיי גייען נישט דארט און האבן חילוקי דעות, אבער וואס האבן זיי קעגן די אסיפה? מ'טאר נישט רעדן קעגן ציונות?

שטעל דיך פאר איך זאג דיר אפאר יאר צירוק אז סאטמערע חסידים וועלן זיין די וואס רייסן אראפ די צעטלעך צו א אסיפה קעגן ציונות...

איך מיין אז פשט איז פשוט קליינע בחורים זוכן אביסל פאן.... נאטינג מעיזשער

Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 1:05 pm
דורך אונטער חכם
ביז דערווייל האב איך נאך נישט געזעהן אזא בייסיגע ארטיקל פון א זאלי, סאו אויב איז שעלטן א ראי' , זעהט אויס אז דו האסט א פראבלעם דא.

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 1:12 pm
דורך [NAMELESS]
גאנצל האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:וואס איז אפיציעל פשט פון די פיקטשערס און ווידיאו וואס גייען ארום ווי מ'זעהט זלונים רייסן אראפ די צעטלעך פון די כינוס?
איך פארשטיי אז זיי גייען נישט דארט און האבן חילוקי דעות, אבער וואס האבן זיי קעגן די אסיפה? מ'טאר נישט רעדן קעגן ציונות?

שטעל דיך פאר איך זאג דיר אפאר יאר צירוק אז סאטמערע חסידים וועלן זיין די וואס רייסן אראפ די צעטלעך צו א אסיפה קעגן ציונות...

איך מיין אז פשט איז פשוט קליינע בחורים זוכן אביסל פאן.... נאטינג מעיזשער

אזוי ווי דו זאגסט איך זעה נישט די מוטשעניש דא.
מיר וואונדערט נאר נאך פשט אין אפיציעל דינגען די שמחת תורה גוים צו רייסן די בארקליעס פלאקאטען, היות דאס איז געדינגען געווארן דורך די העכסטע פענסטער בקהילת מהר''א.

אז מען רעדט שוין ווייסט איינער פשט אין די נוקלער אויפרייס פון @היסטאריקער עס גייט דאך זיי גוט יעצט, וואס קוקט ער בכלל אויך די לוזערישע זיין???

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 1:21 pm
דורך גאנצל
עמעזאן האט געשריבן:

אקעי מ'פראבירט דאך דא צו זיין נארמאל הייב נישט יעצט אן מיט קינדערישקייטן ......... קיינער נישט געדינגען פון די העכסטע פענסטער נאטינג

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 1:43 pm
דורך berlbalaguleh
[quote="היסטאריקער"]נתגלה קלונו פון דעם צבוע, בלאפער, און וועלט'ס בארימטער שקרן זלמן לייב טייטלבוים!!

אפאר יאר צוריק האט ער געהאלטן א דרשה, ווי ער איז מסביר אז די עיקר קנאות איז מוחה צו זיין אויפן רעיון הציוני, און אויפן עצם הקמת מרידה במלכות שמים, נישט אויף גזירות!!

יעצט ווען זיין פאליטיק שפילט אים אנדערש, איז ער ער גרייט מפקיר צו זיין די גאנצע שיטה הקדושה, און ווייזן פאר די גאנצע וועלט אז זיין פערזענליכע מחלוקה איז אים אסאך וויכטיגער ווי די גאנצע מערכה קעגן ציונות!!

ער מיט זיינע באצאלטע דיינים/שמשים פארפירן שוין אפאר וואכן, היתכן מ'גייט נישט רעדן פון די סיקריקישע אגענדעס, און דעריבער שטעלן זיי זיך נישט צו, און ווילן נאך מסביר ווי הארב ס'איז צו גיין צו א כינוס ווי מ'רעדט פונעם עצם מרידה במלכות שמים!!

זלמן לייב, יזכר לך עתה אתמול אשר דברת[/quote
היסטאריקער: איך וועלל נישט גיין אזוי ווייט און זאגן די אלע זאכן אויף ר' זלמן לייב שליט"א. ער אליינס איז א וואוילער איד. ער איז אבער געפאנגען אין די הענט פון ממליך מלכים בבית הברך משה זצ"ל. ה"ה ר' משה גבאי. ער מוז מיטשפיעלן די פאליטיק וואס מ'שרייבט איהם פאר. דאס איז איינמאל זיכער. אז דער איצטיגער כינוס איז נישט עולה בקנה אחד מיט די פארטייאישע פאליטיק. אבער, אזוי ווי איך האב שוין פריער געשריבן אז דער איצטיגער כינוס רירט אן א נערוו ביי די הנהגת מהרז"ל. ממילא רייסט מען צעטלעך און מ'טוט אנדערע פעולות צו שטערן דעם אויפקומענדיגן כינוס בעז"ה ס'וועט אי"ה מקויים ווערן דער פסוק..."לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי"...!.

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 1:47 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריקער: איך האב נאר איין קאמענט צו מאכן. ווען דו זאלסט נעמען דעם הייליגן קרעמניצער רב שליט"א און איהם פרעגן צי ער קען דיר ווייזן וואו, אויף די וועלט די שטאט קרעמניץ איז. צי ס'איז בכלל אין פוילן, גאליציע, אונגארן אדער מארמאראש. וועט ער נעבעך נישט וויסן. ער'ט מסתמא זאגן ס'הייסט. ס'איז דא אויף ליע עוועניו...!

Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 1:59 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
היסטאריקער דערמאנט מיר פון א מעשה מיט ׳צפיחית בדבש׳. איך מיין דער עולם קען עס שוין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 2:04 pm
דורך קאך_לעפל
ווי ס'קוקט אויס האבן די כינוס-ארגאנעזירער באשיינפערליך געמאכט א א פאדומענטאלע אירטום!

נעמליך, ס'איז דאך ברייט באקאנט אז איידער עמיצער האט די העזה צו טאן עפעס קעגן ציונות, ליגט אויף אים אן אויסשליסליכער הייליגע פליכט, ערשט צו קאנפערירן מיטן וויליאמסבורגער/ לעיקוואדן כוכב היצחקי דער חכימא דיהודאי מורינו רבי איטשע שטערן זאל געזונט זיין. און מיט זיינע ברייט-בארימטע שלאק-באטראפענע אידיאטן די מאורת הגדולים הרה''ג רבי יואל צימערמאן שליט''א, און הני תרתי שרפים הנוראים משפטיווקא ומעקרעמעניץ שליט''א. ווארום בלויז די דאזיגע באנדע מיט זייער טיפע אינערליכע געקניפטע באציאונגען מיט די ליטאים, און מיט זייער אומבאגרעניצטע געטליכע קליגשאפט האבן די ווירקליכע קענטעניסן צו אנטשיידן די גענויע תכסיכי המלחמה נגד הציונים והנגררים אחריהם. בלויז זיי האבן פונקטליך מקבל געווען בבית מדרשו של הרה''ק ממאנטיוועדא זי''ע די שיטה הברורה וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט אנגעבליך געשריבען מיט געהיימע אומזעבארע טינט צווישן די שירות פונעם ויואל משה...

און צום באדויערן וויל דער סארמארער רבי שליט''א זיך נישט געהעריג צונויף שמיעסן מיט די דאזיגע לוחמי מלחמת השם בחכמה ובגבורה, דערפאר טוען טאקע אלע זאלי-זיידעס און קווינס יונגאטשעס די ריכטיגע שריט מיטן אראפרייסן די טאמאנע כינוס פלאקאטן...

א מין סארט חוצפה... מ'פרעגט נישט צימערקלאץ מיט שטערן?... רשעים ארורים די נארוינים.... נידער מיט די פלאקאטן.... דאס נישט פרעגן דעם לאכעדיגען שטערן צייגט קלאר ארויס אז די נערוינים זענען בלויז אויסן אויסצורייסן די הייליגע רבי זכיתו יגן עלינו..... נישט קיין שום צווייפל....

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 2:20 pm
דורך אישתישבי
וואס איז די אמת? איז מהר"א מער פשרה'דיג צו די ציונים ווי מהרז"ל?

מיר געדענקען דאך זיינע חכמות מיט דער ביליגער ביבי.

איז פארוואס האט ער פאריאר נישט מסכים געווען צו דער כינוס? נישט ווייל ער איז ווייניגער קנאי. אלא מאי ער טענה'ט עס איז בית נישטא קיין גזירות גיוס? קען נישט זיין, ווייל ער האט גענוג מאל מוחה געווען אויף אויפגעבלאזענע עבירות פין די ציונים!!

נו פארוואס טאקע? מהאי טעמא וואס מהרז"ל איז נישט מסכים צו דער כינוס דער יאר.

אידען, סאטמאר האט זיך נישט געטוישט, מאז ומקדם איז דער מנהג געווען אין סאטמאר אז נאר וואס זיי טוהן איז כשר, און ווען א צווייטער טוט עס, איז עס טריפה.

יעצט איז עס צווישן זיי אליין.

פירוד לסאטמאר נאה להם ונאה לעולם.

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 2:43 pm
דורך elter-zeide
אישתישבי האט געשריבען,, "פירוד לסאטמאר נאה להם ונאה לעולם"

תשט"ו/ז האט מען דאס זעלבע געזאגט אויף סאטמאר, פירוד סאטמאר נאה להם ונאה לעולם" כאטש עס איז געווען קאם איין סאטמאר, נאר וואס דען? דע וואס האבען דעמאלטץ דאס געזאגט וואלטען געוויסט, ווי אזוי סאטמאר וועט שפעטער אויס זען, וואלטן זיי געטראכט צוויי מאל פארן זאגען, איך מיין ווען די זאלסט וויסען ווי אזוי סאטמאר וועט אי"ה אויס זען יארן ארים (אפשר 8/10 סאטמאר) וואלסטי אויך געטראכט צוויי מאל פארן זאגען,

Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 3:09 pm
דורך אייער שפייז
כינוס כללי טעלעגראם טשענל

https://t.me/KinesKluliUD

Sent from my SM-J327P using Tapatalk

Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 3:27 pm
דורך אייער שפייז
פאשקעווילן בילדבילד

Sent from my SM-J327P using Tapatalk

Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 3:27 pm
דורך אייער שפייז
אויף לי עוועניובילד

Sent from my SM-J327P using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 3:50 pm
דורך בן ישי
ס'טוהט זיך דא תורות מיט טענות און געשרייען...
די פאקט איז אז
ארונים זענען אייביג פארנימען מיט וואס די זאלונים טוהן און די סלונים זענען אייביג פארנימען וואס די ארונים טוהן.

מהר"א טוהט זאכן אנדערש ווי ער האט אמאל געהאלטן טון מהרז"ל טוהט זאכן אנדערש ווי ער האט אמאל געהאלטן.

ארונים און זאלונים זענען ביידע די זעלבע קעגן ציונים אבער ווען זאלונים מאכן גייען נישט ארונים און ווען ארונים מאכן גייען נישט זאלונים.

בקיצור יא די מחלוקת גייט נאך אן און ביידע פרובירן נאך צו זיין שטערקער און בעסער...גארנישט געטוישט.

Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 3:54 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
elter-zeide האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבען,, "פירוד לסאטמאר נאה להם ונאה לעולם"

תשט"ו/ז האט מען דאס זעלבע געזאגט אויף סאטמאר, פירוד סאטמאר נאה להם ונאה לעולם" כאטש עס איז געווען קאם איין סאטמאר, נאר וואס דען? דע וואס האבען דעמאלטץ דאס געזאגט וואלטען געוויסט, ווי אזוי סאטמאר וועט שפעטער אויס זען, וואלטן זיי געטראכט צוויי מאל פארן זאגען, איך מיין ווען די זאלסט וויסען ווי אזוי סאטמאר וועט אי"ה אויס זען יארן ארים (אפשר 8/10 סאטמאר) וואלסטי אויך געטראכט צוויי מאל פארן זאגען,
וכך הווה. די גראבע מגושמ׳דיגע קעפ האבען דעמאלס נישט געקענט באגרייפען ווי אומרעלעוואנט סאטמאר וועט באלד ווערען. און קוק היינט. די איינציגסטע וואס קימערען זיך מיט די כינוס הליידיגייערס זענען די סאטמוירים. קיין שום ערליכע איד גייט עס נישט אן, קיינער זעט נישט פאר וויכטיג צו קומען הערען די דברי פקחות וחכמה. עס איז נישט דא קיין איין מענטשמ וואס וויל הערען זיין ווערטער און ווייסט זיי נישט פאראויס. די ציונים זענען נישט אינטרעסירט, די ליטאים נישט, די אנדערע חסידים אויך נישט. גארנישט.

סתם אן אנאנס אז סאטמאר פארמאגט פלייש.

לך בכוחך זה והושעת את ישראל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 3:59 pm
דורך newkave
קאך_לעפל האט געשריבן:ווי ס'קוקט אויס האבן די כינוס-ארגאנעזירער באשיינפערליך געמאכט א א פאדומענטאלע אירטום!

נעמליך, ס'איז דאך ברייט באקאנט אז איידער עמיצער האט די העזה צו טאן עפעס קעגן ציונות, ליגט אויף אים אן אויסשליסליכער הייליגע פליכט, ערשט צו קאנפערירן מיטן וויליאמסבורגער/ לעיקוואדן כוכב היצחקי דער חכימא דיהודאי מורינו רבי איטשע שטערן זאל געזונט זיין. און מיט זיינע ברייט-בארימטע שלאק-באטראפענע אידיאטן די מאורת הגדולים הרה''ג רבי יואל צימערמאן שליט''א, און הני תרתי שרפים הנוראים משפטיווקא ומעקרעמעניץ שליט''א. ווארום בלויז די דאזיגע באנדע מיט זייער טיפע אינערליכע געקניפטע באציאונגען מיט די ליטאים, און מיט זייער אומבאגרעניצטע געטליכע קליגשאפט האבן די ווירקליכע קענטעניסן צו אנטשיידן די גענויע תכסיכי המלחמה נגד הציונים והנגררים אחריהם. בלויז זיי האבן פונקטליך מקבל געווען בבית מדרשו של הרה''ק ממאנטיוועדא זי''ע די שיטה הברורה וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט אנגעבליך געשריבען מיט געהיימע אומזעבארע טינט צווישן די שירות פונעם ויואל משה...

און צום באדויערן וויל דער סארמארער רבי שליט''א זיך נישט געהעריג צונויף שמיעסן מיט די דאזיגע לוחמי מלחמת השם בחכמה ובגבורה, דערפאר טוען טאקע אלע זאלי-זיידעס און קווינס יונגאטשעס די ריכטיגע שריט מיטן אראפרייסן די טאמאנע כינוס פלאקאטן...

א מין סארט חוצפה... מ'פרעגט נישט צימערקלאץ מיט שטערן?... רשעים ארורים די נארוינים.... נידער מיט די פלאקאטן.... דאס נישט פרעגן דעם לאכעדיגען שטערן צייגט קלאר ארויס אז די נערוינים זענען בלויז אויסן אויסצורייסן די הייליגע רבי זכיתו יגן עלינו..... נישט קיין שום צווייפל....

בעשיינפערליך אן אירטום.
ברויך מען באראטן מיטן רעבא פון קרי

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 4:02 pm
דורך newkave
elter-zeide האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבען,, "פירוד לסאטמאר נאה להם ונאה לעולם"

תשט"ו/ז האט מען דאס זעלבע געזאגט אויף סאטמאר, פירוד סאטמאר נאה להם ונאה לעולם" כאטש עס איז געווען קאם איין סאטמאר, נאר וואס דען? דע וואס האבען דעמאלטץ דאס געזאגט וואלטען געוויסט, ווי אזוי סאטמאר וועט שפעטער אויס זען, וואלטן זיי געטראכט צוויי מאל פארן זאגען, איך מיין ווען די זאלסט וויסען ווי אזוי סאטמאר וועט אי"ה אויס זען יארן ארים (אפשר 8/10 סאטמאר) וואלסטי אויך געטראכט צוויי מאל פארן זאגען,

עלטער זיידערקא, מען האט דאס אלעמאל געזאגט, און מען וועט עס ווייטער זאגן.
כלל ישראל האט נישט קיין שום חלק מיט די מעשים פון דער נידריגע סעקט.
אפילו דער אלע וואס פלעגן זיך צושטעלן כדי נישט צו ווערן טעראזירט, האבן זיך אפגעשאקלט פון דער סעקטע.

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 4:25 pm
דורך ליפא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
סתם אן אנאנס אז סאטמאר פארמאגט פלייש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

rps20180528_162306.jpg

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 6:31 pm
דורך בן ישי
די ראב"ד שליט"א ביים באזוכן ר"י בריסק פארן ארויספארן קיין אמעריקע און די עולם ביים זיך געזעגענען

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 6:32 pm
דורך בן ישי
טיקעטס אוין מאנסי

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 6:54 pm
דורך בן ישי
.

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2018 7:23 pm
דורך [NAMELESS]
אייער שפייז האט געשריבן:אויף לי עוועניובילד

Sent from my SM-J327P using Tapatalk

ביסט משקר במילתא דעבידא לגילויי!! דאס איז ווייט עוועניו!!!...