בלאט 8 פון 8

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2019 7:09 pm
דורך לעיקוואד
ייש"כ אויף די הערליכע מעשה. שטימט ממש מיט מיין פשט.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2019 7:51 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
איז ער טאקע געגאנגען אין כותל?
איז דא א בילד?

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2019 11:08 pm
דורך עסקן בדברים
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דער בלאט שרייבט די וואך אין עדאטאריעל אז ער איז נישט געגאנגען צום כותל כדעת רבינו הקדוש.

פשוט ליגענט.

האלב ליגענט.פון תשמ"ג ביז תשנ"ה איז ער געווען אפאר מאהל אין א"י און נישט געגאנגאנגן. תשנ"ה האט זיך איהם אנגעכאפט א התעררות איין טאג פארטאגס צו גיין, און ער האט פלוצלינג געזאגט פאר זיינע מענטשן אז ער וויל יעצט גיין צום כותל.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2019 11:13 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'איז געווען 14 יאר וואס ער איז נישט געגאנגען (לכאורה צוליב טעראר, ואין להאריך) דאס זאגן אז ער איז נישט געגאנגען איז א גאנצע ליגענט, ווייל עס גיבט די בליק אז ער איז קיינמאל געגאנגען.

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:07 am
דורך חיים יואל
חתם סופר האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:איז דער נפטר געווען א תלמוד חכם? האט איינער א גוט ווארט נאכצוזאגן?

די מוסדות, די ניגונים, די מופתים, די קאמפיינען, דער מסירת נפש וועט מען דערציילן אן א שיעור.
וואלט געווען א גלייכער זאך אז איינער קען אפשר אונז דא מהנה זיין מיט עפעס מער ערנסט.

Sent from my SM-G950F using Tapatalk

יא! געהערט מפה קדשו א ווארט אויף אויף די פרשה, פרשת תזריע, אויפן פסוק וראה הכהן את הנגע בעור הבשר ושער בנגע הפך לבן ומראה הנגע עמק מעור בשרו נגע צרעת הוא וראהו הכהן וטמא אתו: די פסוק פאנגט אן וראה הכהן, און פארוואס סוף פסוק שטייט נאכאמאל וראהו הכהן וטמא אתו?

נאר פאר מען גייט פסל'ן א צווייטע איד, קוק אים נאכאמאל אן! אפשר איז דא א לימוד זכות? אפשר האט מען נישט גוט געזעהן די ערשטע מאל? זאל זיין נאכאמאל וראהו הכהן פאר וטמא אותו..


אריין אין מאמענט....

אינטרעסאנט

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:17 am
דורך קאך_לעפל
רבי חיים יואל, גוט געזאגט, ווי אלעמאל.

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2019 5:27 pm
דורך [NAMELESS]
פאספארט בילד. פון אלס קינד

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2019 5:28 pm
דורך [NAMELESS]
אנפאנג נאכן ווערן רבי

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2019 5:55 pm
דורך איסר האטלקי
דער לעצטער בילד איז זיכער נאך בחייו פון זיין טאטע. ער איז געווארן רבי מיט א ווייסע בארד.

נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2019 11:55 pm
דורך איש חזון
חתם סופר האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:יא! געהערט מפה קדשו א ווארט אויף אויף די פרשה, פרשת תזריע, אויפן פסוק וראה הכהן את הנגע בעור הבשר ושער בנגע הפך לבן ומראה הנגע עמק מעור בשרו נגע צרעת הוא וראהו הכהן וטמא אתו: די פסוק פאנגט אן וראה הכהן, און פארוואס סוף פסוק שטייט נאכאמאל וראהו הכהן וטמא אתו?

נאר פאר מען גייט פסל'ן א צווייטע איד, קוק אים נאכאמאל אן! אפשר איז דא א לימוד זכות? אפשר האט מען נישט גוט געזעהן די ערשטע מאל? זאל זיין נאכאמאל וראהו הכהן פאר וטמא אותו..


אריין אין מאמענט....

און אין ר' אלימלך בידערמאן

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 12:01 am
דורך יין שרף
זיצט זיך א לץ אויף קאווע שטיבל און מאכט אויף א ווערטל בשם סקולענע רבי זצ"ל, און די עולם ריטוויט עס אויף כוחות... :lol: :lol:

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 12:06 am
דורך יין שרף
To be exact, די תורה האב איך יא געהערט פון סקולענע רבי זצ"ל, אבער די געדאנק אז עס פליעט זיך אזוי ארום איז געוואלדיג..

(למעשה האב איך עס געהערט אפאר יאר צוריק פונעם רבי, אבער מיין טאטע טענה'ט אז ער האט עס שוין געהערט פון די בעל נועם אליעזר אליינס.. קוקענדיג יעצט אין נועם אליעזר זעה איך אז כמעט די ווארט שטייט דארט. איך וועל עס באלד בל"נ פאוסטן)

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 2:57 am
דורך יין שרף
יין שרף האט געשריבן:To be exact, די תורה האב איך יא געהערט פון סקולענע רבי זצ"ל, אבער די געדאנק אז עס פליעט זיך אזוי ארום איז געוואלדיג..

(למעשה האב איך עס געהערט אפאר יאר צוריק פונעם רבי, אבער מיין טאטע טענה'ט אז ער האט עס שוין געהערט פון די בעל נועם אליעזר אליינס.. קוקענדיג יעצט אין נועם אליעזר זעה איך אז כמעט די ווארט שטייט דארט. איך וועל עס באלד בל"נ פאוסטן)

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 5:04 am
דורך וואלווי
יין שרף האט געשריבן:To be exact, די תורה האב איך יא געהערט פון סקולענע רבי זצ"ל, אבער די געדאנק אז עס פליעט זיך אזוי ארום איז געוואלדיג..

(למעשה האב איך עס געהערט אפאר יאר צוריק פונעם רבי, אבער מיין טאטע טענה'ט אז ער האט עס שוין געהערט פון די בעל נועם אליעזר אליינס.. קוקענדיג יעצט אין נועם אליעזר זעה איך אז כמעט די ווארט שטייט דארט. איך וועל עס באלד בל"נ פאוסטן)


נו, אז מ'האט [tag]יין שרף[/tag] זעט מען דאבל, אפי' די תורות אויך...

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2019 8:57 am
דורך זאפטיג
[tag]יין שרף[/tag]

Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 8:33 pm
דורך נעגעל וואסער
בילד

אזוי שרייבט מען תשע"ט אין סקוליען?

Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 8:39 pm
דורך חוקר ודורש
ס׳זאל ח״ו נישט שטיין תש- שוואכקייט, ביי אונז אין סקולען איז אלץ דא שטארקייט..


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 8:56 pm
דורך חוקר ודורש
IMG_3127.jpg


דאס קומט נאך פונעם טאטן זצ״ל


Sent from my iPhone using Tapatalk