בלאט 8 פון 11
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:42 am
דורך מפיל קינד
די גרעסטע מלחמה גייט זיין אויפן בענקל אין מועצת גדולי התורה.
אבער לכאורה גייט עס קיינער פון זיי נישט באקומען.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 10:34 am
דורך כלבאשבוע
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 11:11 am
דורך Chuchem
ק/פ
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 11:46 am
דורך מנחם ציון
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 11:47 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עמעזאן האט געשריבן:לפי החזון איש הייסט דאס נישט נגיעה
ווער עס האט עם געפרעגט? פשטות זיין נעפיו חותן המלך
דער חזון איש זאגט אז אין א שאלה פון חו"מ מעג א פעטער פסקנ'ן פאר זיין פלעמעניק? נישט מיין חזון איש. ער פלעגט געווענדליך זיך פירן לויט די משניות און גמרא אונזערע, און דארט איז א פעטער נישט קיין כשר'ע דיין פאר זיין פלעמעניק.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 12:08 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:לפי החזון איש הייסט דאס נישט נגיעה
ווער עס האט עם געפרעגט? פשטות זיין נעפיו חותן המלך
דער חזון איש זאגט אז אין א שאלה פון חו"מ מעג א פעטער פסקנ'ן פאר זיין פלעמעניק? נישט מיין חזון איש. ער פלעגט געווענדליך זיך פירן לויט די משניות און גמרא אונזערע, און דארט איז א פעטער נישט קיין כשר'ע דיין פאר זיין פלעמעניק.
ער האט גערעדט בנוגע נגיעה אויף דעם איז פארהאן א חזו"א אז שוחד איז געלד דייקא און אלס גזירת הכתוב
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 12:11 pm
דורך מפיל קינד
מען דערציילט אז די חסידישע יצר הרע האט זיך אמאל געטראפן מיט די ליטווישע יצר הרע. דער ליטוואק איז געווען אויסגערוט ווי א בער און דער חסידישער איז געווען אפגעמוטשעט און שווייס האט זיך געגאסן פון אים.
פרעגט דער ליטוואק, יצר הרע'לע, וואס גייט דיר אזוי שווער?
זאגט דער חסידישער יצר הרע, אז ער ארבעט אזוי שווער צו מאכן מחלוקת, ער ברענגט אראפ אסאך רעבישע קינדער, ער הרג'ט רבי'ס, מאכט צוואות, מישט אריין די רעביצין, אבער ביז 2 וואכן איז יעדער צוריק בשלום. ס'גייט אים זייער שווער.
זאגט דער ליטוואק, איך ווייס נישט וואס דו ווילסט. איך האב איינמאל געמאכט א מחלוקה אין פונוביז פאר 50 יאר צוריק, און ביז היינט קען איך נאך שלאפן רואיג...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 1:09 pm
דורך קלונימוס
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:54 pm
דורך תרמב
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:ניין. קוק אויף די ווידאוס פון די שבעה, ער האט זיך אויפגעפירט ווי כולו שלו, ער האט געוואוסט אז די ברודער איז די זאך, אבער ער פירט די שמועסן, זיצט אינמיטן וכו'. נישט אז ער איז נישט בארעכטיגט, אבער דער פאקט אז ער נעמט נישט אריין זיין ברודער - דער זיכערער ממשיך - אין די זאך, ווייזט אויף עפעס.
אויסער דעם, אויב ער וואלט געזעצן שטיל, וואלט מען אים נישט געדארפט פארגיטיגן... וד"ל.
איך זאג גארנישט, איך קלער נאר...
פארוואס זאל דער עלצטער נישט זיצן אינמיטן? ער ווערט אויס בכור ווייל זיין ברודער איז רבי? את לרבות את אחיך הגדול גייט נישט ביי קיין רבי'ס?
דאכצעך מיר אז לעצטנס ווען מען איז געזעצן שבעה אין תולדות אהרן, איז דער עלטערער ברודער תוא"י, געזעצן אין צענטער.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:57 pm
דורך מנחם ציון
יין שרף האט געשריבן:פארשטיי איך נישט. אויף יעדע רבי האט מען געהאט טענות פארוואס ער שרייבט נישט קיין קלארע צוואה וואס ער וויל זאל זיין לאחר מותו, און ער האט נישט פארשטאנען אז מען גייט זיך הרג'ענען. און יעצט האט איין רבי שוין קלאר מגלה דעת געווען וואס ער וויל, האט מען ווייטער טענות..
שוין געקומען די צייט אז רבי'ס זאלן זאגן א טאג נאך זייער אייגענע הכתרה וועם זיי ווילן אלס ממשיך...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:05 pm
דורך מנחם ציון
בוטן האט געשריבן:בעל דרשן האט געשריבן:אין סאדיגורא איז דא קלארע צוואה
און אין באבוב איז געווען קלאר די דעת פון די דברי שלמה אז זיין זון רבי נפתלי זאל איבערנעמען און זיין זון רבי בנציון רב הצעיר וואס רב הצעיר מיינט ווייסט יעדער איינער אז ער נעמט איבער דערנאך
און טאקע דערפאר זענען אלע געהויבענע חסידים ומשמשים בקודש אריבער צו אדמו"ר רבי בנציון שליט"א אינאיינעם מיט רוב באבוב עס איז א פאקט וואס די אין דיין הארץ ווייסט גוט נאר עס פאסט אייך נישט צו מודה זיין עס טוט וויי... איך פארשטיי
און נישט אומזיסט האט 45 ביטער פארלוירען אין די דין תורה
סארי מ'האט גענומען שוחד... הא הא ווען איך פארליר שריי איך אויך שוחד שוחד בלא בלא בלא....
באבוב 45 איז אין פאקט מער מקובל אין די וועלט, כאטש באבוב 48 קריצט מיט די ציין. און אפשר וועגן דעם טאקע, אז ר' מרדכי דוד'ס מענטשן האבן נישט קיין פראבלעם אז ס'דא נאך א באבוב און בנציון יא
#דיטש אלערט
ס'גייט אויף די זעלבע וועג ווי די לעלובער שמועס אין דער אשכול
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:05 pm
דורך מנחם ציון
טעות
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:09 pm
דורך מנחם ציון
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:לפי החזון איש הייסט דאס נישט נגיעה
ווער עס האט עם געפרעגט? פשטות זיין נעפיו חותן המלך
דער חזון איש זאגט אז אין א שאלה פון חו"מ מעג א פעטער פסקנ'ן פאר זיין פלעמעניק? נישט מיין חזון איש. ער פלעגט געווענדליך זיך פירן לויט די משניות און גמרא אונזערע, און דארט איז א פעטער נישט קיין כשר'ע דיין פאר זיין פלעמעניק.
א צוגעקומענע אויך?
אן עלטער פעטער אויך?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:19 pm
דורך אישתישבי
ער קען זאגען זיין דעה אפגעזעהן צו ער איז א נוגע צו נישט. צו ער קען זיין א דיין איז א אנדערע געשעפט.
דער דזאק פין למען השלום לאזט מען נישט אויספירן די צוואה איז אזוי פאני ווי דער גאנצער צוואה.
וואס גייט פאר למעשה דארט? איינער ווייסט?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:48 pm
דורך בוטן
אישתישבי האט געשריבן:ער קען זאגען זיין דעה אפגעזעהן צו ער איז א נוגע צו נישט. צו ער קען זיין א דיין איז א אנדערע געשעפט.
דער דזאק פין למען השלום לאזט מען נישט אויספירן די צוואה איז אזוי פאני ווי דער גאנצער צוואה.
וואס גייט פאר למעשה דארט? איינער ווייסט?
וואס הייסט וואס גייט פאר? האסטו נישט געלייענט פריער, אז דער גראפאלאג האט געזען אויף זיין שריפט 'גרויסע' זאכן? וואס דארף מען מער???
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:56 pm
דורך מנחם ציון
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס דרייט זיך ערגעץ א נייעם צוואה אויף דער געוועב?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 6:20 pm
דורך עסקן בדברים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס דרייט זיך ערגעץ א נייעם צוואה אויף דער געוועב?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 6:42 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שוין א סוגיא פון שני שטרות היוצאים ביום אחד
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 8:13 pm
דורך בוטן
איינער האט איבערגעלייענט דעם צווייטן ערשט וואס יעצטיגע דאקומענט? ס'קלעבט דאך נישט די סעיפים. זאל ר' יושע'לע זיין אין לעיקוואוד אדער אין בני ברק?
און די חתימה איז די זעלבע דאטום ווי די ערשטע... מי בוחש בקדירה??
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:13 pm
דורך [NAMELESS]
אפשר האט ער געהאפט צו שטעלן אים בחייו אין ליקווד און לאחר מאה ועשרים זאל ער איבערנעמען די גאנצע מעשה.
און דער פון ירושלים זאל בלייבן דארט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:23 pm
דורך שושן פורים
עמינדב האט געשריבן:אפשר האט ער געהאפט צו שטעלן אים בחייו אין ליקווד און לאחר מאה ועשרים זאל ער איבערנעמען די גאנצע מעשה.
און דער פון ירושלים זאל בלייבן דארט.
שטייט טאקע אזוי זייער קלאר, קוק סעיף ט'
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 9:26 pm
דורך מפיל קינד
איין גרויסע חילוק צווישן ביידע צוואות.
אין די ערשטע שטייט אז אלע מוסדות בכל העולם זענען פאר'ן ינוקא.
אין די צווייטע שטייט קלאר אז די מוסדות אין ירושלים גייען צום ירושלימער רב.