בלאט 8 פון 8
נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 11:14 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויס מענטש האט געשריבן:אבער ווען איך זעה ווי מענטשן גייען ביי 90 דעגרי מיט א הוט און רעקל ווער איך אויס מענטש כשמו כן הוא.
און האב רחמנות אויף זיי ווייל דער הייליגער סיסטעם איז, אדער גייסטו מיט דיין הוט און רעקל אדער גייסטו מיט א טישורט..
יעדע מאל וואס איך זע א היימישע יונגערמאן מיט א פאלא שירט אדער טישירט, ווער איך אזוי פרייליך און מרוגש, אז אפאר מאל קומען מיר ממש טרערן אין די אויגן.
נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 11:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
חאצקל האט געשריבן:נו, לאמיר טאקע הערן פון יעדן, וועלעכע הוט וואלט איר געוואלט גיין אין א פלאץ וואו איר זענט אליין בלויז מיט אייער משפחה?
אזוי.


נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 12:34 am
דורך שמעקעדיג
ווי קען מען דען זיין א "רבינו הקדוש" מיט אזא הוט......
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 12:42 am
דורך רביה''ק זי''ע
שמעקעדיג האט געשריבן:ווי קען מען דען זיין א "רבינו הקדוש" מיט אזא הוט......
אז מלייגט נישט די הענט אונטערן גארטל... (אזוי האט מיין רבי אין חדר מיר אויסגעלערנט)
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:09 am
דורך רביה''ק זי''ע
בעל הבית האט געשריבן:איך דריי מיך שון זייער לאנג ארום מיט די שאלה צו מען מעג טוישן אדער אויסטהון א פארשטינקע לבוש למשל אויסטהון ווייסע זאקן שבת ביטע שרייבט חוזק ווי למשל כיבוד אב אישוי ווי אזוי וועלן מענטשן מיר אנקוקן וועלן זיי בכלל במערקען ? וועל איך לעולם ועד תולה זיין אויב ח"ו אפעס גייט מיט פוטים אראפ בלעמין אויף דעם? ביטע שרייבט מיר אייער מיינונג מיט עקספירונס
חלילה צו משנה זיין פון די הייליגע ווייסע זאקן, וואס אונזערע הייליגע 'founding fathers' זענען געגאנגען מיט דעם. זעה די בילד פון די אנדערע זייט פון די צוויי דאללער ביל.

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:51 am
דורך שבת אחים
רביה״ק, הלוואי וואלט די עכטע רביה״ק מסאטמאר געהאלטן ווי דיר. די גאנצע חסידישע לבוש איז פונקט אזוי הייליג ווי אידיש וואס האט גארנישט מיט ארגאניעלע אידישקייט אנגעשטויסן, נאר סאיז פשוט א דייטשע שפראך געמישט מיט אפאר אנדערע אייראפישע שפראכן. אבער למעשה איז אידיש פארהייליגט געווארן פון טויזנטער יאהרן וואס אידן האבן גערעדט אידיש.
די גאנצע לבוש איז למעשה זייער א גיטע טריק.
מיט דעם וואס מיר גייען אנדערש אנגעטוהן ווי די אלגעמיינער פאלק און מיר רעדן א אנדערע שפראך. (און נאך אפאר זאכן ווי למשל מיר האבן נישט קיין הונט און קעץ אינדערהיים ווי דער גאנצער וועלט) אט דאס מאכט אונז זיין אנדערש- און דאס מאכט אז מיר זאלן זיך נישט אויסמישן מיט די אנדערע זייט גאס, און מיר זאלן בלייבן מיט אונזער אייגענארטיגע קולטור פון דורי דורות.
דאס העלפט אונז אנצוהאלטן בלייבן אזויווי אונזערע עלטערן זענען געוועהן... נישטא וואס צורעדן.
מיינסט אז משיח גייט אויסקוקן ווי רביה״ק מסאטמאר מיט א פלאטשיגס? אדער ווי א עפעס א מזרחי אדער א תימנער?
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 2:02 am
דורך רביה''ק זי''ע
די גאנצע פארהייליגקייט פון די דויטשע שפראך און פון די אייראפעיאישע לבוש איז א נייע זאך, אידן האבן זיך אלץ אנגעטון און גערעדט ווי די גוים.
אז מ'רעדט שוין יא, כ'אב געזען אפאר יאר צוריק א קובץ וואס בעלזא האט ארויסגעגעבן לכבוד עפעס א חתונה. איינע פון די מאמרים איז געווען געווידמעט פאר די אייראפעאישע לבוש וואס רופט זיך 'שטריימל'. האבן זיי דארט געברענגט אז ווי באוואוסט זענען די פוילישע פריצים געגאנגען מיט שטריימלעך, און פראנץ יאזעף איז געגאנגען מיט א שטריימל מיט א רויטע קאפל. אבער ס'קען דאך נישט זיין אז אונזערע 'הייליגע רבי'ס' האבן עס גענומען פון די גוים. און אז די גוים האבן נאכגעמאכט די אידן איז אויך נישט מסתבר, זענען זיי געבליבן מיט א צריך עיון גדול מאד.
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 11:00 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שבת אחים האט געשריבן:די גאנצע לבוש איז למעשה זייער א גיטע טריק.
מיט דעם וואס מיר גייען אנדערש אנגעטוהן ווי די אלגעמיינער פאלק און מיר רעדן א אנדערע שפראך. (און נאך אפאר זאכן ווי למשל מיר האבן נישט קיין הונט און קעץ אינדערהיים ווי דער גאנצער וועלט) אט דאס מאכט אונז זיין אנדערש- און דאס מאכט אז מיר זאלן זיך נישט אויסמישן מיט די אנדערע זייט גאס,
איך בין נאר נייגעריג וויאזוי אידישקייט האט זיך געהאלטן אין די צייטן ווען די גוים זענען אויך געגאנגען מיט שטריימל און ווייסע זאקן
שבת אחים האט געשריבן:און מיר זאלן בלייבן מיט אונזער אייגענארטיגע קולטור פון דורי דורות.
די חרדישע קולטור איז גארנישט 'אונזער איייגנארטיגער', ס'איז בעיסיקלי די אייראפעאישע קולטור פון די 1800'ס.
שבת אחים האט געשריבן:מיינסט אז משיח גייט אויסקוקן ווי רביה״ק מסאטמאר מיט א פלאטשיגס? אדער ווי א עפעס א מזרחי אדער א תימנער?
איך ווייס נישט, אבער ער גייט זיכער נישט פארקויפן זיין לבוש אלס אידישקייט, און ער גייט נישט באצאלן קיין פינף טויזענט דאללער פאר א שוואנץ אויפן קאפ.
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 8:14 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 8:29 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: או. קעי. די חסידים זענען נישט אזוי שטארק משוגע. (ווי דער פריץ אויפ'ן קליפ.)
אבער איך האב אמאל געזעהן א פיקטשער פון א מענטש מיט ווייסע זאקן און האלבע שיך. כ'האב מיך געוואונדערט וועלכער חסיד'ישער איד דאס איז. האטציך אויסגעשטעלט אז דאס איז גאר געווען דער בעל עגלה פונ'ם קייזער פראנץ יאזעף...!
בדוו.: די קאליר און דעזיין פון די האלבע הויזן וואס די היינטיגע חסידים הראשונים טראגן איז נשתרבב געווארן צו א געטשעקער'טע פעטטערן. א טייל רופן עס ..."געפעפערטע הויזן"...נאר דאס איז א טעות. ווייל זייט דאס חסידות איז אנגעקומען קיין אונגארן האט מען דאס גערופן..."פע-פי-טא"...הויזן. דאס ווארט מיינט ..."טשעקער'ד"...אויף אונגאריש...!
Re: מעג מען טוישן און אנטון וועלכע הוט מיר שמעקט?
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 8:45 pm
דורך יהודי פשוט
איך ווייס נישט מיט וועלכע חסיד'ישע אידן דו דרייסטעך אבער די איינציגע זאך אויף דעם ווידיאו וואס חסידים גייען - אנדערש ווי די וועלט - איז די ווייסע זאקן
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:15 am
דורך וואלווי
יהודי פשוט האט געשריבן:איך ווייס נישט מיט וועלכע חסיד'ישע אידן דו דרייסטעך אבער די איינציגע זאך אויף דעם ווידיאו וואס חסידים גייען - אנדערש ווי די וועלט - איז די ווייסע זאקן
העמעדער אן קנעפל
יא, די העמד וואס האט אפגעהאלטן יודען פון זיך שמד'ן אין פאריז...
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:24 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: אדער די נישט געפוצטע שטיוול (און די נישט געטוישטע ר"ת'ס) פון די בעלזער יושבים...!
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:28 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: אדער די נישט געפוצטע שטיוול (און די נישט געטוישטע ר"ת'ס) פון די בעלזער יושבים...!
זיי זענען נישט שילדיג, בעלזא האט געהאט אסאך בלאטע...
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:56 am
דורך berlbalaguleh
און ווייניג געשעפטן וואס האבן פארקויפט שוך פוץ...!
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:59 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:און ווייניג געשעפטן וואס האבן פארקויפט שוך פוץ...!
שוך פוץ?! פוי!!
ס'וואלט אנגעהויבן מיט שיך פוץ, געגאנגען צו זייף, פון דארט וואלטן בחורים נעבעך גהאלטן קופערנע מטבעות, ר"ל...!
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 2:03 am
דורך berlbalaguleh
און די מוסדות וואלטן ארויסגעגעבן א תקנה אז ווער ס'זייפט זיך (מיט שמעקעדיגע) זייף מער ווי איינמאל אין זעקס חדשים. און דאמאלס אויך נאר מיט שטינקעדיגע זייף וואס מ'נוצט צו וואשן דישעס. וועט מען אהיימשיקן די קינדער פון די מוסדות...!
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 4:40 am
דורך רביה''ק זי''ע
יהודי פשוט האט געשריבן:איך ווייס נישט מיט וועלכע חסיד'ישע אידן דו דרייסטעך אבער די איינציגע זאך אויף דעם ווידיאו וואס חסידים גייען איז די ווייסע זאקן
ווייסע נאכטהעמד.
רעבישע העמד.
וועסטל.
האלבע הויזן.
לאנגע רעקל/בעקישע מיט צוויי קנעפלעך פון הינטן.
בקיצור, אלעס אויסער דעם הוט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 4:41 am
דורך רביה''ק זי''ע
וואלווי האט געשריבן:יא, די העמד וואס האט אפגעהאלטן יודען פון זיך שמד'ן אין פאריז...
אינטערעסאנט נאר אז דעם פריץ האט עס נישט אפגעהאלטן פון זיך שמדן... (אפשר האט איהם עס אפגעהאלטן פון זיך שמדן צו אידישקייט...)
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 7:23 am
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:יא, די העמד וואס האט אפגעהאלטן יודען פון זיך שמד'ן אין פאריז...
אינטערעסאנט נאר אז דעם פריץ האט עס נישט אפגעהאלטן פון זיך שמדן... (אפשר האט איהם עס אפגעהאלטן פון זיך שמדן צו אידישקייט...)
ווייסט נישט די לעגאנדיע אז לבן איז געגאנגען מיט א ווייסע בעקיטשע?
אפשר איז עס געווען עשו?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 1:28 am
דורך נולד מאוחר