בלאט 8 פון 14

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 12:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
סוף דבר הכל נשמע. אדער איז גאט נישט קיין כל יכול ח"ו, אדער איז ער נישט קיין גוטער, די צוויי זאכן קענען נישט גיין צוזאמען. דריי אהער, דריי אהין, והסתירא לעולם עומדת.

און אויב אונז וועלן זאגן אז מ'קען נישט פארשטיין, דאן קענען אונז רואיגערהייט דיטשען די גאנצע תורה. ווייל גאט האט דאך מגלה געוען פאר זיין זוהן ישוע, אז מ'דארף שוין נישט היטן די תורה, די עיקר איז אז מ'איז זיך מכניע צו ישוע המשיח. איי, אויב גאט וויל צוריקציען פון זיין תורה דארף ער עס איבערגעבן מיט א פרסום, כאטש אזוי שטארק ווי ביים עס געבן צום ערשטן מאל? נו, אויף דעם האבן מיר דאך שוין געזאגט אז מ'קען נישט אלץ פארשטיין...

בכל אופן, איך וועל מיך ווייטער גיין זיך צוגרייטן צום שבת קודש, גיין זינגען לכו נרננה צום הייליגן באשעפער, און עטץ קענטסט ענק גיין זיך איבערצלמען לכבוד ישוע המשיח.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 1:00 pm
דורך שמעקעדיג
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סוף דבר הכל נשמע. אדער איז גאט נישט קיין כל יכול ח"ו, אדער איז ער נישט קיין גוטער, די צוויי זאכן קענען נישט גיין צוזאמען.

אדער איז דער תירוץ צו די סתירה פיל טיפער ווי אונזער אויבערפלעכליכער השגה.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 1:22 pm
דורך הקטן
פרייוויליג האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים און מאראל: (1)

איך מיין אז מען קען ציטיילן די הרגש וואס מיר ריפען יסורים מיט אינזער צישרייבן דערצו "רע", "נישט גוט" , "נעגעטיוו" אלס צוויי אנדערע באגריפן.
און אנדערע ווערטער "ווייטאג" איז א "נאטראלע" הרגש.
"ווייטאג" איז נישט "גוט" און נישט "שלעכט"
מיר זענען געווינט אדער געפראגראמט, א חלק nature און א חלק nurture, צי לעבלען "ווייטאג" אלס א נעגעטיווער עקספעריעס.

אויף וואס איך קרעכץ און ריף פיס-ווייטאג, ברענגט נחת און תענוג פאר דעם מאראטאן לויפער, און העלפט גאר צו צי זיין געשמאקע הרגש פין runner's high

די נאטראלע הרגש פין אן ארגאזעם וועלן מיר, געווענדליך, לעבלען אלס pleasure, אבער גיי רעד צי איינעם וואס ליידט אויף די פלעזער הינדרעד מאל א טאג, ער וועט דיר זאגן אז די הרגש איז א גיהנם the-living-hell-of-the-man-who-orgasms-100-times-a-day

יסורים איז "שלעכט" ? פרעג רבי עקיבא, ער האט געלעבעלט יסורים אלס "חביבין" - נענה רבי עקיבא ואמר: חביבין יסורין - סנהדרין קא.
בקיצור ס'איז דא אינזער הרגש פין יסורים און סאיז דא אינזער ארטיפישעל response צי די הרגש

מיין עקספעקטעשן איז נישט אז א יעדער זאל פארשטיין, ווער ס'פארשטייט נישט קען מיך ראיג איגנערירען


גוטע רעיון. אבער די קשיא פרעגט זיך, יש יסורים ויש יסורים. יש יסורים פון פיס ווייטאג ויש יסורים פון פארלירן די פיס אינגאנצן. איז דא אין דער וועלט א מענטש וואס קען באקומען פלעזשור פון האבן בלויז איין פיס?

[left]
a young man in his twenties completing his studies as a medical doctor, and being quite accomplished in other areas of his life both personal and as an professional tennis player. He was pleased with his life it was unfolding as he had envisioned. He had worked hard to get where he was and therefore he deserved this good life. It was not brought about by just luck…or so he thought. All was right.

Literally the next day he was fighting for his life in an iron lung after having contracted polio. It was clear he would live although many of those around him, in the same room, were dying each day. He laid and stared up at the crack in the ceiling, the only place he could look while being in such a machine. There was too much time to just be and think.

First, what he thought was that he had been in difficult situations before so he would work hard to get out of this one too. If there was one thing he knew how to do it was to work hard and make happen what you envisioned. This way had always worked for him and it was the right and just thing to happen. Several years passed and he was still staring at the crack in the ceiling clinging to his old beliefs. Suddenly seemingly out of thin air it came to him what others seemed to have known all along, that he was a withered young man in an iron lung that was never going to play tennis or walk again despite how hard he worked and willed for this to happen. He was in a different form now and the old way just was not the way to go. Time went with very little happening. There was just each day to meet with its own obstacles to discover and untangle.

So timed and life passed.

The end of his lifetime found Arnold Beisser paralyzed from the waist down and in a wheelchair. He no longer needing an iron lung, lovingly married for many years and helping others as a psychiatrist. Yes, he was happy! discovered and shared his thinking in a very simplistically stated idea The Paradoxical Theory of Change. When YOU can be exactly who you are where you are then change can happen.
[/left]

איך טרעף נישט וואס איז זיך אויף די מעניט, אבער איך וויל דיר יא געבען אפאר מ"מ
paraplegics-positivity-impacts-lives

וואס איך זיך איז דער געדאנק פין hedonic adaptation
די מעשה איז טאקע מיט איינעם וואס האט פארלוירן די פיס אין א קאר עקסידענט, און אזוי ליגענדיג אינטער די רעדעל האט ער שלום געמאכט מיט זיין מצב און בוחר געווען צי זיין פריילעך -ענד ליווד העפי ערווער עפטער.

מן הסתם האב איך דאס געזען אין How-Happiness-Approach-Getting-Life
געליינט זייער לאנג ציריק

זע אויך dan_gilbert_asks_why_are_we_happy

דאס איז שוין ביזאר! אבער ווייזט ווי ווייט אונזערע מושגים, און וואס איז גוט און וואס איז שלעכט.
what-its-like-to-crave-amputation

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 2:34 pm
דורך קאצקע ציקער
פרייוויליג האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב מ'וויל בלייבן ערליך, טאר מען נישט קוקן אין דעם אשכול.

#קבלאתהאמתממישאומרו

אויך אמת...

אבער דא האט מען נאר געפרעגט קשיות און מען וויל פארשטיין משא"כ דעם טשענעל איז ביליגע לצנות אויפן חשבון פון גאט פון ריינע כופרים

viewtopic.php?f=4&t=12671

איך ווייס נישט פונקטליך וואס דו ווילסט?
דו דינגסט זיך מיט מיר?
דעי טשענעל איז קלאר פאר atheists
האלטס אנדערש?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 2:57 pm
דורך גדליה
אבער...

אל מסתתר
בשפריר חביון,
השכל הנעלם
מכל רעיון,
עילת העילות
מוכתר בכתר עליון,
כתר יתנו לך הויה!

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 7:50 pm
דורך פרייוויליג
קאצקע ציקער האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב מ'וויל בלייבן ערליך, טאר מען נישט קוקן אין דעם אשכול.

#קבלאתהאמתממישאומרו

אויך אמת...

אבער דא האט מען נאר געפרעגט קשיות און מען וויל פארשטיין משא"כ דעם טשענעל איז ביליגע לצנות אויפן חשבון פון גאט פון ריינע כופרים

viewtopic.php?f=4&t=12671

איך ווייס נישט פונקטליך וואס דו ווילסט?
דו דינגסט זיך מיט מיר?
דעי טשענעל איז קלאר פאר atheists
האלטס אנדערש?

קאווע שטיבל? עבסעלוטלי נישט.

אין דעם לינק בין איך מלבן דעם כופר דייעטרייב.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 10:52 pm
דורך הקטן
פרייוויליג האט געשריבן:גוטע רעיון. אבער די קשיא פרעגט זיך, יש יסורים ויש יסורים. יש יסורים פון פיס ווייטאג ויש יסורים פון פארלירן די פיס אינגאנצן. איז דא אין דער וועלט א מענטש וואס קען באקומען פלעזשור פון האבן בלויז איין פיס?

מיין הויפט פוינט איז אז יסורים איז נישט בעצם גוט אדער שלעכט. מיר טיען אטריביאטען, לעבלען יסורים אלץ שלעכט
יסורים=שלעכט, ווער געמאכט ביים מענטש און מח.

איך האב אויך געמאכט א פוינט אז דא סארט פראגאמיג איז דא וואס איז נעטאר (מען ווערט געבוירן מיט די סארט פראגרם) און אויך איז דא נארטער (מען נעמט דאס פין די סביבה, און אויפוואקסאנג)

געוועדליך, וואס פעלט אויס לטובת דער מענטש וועט זיין נעטאר די מענטש קימט מיט דעם פרי-לאדעד, כדי א מענטש זאל וואטשען נישט צי ווערען פאברענט וועט פייער זיין הייס און אים וויי טון אין דער מענטש וועט דאס נישט וועלן. (בלשנם הטיפשי, אדאפטיוו)

די פאקט אז קיינער איז נישט מסכים זאגט אז דער פראגאמער ווייסט וואס ער טוט, און פין די חלקים וואס די קענסט יא זען קענסטו באמערקען וואס דאס איז בעצם.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2018 7:55 am
דורך וואלווי
הקטן האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:גוטע רעיון. אבער די קשיא פרעגט זיך, יש יסורים ויש יסורים. יש יסורים פון פיס ווייטאג ויש יסורים פון פארלירן די פיס אינגאנצן. איז דא אין דער וועלט א מענטש וואס קען באקומען פלעזשור פון האבן בלויז איין פיס?

מיין הויפט פוינט איז אז יסורים איז נישט בעצם גוט אדער שלעכט. מיר טיען אטריביאטען, לעבלען יסורים אלץ שלעכט
יסורים=שלעכט, ווער געמאכט ביים מענטש און מח.

איך האב אויך געמאכט א פוינט אז דא סארט פראגאמיג איז דא וואס איז נעטאר (מען ווערט געבוירן מיט די סארט פראגרם) און אויך איז דא נארטער (מען נעמט דאס פין די סביבה, און אויפוואקסאנג)

געוועדליך, וואס פעלט אויס לטובת דער מענטש וועט זיין נעטאר די מענטש קימט מיט דעם פרי-לאדעד, כדי א מענטש זאל וואטשען נישט צי ווערען פאברענט וועט פייער זיין הייס און אים וויי טון אין דער מענטש וועט דאס נישט וועלן. (בלשנם הטיפשי, אדאפטיוו)

די פאקט אז קיינער איז נישט מסכים זאגט אז דער פראגאמער ווייסט וואס ער טוט, און פין די חלקים וואס די קענסט יא זען קענסטו באמערקען וואס דאס איז בעצם.


קענסט פילאסאפירן און פשעטל'ן פון היינט ביז מארגען, אבער אויב די קענסט עס נישט מסביר זיין פאר אן עם הארץ אדער קינד פארוואס דער גוטער טוט שלעכטס איז דיין ארגומענט ווערטלויז. Pure and simple.

וכלשונו הזהב פון קריס קריסטי כמה פעמים:
If it looks stupid it is stupid...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2018 10:07 am
דורך הקטן
געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים, שכל און מאראל: (2)

איך האב ביז אהער זיך מער ווייניגער באצויגן נאר צים הרגש פין יסורים אין pleasure און געשריבן אז מיר זענען די וואס קאנעקטן און זאגן יסורים=רע און pleasure=טוב.

מ'קען באקימען די אימפרעשען אז די נאטראלע הרגש פין "יסורים" און "pleasure" איז טאקע ארטיפישעל, subjective, מיקרה ווידער "טוב" און "רע" איז יא עכט, objective און עצם.

on second thought, לאזט זיך באמערקען אז אויך די מישוג פין "טוב" "ורע" האט נאר א משמעות אין די בריאה!
טוב ורע, אדער יושר און נישט יושר, אכזר רחמן, שיין מוס, שטארק שוואך, די אלע סארט מישגים זענען אויפגעמאכטע זאכן, דארך די פראגראמער, וואס איז נאר דא אויף די עמעדשי סקרין, און האבן בכלל נישט קיין פירש אינדרויסן פין אינזער קאנשענס אדער אינדרויסן פין די בריאה.
איך וועל אי"ה מער מאריך זיין אינדעם אויב איך וועל שרייבן וועגן ארטיפישל "מאראל"

איז ווען אן עמאדשי דרייט זיך אויס אין מאכט חוזק פין די פראגראמערס נאז איז ס'איז מיעס, האט דאס אזויפיל פשט וואו ווען די עמאדשי זאל חוזק מאכן פין די פראגראמער אז ער האט אפילה נישט קיין 515k RAM אדער הא הא הא זיין OS איז עלטער פין windows XP.

א קליגער עמאדשי קען דאס אויך פארשטיין מיט זיין ארטיפשעל שכל
זיין שכל זאגט אים, אז אינזער שכל מאכט נישט ציפיל סענס!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2018 2:37 pm
דורך שמעקעדיג
הקטן האט געשריבן:איך האב ביז אהער זיך מער ווייניגער באצויגן נאר צים הרגש פין יסורים אין pleasure און געשריבן אז מיר זענען די וואס קאנעקטן און זאגן יסורים-רע און pleasure-טוב.

דו האסט שוין כמה פעמים איבערגעשריבן די זינלאזע ווערטער, און דו מוזט עס אונז מסביר זיין.
הייסט אז ווען א מענטש שרייעט פאר יסורים, וויינט אויף א טראגעדיע, איז עס נאר ווייל "ער האט באשלאסן" אז דאס איז שלעכט, אבער עכט קען ער אפמאכן אין זיין שכל אז ס'איז דעלישעס און טאנצן פאר שמחה און בעטן נאך פון דעם?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2018 4:30 pm
דורך גדליה
מיין עקספעקטעשן איז נישט אז א יעדער זאל פארשטיין, ווער ס'פארשטייט נישט קען מיך ראיג איגנערירען

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2018 4:47 pm
דורך הקטן
שמעקעדיג האט געשריבן:הייסט אז ווען א מענטש שרייעט פאר יסורים, וויינט אויף א טראגעדיע, איז עס נאר ווייל "ער האט באשלאסן" אז דאס איז שלעכט, אבער עכט קען ער אפמאכן אין זיין שכל אז ס'איז דעלישעס און טאנצן פאר שמחה און בעטן נאך פון דעם?

"באשלאסן" און "אפמאכן" זענען נישט די ווערטער וואס איך האב געניצט.
ס'פעלט בכלל נישט אויס ציגיין אזוי ווייט צי פארשטיין וואס איך זאג.
זעה אויך די צוויי תגיבות וואס איך האב געשריבן פאר פרייויליג וועגן בלייבן אן א פיס.


הגם די sarno method און נאך זייער אסך סייענטיפישע מהלכים זאגן יא דאס
זע למשל דעם בוך Unlearn-Your-Pain
אדער Think-Away-Your-Pain
זעה אויך pain-acceptance/
זעה אויך ACT-for-Chronic-Pain-manual
און can-mindfulness-meditation-really-reduce-pain-and-suffering
גאגעל אויך MCBT

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2018 5:06 pm
דורך פרייוויליג
הקטן האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:הייסט אז ווען א מענטש שרייעט פאר יסורים, וויינט אויף א טראגעדיע, איז עס נאר ווייל "ער האט באשלאסן" אז דאס איז שלעכט, אבער עכט קען ער אפמאכן אין זיין שכל אז ס'איז דעלישעס און טאנצן פאר שמחה און בעטן נאך פון דעם?

"באשלאסן" און "אפמאכן" זענען נישט די ווערטער וואס איך האב געניצט.
ס'פעלט בכלל נישט אויס ציגיין אזוי ווייט צי פארשטיין וואס איך זאג.
זעה אויך די צוויי תגיבות וואס איך האב געשריבן פאר פרייויליג וועגן בלייבן אן א פיס.


הגם די sarno method און נאך זייער אסך סייענטיפישע מהלכים זאגן יא דאס
זע למשל דעם בוך Unlearn-Your-Pain
אדער Think-Away-Your-Pain
זעה אויך pain-acceptance/
זעה אויך ACT-for-Chronic-Pain-manual
און can-mindfulness-meditation-really-reduce-pain-and-suffering
גאגעל אויך MCBT

וואס איך נעם ארויס פון [tag]הקטן[/tag]'ס תגובות, איז נישט אז ער וויל זאגן א תירוץ פארוואס עס זענען דא יסורים, אדער אז יסורים טוען נישט וויי, נאר ער וויל Suggestion א וועג וויאזוי אנצוקוקן ווייטאגן.

מיר האבן געצוימטער באגריפן איבער "גוטס" און "שלעכטס", און מיט די ריכטיגער מעדיטאציע און באגריפן קען מען אנקוקן ווייטאג אלס אן אילוזיע So to speak. און כדי צו פארענטפערן [tag]שמעקעדיג[/tag]'ס קשיא: די מהלך טוט אויף קיין שום פאל נישט קאנדאנען ווייטאגן, אזש א מענטש זאל ארויסקוקן אויף יסורים. לויט וויאזוי איך פארשטיי, טוט די מהלך מאכן עקסערסייז מיטן מוח וויאזוי אנצוקוקן די אומפארביידבארע סיטואציע. פונקט אזוי ווי די מהלך פון 'ביטול היש' אדער 'אמונה' טוען נישט אוועקנעמען די יסורים, נאר דאס העלפט טוישן די מיינדסעט איבער די מושג של יסורים.

פארשטייט זיך אן עבודה רבה מאד.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2018 6:38 pm
דורך גדליה
דער פשט פון די אלע מהלכים וואס הקטן ציטירט זייערע לינקס און עס איז לעצטענס לעצטענס שטארק פאפולער ביי פסיכאלאגען איז בערך אזוי:
ס׳איז דא די פשוט׳ע ווייטיג וואס א מענטש פיהלט, למשל א מענטש פארלירט א הונדערט דאלער. איז דא די צער פון פארלירען די געלט, נעמלעך מיט די הונדערטער האט ער געפלאנט צו קויפען א גראסערי ארדער לכבוד שבת, און יעצט האט ער נישט די געלד
נאכדעם איז דא די צער און הארץ עסענישן (פארוואס האב איך פארלוירען די געלט? פארוואס האב איך נישט בעסער אכטונג געגעבען? פארוואס פאסירט עס אייביג צו מיר? וואס וויל די באשעפער מיך ווייזען? וכו׳ וכו׳)
די סיבה פארוואס א מענטש׳נס יסורים איז אזופיל ערגער ווי א אנדערע בעל חי איז ווייל א מענטש טראכט אריין אין די יסורים און ער גריבעלט דערין, ווייל ער פארשטייט וואס דא פאסירט.
אויב למשל א מענטש זאל פארלירען הונדערט דאלער אבער ער זאל עס קיינמאל נישט כאפען, וועט ער ליידען אסאך ווייניגער יסורים, כאטש וואס ער האט פארלוירען די זעלבע סכום געלד.
דאס איז פשט אז א מענטש קען האבען א פארלוסט, אבער אויב מאכט ער אפ אז ס׳גייט עם נישט צורירען, דעמאלץ אפילו ער שפירט די צער פון די פארלוירענע געלד, וועט ער נאכנישט פארלירען זיין ישוב הדעת, מיט׳ן אפמאכען אז ער גייט זיך נישט עסען אויף עפעס וואס ער קען סייווי נישט פאררעכטען, און אזוי ארים וועט ער זיך קענען איינשפארען די הארץ עסענישן און גריבלענישן וואס מאכט נאר גרעסער די ווייטיג.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2018 7:19 pm
דורך הקטן
פרייוויליג האט געשריבן:מיר האבן געצוימטער באגריפן איבער "גוטס" און "שלעכטס"

מיר האבן געצוימטע?, פארקערט, מיר האבן דאס אינגאנצען - פאלי , אבער נאר מיר!
ווייל נאר מיר האבן די software - ס'איז בכלל נישט דא אינדרויסען פין אינזער וועלט.

די באגריף פין "גוטס" און "שלעכטס" און "ווייטאג" און "פלעזשער", "אכזר" און "רחמן" און נאך, איז נאר דא אין אינזער קאנשענעס, אדער און אינזער וועלט.



...די מהלך מאכן עקסערסייז מיטן מוח וויאזוי אנצוקוקן די אומפארביידבארע סיטואציע.
פונקט אזוי ווי די מהלך פון 'ביטול היש' אדער 'אמונה' טוען נישט אוועקנעמען די יסורים, נאר דאס העלפט טוישן די מיינדסעט איבער די מושג של יסורים.
פארשטייט זיך אן עבודה רבה מאד.

איך רעדט נישט פין א געוויסע עקסערסייז אלס א מהלך פין רעדעצירן פיזישע פעין, איך ברענג ארויס א געוויסע "אמת" פין אינזער קליין וועלטעל!
איז מעגליך אז וויסען, און דערהערן, די "דערהער" קען אויך גרינגער מאכן פעין? מעגליך, אבער דאס איז נישט משנה



א חלק פין די לינקס וואס איך האב געברענגט ניצען דאס טאקע אלס אן עקסערסייז מענלי אויף פיזישע ווייטאג
אפשר איז דא אויך א לינק וואס טיילט איין ווייטאגען אין צוויי - די פריימערי פיזישע הרגשה און די סעקענדערי ווייטאג, און פאר איינער וואס קען נישט זינגען האבן אלע נגינים איין פנים.

איך לייג אויך צי נאך א לינק, אז דו ווילסט קענסטו דערהערן דער חלק האמת שבו, און קענסט אויך stuck ווערן אויף די פראקטישע זייט פין דעם "אמת"
www.threeprinciplesmovies.com/pain-marilyn/

physical-illness-and-the-principles/

www.threeprinciplesmovies.com/illness-r-mills1/

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2018 11:30 pm
דורך שמעקעדיג
גדליה האט געשריבן:דער פשט פון די אלע מהלכים וואס הקטן ציטירט זייערע לינקס און עס איז לעצטענס לעצטענס שטארק פאפולער ביי פסיכאלאגען איז בערך אזוי:
ס׳איז דא די פשוט׳ע ווייטיג וואס א מענטש פיהלט, למשל א מענטש פארלירט א הונדערט דאלער. איז דא די צער פון פארלירען די געלט, נעמלעך מיט די הונדערטער האט ער געפלאנט צו קויפען א גראסערי ארדער לכבוד שבת, און יעצט האט ער נישט די געלד
נאכדעם איז דא די צער און הארץ עסענישן (פארוואס האב איך פארלוירען די געלט? פארוואס האב איך נישט בעסער אכטונג געגעבען? פארוואס פאסירט עס אייביג צו מיר? וואס וויל די באשעפער מיך ווייזען? וכו׳ וכו׳)
די סיבה פארוואס א מענטש׳נס יסורים איז אזופיל ערגער ווי א אנדערע בעל חי איז ווייל א מענטש טראכט אריין אין די יסורים און ער גריבעלט דערין, ווייל ער פארשטייט וואס דא פאסירט.
אויב למשל א מענטש זאל פארלירען הונדערט דאלער אבער ער זאל עס קיינמאל נישט כאפען, וועט ער ליידען אסאך ווייניגער יסורים, כאטש וואס ער האט פארלוירען די זעלבע סכום געלד.
דאס איז פשט אז א מענטש קען האבען א פארלוסט, אבער אויב מאכט ער אפ אז ס׳גייט עם נישט צורירען, דעמאלץ אפילו ער שפירט די צער פון די פארלוירענע געלד, וועט ער נאכנישט פארלירען זיין ישוב הדעת, מיט׳ן אפמאכען אז ער גייט זיך נישט עסען אויף עפעס וואס ער קען סייווי נישט פאררעכטען, און אזוי ארים וועט ער זיך קענען איינשפארען די הארץ עסענישן און גריבלענישן וואס מאכט נאר גרעסער די ווייטיג.

גדלי' דאס איז ריכטיג ביי גייסטישע יסורים וואס האט מיטן שכל, דערפאר קען מען נוצן דעם שכל צו מאנעוורירן דעם ווייטאג, משא"כ ביי פיזישע יסורים. (איי וועסטו פרעגן סארנא מעטאד, קען טאקע זיין, אבער איך האב עס נאך נישט עקספיריענסד.)

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2018 11:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2018 11:40 pm
דורך שמעקעדיג
.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2018 11:48 pm
דורך גדליה
שמעקעדיג
די נקודה איז אז אפילו אין פיזישע יסורים איז דא צוויי חלקים: די פאקטישע יסורים אין די חשבונות אין הארץ עסענישן
די יסורים אליינס קענסטו נישט אוועקנעמען אבער די קענסט אפמאכען אנצוצינדען א שיינע מוזיק טעיפ און פארגעסען אביסעלע פון רעאליטעט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 10:22 am
דורך הקטן
[tag]שמעקעדיג[/tag] דו ווערסט געטראגן אויף א רייד, נישט אז ס'איז נישט דא קיין אמת אין וואס ער זאגט, אבער נישט דאס שטייט אין די לינקס.

אנצוצינדען א שיינע מוזיק טעיפ איז ממש די פארקערטע פין וואס ווערט ארויסגעברענגט אין רוב פין די לינקס.
די געדאנק איז פינקט פארקערט, זיך עפענען צי די יסורים און טוישען די פראספעקטיוו פין די יסורים זעלבסט, מען רעדט נישט פין זייטיגע ציגעקימענע צער.

בעט איינער וואס קען יא א גיטער ענגליש זאל איבער זעצען.

[tag]פרייוויליג[/tag], האט געשריבן וועגן די illusion פין צער, איז געווען אסך מער קרוב אל האמת.
נאר וואס? איך בין יעצט בכלל נישט דן וואו אזוי פטור ווערן פין די צער איט-סעלף, איך רעדט מער וועגן וואס איז דאס צער בעצם, וואס איז א יעדער סארט הרגש נישט דוקא צער
וואס איז דאס אינזער "שכל"?
ווען מיר האבן א "טענה", וואס מיינט דאס?
ווען מיר פארשטייען יא עפעס, וואס מיינט דאס?
פארשטייען מיר ווייל די זאך איז פארשטענדיקט אין מאכט בעצם סענס? אדער זענען מיר פשוט געפראגראמט צי פארשטיין וואס מיר פארשטייען, אבער נישט ווייל דאס איז עפעס מער אמת וואו וואס מיר פארשטייען נישט.
ווען מיר זעען עפעס אלס "גערעכט" איז דאס ווייל ס'איז "גערעכט"? אדער ווייל מיר זענען פשוט programmed דאס צי זען אזוי

די לעצטע דריי לינקס זענען ווידיא קליפס, דאס איז אפשר גרינגער וואו דער געשריבענע.
דו וועסט דארט הערן אסך דערמאנט די "principles" די פרינסעבעלס וואס ווערט דארט דערמאנט מיינט די illusion וואס איז אינזער וועלט (בקיצר)
איך האב נישט געזען די ווידיאס איך בין אבער באקאנט מיט די principles 3

[tag]פרייוויליג[/tag] ביסט גערעכט אז ס'איז א עבודה רבה מאד צי טוישן איינעמס פרעספעקטיוו און מיינדסעט, אויב דאס איז סך הכול א טריק פטור צי ווערען פין יסורים. ווען איינער האט אבער די ריכטיגע פרעספעקטיוו איז דאס פשוט א way of living און קימט נאטירלעך.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 1:27 am
דורך הקטן
געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים, שכל און מאראל: (3)

דעם וויקענד איז מיר אויסגעקימען צי ליינען אין די משפחה מעגעזין וואס גייט פאר אין די לב טהור קאנציטראצע קעמפס, וואס זאל איך ענק זאגן, איך בין נאך אלץ אינטער די טראמא.

איך טראכט אזוי צי מיר וואס גייט דא פאר?!? די מענטשען זענען דאך געבוירן פינקט אזוי וואו דו און מיר,נארמאל, פארוואס זען זיי נישט וואס איך און די זען און פארשטיין?
איך גלייב אויך אז די "הנהלה" פין לב טהור וויל זיין "גוט" זיי ווילען גאר זיין צדיקים, זעען דען זיי נישט אז זיי זענען הארץ לאזענדיגע רשעים?

אהא, דאס איז אנדערש! זיי זענען א "קאלט" , זיי? זיי זענען "געברענוואשט"!
קאלט אהער אין קאלט אהין, צווישען זייער אוירן איז דא די זעלבע סארט קאטשיניא וואס איז דא צווישען מיין אוירען און צווישען דיין אוירען, איז וואס גייט דא פאר?!?
פארוואס זעען זיי נישט וואס איז "right" און וואס איז "wrong"?!?

וואס האט מיך די מערסטע געקוועטשט, נא, ממילא זיי, אבער אויב זייער סענס פין right און wrong איז קלאר אז דאס איז געפראגראמד, ווער זאגט אז מיינס און דיינס איז עפעס מער?
ווער זאגט אז וואס דו האלסט איז wrong איז באמת מער wrong וואו וואס די לב טהור סאדיסט האלט איז wrong.
מיט וואספאר objective point of reference האסטו calibrated דיין שכל און הרגשים

אפשר איז right און wrong אלס א קאנסעפט נישט מער וואו א software וואס איז programmed און די operating system "די וועלט"

מיר, געפראגראמטע עמאדשיס, האבן א קאנסעפט וואס דער פראגראמער האט אריין געשטעלט אין אינז וואס זאגט אינז דאס איז "גיט" און דאס איז "שלעכט"
אינדרויסן פין די software, אינדרויסן פין די געים, אינדרויסן פין די עמאדשיס, איז ניטאמאל שייך די term אדער די מושג "טוב", "רע", "רחמניות" אאז"וו - דאס אלס זענען אויפגעמאכטע מושגים להנהיג בהם את העולם.

און וויבאלד ס'איז נאר software קען דאס ווערן געהעקט, ברעינוואשט בלע"ז,
גאט וואלט פינקט אזוי געקענט מאכן מיר זאלן גאר געבוירן ווערן מיט דא סענס פין right and wrong אזוי זיי. מיר זענען נישט יעצט בעסער אדער ערגער (נישטא קיין בעסער\ערגער) מיר זענען וואס מיר זענען!

קליגע עמאדשיס פארשטייען דאס
קליגע עמאדשיס קענען אויך באמערקען, וואו דאס וואס זייער "שכל" אדער "הרגש" זאגט איז דאס נאר ווייל אזוי איז דאס געפראגראמד.
געוויסע סארט טענות אין קשיות איז ביי זיי נישט קיין טענה נישט ווייל: "מיר קענען נישט אלס פארשטיין"
ס'איז ביי זיי נישט קיין טענה ווייל "מיר פארשטייען יא"!
מיר פארשטייען וואס "פארשטיין" מיינט!

קליגע עמאדשיס פארשטיין אז 300 IQ פין געפראגרמטע "שכל" איז נישט מער וואו געפראגראמטע "שכל"

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 2:16 am
דורך גדליה
פיינע קשיות הקטן.
א תירוץ האט איר אויכעט?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 4:31 pm
דורך הקטן
געדאנקען וועגן אינזערע ארטיפישל הרגשים, שכל און מאראל: (4)

אויב האט איר פארשטאנען אז די קשיא איז:
ווי אזוי קען א מענטש וויסען צו ער איז גערעכט אין א צווייטער איז ראנג, ווען ער וואלט געווען יענער וואלט ער דאך געהאלטען ווי יענער?

איז דא וואס וועלן אויף דעם ענפערן:
די קשיא הייבט זיך בכלל נישט אן!

די קשיא איז געבויט אויף אן הנחה אז ס'איז דא א ריכטיגער "גערעכט" און א ריכטיגע "ראנג" און יעצט ווערט די שאלה ווער האט ביי זיך די אמתע "גערעכט"
אבער ווער זאגט אז ס'איז בכלל דא אן אמתע "גערעכט" אפשר איז וואס איז יא גערעכט און וואס איז נישט גערעכט סך הכול אן הסכמת בני אדם.

איז ביז אהער קלאר?