בלאט 8 פון 10

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:06 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
באמערקט א נייע זאך דארט, יעדע בילד פון א סאלדאט מיט פאות אדער תפילין וציצית, ווערט פארמעקט!!

עס איז אומגלויבלעך וואס צענזור קען אנמאכן!

על הכלל כולו יצא -

דאס הייסט א שמאלקעפיגער קרית-יולער אינגערמאן, וואס ליינט נאר דעם הייליגן אייוועלט, וועט אפילו נישט וויסן אז אין צה"ל זענען פאראן עכטע פרומע און היימישע און חסידישע שותומ"צ סאלדאטן. און דערנאך וועט ער נאך ווערן א מאן דאמר צו רעדן איבער השקפה, און צו מ'מעג גיין אין צה"ל אאז"וו, ווען די בעסיק אינפארמאציע איז געווארן געפילטערט דארך א פאר גראבע אינגען אין דער אייוועלט פראפעגאנדע מיניסטעריום...

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:09 pm
דורך זה חלקי
דאס קומט צוליב די קול קורא פון אלע סאטמאר געשטימטע רבנים איבער נייעס האטליין'ס און זייטליך מיט פינקטלעכע אנווייזונגען

א בליק לייוו איז נישט מיטגעטאנצן האט עס משומר געבלאקט..

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:40 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
זה חלקי האט געשריבן: דאס קומט צוליב די קול קורא פון אלע סאטמאר געשטימטע רבנים איבער נייעס האטליין'ס און זייטליך מיט פינקטלעכע אנווייזונגען

א בליק לייוו איז נישט מיטגעטאנצן האט עס משומר געבלאקט..
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p4810592

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 10:17 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
לאמיר זעהן ווילאנג עס גייט בלייבן
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p4811325

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 1:02 am
דורך סוף טוב הכל טוב
געפלויגן!

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 1:51 am
דורך עמרם
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: געפלויגן!

וואס איז דארט געשטאנען ?

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:11 am
דורך מתתיהו
א בילד פון א היימישע אינגערמאן יהונתן לובר וואס דינט אין צה"ל וואס איז היינט ליידער געהארגעט געווארן אין די מלחמה הי"ד.

בילד

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:58 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
עמער זעהן צו דאס גייט בלייבן
פרעזידענט פרא-טעמפאר האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:37 am
nobody האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 9:02 am
nobody האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 6:10 pm פון די "מכינה קדם צבאית - עלי" זענען שוין געפאלען 13 סאלדאטען ה"י אין די שלאכטן אין עזה וואס איז כמעט 10% פון די געפאלענע.
פון "הסדר ירוחם" איז שוין דא 7 געפאלענע ה"י פון די שלאכטען אין עזה.
8 ליידער.

20231227_הסדר ירוחם.jpg

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 2:39 pm
דורך עמרם
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:58 pm עמער זעהן צו דאס גייט בלייבן
פרעזידענט פרא-טעמפאר האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:37 am
nobody האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 9:02 am
nobody האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 6:10 pm פון די "מכינה קדם צבאית - עלי" זענען שוין געפאלען 13 סאלדאטען ה"י אין די שלאכטן אין עזה וואס איז כמעט 10% פון די געפאלענע.
פון "הסדר ירוחם" איז שוין דא 7 געפאלענע ה"י פון די שלאכטען אין עזה.
8 ליידער.

20231227_הסדר ירוחם.jpg
כ'מיין אז ס'שוין נישט דארט

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:27 pm
דורך גאר נייגעריג
נעקסט לעוועל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 7:33 am די מאן שטייט אויף און ער זאגט פאר זיין ווייב, איך פיל מיר נישט גוט היינט איך בלייב שלאפן, אויב רופט מען פון די ארבעט זאג אז איך בין נישט אינדערהיים.
די טעלעפאן קלונגט, די ווייב הייבט אויף, שעפשעט ארייין שטילערהייט, ער איז אינדערהיים!

איך האב די געזאגט פונקט די פארקערטע! שרייעט די מאן שרייעט ארויס פון די שלאף צימער
זי ענפערט אים, רילעקס, די פאון קאול איז געווען פאר מיר...
moishy56 האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:41 am נעכטן צופרי: די מאן שטייט אויף, און ער זאגט פאר זיין ווייב, 'איך פיל מיר נישט גוט היינט, איך בלייב שלאפן. אויב רופט מען פון די ארבעט זאג אז איך בין נישט אינדערהיים'.
די טעלעפאן קלונגט, די ווייב הייבט אויף, זי שעפשעט ארייין שטילערהייט, 'ער איז אינדערהיים'!

'איך האב די געזאגט פונקט די פארקערטע'! שרייט די מאן ארויס פון די שלאף צימער..
זי ענפערט אים, ''רילעקס, די פאון קאול איז געווען פאר מיר''...
אזעלעכע ווערטלעך אויף אייוועלט?!

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 3:00 pm
דורך [NAMELESS]
טאקע א פלא
די שאלה איז מושי56 ליינט קאווע שטיבעל??

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 7:55 pm
דורך נעקסט לעוועל
ווען זיי זאלן עס נאר פארשטיין …
אדער האבן זיי קיין באגריף, און ס׳קעפל דירעקציע זייערע גייט מער אנטי בלוי...
ווער ווייסט

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:03 pm
דורך מענדל
זה חלקי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:09 pm דאס קומט צוליב די קול קורא פון אלע סאטמאר געשטימטע רבנים איבער נייעס האטליין'ס און זייטליך מיט פינקטלעכע אנווייזונגען

א בליק לייוו איז נישט מיטגעטאנצן האט עס משומר געבלאקט..
גראדע איז עס געהריג אופן ביי משומר

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 6:32 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
געווען דארט א באשרייבונג איבער סאלדאט וואס איז נעבעך ג'הרג'ט געווארן אין עזה, און עס ווערט באשריבן ווי "יד לאחים" באוויינט איהם, ווייל ער פלעגט אסאך צוהעלפן אידישע פרויען פארכאפט ביי ערב'ישע מענער.
- געפלויגן!

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 5:05 pm
דורך גליקלעך
אינטערסאנט מען לאזט דאס צו...

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p4825662

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 5:21 pm
דורך אסטראלאג
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 6:32 pm געווען דארט א באשרייבונג איבער סאלדאט וואס איז נעבעך ג'הרג'ט געווארן אין עזה, און עס ווערט באשריבן ווי "יד לאחים" באוויינט איהם, ווייל ער פלעגט אסאך צוהעלפן אידישע פרויען פארכאפט ביי ערב'ישע מענער.
- געפלויגן!
געפלויגן אין דער ערד אריין!..

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 9:20 pm
דורך גליקלעך
גליקלעך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 5:05 pm אינטערסאנט מען לאזט דאס צו...

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p4825662
שוין געפלויגן...

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 9:22 pm
דורך kolal1
גליקלעך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 9:20 pm
גליקלעך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 5:05 pm אינטערסאנט מען לאזט דאס צו...

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p4825662
שוין געפלויגן...
וואס איז דארט געשטאנען

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 11:50 am
דורך דערהויבענע איד
אינעם לעיזער קרויס אשכול, ווי דער חכם האט זיך צורעדט אויף די וואס האקן אויף נתורא חרתא, (וואס ער אליין זאגט אז ער איז קיינמאל געווען אין א''י) האט מען זיך ארומגעטענ'עט צו די שטיצע פון נ''ק צו די אראבער איז גורם צו רציחה.

שרייבט איינער דארטן:

"אינעם קנאי'שע חדר איז שטארק איינגעבאקן אז געבן פאליטישע לעגימיטעיט מיינט משטתף בפעולה והודאה אויף יעדע פעילה וואס קען נאר ארויסקימען. נמשל, גיין צי די בחירות הטמאות מיינט מודה זיין אין אלע כפירה ומינות מהיות ציוניזם בעולם. נישט קיין נ"מ וועלכע פארטיי מען שטיצט.

אשר על כן, "לשטתם", מיטן זיך משטתף זיין בפעולה מיט די שנאי ישראל, געבן זיי פילע מאראלישע רעכט אויף 'אלע' רציחות, זיי לייקענען די האלאוקאסט, ריפן אפן פאר די ג'ענעסייד פין מיליאנע אידן היושבים בא"י ה"י עפ"ל.
אויב דאס איז נישט קיין רודף דאן וואס איז יא?"

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:55 pm
דורך אלפא
דערהויבענע איד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 11:50 am אינעם לעיזער קרויס אשכול, ווי דער חכם האט זיך צורעדט אויף די וואס האקן אויף נתורא חרתא, (וואס ער אליין זאגט אז ער איז קיינמאל געווען אין א''י) האט מען זיך ארומגעטענ'עט צו די שטיצע פון נ''ק צו די אראבער איז גורם צו רציחה.

שרייבט איינער דארטן:

"אינעם קנאי'שע חדר איז שטארק איינגעבאקן אז געבן פאליטישע לעגימיטעיט מיינט משטתף בפעולה והודאה אויף יעדע פעילה וואס קען נאר ארויסקימען. נמשל, גיין צי די בחירות הטמאות מיינט מודה זיין אין אלע כפירה ומינות מהיות ציוניזם בעולם. נישט קיין נ"מ וועלכע פארטיי מען שטיצט.

אשר על כן, "לשטתם", מיטן זיך משטתף זיין בפעולה מיט די שנאי ישראל, געבן זיי פילע מאראלישע רעכט אויף 'אלע' רציחות, זיי לייקענען די האלאוקאסט, ריפן אפן פאר די ג'ענעסייד פין מיליאנע אידן היושבים בא"י ה"י עפ"ל.
אויב דאס איז נישט קיין רודף דאן וואס איז יא?"
בן גביר קען זיין א רודף!
די עולי הר הבית קענען זיין רודפים!
די מתנחלים קענען זיין רוצחים מיט רודפים צוזאמען!

דארפסט נאך?

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 5:25 pm
דורך טיפער
דאס איז געווען אן אשכול אין תורת הנפש אויף אייוועלט וואס איז געמעקט געווארן within 10 מינוט

טראכטער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 01, 2024 9:55 pm
א גוטן. איך וויל מיטטיילן א טראכט וואס איך טראכט.
אין די היימישע עולם איז שטארק שכיח אז רעדן, און כל שכן פעולות פון ליבשאפט זאל זיין א זאך וואס מען דערווייטערט זיך דערפון און מען טאנצט אוועק ווייט. אזעלכע פשוטע ווערטער ווי איך האב דיך ליב וועלן מענטשן האבן שוועריגקייטן צו זאגן.
זעהן וויאזוי אנדערע געבן א קוש אדער האלזן זיך וועלן אסאך פשוט נישט סובל זיין און זיך גאר עקלען דערפון א.א.וו. פארוואס איז דאס אזוי???
אסאך וועלן עס גאר אנקוקן אדער בעסער געזאגט "פילן" ווי גוי'איש! האט עס עפעס אמת, אין זיך?! איך מיין אז עס איז בלויז די אומהיימליכקייט דערפון, אויפוואקסנדיג אן עס, איז וואס מאכט אזוי שפירן.
וואס זאגט דער עולם?

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 6:51 pm
דורך yesiknow
I think its because some element by us are like OTM that translates automatically hugs and kisses to sxauality so therfore its not so common , by other cultures hugs and kisses its just like giving your hand to each other even with the opposite gender , just my observation HNY

Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)

נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 7:14 pm
דורך שפילער
גליקלעך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 5:05 pm אינטערסאנט מען לאזט דאס צו...

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p4825662
צום עצם שאלה , לכאורה גייט דער עולם דראפן גאנץ יודישקייט דעמאלטס.... גראדע אמאל געליינט א באשרייבונג דערפון , דער שרייבער לייגט אראפ ווי די גאנצע עולם גייט זיין פארזאמעלט אין בית מדרש און די רב גייט צוגיין צום באלעמער און זאגן סאיז אן עצת היצר די ייצר הרע וויל אונדז אוועקנעמען פון אונזער אמונה טהורה , מען האט נישט גוט געציילט... וכו'