בלאט 8 פון 23
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 11:03 pm
דורך אלטער_איד
סמבטיון האט געשריבן:לכאורה אין זומבאווה אין אפריקא, דארטן וועלן זיי האבן א פרי פעס פאר אלעס
עס איז שווער אלס צו באשטעטיגן ווייל עס קומט פון די גרים. וואס האבן שוין היבש מאל געשריגן פייער. און ווען 2 משפחות אנטלויפן. שרייען זיי יעדער לויפט... אבער אלעס קען זיין....
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:21 pm
דורך אלטער_איד
ברעקינג נייעס..!! די מעקסיקאנער נייעס קוועלער געבן איבער אז מען האט נעכטען ארעסטירט עטליכע פון די פירערס פון לב טמא. צווישן זיי איז די צוויי רשעים און פירערס פון דעם קולט, נחמן העלבראנס און מאיר יששכר ראזנער שר"י. פרטים יבואו...
BRAKING NEWS..!! The Mexican news channels are reporting, that the police have arrested some of the leaders of the Lev tumah cult, including the Two leaders. Nachman helbrans and mayor Rosner... more details to follow soon.. At same time a big עצרת תפילה is going on in buvel..
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:46 pm
דורך סמבטיון
where did you see it?? o
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:52 pm
דורך אלטער_איד
מיר ארבעטן צוזאמען מיט די עסקנים...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 2:02 pm
דורך הקטן
אלטער_איד האט געשריבן: שר"י.
???
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 2:04 pm
דורך איסר האטלקי
גערעכט, מ'דארף שרייבן ימ"ש, ווייל שר"י שרייבט מען נאר אויף א איד.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 2:21 pm
דורך סמבטיון
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 2:31 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב מורא אז חכמת שלמה איז אינטער גראטעס.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 3:24 pm
דורך בשםואין
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:כ'האב מורא אז חכמת שלמה איז אינטער גראטעס.
עס איז ערווארטעט אז די גרופע פון פינעף וועלן נישט נאר ארויסגיין פריי, נאר אלע אגענטן וועלן זיך מגייר זיין און זיך אויך אנשליסן אינעם לב טהור קהילה.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 3:29 pm
דורך יין שרף
איך מיין אז ארז אליינס איז ביהיינד אלע זייערע לעצטיגע צרות..
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 5:56 pm
דורך איך אויך
וכמ''ש ת'חוסו מ'גן ל'ו...
Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 11:29 pm
דורך אלטער_איד
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 12:06 pm
דורך בן עקיבא
עטליכע האבן אויפגעברענגט צו לב טהור איז טאקע מער א קאלט ווי אונזערע היימישע חסידות'ן.
לויט די ארטיקלען שטייען מיר נישט צו גוט.
https://culteducation.com/warningsigns.htmlhttps://www.theguardian.com/commentisfr ... n-religionhttps://youtu.be/grG2-W6774oדי ארטיקלען און די ווידעא זאגן כמעט די זעלבע זאך מיט קליינע שינוים.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 12:23 pm
דורך בן עקיבא
אין קורצע אידישע איבערזעצונג:
צען ווארענונגס צייכענעס אויף א פאטענציעלע אומפארזיכערטע גרופע/פירער.
- אבסאלוטע אויטאריטעט אן זאכליכע אקאונטעביליטי.
- קיין טאלעראנץ פאר קשיות און קריטישע אויספארשונג.
- נישטא קיין ערנסטע פינאנציעלע אפנקייט.
- אומ'שכל'דיגע שרעק פון די דרויסענדיגע וועלט.
- עס איז קיינמאל נישטא קיין לעגיטימע סיבה צו פארלאזן דעם גרופע.
- געוועזענע מעמבערס ווערן באטראכט נעגאטיוו, אדער אפילו אלס רשעים.
- געוועזענע מעמבערס האבן אפט ענליכע מעשיות פון אביוז.
- עס איז פאראן בוקס, נייעס ארטיקלען, אדער טעלעוויזיע פראגראמען וואס דאקומענטירן די אביוז פון דעם גרופע/פירער.
- נאכפאלגער שפירן אז זיי קענען קיינמאל זיין 'גענוג גוט'.
- די גרופע/פירער איז אלס גערעכט.
- די פירער פונעם גרופע איז די איינציגסטע אמצעי צו וויסן דעם 'אמת', קיין איין אנדערע פראצעדור פון געוואויר ווערן דעם אמת איז אנגענומען.
איך זאג נישט אז ביי אונז דא די אלע זאכן אויף הונדערט פראצענט אבער עס איז זיכער דא שטארקע ענליכקייטן.
(איין דוגמה איז די צייכן פון נייעס ארטיקלען בוקס וכדו', וואס עס איז טאקע דא די זאכן אויף אונז אבער עס איז אויך דא - אפשר גאר איז דא מער - נייטראלע און פאזיטיווע ארטיקלען אויף אונזערע קאמיוניטיס)
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 6:52 pm
דורך [NAMELESS]
.
Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 10:28 pm
דורך אלטער_איד
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 11:48 pm
דורך ביבער
קוקט אויס ווי דער קולט איז ענדליך געקומען צו אן ענד. די קינדער אבער זענען א גרויס רחמנות.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 11:52 pm
דורך אישתישבי
פארוואס א רחמנות? ביז יעצט זענען זיי געוועהן א רחמנות, יעצט וועלען זיי האפענטלעך זיין מער נארמאל אויפגעצויגען.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 2:20 am
דורך אלטער_איד
נאך נישט גענדיגט. יעקב נחום ווינגארטען פירט עס ווייטער מיט א משה יוסף ראזנער. אלתר.
די גרים זענען היינט דארט געווען אנטראגען הילף. האפענדיג אז מען וועט זיך צוכאפן צן אוועקגיין..
אבער אלתר האט זיי פארטריבען..
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 22, 2018 11:05 pm
דורך [NAMELESS]
יואלי העלבראנץ איז אויך ארעסטירט?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 22, 2018 11:45 pm
דורך אלטער_איד
נישט געהערט דערפון.. פארוואס זאל מען אים ארעסטירן?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 12:11 am
דורך אישתישבי
פרעג חכמת שלמה, ער ברויך צו וויסן....
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 1:57 am
דורך אלטער_איד
Aron Rosner just got arrested..