בלאט 8 פון 8
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 1:02 pm
דורך גדליה
לך לך האט געשריבן:אפשר די פאפאנא לאזן איהם נישט פארן...?

ניין, סארי אבער סקומט נישט קיין דזשוסי גאסיפ
די פאפא האבען שוין א גאר פאסיגע קאנדידאט פאר די דיינות אין ב"פ
ער הייסט גרינוואלד אדער איז א משפחה מיט גרינוואלד.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 1:33 pm
דורך איסר האטלקי
נישט א דיין האבן זיי, נאר א רב, אויפן וועמען זיי קוקן שוין ארויס א לענגערע צייט, הגה''צ ר' לוי יצחק גרינוואלד שליט''א, חדב''ן כ''ק אדמו''ר מבורשטין שליט''א.
בהשגחה פרטית איז דער צוקונפטיגער רב געבוירן געווארן ביים פאפא רעביצין, און נאר אזוי האט מען זיך דערוואוסט איבער דעם גרויסן אור וואס וועט בעז''ה פירן די קהילה על מי מנוחות. ווען נישט וואלטן זיי געדארפט העקען די אוסטראלישע קהילה אימעיל צו גנב'נען א קאנדידאט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 2:11 pm
דורך גדליה
ס'איז א שיינע זאך אז מטוישט אויף א סוקסעספולע דיין מיט א אייגענע זון. בפרט אז ער הייסט גרינוואלד און ער וואוינט נאך איןצבארא פארק, איז דאך דאס ממש פאסיג.
נישט אומזינסט האט רעב אהרן (אליינס א וועלט'ס חכם) מגדיר געווען די גאנצע סיטואציע אין איין סטעיטמענט: פאפא רב זאגט זייער א קלוגע זאך.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 2:35 pm
דורך לך לך
איז דער 'צוקונפטיגער רב געבוירן געווארן ביים פאפא רעביצין' א לייטישער בחור?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 2:50 pm
דורך גדליה
מיינסט די בורשטינער האט אים עפעס סתם אזוי גענומען אלץ איידעם?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 5:58 pm
דורך פיינע קאווע
מען גייט צו מען האט אים געלייגט לעצטענס א טאוב פארן הארץ בעצת זיין דאקטאר זאל ער נישט פליען אויף א עראפלאן יעצט. ער וועט אי"ה פארן בקרב הימים און פירן על מי מנוחות עד ביאת משיח
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:59 pm
דורך איסר האטלקי
פיינע קאווע האט געשריבן:מען גייט צו מען האט אים געלייגט לעצטענס א טאוב פארן הארץ בעצת זיין דאקטאר זאל ער נישט פליען אויף א עראפלאן יעצט. ער וועט אי"ה פארן בקרב הימים און פירן על מי מנוחות עד ביאת משיח
ביסט זיכער אז ער גייט אונז פירן קעגן משיח??
כ'האב מיך שוין געלאזט נארן צופיל מאל, ביי מהרנ''ץ פון באבוב, ברך משה מסאטמאר, וויזשניצער רבי. איך וויל נישט נאכאמאל בלייבן אויסגעשפילט!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:02 pm
דורך איסר האטלקי
לך לך האט געשריבן:איז דער 'צוקונפטיגער רב געבוירן געווארן ביים פאפא רעביצין' א לייטישער בחור?
פערצופאל האט ער פיינע קינדער, איך קען דריי פון זיי, פאפא מאנסי, חדב''ן בורשטין און איינער אן איידעם ביי הגר''א הלברשטאם רב דקהל מנחת חינוך, אלע זענען גאר חשובע אינגעלייט, דער איידעם ביי הלברשטאם איז א מתמיד עצום, כ'ווייס נישט אויב בארא פארק האט נאך 10 אזעלכע מתמידים.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:09 pm
דורך קאצקע ציקער
איסר האטלקי האט געשריבן:לך לך האט געשריבן:איז דער 'צוקונפטיגער רב געבוירן געווארן ביים פאפא רעביצין' א לייטישער בחור?
פערצופאל האט ער פיינע קינדער, איך קען דריי פון זיי, פאפא מאנסי, חדב''ן בורשטין און איינער אן איידעם ביי הגר''א הלברשטאם רב דקהל מנחת חינוך, אלע זענען גאר חשובע אינגעלייט, דער איידעם ביי הלברשטאם איז א מתמיד עצום, כ'ווייס נישט אויב
ברוקלין האט נאך 10 אזעלכע מתמידים.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 10:11 pm
דורך דער שכן
איסר האטלקי האט געשריבן:לך לך האט געשריבן:איז דער 'צוקונפטיגער רב געבוירן געווארן ביים פאפא רעביצין' א לייטישער בחור?
פערצופאל האט ער פיינע קינדער, איך קען דריי פון זיי, פאפא מאנסי, חדב''ן בורשטין און איינער אן איידעם ביי הגר''א הלברשטאם רב דקהל מנחת חינוך, אלע זענען גאר חשובע אינגעלייט, דער איידעם ביי הלברשטאם איז א מתמיד עצום, כ'ווייס נישט אויב בארא פארק האט נאך 10 אזעלכע מתמידים.
פערצופאל מיין פיס...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 11:47 pm
דורך איסר האטלקי
דיין פיס האט אויך פיינע קינדער?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 12:18 pm
דורך [NAMELESS]
קאצקע ציקער האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:לך לך האט געשריבן:איז דער 'צוקונפטיגער רב געבוירן געווארן ביים פאפא רעביצין' א לייטישער בחור?
פערצופאל האט ער פיינע קינדער, איך קען דריי פון זיי, פאפא מאנסי, חדב''ן בורשטין און איינער אן איידעם ביי הגר''א הלברשטאם רב דקהל מנחת חינוך, אלע זענען גאר חשובע אינגעלייט, דער איידעם ביי הלברשטאם איז א מתמיד עצום, כ'ווייס נישט אויב
נארט אמעריקע האט נאך 10 אזעלכע מתמידים.
(נישט קיין וויץ, איך קאן איהם)
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 3:38 pm
דורך איסר האטלקי
ריכטיג האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:לך לך האט געשריבן:איז דער 'צוקונפטיגער רב געבוירן געווארן ביים פאפא רעביצין' א לייטישער בחור?
פערצופאל האט ער פיינע קינדער, איך קען דריי פון זיי, פאפא מאנסי, חדב''ן בורשטין און איינער אן איידעם ביי הגר''א הלברשטאם רב דקהל מנחת חינוך, אלע זענען גאר חשובע אינגעלייט, דער איידעם ביי הלברשטאם איז א מתמיד עצום, כ'ווייס נישט אויב
כל העולם כולו האט נאך 2 אזעלכע מתמידים.
כ'מיין די בילדער מאגאזין...
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 3:41 pm
דורך יין שרף
די מתמיד פון "כל העולם כולו" איז נישט קיין צו חשוב'ע טיטל..
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 10:43 am
דורך חיים יואל
אוהב ספרים האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:האדמו''ר מהר''א געפינט זיך יעצט אין לאנדאן לרגל דעם גרויסן ''שבת הכתרה'' פון הגרמ''מ ווייס פאר אב''ד סאטמאר לאנדאן. מוצאי שבת האט געדארפט פארקומען דעם פרעכטיגן מעמד הכתרה, אבער....
אין א לעצט מינוטיגע דראמאטישע געשעעניש איז מען געוואויר געווארן אז דער ניי-אויפגענומענער רב וועט נישט פארן אויף שבת קיין לאנדאן צו זיין אייגענעם הכתרה. דער מעמד איז שנעל פארטוישט געווארן מיט א הכנסת ספר תורה.
פרטים יבואו
דער שבת איז געווען געפלאנט און מפורסם נאך פאר מען האט געוויסט פון א ההכתרה
גערעכט.
דער שבת איז געווען געפלאנט לכבוד חנוכת ה''היכל התורה החדש''.
נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 10:20 am
דורך חיים יואל
הגה"צ ר' משה מנחם ווייס איז יעצט אין לאנדאן אויף א באזוך
Re: הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אויפגענומען פאר אב"ד סאטמאר לאנד
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 10:52 pm
דורך נעגעל וואסער
איינער האט מיר געשיקט א רעקארדינג פון א הספד וואס ער האט געזאגט אויף א אינגע מאמע וואס האט איבערגעלאזט 7 קליינע קינדער רח"ל, שוין לאנג נישט געהערט אזא הארץ רייסענדע הספד, עס האט מיר געקאסט א שיינע פאר טרערן. צווישן אלע אנדערע מספידים האט ער גערעדט זייער צו דער זאך.