בלאט 8 פון 10
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 06, 2018 11:03 pm
דורך לעיקוואד
יש לי את הספר אך עוד לא עיינתי בו בעיון.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 06, 2018 11:13 pm
דורך לעיקוואד
להעיר, אז טראץ דעם וואס ר' יששכר רעדט טאקע צוליב דעם אז מען מעג קושן די קינדער אין בית מדרש, איז אין ריאליטעיט נאכאלץ נישט באמת מעגליך אז ביידע דזשענדערס זאלן זיך משתתף זיין אייניג אין בית מדרש, בשעת מ'רעדט פון היימישע גרויסע משפחות. ווי איינער האט מיר געזאגט יום טוב, נו זייער פיין אלע ווייבער וועלן קומען אין שול דאווענען, און ווער וועט צוגרייטען די סעודה..? יא אוודאי פעמיניזם לויטעט אז די מענער זאלן העלפן קאכן אויך, מיר רעדן אבער דא פון דער ריאליטעיט.
דאכציך אז בפועל ממש איז נישטא אין די אלע פעמיניסטישע מניינים קיין איין עלטערע מבוסס'דיגע גרויסע משפחה, עס איז על פי רוב סטודענטען און סטודענטקעס תלמידי ותלמידות הישיבות והכוללים ווען מען האט צייט אויף דעם... בפועל ווען די משפחה ווערט גרעסער (אפילו נישט פופצן קינדער אויפן חסידישער נוסח, פינף איז אויך גענוג) איז דאס נישט מעגליך און די חלוקת העבודה ווערט נאטורליך. קוים וואס דער טאטע האט צייט גיין אין בית מדרש זאל די מאמע שוין אויך גיין..?
ממילא די אלע חקירות זענען באמת נישט נוגע אין ווילאמסבורג, נישט צוליב אידיאלאגישע סיבות נאר מער צוליב פראקטישע סיבות. אפשר דארף מען משנה זיין סדרי עולם אבער דאס איז שוין אן אנדערע פראייעקט..
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 06, 2018 11:57 pm
דורך אישתישבי
לעיקוואד
די פארשטייסט נישט.
קודם איז מען זיי מחייב צו דאווענען און לערנען, און נאכדעם איז מען מתיר פריה ורביה, ווייל עס שטערט פין עבודת השם.
נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2018 12:30 am
דורך רביה''ק זי''ע
פון פרו ורבו האט שוין ר' ישמעאל בן אלישע גע'פטר'ט: תניא אמר רבי ישמעאל בן אלישע מיום שפשטה מלכות הרשעה שגוזרת עלינו גזירות רעות וקשות ומבטלת ממנו תורה ומצות ואין מנחת אותנו ליכנס לשבוע הבן ואמרי לה לישוע הבן דין הוא שנגזור על עצמנו שלא לישא אשה ולהוליד בנים ונמצא זרעו של אברהם אבינו כלה מאליו אלא הנח להם לישראל מוטב שיהיו שוגגין ואל יהיו מזידין: (ב"ב ס:)
Re: אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2018 9:05 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גאנץ פמיניזם איז נישט מעגליך אין די וועלט, און עס עגזיסטירט טאקע בעיקר אין געדאנק נישט למעשה.
עס האט פיל אויפגעטון אין געוויסע געביטען, אבער די וועלט אנערקענט נאך שטארק די אונטערשיידען צווישען די געשלעכטען און דער וואס וויל זיין א גוטע מענטש, פירט זיך מיט א מאן לויט די מענערישע נאטור און מיט א פרוי לויט די פרויערישע נאטור, און ער לאזט נישט די גלויבונג פון גלייכבארעכטונגען צו פארדרייען די פאקט אז זיי זענען אנדערש.
דאס זיך פירען אנדערש צו א פרוי איז צומאל אן אויסדרוק פון דערדרוקען די ׳שוואכע געשלעכט׳, אבער עס איז אויך אפט א הכנעה צו פאקטען וואס די אויגען זען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2018 4:14 pm
דורך ימים ידברו
צו יששכר כץ היות איר זענט א היימיש קינד א בן לגדולים גלערינט אין סאטמאר וואס איר זענט פארקראכען צו די אפען ארטאדאקס האב איך מיך פארשאפט די ארטיקעל פון אייער איבערלעבעניש אין סאטמאר ביז די היינטיגע טאג, עס שטייט והייתם נקיים, איך בין נישט קיין וועקער ליינער, איך בין אקעגין די וועקער מכמה וכמה טעמים הידועים והכמוסים עמדי, אבער דיין ארטיקעל האב איך יא אדורכגעליינט!
איך מוז זאגען איך האב ליב דיין ארטיקעל עס פרישט מיך אויף א סך פון די יוגענט, חס ושלום איך בין נישט מסכים מיט אפען ארטאדאקס, אז נאוומינסקע רבי שליט"א האלט אז איר זענט פארקראכען מה נעני אנן אבתרי' זענט איר לשיטת סאטמאר רחמנא ליצלן אין שאול תחתית,
וואס בארויגט מיך אז די האסט נישט קיין שנאה צו דיין עבר, די האסט נישט קיין פאדריס אויף דיין יוגענט, האב איך האפענוג אז די וועסט דיך אויסטשוכענען פון די עדה הרעה הזאת! איך האב דיך א סך וואס צו זאגען, איך בין יעצט נאר מתחיל, א וודאי איז דאס נישט א וועג פון מקרב זיין און באשרייען און באפאלען, אבער היות איר זענט נישט וואקעלדיג איר זענט שוין ליידער מוחלט אייער שטעלונג און מיינוג, דארף איך נישט צו גיין מיט כללי קירוב, און די אמת מוז מען זאגען אן קיינע חשבונות,
אפען ארטאדאקס איז נישט ערליך נישט ריכטיג עס איז זייער נאנט צו קאנסערוויטיוו, אפען ארטאדאקס מאכט אייגענע אפמאכען וואס איז אקעגין די תורה אקעגין די מסורה וואס דאס רירט אן יסודות פון קדושת ישראל,
למשל די אליינס שעמסט דיך נישט צו זאגען א קל וחומר מה דאך די חסידים מאכען טוישעניגען מיט זמן תפלה וואס איז אקעגין די הלכה וועגען א איינרעדעניש פון חולי מעיים, ממילא מעג מען חתונה האבען די זעלבע מין, וואס איז אטקעגין אפענע פסוקי תורה! אדער אויפנעמען פרויען רבנים מיט שררות מיט עליות וואס איז אקעגין מסורת ישראל מאז היות ישראל לגוי, ווער רעד נאך וואס דאס רייסט אראף סעיפים שו"ע במחי יד מיט א היקש אז מאיז משנה ווייל מהאט אנגעהויבען צו מאכען א מיידעל שולע נאכען קריג, סנישטא קיינע ווערטער צו דיין קרימקייט און פארפירעניש וואס איז אקעגין יעדע נארמאלע דעת תורה ,
נאכאמאל ישששכר עס קימט דיך קרעדיט ווייל די ביסט נישט אויפגערגט! די ביסט נישט פארביסען, אבער די ביסט זייער קרים און א גרויס רחמנות אויף דיר, שכוח פאר די שיינע זכרונות פון דיינע מלמדים פון דיין טאטען אוי ווי זיס איז די טאהשע מעשה פון מהר"א ט"ב אבער ווי געזאגגט מוועט נאך צוריק קומען צו ארויסברענגען די פאלטשקייט פון דיין שלעכטע וועג וואס איז אקעגין די תורה מסורה הלכה ולד' הישועה אז די זכות פון דיינע גרויסע זיידעס זאלסט תשובה טהון און צוריק קומען צו דיין שורש
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2018 4:29 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ימים ידברו האט געשריבן:זענט איר לשיטת סאטמאר רחמנא ליצלן אין שאול תחתית
גוט געזאגט וואויל געזאגט, ולעומתם משבחים ואומרים, אז לשיטתנו זענט איר רחמנא ליצלן אין שאול תחתית...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2018 6:42 pm
דורך ונתנהתוקף
דער טראל גייט נישט ענטפערן.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 11:57 am
דורך ימים ידברו
צו אלע חשובע ענטפערער! איך האב נישט די ארטיקעל און פארענט פון מיר יעצט, לייענענדיג זיין ארטיקעל האב איך קלאר געזעהן אז דער יששכר באציט זיך אויף די שינוים פון די חסידים און הלכה ווי דאוונען נאך זמן תפלה און מאכען מיידעל שולעס וואס דאס ניצט ער אלטס ראי' אז מקען צופאסען הלכה לויט די רוח הזמן והתקופה, וואס דאס איז מופרך מעיקרא, בנוגע די חסידישע ענינים מיט הלכה איז א באזינדערע שמיעס וואס פאדערט א לאנגע ארטיקעל וואס את"ל עס איז א עוולה נגד הלכה ווי קומט דאס צו די גאנצע פעמיניסטישע רוח וואס איז נגד יסודות הדת? און והשנית כהאב גהערט אז איינע פון די חשובע תלמידים פון הרב יושע בער סאלוואטשיק וואס איז געווען דער ערשטע ארטאדאקסעישר רב וראש ישיבה וואס האט דורכגעבראכען די חומת הדת מיט לערנין גמרא מיט נשים וואס איז בפירוש נגד הלכה! און א תלמיד וותיק דאכט זיך הרב שעכטער אפשר הרב וויליג וואס זענען די גרעסטע תלמידים האבען מודה געווען אז דאס איז שטארק שילדיג וואס איז ארויסגעקימען די פארפאלטע חובבי תורה וואס זיי זענען נענטער צו קאנסערוויטיוו ווי צו ארטאדאקס און זיי זענען מודה אז דאס געווען א טעות פון זייער גרויסען רבין וואס קומט זיי קרעדיט דעראויף צו זיין מודה על האמת, מיר האפען אז יששכר וועט תשובה טוען און צוריק דרייען זיינע פארקרומטע און פארדארבענע פלפולים של הבל נגד יסודי הדת! ווי אנערקענען מושחתים פון די חטאי דור המביל וואס די תורה הק' איז נתונה מסיני ולא ישונה קיין זיז כל דהוא! און פרויען רבנית רחמנא ליצלן וואס מען קען נישט מתיר זיין אויף קיין שום וועג! און ווייטער די גאנצע פרויען עליות מיט די פאלטשע רחמנית אז זיי ווילען זיין נאנט צום בוכ"ע, זיי ווילען נישט נאר אויסרייסען די תורה נערישע מענטשען מיט קרומע השקפות טרעפען זיי א אוזן קשבת! מיר זענען מתפלל אז וידעו תועי רוח בינה און צוריק קימען צים חיק אבותם און תשובה טוען און זיין מזכי הרבים נישט חלילה פארקערט!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 12:03 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ימים ידברו האט געשריבן:כהאב גהערט אז איינע פון די חשובע תלמידים פון הרב יושע בער סאלוואטשיק וואס איז געווען דער ערשטע ארטאדאקסעישר רב וראש ישיבה וואס האט דורכגעבראכען די חומת הדת מיט לערנין גמרא מיט נשים
זאג נאר, די דריי הונדערט תנאים וואס האבן געלערנט תורה מיט נשים כמבואר במסכת פסחים דף סב: זענען אויך פסול ביי דיר?! זיי וויסן אז ס'איז שוין דורכגעבאכן געווארן נאך אין די צייטן פון די משנה, כמבואר במסכת סוטה דף כ.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 1:29 pm
דורך יעקב מענטש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ימים ידברו האט געשריבן:כהאב גהערט אז איינע פון די חשובע תלמידים פון הרב יושע בער סאלוואטשיק וואס איז געווען דער ערשטע ארטאדאקסעישר רב וראש ישיבה וואס האט דורכגעבראכען די חומת הדת מיט לערנין גמרא מיט נשים
זאג נאר, די דריי הונדערט תנאים וואס האבן געלערנט תורה מיט נשים כמבואר במסכת פסחים דף סב: זענען אויך פסול ביי דיר?! זיי וויסן אז ס'איז שוין דורכגעבאכן געווארן נאך אין די צייטן פון די משנה, כמבואר במסכת סוטה דף כ.
אינטערסאנט! אז דער רמב"ם און רבי יוסף קארו האבן נישט געוואוסט דערפון? (גמרא סוטה כא. רמב"ם הלכות תלמוד תורה. שו"ע יו"ד רמו ו.) זיי "פסקנ'ן" אז מ'טאר נישט, און רוב היתירם פון די גדולי ישראל אין די לעצטערע דורות איז נישט געווען צו סתם איגנארירן א אפענע סעיף אין שו"ע, נאר מיט היתירים לצורך הדחק וכו'
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 5:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
טאקע אינטערעסאנט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 7:02 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לעצטענס ביי זיין אושפיזין מאנטאג נאכט, האט ראביי כץ עפעס פארפירט. איינער ווייסט די פרטים?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 7:59 pm
דורך והאיש משה
אבטולמוס האט געשריבן:ימים ידברו האט געשריבן:למשל די אליינס שעמסט דיך נישט צו זאגען א קל וחומר מה דאך די חסידים מאכען טוישעניגען מיט זמן תפלה וואס איז אקעגין די הלכה וועגען א איינרעדעניש פון חולי מעיים, ממילא מעג מען חתונה האבען די זעלבע מין, וואס איז אטקעגין אפענע פסוקי תורה!
איך בין אויך קעגן דעם וועקער מכמה וכמה טעמים הידועים והכמוסים עמדי, אבער כ'האב פארשאפט דעם וועקער פון א חבר, און כ'האב דאס בכלל נישט געטראפן דערינען. אפשר קענסטו מיר אנצייכנען וואו גענוי הרב כ"ץ האט דאס געזאגט?
און איך כ'האב ליידער אפי' נישט קיין חבר וואס האט די וועקער, מיר עס צו פארבארגען אז איך זאל עס קאנען ליינען.
אבער איך פארשטיי נישט מה כל הרעש? דאס איז דאך קלאר ווי די טאג ומובן לכל בר דעת בינוני -שכל התורה המצויה אתה בידינו הנתונה על ידי משה רבינו- איז שטארק רעפארמירט געווארען במשך די דורות, און ס'דא דערצו הונדערטער אז נישט טויזענטער ראיות שאין כאן מקומו להאריך כגון עירוב וכל מיני תקנת חז"ל [בין מה שהוסיפו ובין מה שגרעו לצורך] וחדר"ג וכו' וכן לאחרונה היתר עיסקא\שייטלעך וכו' וכו'.
נאר וואזשע דען? די שאלה איז די באלאנס, וויפיל? וואס? ווען? און ווי? סך הכל איז דער וויכוח ביז ווי מדראעט די ליין.
(גראדע אויב שרייבט ער אלס ראי', חסידים'ס שוואכע חשיבות צו זמן תפילה איז נישט ממש די ענין, ווייל ס'איז נישט אז מ'האט זיך אוועק געזעצט און געזאגט היינטיגע צייטן דארף מען זיך נישט אזוי פארלייגען אויף זמן תפלה... נאר ס'איז מער א נאכלעסיגקייט דוכט זיך...)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 12:43 pm
דורך חוקר ודורש
http://click1.e.forward.com/qffyympwwrg ... lqzff.htmlרבי יששכר כ״ץ נעמט די פעדער אין האנט אריין אין שרייבט אן ארטיקל אין זיין אמאליגע שפראך ״אידיש״, אויפן סאטמאר רב זצ״ל, ווי ער ברענגט ארויס אז די רבי איז געווען מלא סתירות.., ווער עס קען פארטיידיגן די רבי תבוא עליו ברכה.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 1:58 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אין כאן לא קשיא ולא תירוץ, מ'דארף ניטאמאל זיין א בריסקער צו קענען מחלק זיין.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 3:49 pm
דורך chosen people
ווען ער זאגט סתירה'דיג מיינט ער נישט צוזאגן די מין סתירה וואס אינז האבן געהאט אין גמרא. ער ברענגט ארויס ווי אזוי מען קען אנקוקען די רבי'ס עקסטרעמע געפילען אדער שיטות, וואס איז אסאך מאל מן הקצה אל הקצה.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 3:54 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער מענטש איז טאקע אזא בהמה?! ווייל ער האט ליעב געהאט זיין ווייב און טעכטער, איז עס א סתירה אז ער זאל פסקנ'ן לחומרא לגבי ווייבער?! אזוי ווי דער חפץ חיים האט געזאגט, "פונקט ווי צו חכמת התורה איז נישט דא קיין שיעור, אזוי אויך איז נישט דא קיין שיעור אין עמהארצות".
דער איז א געזונטער עם הארץ, אפילו אין זיין אייגענע גארטען איז ער בכלל נישט באהאווענט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 6:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך זעה נישט וויאזוי פון בהמה ביזטו אנגעקומען צו עם הארץ, איך קען אסאך תלמידי חכמים בהמות, ביי יעדעם גיבט זיך אנדערש ארויס זיין בהמה'שאפט געוואנדן אין זיין כאראקטער/אגענדע/פארטיי/וכו'. כ'וואלט געזאגט אז ס'איז ענדערש א בחינה פון השוחד יעוור פקחים, אדער א בחינה פון אמונות הכרחיות.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 7:44 pm
דורך איך אויך
מיר איז ענדערש שווער, פון ווי ווייסט יששכר כץ אזדער רבי ז''ל האט פיל ליב געהאט זיין ערשטע ווייב?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 2:46 am
דורך איסר האטלקי
אויב דער אמעריקאנער שרייבער ראלף וואלדא עמערסאָן האט רעכט אַז סתירות’דיגע רעיונות איז דער צייכן פון אַ גרויסן מוח, איז ר’ יואליש געווען א גאון עצום. ער איז געווען אַ פּעקל פון סתירות.
ניתי ונחזי
ער איז געווען א חסידישער רבי, אָבער אויך גאָר א גרויסער תלמיד חכם (אן אויסערגעוויינליכע קאמבינאציע).
בימיו איז געווען אסאך אזעלכע. דאס איז אזא פעלער ווי אלע דיינע פראזן.
ער האט ליב געהאט חסידישע ליטעראַטור, אָבער האט געהאסט חסידישע מעשיות. (ער האָט זייער נישט ליב געהאט די חסידישע לעגענדעס. ער האָט זיי געהאלטן פאר לעכערלעך און געגלייבט אז רוב פון זיי זענען אויסדריקליכע שקרים.)
ער איז געווען אן איש אמת וואס האט פיינט געהאט שקר. עכ"פ זאכן וואס ער האט אנגעקוקט אלס שקר, צביעות וכדו'.
ער האָט אויסגעזען חסידיש, אָבער גראַוויטירט צו די ליטוואַקעס. ער האט געהאט גרויס יראת הכבוד פארן לעיקוואודער ראש ישיבה ר’ אהרון קאָטלער, אָבער גאר ווייניג געדולד פֿאַר זיינע חסידישע קאלעגעס, די בעלזער און סקווערער רבי.
ווייניג געדולד פאר בעלזא?! ער האט פאר אים געהאט גרויס כבוד, און שפעטער איז געווען מיינונגס פארשידנהייטן. געדולד איז אלץ געווען.
לגבי סקווער האט איר רעכט, והסיבה ווייל ער האט געליבט אמת, כנ"ל.
ער האָט זיך אידענטיפֿיצירט מיט דער ליטווישער פשטנות’דיגער טעאָלאָגיע, אָבער האָט זיך שטארק אראפגעריסן פון זייער מעטאָדאָלאָגיע פון לערנען גמרא. ער האָט געהאט גאר ווייניג רעספעקט פאר ר’ חיים בריסקער און ר’ שמעון שקאפף, די פּיאָניערן פון דער ליטווישער דרך הלימוד.
סתם שקר. זיין הערצה צו בריסקער רב הגרי"ז איז ידוע לכל. ער האט געהאט רעספעקט פאר אלע גדולי תורה אפי' ליטווישע.
ער האט פאנאטיש געהיטן הלכה, אָבער קיין מאָל זינט ער איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע האָט ער אנגעיאגט צו דאווענען שחרית בזמנו. ער איז געווען אַבסעסיוו וועגן היגיענע און פארבראכט שעה’ן יעדן צופרי אין בית הכבוד, ריינינדיג דאס גוף. ווען ער האט געענדיגט איז שוין געווען לאנג נאך זמן תפילה.
זיין הכנה לתפילה איז ביי אים געווען מער פון אלעם, ער האט זיך מוסר נפש געווען אויף דעם ביים קריג, געפאסט וואכן און אוועקגעגעבן זיין ביס פון מויל פאר א גוף נקי. טאקע א שטיקל פלא, אבער ווייט פון צו זיין א סתירה אדער פעלער.
ער האט געהאט גרויס כבוד פאר זיין פֿאָטער, וואס איז זעלטן געווען אין שטוב, אָבער איז געווען פיל נענטער צו זיין מוטער וואס האט אים געהיט ווי דאס אויג אין קאפ.
אויך א סקאנדאל?
ער האט פיל מחשיב געווען קדושת ארץ ישראל אבער שטארק מזלזל געווען אין מדינת ישראל.
גענוי ווי דער הייליגער חזון איש, בריסקער רב וכו'. קדושת הארץ איז נישט נגד התורה און מדינת ישראל יא.
ער איז געווען זייער געטרייַ צו די פרויען אין זיין לעבן. אַלע זענען געשטארבן יונגערהייט, בחייו. (אַ ווייב וואס ער האט פיל ליב געהאט און דריי טעכטער), אָבער אין דער זעלביקער צייט האט ער אנגענומען אַ ראַדיקאַלער הלכה’דיג שטעלונג כלפי פרויען.
אזא ראדיקאלע שטעלונג ווי למשל גור אדער סלאנים? ער איז געווען שארף קעגן אזעלכע שטעלונגען.
ער האט שטענדיג געמוסרט וועגען קדושה אבער מיט דער צייט איז עס געווארן אַן אבסעסיע, ווארענדיג נאכאנאד קעגן נעגאַטיוויע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] געדאנקן און אומאיידעלע פריצות’דיגע מעשים.
לא זכיתי להבין.
ער איז געווען ליבליך און ווייך רובֿ פון די צייט, אָבער טייל מאָל איז ער געווען מחלוקת’דיג און פארביסען; ברוגז און געפערליך קריטיש פון אנדערע מענטשן.
אויך משה רבינו איז געווען בייז און פארביסן געוויסע זמנים ווען ער האט געהאלטן אז אידן טוען זאכן נגד התורה. אויב מען מעג זיי פארגלייכן.
ער האט אלעמאל ארויסגעברענגט שטאַרקע געפילן אין די וואס האבען געמאכט זיין באקאנטשאפט: די וועמען ער איז געפעלן האבן אים ממש געליבט און די וואס האבן נישט געהאלטן פון אים האבן אים מורא’דיג פארהאסט, טיילמאל מיט א טיפער און פארביסענער שנאה.
א סתירה פון זיינע שונאים, נישט פון אים.
בקיצור: אן עכטער גדול הדור אבער מיט א סך פעלערן.
וועלכע פעלערן?
סיידן מיר טראַכטן אַז א גדול מיט פילע חסרונות איז מער נישט קיין גדול. אט איז די פילאסאפישע דילעמא: ווען א צדיק האט פערזענליכע שוואכקייטן, הערט ער אויף צו זיין אַ צדיק?
אינטערוויו מיט הגאון ר' יששכר כ"ץ - וועקער #14
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 8:09 pm
דורך חוקר ודורש
דאס ארגסטע איז וואס ער שרייבט בזה״ל: ״פיל מענטשן גלויבן אז ער איז געווען איינער פון די גרעסטע צדיקים פון אונדזער דור, בשעת אנדערע האלטן אז ער איז געווען ממש דאס פארקערטע״ עכ״ל, ווער פונקליך האלט אז סאקמאר רב איז נישט געווען א צדיק? על כגון דא נאמר חכמים הזהרו בדבריכם!, און שכוח פאר רבי איסר פארן מאכן אויס סתירה..
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 8:46 pm
דורך מי אני
חוקר ודורש האט געשריבן:דאס ארגסטע איז וואס ער שרייבט בזה״ל: ״פיל מענטשן גלויבן אז ער איז געווען איינער פון די גרעסטע צדיקים פון אונדזער דור, בשעת אנדערע האלטן אז ער איז געווען ממש דאס פארקערטע״ עכ״ל, ווער פונקליך האלט אז סאקמאר רב איז נישט געווען א צדיק? על כגון דא נאמר חכמים הזהרו בדבריכם!, און שכוח פאר רבי איסר פארן מאכן אויס סתירה..
לכאורה מיינט ער די תשובה אין בני בנים (ח"ב סימן לד בסופו) ע"ש (ס'איז א משהו שארף). ער זאגט נישט בפירוש אין די (געדרוקטע) תשובה אז ער מיינט דעם סאטמאר רב זצ"ל, אבער עס איז שטארק משמע אזוי (מיט די טענה אז "אותו גדול" האט פוגע געווען בכבודו פון הרב קוק זצ"ל, ועוד). און אפילו דארט זאגט ער "ואין זה פגיעה בצדקתו כי אטו ... לא היה גאון וצדיק" ע"ש. (די תשובה איז סתם אזוי אינטרעסאנט מכח דעם דיון, אין אנהויב תשובה, בנוגע דעם תיור
זצ"ל בכלל.)