בלאט 8 פון 8

Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:59 pm
דורך חסיד פון ליטא
סאטמאר רב האט געהאט אכצן דורות.
די ראבינאוויטש אנהענגער טענה'ן אז ער האט געהאט ניינצן דורות נאר משום עונה ומשום כבודו דסאטמאר רב האט ער עס נישט מפרסם געווען.

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 2:03 pm
דורך berlbalaguleh
די לעצטע מאל כ'האב געטשעקט, האט ער געהאט 16 דורות...! נאר ס'איז שוין אריבער א לאנגע צייט זייט דאמאלס...!

Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 2:06 pm
דורך חסיד פון ליטא
berlbalaguleh האט געשריבן:די לעצטע מאל כ'האב געטשעקט, האט ער געהאט 16 דורות...! נאר ס'איז שוין אריבער א לאנגע צייט זייט דאמאלס...!
גערעכט, יעצט טאקע איבערגעקוקט און באמערקט אז די זיבעצענטע דור האט שטארק פוגם געווען רח"ל.

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 2:23 pm
דורך גדליה
חסיד פון ליטא האט געשריבן:סאטמאר רב האט געהאט אכצן דורות.
די ראבינאוויטש אנהענגער טענה'ן אז ער האט געהאט ניינצן דורות נאר משום עונה ומשום כבודו דסאטמאר רב האט ער עס נישט מפרסם געווען.

איך האב גענומען א DNA טעסט וואס האט געצייגט אז איך בין אפשטאמיג פין 2024 דורות נוטרי ברית קודש.

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 2:53 pm
דורך איש חזון
און דיין בארד האט מען אויך נישט אפגעשניטן ביים קריג
(אגב, די יחוס העלפט נאר אויב מ'איז זעלבסט אפגעהיטן, לידיעה בעלמא)

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 3:10 pm
דורך גדליה
גראדע האב איך נאכנישט געהאט א בארד ווען די קריג איז אויסגעבראכן

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 3:13 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
חסיד פון ליטא האט געשריבן:סאטמאר רב האט געהאט אכצן דורות.
.

שוין יארן וואס איך פארש ווער די חזיר פון די נייצעטן דור איז געווען, עני העלפ?

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 3:14 pm
דורך ביבער
יעקב מענטש האט געשריבן:מיר האט מען אויסגעלערנט אז איך פראקטיציר א מער אפגעהיטענע אידישקייט ווי דער מאדערן ארטאדאקס, מער חומרות און מער גדרים, אבער ס'מיינט אוודאי נישט אז זענען נישט קיין אידן, נאר זיי זענען 'שוואכערע' אידן (איך רעד אויף דעם ציבור בכלל, אוודאי ביחידות איז דא צדיקים ורשעים אין יעדע געזעלשאפט אויף די וועלט).

מיט וואס פונקטליך איז דאס Wראנג?

פשוט, נישט אלעס איז מער חומרהדיג. אסאך זענען געמאכט געווארן פאר גאנץ אנדערע סיבות ווי אידישקייט. אסאך זענען פלעינע טעותים. אסאך זענען גאר קעגן די שו"ע. אסאך האבן פלעין געמיינט זייער עגא. און בכלל גארנישט איז אזוי שווארץ און ווייס ווי מ'האט אונז אויסגעלערנט. חרדיזם (כהיום) איז נישט קיין לעוועל פון אידישקייט נאר א סיסטעם פון קאנטראלן א געזעלשאפט. ועל זה אנו דנין.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 2:03 pm
דורך יעקב מענטש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מיר דאכצעך אז יא, אוודאי גלייבן אונז אלע די זעלבע שטותים, אבער ביי זיי ווייסט מען כאטש אז ס'איז שטותים.

שווער צו גלייבן אז ס'איז אזוי.

די רגע וואס א מענטש איז מחליט אז ס'איז שטותים (כלשונך) האלט מען גארניקס.


א יעדער איינער וואס פיהרט זיך אידיש -אפגעזעהן וועלכע לעוועל אידישקייט מ'פראקטיצירט- מיט א ערנסטקייט, האט א געוויסע צוטרוי צו אבותינו ורבותינו אז וואס מיר טוען איז 'אמת', וויפיל קענסטו וואס הייבן אן פון סקרעטש און פראבירן מוכיח זיין יעדע זאך מיט שכל, און וואס גייט נישט אריין אין מוח (מחמת קוצר המשיג ועומק המושג) היט מען נישט?

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 2:24 pm
דורך הקטן
ביבער האט געשריבן:חרדיזם איז געבויט אויף די דעה אז אונז זעמיר די איינציגסטע וואס זענען גוט, אמת, הייליג און די גאנצע וועלט איז שלעכט, שקר און טמא און יעדער איז אונז מקנא וכו' וכו'. כדי צו קענען אנהאלטן די אונז קעגן זיי מאטא טאר מען נישט זיין עקספאוזט צו פשוטע פאקטן פון די דרויסענדיגע וועלט.

איך באמערק דא איינער וואס האלט ער איז גוט און אמת און וואס ער ריפט חרדיזם איז שקר און שלעכט!
ער איז עקספאוזט צו פשוטע פאקטן פון די דרויסענדיגע וועלט, אבער סיי ווער וואס געהרט צי חרדיזם ווייסט פשוט נישט די פאקטען!

נישט שיין!

Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 2:32 pm
דורך קלוגע יודל
איך האב נישט דורך געליינט די גאנצע אשכול, אבער וואס איז די גרויסע געטומל?
ער זאגט נישט אז מען טאר נישט האבן א סמארטפאן, ער זאגט בסך הכל אז כדי צו מאכן א שמחה אין די קהל'ישע בנין דארף מען צושטעלן צו די תקנות הקהלה בנוגע פילטערס וכו'. פונקט ווי די פארשטייסט אז די קהלה האט רעכט צו מאכן א תקנה אז מען טאר נישט סערווירן טשולענט ביי א קידוש, מעגן זיי אויך מאכן די תקנה.

Sent from my Moto E (4) using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 2:50 pm
דורך איש חזון
איר האט פארלעצט צוויי לעצטיגע ק"ש כללים;
1. איר האט זיך מתייחס געווען לעצם הענין, דאס איז א הארבע פארברעך דאהי.
2. איר האט גענוצט אייער שכל.
8-)

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 5:27 pm
דורך צפור בודד
קלוגע יודל האט געשריבן:איך האב נישט דורך געליינט די גאנצע אשכול, אבער וואס איז די גרויסע געטומל?
ער זאגט נישט אז מען טאר נישט האבן א סמארטפאן, ער זאגט בסך הכל אז כדי צו מאכן א שמחה אין די קהל'ישע בנין דארף מען צושטעלן צו די תקנות הקהלה בנוגע פילטערס וכו'. פונקט ווי די פארשטייסט אז די קהלה האט רעכט צו מאכן א תקנה אז מען טאר נישט סערווירן טשולענט ביי א קידוש, מעגן זיי אויך מאכן די תקנה.


אפשר וואלט כדאי געווען יא ערשט דורכצולייענען דער אשכול בפרט מיט א ניק ווי אייערס. נאר אז איר האלט אז ארויסשטעלן א יונגערמאן פון בית מדרש איז ווי נישט סערווירן טשולנט איז אפשר טאקע נישט כדאי צו לייענען ווייל עס וועט אייך לכאורה נישט העלפן.

נאר איין קליינער חילוק: די תקנה פון טשולנט איז בגדר חפצא און איז מנוסח אז אין ביהמ"ד ביי א קידוש טאר מען נישט געבן טשולנט. משא"כ די תקנה פון סמארטפאונס זענען א גברא און זאגט אז טאמער האט מען א סמארטפאון האט מען אין ביהמ"ד נישט קיין פלאץ. נאר היות זיי וועלן דארפן ארויסווארפן צופיל יונגעלייט קומען זיי בעקיפין און זיי זאגן דו טארסט ביי אונז נישט מאכן א ברית און שמחה.

און אז דו פארשטייסט נאך אלץ נישט דער חילוק, טשולנט האט נישט בלוט און האט נישט קיין רעכטן, און א מענטש האט יא.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 5:29 pm
דורך איך אויך
יעפ, סאמהאו האט זיך לעצטענס שטארק פארמערט די מוח דחוק'ס, קטנות און עקסטרעם טפשות איז די גייענדיג קארענסי דא. גראדע מיין איך אז עטליכע האלטן שוין ביי כל מקדש ניק שביעי.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 5:56 pm
דורך סמבטיון
איך פיהל אויך אזוי, אמאל בין איך ארויס מיט סיפוק ווען איך פלעג ליינען די אשכולות, עס איז געווען א תענוג צו ליינען א שטיקל פון בעל מידות, א אדנירם אוי שלום שטיסעל עס בענקט, שטילע, רויטע וואנצעס, כוכב, אפטעמיסט, און נאך און נאך, מיט וועם זיצט מען היינט דא?, מיט א ליטוואק פון באדאפעסט מיט א חסיד פון ליטא א גדליה, מיט נאך אפאר דיפעקטן וואס פארפעסטיגן די לופט מיט איין נעגאטיווע אשכול נאך דער אנדערע, איך מיין עס איז צייט פאר מיר צו פאקן פעק און אפטראגן פון דא.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 6:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך זעי אז דו געדענקסט נישט. אדנירם האט אויף אלסדינג געקענט רעדן, אבער צינד אים נאר אן וועגן בעלזא, און ער האט גערעדט שארפער ווי סיי וועמען. און נישט נאר אויפ'ן היינטיגע רבי, נאר פיל דורות צוריק.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 6:27 pm
דורך סמבטיון
דו ביזט גערעכט, ער פלעגט זיך היבש מאל צילאזן, ער האט טאקע אויך א לויז מויל און פלעגט זיך האלטן די חכם מכל אדם, אבער אין פאקט איז עס פארשלינגן געווארן צווישן הינדערטע הערליכע ארטיקלעך וואס דער יונגערמאן האט דא אפגעשריבן אין אלע נושאים, משא"כ דו, וואס גייט נישט אריבער א אשכול וואס דו רייסט נישט אראפ איינער וואס האלט אנדערש ווי דיר,און אין יעדע נושא ווי דו האסט נישט דער מינדענסטע אנונג פון וואס מערעד, הייבסטו אן צו שרייבן שורות אויף שורות, מיט ווערטער וואס מען דארף נאכאמאל געבוירן ווערן אין א ליטווישע הויז צו פארשטיין צו וואס דו צילסט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 7:05 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יעקב מענטש האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מיר דאכצעך אז יא, אוודאי גלייבן אונז אלע די זעלבע שטותים, אבער ביי זיי ווייסט מען כאטש אז ס'איז שטותים.

שווער צו גלייבן אז ס'איז אזוי.

דארפסט נישט גלייבן, קענסט זיי אליינס פרעגן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 8:01 pm
דורך berlbalaguleh
סמבטיון האט געשריבן:איך פיהל אויך אזוי, אמאל בין איך ארויס מיט סיפוק ווען איך פלעג ליינען די אשכולות, עס איז געווען א תענוג צו ליינען א שטיקל פון בעל מידות, א אדנירם אוי שלום שטיסעל עס בענקט, שטילע, רויטע וואנצעס, כוכב, אפטעמיסט, און נאך און נאך, מיט וועם זיצט מען היינט דא?, מיט א ליטוואק פון באדאפעסט מיט א חסיד פון ליטא א גדליה, מיט נאך אפאר דיפעקטן וואס פארפעסטיגן די לופט מיט איין נעגאטיווע אשכול נאך דער אנדערע, איך מיין עס איז צייט פאר מיר צו פאקן פעק און אפטראגן פון דא.

סמבטיון: קום לאמיר גיין צוזאמען. איך האב שוין געפאקט די פעק. כ'וועלל דיר אויסזאגן א סוד. א סאך מאל נעם איך מיר פאר אז איך וועלל בלי"נ מער נישט אנקוקן קאווע שטיבל. אדער לכה"פ נעמען א שטיקל ברעיק. אבער, למעשה. ווען ס'קומט דערצו קענמען זאגן להבדיל בין שטותים לדברים שבקדושה. אזוי ווי דוד המע"ה האט געזאגט..."בכל יום ויום אני רוצה לילך למקום פלוני... ורגלי מוליכות אותי לביהמ"ד"...איך ווילל גיין אויף צענדליגער אנדערע פלעצער. און ס'ציעט מיך צו גיין קיין קאווע שטיבל. ווען קאווע שטיבל ווערט שוין אויסגעוועפט, דאמאלס גיי איך ערגעץ אנדערש...!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 12:09 am
דורך איש חזון
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך זעי אז דו געדענקסט נישט. אדנירם האט אויף אלסדינג געקענט רעדן, אבער צינד אים נאר אן וועגן בעלזא, און ער האט גערעדט שארפער ווי סיי וועמען. און נישט נאר אויפ'ן היינטיגע רבי, נאר פיל דורות צוריק.

ער האט געשריבן וואס ער האט דורכגעטוהן (לעניות דעתו, פארשטייט זיך), וזהו שבחו.

Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 2:39 pm
דורך חסיד פון ליטא
סמבטיון האט געשריבן:איך פיהל אויך אזוי, אמאל בין איך ארויס מיט סיפוק ווען איך פלעג ליינען די אשכולות, עס איז געווען א תענוג צו ליינען א שטיקל פון בעל מידות, א אדנירם אוי שלום שטיסעל עס בענקט, שטילע, רויטע וואנצעס, כוכב, אפטעמיסט, און נאך און נאך, מיט וועם זיצט מען היינט דא?, מיט א ליטוואק פון באדאפעסט מיט א חסיד פון ליטא א גדליה, מיט נאך אפאר דיפעקטן וואס פארפעסטיגן די לופט מיט איין נעגאטיווע אשכול נאך דער אנדערע, איך מיין עס איז צייט פאר מיר צו פאקן פעק און אפטראגן פון דא.
אויף ענגליש רופט מען עס-
If you can't take the heat get out of the kitchen.

ביזט א שיינער מקבל, כ'הער, ליטוואק האט אסאך צוגעגעבן צום שטיבל סיי מיט זיינע ידיעות און סיי מיט זיינע אנאליזן הגם וואס נישט אלעמאל איז יעדער איינשטומיג. וואס פונקט האסטו צוגעגעבן אז איינער זאל זיך בכלל קימערן מיט דיין אפטראג?!?

אינטערסאנט אז ביז מ'האט גערעדט פון בעלזא האט מען נישט געהערט פון ענק.

ווילסט זאגן א מיינונג? ביזט מכובד! טייל נישט קיינעם איין וואסארא מיינונג ער מעג יא אדער נישט זאגן.

Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 7:05 pm
דורך גראף
ווען איך בין געווען אין כיתה ב' אדער ג' פלעגט מיין מנהל זייענדיג א שטארק פארפרומטער (פערד) איד און וואו און אין מיינע צייטן אין חדר איז ער נישט אויף גענומען געווארען צוליב זיין פארשטאנד אדער עקספיערנס אין חינוך. האט ער מיר געגעבן אלס שטראף אז איך דארף זאגן עטליכע קאפיטלעך תהילים. מיין מאמע זאל זיין געזונט איז א קלוגע פרוי האט אן גערופען דעם חכם עטיק און מסביר געווען אז ער איז מחנך קינדער אז תהילים זאגן איז א פאנישמענט און עס גייט אלעמאל זיין שפעטער אין לעבן א נעגעטיוו פאר די קינדער. האט ער טאקע אויף געהערט.

איך האלט טאקע אז בעלז דארף און מעג און זאל פראבירן צו געבן אינגערלייט א שאקל פאר א פילטער. אבער א ברית דאס סאמע הייליגסטע ביי עם ישראל??!!


Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 8:45 pm
דורך איש חזון
(לענ"ד) על זה נאמר: יש להקשות בדוחק