בלאט 8 פון 16
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 12:41 am
דורך בר בי רב
כמעשה קדרה ולא כמעשה קדירה
ס'דא זאכן אויף וואס מ'מאכט נישט לאחריה קיין בורא נפשות אויך נישט? אז נישט וואס איז די הוה אמינא אז די ברייתא דארף דאס זאגן בכלל.
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 12:42 am
דורך בר בי רב
מעשה ברבן גמליאל
ס'פאסט זיך בעלייה ביריחו, אלס עיר התמרים.
רבי עקיבא האלט אכל שלוק והוא סעודתו מברך ג. זיי האבן דאך נאר געגעסן תמרים, איז דאס אנדערש? ס'איז געווען אומגעראכטענע סנעק.
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 12:44 am
דורך בר בי רב
תוספות, רבן גמליאל האט געמיינט אז ר"ע גייט בענטשן ג ברכות. צום סוף האלט ער אים פאר נישט פארן טון אנדערש ווי אים, נאר פאר זיך אריינלייגן אין א מחלוקות. ר"ע האט נישט געהאט קיין אויסוועג ארויס פונעם מחלוקות. ס'איז אזא דיפלאמאטישע וועג פון ר"ג, פארוואס טוסטו אנדערש ווי איך האלט.
תוס, וויין איז דאך מז' מינים, און אז מ'בענטשט על הכוס אין לדבר סוף. באמת לא שמענו ר"ג אויף שתייה מברך ג.
דאל"כ וכי לית ליה לר"ג מעין שלש בכל מקום. ס'יא דא. ביי פת של אורז.
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 12:45 am
דורך בר בי רב
סוף, דאס וואס די ברייתא זאגט ביי אורז אפאו ובשלו, איז דאס זעלבע כשלא בשלו נמי, סיי צו די אוקימתא איז ר"ג און סיי רבנן. פת אורז און דייסא דאורז איז נישטא קיין חילוק.
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 12:45 am
דורך בר בי רב
אמר רבא האי ריהטא דחקלאי
די זעלבע הלכה איז געווען א בלאט פריער, מיט די זעלבע ראיה פון רב ושמואל.
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 12:46 am
דורך בר בי רב
בא מלחם גדול, רש"י דלא נפרס כולו.
לפירוש רש"י אז די גאנצע שמועס דא איז ביי געקאכטע זאכן, וואס איז מיר א חילוק וואס טוטס זיך מיטן איבעריגן לעבל ברויט אין שאפע. לויט תוס איז ניחא. אז מ'ברעכט אראפ א פריסה פון א גאנץ ברויטל אודאי מאכט מען המוציא אפילו ווען ס'איז א קליין שטיקל.
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 7:21 am
דורך בר בי רב
ברכות לח
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 10:13 pm
דורך בר בי רב
שתיתא רב אמר שהכל בבלילה רכה. דער עיקר חידוש דא איז, ווי די גמרא זאגט, אז שתיתא רכה טרינקט מען נאר לרפואה. סד"א מ'זאל בכלל נישט מאכן קיין ברכה, קמ"ל כיון דנהנה בעי ברוכי. שמואל ורבי יוחנן זאגן דאס זעלבע ביי שמן זית ע"י אניגרון, נאר אויף שמן זית איז ברכתו בפה"ע, אבער שתיתא שהכל, ווייל אויף קמחא גופא מאכט מען דאך אויך א שהכל. כאטש כל שיש בו מחמשת המינים איז מזונות, אפילו ווען סמידא אינו עיקר, דוקא ווען מ'מאכט א מאכל ראוי לאכילה.
בלייבט קשה וויאזוי תוספות נוצט שתיתא אלס ראיה אז אויף ביר מאכט מען שהכל. ביר איז א מאכל בריאים וואס אנהאלט חמשת המינים.
אויך איז שווער די טעם שיש להם עילויא אחרינא. ס'טייטש, אלע מזונות האבן דאך אן עילויא אחרינא בפת.
וואס איז די סברה פון עילויא אחרינא. קמח איז שהכל. וואלט מען דאך געקענט זאגן דער טעם דאשתני, אזויווי ביי ירק שלוק. נאר ירק שלוק איז אשתני לגריעותא, קמח איז דאך א מעלה מער פון ווייץ. זאגט ער ניין. ס'דא נאך א דרגא צו פת, און דער מיטל עילוי אזי קיין מעלה נישט. דאס איז שייך צו זאגן אויף מעל, ווייל פת מאכט מען דאך פון מעל. מ'קען עס נישט זאגן אויף לאקשן, ווייל לאקשן האט נישט עילויא אחרינא. מ'מאכט נישט ברויט פון לאקשן. דאס זעלבע קען מען נישט זאגן אז די גערשטן אין ביר האט אן עילויא אחרינא.
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 10:13 pm
דורך בר בי רב
מוציא המוציא
א פליאות דא. ס'נישט ווי דער מלמד האט שיין געשניטן די פעלי זמן, הוציא מוציא יוציא. דער ה, וואס קומט במקום אשר, המוציא איז כאילו אשר מוציא, דרייט עפעס דער הווה אין דער ריכטונג פון עתיד דווקא.
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 10:14 pm
דורך בר בי רב
רבי זירא ווערט אנטוישט פון א ירא שמיים יוצא ידי שניים'דיגער הנהגה. ס'איז אים נישט קיין מעלה. מ'דארף קובע זיין הלכה וזהו. נישט ווי תוספות וואס איז פול מיט בייס אן עפל און עס א קוקי להוציא מידי ספק סארט פסקים. ס'איז נישט קיין מהלך. די טעם פון ירושלמי העולם-מן ווערט נישט דערמאנט דא.
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 10:15 pm
דורך בר בי רב
ירקות דומיא דפת שנשתנה ע"י האור
פונקט קאפויער. פת טוישט זיך יא די ברכה ע"י האור, ווייל קמחי דחיטי איז שהכל.
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 10:17 pm
דורך בר בי רב
איז דא א גרויסע מחלוקות דא ביי שלוקין, ווייל רב חסדא איז מחלק מיט א סברא. ס'דא אזוינע ירקות וואס ווערן משתבח למעלייתא און ס'דא לגריעותא. און אזוי נעמט אן תוספות.
אבער דער בבלי דא ציט שטארק נישט צו מחלק זיין, און מאכט אוועק די גאנצע שמועה בשם רבי יוחנן אלס משבשתא.
רב נחמן בר יצחק זאגט נאך א לשון פון רבי זירא, וואס ווי עס קוקט אויס איז בעלמא אמרינהו. רבי זירא זיצט אין אר"י אין רעדט נישט אריין אין די מחלוקה דא. רנב"י לייגט צו טעמים לענין. א מעשה מיט א תורמוס וואס קאכט אוועק זיבן מאל און ס'איז האדמה. רב חסדא וועט טענה'ן וואס איז די ראיה דא. תורמוס דארף מען קאכן אסאך ס'זאל זיין ראוי לאכילה. וועלכע ברכה מאכט מען אויף הארטע ביטערע תורמוס? א שהכל. אודאי איז רב מודה ביי תורמוסין. אבער דער בבלי הערט נאר רב נחמן, נישט רב חסדא און ס'נישטא קיין חילוק. דאס זעלבע מיטן זית. מהיכי תתי א געפיקלטע זית איז נישט געשמאקער פון א רויע. אזוי נעמט אן רב אלפס.
נאר ס'א חידוש פארוואס די גמרא מאכט אוועק די ראיה פונעם זית אז אפשר האט ער געמאכט שהכל. אם כן מאי סהדותיה? אז רבי יוחנן עסט נישט אנע ברכה? בכלל האט מען שוין געזען פריער פון ברייתות אז דער לשון מאכן א ברכה לאחריה מיינט נישט בורא נפשות.
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2020 12:08 am
דורך real fake news
ווען ענדיגט מען שוין מיט די שלקות פאר א גוט יאר?
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2020 7:31 am
דורך בר בי רב
ברכות לט
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2020 8:14 am
דורך אישתישבי
וואס האט דער מלגלג געטוהן שלעכט?
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2020 8:24 am
דורך chosen people
אישתישבי האט געשריבן:וואס האט דער מלגלג געטוהן שלעכט?
אין היינטיגע חרידישע אטמעספערע אפשר פארשטייט מען עס נישט. אבער פשוט פאר אפלאכן פון יענעם ווייל יענער האלט אנדערש אין הלכה ווי דיר איז ראנג...
---------
הוציאו משנתן.. ער האט זיי ביידע געווארפן פון ישיבה זיי האבן נישט דורך געלעבט די זמן..
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2020 12:51 am
דורך בר בי רב
לימא כתנאי
מקשין העולם, בר קפרא איז א תלמיד דרבי. זיינע תלמידים זענען זיכער נישט קיין תנאים. בכלל די לשון איז חריג צו נוצן אויף בני בלי שם וואס ווערן דערמאנט לגנאי. ס'פעלט דא. די גמרא האט געזאלט ברענגען עפעס א משנה, און דערנאך די מעשה מיט תלמידי בר קפרא, אז זיי זענען בתנאי קמפלגי, נאר די צוויי שטיקלעך זענען צושמאלצן געווארן.
זעצט די גמרא, לעולם האלטן ביידע אז שלקות שהכל. דאס איז לפי מסורת בנימין בר יפת וכמנהג ארץ ישראל. ווייל מסורת בבלי אויסגעשמועסט אויפן פריערדיגן עמוד, אפילו לפי רב חסדא כרוב שלוק האדמה.
תוספות דורמסקין האט געהאט אן אנדער גירסא אין רש"י, ווייל אונזער רש"י שמועסט אויס וואס תוספות זאגט גענוי.
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2020 12:52 am
דורך בר בי רב
בעי רב פפא מיא דשיבתא מאי למתוקי טעמא עבדי או לעבורי זוהמא עבדי
וואס איז מעשה דא. שיבתא איז די איינציגסטע באשטאנדטייל? איז דאך נישט אנדערש פון מיא דסלקא. ותו, וואסערע זוהמא? נאר זוהמא קומט פון קאכן פלייש. אז די גמרא פירט אויס לטעמא עביד, הייסט אז פלייש זיפ מיט דיל איז האדמה? און כ"ש אנדערע ירקות, ווייל אויף דעם אידאך ניטאמאל געווען די איבעיא.
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2020 12:56 am
דורך בר בי רב
אישתישבי האט געשריבן:וואס האט דער מלגלג געטוהן שלעכט?
בר קפרא זאגט דאך פארוואס, חבירך דומה כמי שלא טעם טעם בשר מעולם. ער האט זיך ארויפגעווארפן אויף די פייגעלעך און זיי פארציקט. ס'נישט קיין נימוס און ס'ווייזט אוויף רעבתנות.
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2020 6:28 am
דורך העלא
אישתישבי האט געשריבן:וואס האט דער מלגלג געטוהן שלעכט?
עס ליגט אין די ווערטער אין די גמרא, אם חבירך דומה כמי שלא טעם טעם בשר, דאס מיינט אז די סיבה פונעם מברך איז ווייל ס'איז חביב, טא אויב אזוי פארוואס מאכסטו ליצנות פון אינעם ווסא מאכט א ברכה אויף דאס וואס איז אים מער חביב
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2020 7:26 am
דורך בר בי רב
ברכות מם
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 9:00 am
דורך בר בי רב
אמר רבי זירא ואיתימא רב חיננא בר פפא אין הלכה כרבי יהודה ואמר רבי זירא ואיתימא רחב"פ מאי טעמא דרב"י.
גירסת מקצת ראשונים הלכה כרבי יהודה. ומסתברא דהכי הווי, ווייל ער גיבט א טעם לדברי רבי יהודה. נאר וויבאלד למעשה אין הלכה כרבי יהודה, און די גמרא ברענגט נישט קיין חולקים מפורשים אויף רבי זירא, האט מען מגיה געווען אז אין הלכה.
מ'דארף נישט קוקן צו ווייט צו זען אז סתמא דגמרא אין הלכה כרב"י. סוף עמוד, סד"א לפי רבי יהודה אז חיטה איז בפה"ע, קמ"ל אז חטה בפה"א. אופס, רבי יהודה האלט דאך מיני זרעים, נאר די גמרא איז נישט מקפיד צו געבן רב"י'ס פערספעקטיוו דא.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2020 9:01 am
דורך בר בי רב
רבי יהודה, טאמער וויל ער גיין מיטן טעם דדעת, קען ער ווען זאגן עץ הדעת תמר היה, דכתיב חמאה ודבש יאכל לדעתו מאוס ברע ובחור בטוב. אזוי קען מען רעדן פון א געהעריגן בוים.