בלאט 8 פון 10

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 8:49 am
דורך שמעקעדיג
יא, די גאווערנמענט איז "בייעסד" צו די היימישע 'עפל' קאמפאני, ווי איידער צו די קארעא-באזירטע קאמפאני, סעמסאנג.

א שטיק צייט צוריק, ווען דאס געריכט האט גע'פסק'ענט אז עפל האט פארלעצט עטליכע קאפירייט פאטענטן פון סעמסאנג און האט פארבאטן עטליכע עלטערע דעווייסעס צו ווערן פארקויפט אין די יונייטעד סטעיטס, האט זיך דאס ווייסע הויז אריינגעמישט און אנולירט דעם פסק, און ווייטער ערלויבט עפל צו פארקויפן זייערע דעווייסעס.

יעצט איז געווען דבר והיפוכו, דער קאורט האט געפינען סעמסאנג שולדיג אין נאכמאכן עפל'ס פאטענט, און דערביי פארבאטן צו פארקויפן עטליכע עלטערע סעמסאנג דעווייסעס. סעמסאנג פרובירט יעצט בתחנונים צו בעטן פונעם ווייסן הויז אז זיי זאלן זיין יושר'דיג, און טוהן מיט זיי די זעלבע חסד ווי מיט עפל. דערווייל ווארטן זיי, עס קוקט נישט אויס ווי דאס ווייסע הויז גייט זיי נאכגעבן.... (אפשר ווייל די רעגירונג איז אויף שאט-דאון...?)

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2425332,00.asp

רעוואלוציע דורכברוך!!!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:01 pm
דורך קעניגרייך
יום בשורה הוא לנו: דורכברויך פאר שומתומ"צ: מיט די נייע iOS 7 האט עפל צוגעלייגט א אפציע ביי רעסטריקשענס צו האבן בלויז א ווייט ליסט,
דאס מיינט אז די גאנצע פאון ווערט געפילטערט, אלע פרעמדע בראזערס ווערן געפילטערט, דאס איז א דורכברויך פאר אידן!!
לכאורה די בעסטע פילטער וואס שייך, ברוך השם!!


פאר מער אינפארמאציע:
http://speirs.org/blog/2013/9/18/web-fi ... ios-7.html

נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 2:32 pm
דורך שמעקעדיג

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 1:28 pm
דורך סאשי פיש
זיי גייען ממש יעצט ארויסגעבען נאך אן אפטעיד פאר iOS-7 וואס דאס גייט פיקסען די פראפלעם מיט די בעטערי אז עס גייט אזוי שנעל אויס.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 2:07 pm
דורך שמעקעדיג
אין עטליכע טעג ארום, אקטאבער 22, איז ערווארטעט אז עפל זאל מודיע זיין איבער נייע אייפעדס און מעגליך נייע מעק לעפטאפס.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 3:01 pm
דורך חד גדיא
נישט עפעל נייעס, אבער ס'האט אן עפעקט אויף עפעל. HTC גייט ארויסגעבן א נייע פאון וואס גייט זיין גרעסער פון די יעצטיגע פאון - 5.9 אינטש. והנה, ס'גייט אויך האבן א פינגערפרינט סקענער, און זיי פלאנען אז דריטע פארטי עפפ'ס וועלן אויך קענען ניצן די סקענער. אויך גייט די טעלעפאן קענען זיך אויטאמאטיש עפענען צו דריי אנדערע עפפ'ס, געוואנדען לויט וועלכע פינגער מ'נוצט.

בילד

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 7:14 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:אין עטליכע טעג ארום, אקטאבער 22, איז ערווארטעט אז עפל זאל מודיע זיין איבער נייע אייפעדס און מעגליך נייע מעק לעפטאפס.

מ'שפעקעלירט אז די מיני אייפעד גייט באקימען רעטינע דיספלעי

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 7:30 pm
דורך שמעקעדיג
עס מאכט נישט קיין סענס אז נישט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 4:59 pm
דורך חד גדיא
עפל האט היינט געמאלדן איבער די נייע אייפעד. עס איז דינער, לייכטער, שמאלער, און מאכטפולער. עס הייסט iPad Air.

http://www.apple.com/ipad-air/

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 2:08 pm
דורך שמעקעדיג
ווי ערווארטעט, האט טאקע די אייפעד מיני באקומען א קלארן רעטינע דיספלעי. אבער עס איז נישט קלארער ווי די גוגל נעקסוס 7 אדער עמעזאנ'ס נייע קינדל פייער.
איז די שאלה, עפל פארלאנגט $170 מער ווי די קאמפעטישאנס, אן באזונדערע ספעציעלע בענעפיטן דערפאר. לוינט זיך צו נעמען א אייפעד מיני?

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2426146,00.asp

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 2:31 pm
דורך דעת תורה
די a7 איז ווערט אלע געלטער.אויב מען האט עס פארשטייט זיך. ווי אויך איז די צוגעקומענע אינטש א מורא'דיגע חילוק.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 5:52 pm
דורך פיקציע
א געלונגענע עד פאר די נייע דינערע אייפעד.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=o9gLqh8tmPA[/youtube]

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:30 am
דורך שמעקעדיג
עפל פלאנט א מעגא 13-אינטש אייפעד פארן קומענדיגן יאר.

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2428707,00.asp

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 5:46 pm
דורך שמעקעדיג
נארוואס געליינט אז עפל גייט ווייטער האקן סעמסאנג אין קאורט,
למעשה זעה איך היינט אין די נייעס אז בסוד גדול ווילן זיך די 2 ריזן פארגלייכן, און קומען צו א שלום אפמאך און אויפהערן טעראריזירן איינער דעם צווייטן...

נו, די באבע פלעגט זאגן "ווי אזוי עס גוי'אישט זיך, אזוי אידישט זיך", און דער זיידע האט זיך באנוצט מיטן פסוק "ויתערבו בגויים וילמדו מעשיהם"...
עכ"פ לאמיר האפן אז די אידישע ריזן וועלן לערנען א לקח, און אנהויבן פארהאנדלען.
@ר' אהרן? @ר' זלמן לייב? מסכים???? שלום על ישראל?

Glass panel at iconic NYC Apple store shatters in storm

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 10:55 am
דורך מ גפני
A glass panel at the iconic Apple ‘cube’ store in New York City was shattered by a snowblower Tuesday.
The store, which is open 365 days a year, 24 hours a day, remained open despite the broken panel
Read more

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 9:14 am
דורך חד גדיא
מאנכע זאגן אז דאס איז א ליעק פון אייפאון 6

נשלח: מוצ"ש אפריל 12, 2014 10:52 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
קען מיר איינער זאגןצו די Iphone 5c איז 4G ?

נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 2:25 am
דורך לעמיל
בערל_פרוכטבייסער האט געשריבן:קען מיר איינער זאגןצו די Iphone 5c איז 4G ?

יא עס האט 4G

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 3:30 pm
דורך [NAMELESS]
א שיינע פאר נייע חידושים אין ios 8. בעיקר האב איך ליב אז מ'קען שוין יעצט ניצן third party קיבארד. דאס מיינט מ'קען ניצן סווייפ פאר עפעל!
אויך איז א שטארקע חידוש אז מ'קען שוין ניצן די פינגער פרינט רידער פאר אלע עפפ'ס

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 3:35 pm
דורך שמעקעדיג
דאס איז גוטע נייעס! די קיבאורד איז איינע פון די גאר שטארקע סיבות פארוואס אסאך אנדרויד באנוצער ווילן נישט הערן פון עפל.
לדעתי א קלוגע שריט פון עפל.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 4:21 pm
דורך אבי גערעדט
Wow נאך 10 יאהר וואס ענדרויד ראקט מיט די אלע זאכן ווי קיעבאורד ווידשעטס וכו' האט זיך עפל געבראכן פון זייער פארביסענקייט און נאכגעמאכט ענדרויד.. פששששי ס'קומט זיי א מעדאל

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 5:37 pm
דורך שמעקעדיג
ביי אונז ווייסט מען "ומודה ועוזב ירוחם", נישט מען באשייגעצט....

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 6:27 pm
דורך שמעקעדיג