בלאט 8 פון 18
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 12:40 am
דורך חדשים
צומישט און צוחישט האט געשריבן:חדשים האט געשריבן:צומישט און צוחישט האט געשריבן:חדשים האט געשריבן:ווער האט געמאכט די אלע חילוקי דינים און שו”ת ספרים מיט גאנץ אוצר החכמה? האט דאס גאט געמאכט, אז עס ווייזט אויף געטליכקייט?
איך זאג אז ווען חז"ל זאגן אז די תורה איז נאר מחייב א מענטש וואס נייעט צוויי סטיטשעס שבת אדער שעטנז, אדער שרייבט דווקא צוויי אותיות שבת און נישט איינס, גלייב איך עס ווייל איך זעה נישט וואספארע מענטשליכע אינטערעסע ס'קען ליגן אין דעם,וכן בכל דיני התורה,,
און אז איך גיי דיר זאגן וועלכע אינטערעסע זיי האבן גייט עס עפעס טוישן ביי דיר?
קודם זאל זיך עפעס טוישן אפילו ווען איך האלט אז תורה מן השמים נאכדעם העמיר זעהן ווייטער,,,
האסט גענטפערט מיין קשיא?
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 12:44 am
דורך צומישט און צוחישט
חדשים האט געשריבן:צומישט און צוחישט האט געשריבן:חדשים האט געשריבן:צומישט און צוחישט האט געשריבן:הרב אורי זוהר ז"ל האט געזאגט אז די זאך וואס האט עם די מערסטע אויפגעשאקלט און געמאכט טראכטען אז תורה מן השמים, איז ווען ער האט אריינגעטראכט אין כמה דיני התורה און געזעהן די פילע דקותדיגע דינים דערין, האט ער געטראכט וועלכע ילוד אשה וואס האט געוואלט שאפן א רעליגיע, וואלט געהאט א אינטערעסע צו מאכן א חילוק אז שבת אויב נייעט מען שתי תכופות איז מען חייב און ביי איינס נישט, און אזוי ווייטער נעם יעדע עשה אדער לא תעשה און קוק אין רמב"ם אדער סיי ווי, די פילע חילוקי דינים אין יעדע זאך, דיני איסור והיתר, דיני שינוי מקום ביי ברכות הנהנין, וכו' ווי פאלט ביי פאר א מענטש אזוינע מאדנע זאכן אין א רעליגיע, וואס וועט אים עס ברענגען כבוד אדער געלט??
אגב אני הקטן גלייך זייער שטארק לימוד העיון, און ווען ס'קומען די הרהורים פון דעם אשכול, לייג איך מיר אריין אין א סוגיא אין נשים אדער נזיקין, און ווען איינער אקערט דורך א סוגיא אהן איבערלאזן א שטיינדל אומאיבערגעקערט און ער נעמט עס צאם נאכדעם, ווער רעדט נאך אז ער קלארט עס אויס בכתב, איז נישט מעגליך נאכדעם צו לייקענען תורה מן השמים, מיינע ברודער איך בין ליידער נישט די גרעסטע יר"ש,, אבער די תורה איז עמוק עמוק מי ימצאנו, ס'נישט שייך בעולם די זאכן זאלן זיין מיוסד אויף מענטשליכע טראכטונגען,,
מיר האט די מערסטע אויפגעשאקעלט וועלכע
גאט וואס האט געוואלט שאפן א רעליגיע, וואלט געהאט א אינטערעסע צו מאכן א חילוק אז שבת אויב נייעט מען שתי תכופות איז מען חייב און ביי איינס נישט? אדער ווי פאלט ביי פאר א
גאט אזוינע מאדנע זאכן אין א רעליגיע?
איך האב געטוישט פון ילוד אשה צו גאט אזויווי הרב זוהר וויל, און איך בין געבליבן מיט די זעלבע קשיא... אין אנדערע ווערטער וויאזוי בארואיגט הרב זוהר זיין וואונדער ווען עס איז תורה מן השמים?
אז דו פארשטייסט נישט אז ס'דא סיבות ס'זאל בייפאלן כביכול פאר א גאט זאכן וואס האבן נישט קיין פשט ס'זאל בייפאלן פאר א מענטש, איז פשט אז דו שעצט נישט מער געטליכקייט פון מענטשליכקייט,, אזא איינער ווי דיר דארף זיך נישט מוטשענען צו תורה מן השמים ווייל דו שעצט די זעלבע תורה מן השמים ווי להבדיל פון א ילוד אשה,,
פארקערט, ווייל איך שעץ מער געטליכקייט פון מענטשליכקייט, האב איך א העכערע סטאנדארט וואס איך ערווארט פון געטליכקייט.
אין א סייד נאוט, עס פעלט נישט אויס ארויסצוברענגען דיינע טענות אויף א פערסאנעל לעוועל, מען קען אויך דן זיין לגופו של ענין.
וואס איז א העכערע סטאנדארט אין געטליכקייט אז דו ערוואטסט צו משיג זיין וואס ס'פאלט ביי פאר געטליכקייט, אדער אז איינמאל ס'דיר קלאר אז אזוי וויל גאט ביסטו דיך מכניע צו זיין רצון אפילו דו פארשטייסט נישט זיינע בייפעלער?
אגב כ'האב נישט געמיינט דיר פערזענליך נאר זיך באצויגען צום טענה.
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 12:47 am
דורך צומישט און צוחישט
האסט גענטפערט מיין קשיא?[/quote]
איך מיין אז יא חוץ אויב כ'האב נישט פארשטאנען וואס דו פרעגסט
Re: ענטפערס אין אמונה
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 12:48 am
דורך שערי יושר
סווערט דא א ציטיר בתוך ציטיר בתוך ציטיר (אייוועלט סטייל)
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 12:54 am
דורך חדשים
אין אנדערע ווערטער, אונז זאג מיר ביידע די זעלבע זאך אז די חילוקי דינים מאכט נישט קיין סענס. דאס אז דו ריקסט אריין גאט מאכט עס גארנישט מער סענס. פאר די געלט קענסטו שוין טרעפן א סיבה פארוואס חז”ל ממתן תורה עד ימינו אלה שטעלן אוועק גדרי הלכה. עס גייט עס ענדערשער מאכן פאר א פארשטענדליכע זאך.
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 3:33 am
דורך שמן למאור
צומישט און צוחישט האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:צומישט און צוחישט האט געשריבן:הרב אורי זוהר ז"ל האט געזאגט אז די זאך וואס האט עם די מערסטע אויפגעשאקלט און געמאכט טראכטען אז תורה מן השמים, איז ווען ער האט אריינגעטראכט אין כמה דיני התורה און געזעהן די פילע דקותדיגע דינים דערין, האט ער געטראכט וועלכע ילוד אשה וואס האט געוואלט שאפן א רעליגיע, וואלט געהאט א אינטערעסע צו מאכן א חילוק אז שבת אויב נייעט מען שתי תכופות איז מען חייב און ביי איינס נישט, און אזוי ווייטער נעם יעדע עשה אדער לא תעשה און קוק אין רמב"ם אדער סיי ווי, די פילע חילוקי דינים אין יעדע זאך, דיני איסור והיתר, דיני שינוי מקום ביי ברכות הנהנין, וכו' ווי פאלט ביי פאר א מענטש אזוינע מאדנע זאכן אין א רעליגיע, וואס וועט אים עס ברענגען כבוד אדער געלט??
אגב אני הקטן גלייך זייער שטארק לימוד העיון, און ווען ס'קומען די הרהורים פון דעם אשכול, לייג איך מיר אריין אין א סוגיא אין נשים אדער נזיקין, און ווען איינער אקערט דורך א סוגיא אהן איבערלאזן א שטיינדל אומאיבערגעקערט און ער נעמט עס צאם נאכדעם, ווער רעדט נאך אז ער קלארט עס אויס בכתב, איז נישט מעגליך נאכדעם צו לייקענען תורה מן השמים, מיינע ברודער איך בין ליידער נישט די גרעסטע יר"ש,, אבער די תורה איז עמוק עמוק מי ימצאנו, ס'נישט שייך בעולם די זאכן זאלן זיין מיוסד אויף מענטשליכע טראכטונגען,,
אי משום הא דארף מען בלויז קוקן אין די ספרים פון אנדערע רעליגיעס און זען אז ביי זיי איז פונקט אזוי דא חכמות מיט געוואלדיגע טיפע שרייבווערק וואס איז אויך עמוק עמוק. אלע רעליגיעס האבן געהאט דורכאויס די יארן געוואלדיגע קעפ און טיפזיניגע דענקערס וואס האבן איבערגעלאזט נאך זיך א טיץ פון טיפזיניגע חיבורים. דא האט איר א בילד פון די בודאהיסטישע ש"ס, כ'בין נייגעריג אויב דו וואלסט געמאכט א שיעור עיון דערין, צו וואלסטו אפשר אויך צוגעקומען אז עס מוז זיין מן השמים.
נאך א זאך וואס איז כדי צו אריינצוקלערן דערין. די פסוקי התורה זענען נישט עפעס ספעציעל טיף, אזוי אויך די משניות זענען אויך נישט זייער טיף, ווי עס הייבט אן צו ווערן קאמפלעצירט איז ווען די אמוראים הייבן אן צו פרעגן קשיות מיט סתירות און מען מוז איינזעצן פשטים און פשט'לעך עס צו פארענטפערן, און דאן קומט תוספות מיט די מפורשים און פרעגן ווייטער וכ' וכ' וואס דארט איז ווי עס ווערט טיף. אבער דאס איז שוין ווייטער די טראכטונגען פון מענטשן. (פיין... קענסט זאגן אז כל מה שתלמוד עתיד לחדש... וכ' אבער דא זענען מיר דן צו פון די טיפקייט פון די ווערטער אליין מוז זיין אז עס קומט פון הימל... און אויף דעם זעט מען קלאר אז ס'איז די תוצאה פון גוטע קעפ וואס האבן געקענט גוט דרייען, שוין אפגערעדט פון די שפעטערדיגע טיפע אחרונים) און מיט דעם אלעם בלייבט אויף יעדע בלאט גמרא צענדליגע זאכן וואס מען מוז ווארטן אז תושבי זאל פארענטפערן...
איך האב געשריבן צוויי נקודות, אויף די ערשטע חלק וואס כ'האב ארויסגעברענגט אז וועלכע מענטש האט געהאט א אינטערעסע אז ווען מ'קאכט א זאך שבת, אדער ווען מ'קאכט א איסור מיט א היתר, זאל ביי א כלי ראשון יא זיין א פראבלעם און ביי א כלי שני נישט,אדער די דין פון שומע כעונה, וכדומה ואטו כי רוכל ניזל ונחשוב, און איך רעד נישט פון א דין אליינס אויף דעם ברענגסטו זייער גוט די משל פון מהר"א, נאר איך רעד פון די פרטים אין די דין כנ"ל, נעם יעדע פון די זאכן וואס איז דא אויף יעדע פון זיי אזויפיל חילוקי דינים און שו"ת ספרים, איז שייך צו זאגן אז די אלע זאכן האט א מענטש געהאט א מבצע צו פאברעצירן? אויף דעם זעה איך נישט וואס דו האסט מיר געענפערט,
און לגבי די חלק פון טיפקייט, איך רעד נישט פון טיפקייט אין אידאלאגיע אדער גלויבונג, נאר פון טיפקייט אין דיני תורה, און מיין ראי' איז טאקע פון די משניות (וואס איז אגב יא טיף,כ'קען דיר פארהערן מס'כלאים, מקוואות,קנים,וכו' ?) און פון תלמוד בבלי, און אויף דעם די ראשונים, ווען מ'לערנט זייערע ווערטער זעהט מען אז די זאכן קענען נישט זיין געבויעט אויף לופט, דעיס איז מער געפיל ווי ראי' און א געפיל קען איך נישט אזוי גוט מסביר זיין, אבער איינער וואס האט שוין געלערנט אפאר בלאט גמ' תוס' בעיון שפירט אז דא ליגט עפעס העכערס,(כ'געדענק אז דער חזו"א אין די אגרות לייגט גוט אראפ די געפיל, כ'האב עס נישט ביי מיר יעצט מעתיק צו זיין,,) און איך מיין אז דו וועסט אפציילן אין אוצר החכמה וויפיל ספרים ס'דא נאר אויף ביאורים אין ש"ס און הלכה, -נישט חסידות אדער קבלה ,אמונה, וכדומה-וועסטו נישט טרעפן נאך א אומה ולשון וואס האט עס בכמות ובאיכות.
איך מיין אז כ'האב זיך שוין זייער גוט ארויסגעברענט אין מיינע פריערדיגע ווערטער, לאמיך נאר פראבירן אביסל בעסער מסביר זיין.
דיין ערשטע ראיה איז, אז היות די תורה האט אזוי פיל חילוקי דינים און פרטים, מוז זיין אז ס'איז פון גאט, ווייל א מענטש וואלט נישט געהאט קיין אינטערעסע צו אויסטראכטן אזעלכע זאכן.
יעצט, איך זע פון דיינע ווערטער אז דו ביסט מסכים אז סתם דינים קענען מענטשן אויסטראכטן, די רעדסט נישט פונעם דין אליינס ווי דו זאגסט קלאר. מיר זעען טאקע אז די מוסלאמענער האבן אויסגעטראכט א גאנצע ראמאדאן, אפילו עס האט נישט קיין ניצן פאר קיינעם, וואס שטערט דיר איז די פרטי הדינים...
אויף דעם האב איך דיר געברענגט א קלארע אפענע ראיה אז אזעלכע זאכן 'האבן פאקטיש פאסירט'!!! די גאנצע מצווה פון צינדן חנוכה לעכט איז א זאך וואס מענטשן האבן אויסגעטראפן...! און דאך זענען זיי געווען ביזי אז העכער 10 טפחים איז עס נישט גוט, און עס מוז זיין דווקא אינטער 10 טפחים, אבער העכער 3 טפחים, דווקא ביים טיר אדער ביים פענסטער, פינקטליך וועלכע סדר צו צינדען, ווען צו צינדן, וועלכע אויל איז גוט וכ' וכ' הגם אלעס האבן מענטשן אויסגעטראכט, דאך זענען זיי קלאר געווען ביזי מיט פרטים און פרטי פרטים. האסטו פשוט א קלארע ראיה אז מענטשן מאכן הלכות מיט פרטים. איי וועסטו טענה'ן אז מען קען זאגן פשטים אויף די אלע גדרים? פיין.. אויף די אלע פרטים אין די תורה קען מען אויך זאגן סיבות מיט פשט'לעך... דיין סברה איז אבער געווען אז עס וואלט נישט אינטערסירט פאר קיין מענטשן צו מאכן דינים מיט אזוי פיל פרטים, און אויף דעם האב איך דיר געוויזן אז יא.
וואס איז די סיבה דערפאר? פארוואס זאלן מענטשן זיכן צו מאכן אזעלכע חילוקים וואס עס מאכט נישט אויס פאר קיינעם סייווי? מען קען זאגן סברות, קען זיין אז זיי ווילן מאכן א קאמפליט זאך פון אלע זייטן. מען גייט אסר'ן צו קאכן שבת, וועט מען נאר אסר'ן ווען עס קאכט טאקע, אבער א כלי שני וואס קאכט שוין נישט איז יא מותר וכדומה. אז מען מאכט שוין יא הלכות, זאל מען עס מאכן גוט מיט אלע פיטשיווקעס. מען קען זאגן סברות... אבער ווי אויפגעוויזן געווארן אויבן, איז דאס א פאקט אז אזוי טוען מענטשן.
און אויף דיין צווייטע פראגע... דו דארפסט פשוט מער קוקן די גויאישע ספרים צו זען אז זיי האבן פונקט אזעלכע טיפע ספרים, זיי זענען טאקע נישט אזוי ביזי מיט הלכה אבער דאס נעמט נישט אוועק פון די טיפקייט פון וואס זיי רעדן. מען קען פינקט אזוי נתפעל ווערן פון א גויאישע ספר און שפירן אז ס'איז ממש הימליש, ווי @לעיקוואד האט געשפירט אויף
פידריך ניטשע'ס בוך. טיפע מוחות וועלן מאכן טיפע בוכער, אז דו וועסט פראבירן צו ליינען אביסל סייענטיפישע פאפירן פון איינשטיין און אביסל אנעלוזירן וואס ער האט אלס ערפינדן, וועסטו אויך פילן אז עס מוז זיין אז גאט האט דאס געשריבן. כמובן אז די גרויסע מוחות ביי אידן האבן געפילעוועט אין די תורה, און דארטן איז וויי זייער חידושים ליגן.
דו ווייסט פשוט נישט וואס עס גייט פאר אין אנדערע רעליגיעס, ווערסטו נתפעל פון אונזער אוצר החכמה. אין די קריסטליכע רעליגיע איז דא פונקט אזוי פיל ספרים און בוכער ווי ביי אונז, און אזוי אויך אין איסלאם א.א.וו. מיינסט נאר ביי אונז זענען דא שארפע קעפ וואס זענען ביזי פארטייטשן און אריינלערנען און פארשטיין די רייד פון די קדמונים? ביי זיי איז עס פונקט די זעלבע. און דער קריסט וואס איז זיך מעמיק אין די רייד פון א פריערדיגע קדמון וואס פארטייטשט א שטיקל ברית החדשה שפירט אויך אז דאס איז די רייד פון די הייליגע גייסט. איך זע נישט פארוואס די קוקסט אן אונזער ריבוי ספרי הלכה אז דאס צייגט אויף עפעס שטערקער כלפי געטליכקייט.
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 9:33 am
דורך חדשים
נאך א נקודה ארום הרב זוהר’ס אויפשאקלונג, וויאזוי פארענטפערט ער אומפארשטענדליכע חילוקי דינים וואס קומט זיכער פון א ילוד אשה? שטעלענדיג אים אויף די חזקה, אז ער איז געווארן א חלק פון די אנגענומענע חדר, וועט ער ענטפערן, אז אונז קען מיר נישט משיג זיין די כונה פון אונזערע רבי’ס. זיי זענען למעלה מהשגתינו. אויב אזוי, וואס איז די ראיה לתורה מן השמים? עס קען נאך אלץ זיין אז עס איז פון א ילוד אשה און זיי זענען למעלה מהשגתינו...
איך בין געווען אמאל אין צפת אויף שבת. שבת נאכמיטאג בשעת’ן מקיים זיין די הילוכך תהא בנחת, האבן מיר אנגעטראפן א אידענע וואס וואוינט אין צפת. זי איז א אטעאיסט. מען איז אריין און א שמועס בענין ספירוטואליטי און מיסטיזם, דהיינו צפת, אן גלייבן אין גאט. בתוך השמועס, פרעגט איר מיין ווייב וויאזוי איז זי מסביר א געוויסע זאך אן גאט? האט זי צוריקגעפרעגט, וויאזוי ביסטו עס מסביר מיט גאט? די תירוץ איז געווען בערך, אז עס איז זאכן וואס אונז פארשטיי מיר נישט. רופט זי זיך אן, איך זאג די זעלבע זאך, עס איז זאכן וואס אונז פארשטיי מיר נישט...
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 1:56 pm
דורך צומישט און צוחישט
שוין צופיל ציטאטן צו ציטירן, העמיר זיך באגיין אזוי,
לגבי וואס הרב שמן למאור איז מגיב אויף מיין ערשטע נקודה: ס'סה"כ דא ז' מצוות דרבנן, און כשתבדוק בהם תמצא אז אלע דינים אין זיי איז אדער פשוט וויכטיג ווייל אויב נישט ערייכט מען נישט די ציהל וואס חז"ל האבן געוואלט מיט די תקנה, למשל נר חנוכה, די אלע דינים וואס דו האסט געברענגט לראי' זענען פשוט ווייל אהן דעם וועט נישט זיין קיין פירסומי ניסא וואס דאס איז די ציהל פון נר חנוכה, אדער איז דא פילע דינים וואס איינמאל חז"ל האבן געמאכט די תקנה האבן זיי עס אוועקגעשטעלט אז ס'זאל גיין מיט די טירמ'ס און קאנדישאנ'ס פון אלע דיני התורה, ווי למשל ווען זיי האבן מתקן געווען נטילת ידים לפת האבן זיי געזאגט אז כל מה שחוצץ בטבילה חוצץ בנטילה וכו'
און לגבי דיין תגובה אויף נקודה ב': כ'מיין כ'האמיר שוין גענוג מסביר געווען אז איך רעד נישט פון סתם טיפקייט, איך רעד נישט פון ספרי רמח"ל און נישט פון בעל העקידה, מהר"ל, וכו' וכו' נישט פילאזאפיע, און נישט קבלה, און נישט ספרי מחשבה, (און אויך נישט פון שיר השירים אדער אונזערע פיוטים און יוצרות, אדער אלע אנדערע ספרי חכמה פון כלל ישראל וואס זענען בדרך משל ומליצה, וואס אויף דעם האסטו צוגעצייכנט די בוך וואס לעיקוואד האט געהאלטן ס'הימלדיג), איך רעד פון א סימפל שער המלך אויף א ווארט אין רמב"ם אין הל' אישות אדער אין הל' מלוה ולוה, אדער א מהרלב"ח אויף עגונות, וועלכע אנדערע אומה ולשון האט דעיס??
און יעצט קום מיר נישט זאגן אז אין אלע געזעץ ביכער קען מען זיך מפלפל זיין אין יעדע ווארט, ווייל איך רעד נישט סתם וויפיל ס'קען ליגן אין איין ווארט, נאר פון די ברייטקייט און עמקות וואס יעדע סוגיא אין אונזער תורה פארמאגט, און עגעין ס'איז מער א געפילישע זאך ווער ס'וויל עס באמת פארשטייען זאל לערנען 2 שעה גמ' תוס' מיט יעדע מהרש"א און באמת ליגן אין די סוגיא וואס ער לערנט וועט ער מודה זיין צו מיר, (כ'ווייס נישט צו בפה אבער בלב זיכער...)
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 2:09 pm
דורך צומישט און צוחישט
חדשים האט געשריבן:נאך א נקודה ארום הרב זוהר’ס אויפשאקלונג, וויאזוי פארענטפערט ער אומפארשטענדליכע חילוקי דינים וואס קומט זיכער פון א ילוד אשה? שטעלענדיג אים אויף די חזקה, אז ער איז געווארן א חלק פון די אנגענומענע חדר, וועט ער ענטפערן, אז אונז קען מיר נישט משיג זיין די כונה פון אונזערע רבי’ס. זיי זענען למעלה מהשגתינו. אויב אזוי, וואס איז די ראיה לתורה מן השמים? עס קען נאך אלץ זיין אז עס איז פון א ילוד אשה און זיי זענען למעלה מהשגתינו...
איך בין געווען אמאל אין צפת אויף שבת. שבת נאכמיטאג בשעת’ן מקיים זיין די הילוכך תהא בנחת, האבן מיר אנגעטראפן א אידענע וואס וואוינט אין צפת. זי איז א אטעאיסט. מען איז אריין און א שמועס בענין ספירוטואליטי און מיסטיזם, דהיינו צפת, אן גלייבן אין גאט. בתוך השמועס, פרעגט איר מיין ווייב וויאזוי איז זי מסביר א געוויסע זאך אן גאט? האט זי צוריקגעפרעגט, וויאזוי ביסטו עס מסביר מיט גאט? די תירוץ איז געווען בערך, אז עס איז זאכן וואס אונז פארשטיי מיר נישט. רופט זי זיך אן, איך זאג די זעלבע זאך, עס איז זאכן וואס אונז פארשטיי מיר נישט...
לענ"ד, פאר מ'הייבט זיך אהן טענה'ן איבער מציאות השם, אדער תורה מן השמים, דארף זיין קלאר אז איינמאל דו ביסט מכיר אז ס'דא א גאט, פארשטייסטו אז דו ביסט זיינס א חפץ, און דו פארשטייסט אז ער האט דיר געשאנקען שכל נאר וויפיל ער וויל אז די מענטשליכע מין זאל משיג זיין,אויב וויל מיר אונז משיג זיין וואס גאט איז משיג וואס האבן מיר פון יא גאט אדער נישט ס'סיי ווי די זעלבע,, קומט אויס אז די ענטפער פאר די אטעאיסט איז אז יא ס'דא זאכן וואס אונז פארשטיי מיר נישט ווייל ס'דא א גאט וואס טוט זאכן אויסער פון אונזער גבולות השכל, אבער זי מוטשעט זיך ווייל זי דארף דאך אלעס פארשטייען ווייל ס'נישטא עפעס העכערס פון איר שכל, סוי קומט מען צוריק צו אייער ווייב'ס קושי' וויאזוי איז זי מסביר די זאך אן גאט?
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 2:24 pm
דורך שמן למאור
צומישט און צוחישט האט געשריבן:שוין צופיל ציטאטן צו ציטירן, העמיר זיך באגיין אזוי,
לגבי וואס הרב שמן למאור איז מגיב אויף מיין ערשטע נקודה: ס'סה"כ דא ז' מצוות דרבנן, און כשתבדוק בהם תמצא אז אלע דינים אין זיי איז אדער פשוט וויכטיג ווייל אויב נישט ערייכט מען נישט די ציהל וואס חז"ל האבן געוואלט מיט די תקנה, למשל נר חנוכה, די אלע דינים וואס דו האסט געברענגט לראי' זענען פשוט ווייל אהן דעם וועט נישט זיין קיין פירסומי ניסא וואס דאס איז די ציהל פון נר חנוכה, אדער איז דא פילע דינים וואס איינמאל חז"ל האבן געמאכט די תקנה האבן זיי עס אוועקגעשטעלט אז ס'זאל גיין מיט די טירמ'ס און קאנדישאנ'ס פון אלע דיני התורה, ווי למשל ווען זיי האבן מתקן געווען נטילת ידים לפת האבן זיי געזאגט אז כל מה שחוצץ בטבילה חוצץ בנטילה וכו'
און לגבי דיין תגובה אויף נקודה ב': כ'מיין כ'האמיר שוין גענוג מסביר געווען אז איך רעד נישט פון סתם טיפקייט, איך רעד נישט פון ספרי רמח"ל און נישט פון בעל העקידה, מהר"ל, וכו' וכו' נישט פילאזאפיע, און נישט קבלה, און נישט ספרי מחשבה, (און אויך נישט פון שיר השירים אדער אונזערע פיוטים און יוצרות, אדער אלע אנדערע ספרי חכמה פון כלל ישראל וואס זענען בדרך משל ומליצה, וואס אויף דעם האסטו צוגעצייכנט די בוך וואס לעיקוואד האט געהאלטן ס'הימלדיג), איך רעד פון א סימפל שער המלך אויף א ווארט אין רמב"ם אין הל' אישות אדער אין הל' מלוה ולוה, אדער א מהרלב"ח אויף עגונות, וועלכע אנדערע אומה ולשון האט דעיס??
און יעצט קום מיר נישט זאגן אז אין אלע געזעץ ביכער קען מען זיך מפלפל זיין אין יעדע ווארט, ווייל איך רעד נישט סתם וויפיל ס'קען ליגן אין איין ווארט, נאר פון די ברייטקייט און עמקות וואס יעדע סוגיא אין אונזער תורה פארמאגט, און עגעין ס'איז מער א געפילישע זאך ווער ס'וויל עס באמת פארשטייען זאל לערנען 2 שעה גמ' תוס' מיט יעדע מהרש"א און באמת ליגן אין די סוגיא וואס ער לערנט וועט ער מודה זיין צו מיר, (כ'ווייס נישט צו בפה אבער בלב זיכער...)
אויף דיין ערשטע טענה, קענסטו דאס אויך זאגן אויף די חילוקים פון די תורה. א סוכה מוז זיין דוקה ביז כ' אמה ווייל עס מוז זיין למען ידעו דורותיכם... און עס מוז זיין שלטה בה עיניה... וכ' וכ' אוודאי איז דא דינים וואס זענען א גזירת הכתיב, אבער אויף די פרטים איז דא הסברים.
דיין צווייטע טענה פארשטיי איך בכלל נישט, דו זיכסט עפעס וואס זאל זיין דווקא בדומה אויפן האר צו די תורה? די פוינט איז אז קליגע מענטשן מאכן קליגע בוכער, דאס ווייזט נישט אויף גארנישט. און ס'איז גראדע דא פיל גויאישע ביכער פון טיפע דענקערס וואס די תלמודים לערנען אריין מיט א געוואלדיגע ברייטקייט פילע הערליכע פשטים, און מען קען זיך קריגן און מדייק זיין אויף יעדע אות.
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 2:33 pm
דורך שמן למאור
צומישט און צוחישט האט געשריבן:
לענ"ד, פאר מ'הייבט זיך אהן טענה'ן איבער מציאות השם, אדער תורה מן השמים, דארף זיין קלאר אז איינמאל דו ביסט מכיר אז ס'דא א גאט, פארשטייסטו אז דו ביסט זיינס א חפץ, און דו פארשטייסט אז ער האט דיר געשאנקען שכל נאר וויפיל ער וויל אז די מענטשליכע מין זאל משיג זיין,אויב וויל מיר אונז משיג זיין וואס גאט איז משיג וואס האבן מיר פון יא גאט אדער נישט ס'סיי ווי די זעלבע,, קומט אויס אז די ענטפער פאר די אטעאיסט איז אז יא ס'דא זאכן וואס אונז פארשטיי מיר נישט ווייל ס'דא א גאט וואס טוט זאכן אויסער פון אונזער גבולות השכל, אבער זי מוטשעט זיך ווייל זי דארף דאך אלעס פארשטייען ווייל ס'נישטא עפעס העכערס פון איר שכל, סוי קומט מען צוריק צו אייער ווייב'ס קושי' וויאזוי איז זי מסביר די זאך אן גאט?
איך פארשטיי נישט פון וואו עס קומט דיין הנחה אז ביי דיפאלט קומט עס אז מען זאל אלעס פארשטיין, נאר אויב איז דא א גאט האט ער אוועקגעשטעלט א לימיט ביז וואו מען קען פארשטיין...
פארוואס זאגסטו אזוי? דאס איז קלאר אז די מענטשליכע שכל פארשטייט נישט אלעס... אבער ווער זאגט אז ער דארף בכלל עפעס פארשטיין? דער פראצודור פון עוועלוציע האט געמאכט אז אונז פארשטיי מיר כאטש עפעס, אבער מהיכא תיתי אז מען דארף אלעס פארשטיין? דער חיה און בהמה פארשטייט נאך ווייניגער פון דיר, פריי דיך כאטש אויף די חלקים וואס דו פארשטייסט יא.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 1:29 am
דורך קאסא גראנדע
שמן למאור האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:
קוק איבער נאכאמאל די פסוקים... עס שטייט נישט עד היום הזה, ער דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן די עתיד בכלל, ניטאמאל ברמז. איך זע נישט וויאזוי דו ביסט קאנווינסט אז משה איז געווען קאנווינסט אז דאס וועט נישט פאסירן נאכאמאל, ער זאגט עס זיכער נישט. ער זאגט יא אז ס'איז עפעס אויסערארנטליך וואס האט זיך נאכנישט געמאכט 'ביז היינט' אבער דעטס אלל.
כִּי שְׁאַל-נָא לְיָמִים רִאשֹׁנִים אֲשֶׁר-הָיוּ לְפָנֶיךָ צו וועם רעדט ער נאר צו זיין דור אדער צי מיר און דיר, די אידן פין וְהֵפִיץ יְהוָה אֶתְכֶם בָּעַמִּים וְנִשְׁאַרְתֶּם מְתֵי מִסְפָּר בַּגּוֹיִם אֲשֶׁר יְנַהֵג יְהוָה אֶתְכֶם שָׁמָּה???
אין יעדען פאל ביסטו מודה ער זאגט יא אז ס'איז עפעס אויסערארנטליך, און ניצט דאס אלץ זיין ארגיאמעט, איז אויב ווערט דאס נאכגעמאכט ווערט נישט זיין תורה פלסתר?
שמן למאור האט געשריבן:
נאך א פוינט, איינמאל אידישקייט האט שוין געמאכט א שטיקל בראטל דערפון און ספר דברים, און משה האט דאס אפגעשריבן אלס א פאקטאר צו בויען די אידישע רעליגיע, וויסנדיג אז ביז דעמאלס איז נאכנישט פארגעקומען אזא ערשיינונג ביי אנדערע קולטורן, איז עס שוין יעצט פילפאכיג שווערער פאר אזא לאגענדע זיך אנצופאנגען און פארפרייטן ביי אנדערע רעליגיעס, ווייל די אידן וועלן זיך גלייך ארויפכאפן דערויף און פאקן דעם כריזמאטישן פירער ביי די מעשה... ווארום זיי פראבירן אונז נאכצומאכן... זיי קענען דיטעקטן ווער עס וויל אנקומען דאס נאכצומאכן...
יא אר מיסינג די פוינט
אויב משה האט דאס געשריבן פאר מיר און דיר און נישט נאר פאר זיי דור (דאס זעט מען קלאר פין די פסיקים) פון וואו האט ער גענימען די קאראש צי זיין זיכער דאס וועט נישט געשען?!?
אפשר מיינסטו צי זאגן משה האט דאס אריינגעשטעלט אזוי וועט זיכער קיינער נישט טרייען דאס נאך צו מאכן
ווייל זיינע אידן
וואס ער זאגט פאר זיי וועלן דינען עץ ואבן וועלן זיכער נישט לאזען און וועלן האלטן א וואך אויג
אדער אויב ס'וועט יא געשען וועלן זיי זיכער אים פארענעפרן מיט עפעס אן פאלטשעטיק מהלך - אבער פארוואס זיך זיכען צרות
פין די אנדערע זייט מאכט דאס זיכער אן א רייטץ ביי אנדערע וואס ווילן אריינקימען אין די ביזנעס דאס טאקע יא נאכמאכן
זיין בעסטע אפשען וואלט געווען דאס נישט אליין צי שרייבן, און מאכן דערפין א ליטמיס טעסט, און לאזען זיינע אידן דאס אליין ניצען פין שמות
בפשטות רעדט ער צו 'יענע דור', ער זאגט זיי יעצט מוסר אז אויב זיי גייען זינדיגן וועלן זיי בלייבן מתי מספר צווישן די גוים, און ער זאגט 'זיי' שאל נא וכ' אז 'ביז היינט' איז נאכנישט געווען נאך א פאלק וואס קליעמט א מתן תורה. ער רעדט
צו זיי און ער פארציילט
וועגן וואס עס
גייט פאסירן באחרית הימים. (זאכן וואס מען דארף נישט זיין קיין חכם צו פארשטיין אז דאס געשעט ממילא צו יעדע פאלק). איך זע ווי דו ווילסט לערנען אנדערש, אבער מען קען אויך לערנען אז ער זאגט עס נאר פאר יענע דור, אזוי אז אויב זאל זיך יא מאכן אז א צווייטער באווייזט דאס נאכצומאכן וועט מען אזוי לערנען פשט.
פון די פסוק הַעִידֹתִי בָכֶם הַיּוֹם אֶת-הַשָּׁמַיִם וְאֶת-הָאָרֶץ, כִּי-אָבֹד תֹּאבֵדוּן מַהֵר, מֵעַל הָאָרֶץ,
אֲשֶׁר אַתֶּם עֹבְרִים אֶת-הַיַּרְדֵּן שָׁמָּה לְרִשְׁתָּהּ: זעט מען אז ער רעדט צו די אידן נאך איידער זיי זענען אריבער דעם ירדן (אדער האט דער שרייבער שוין זייענדיג אין ארץ ישראל יארן שפעטער 'אנדעקט' א ספר וואס איז נאך געשריבן פון דעמאלטס... און ער האט אויסגעשטעלט די לשון הכתיבה אויף אזא אופן) בכל אופן רעדט ער צו די אידן פון יענע דור און ער זאגט זיי עתידות, און שפעטער ווען ער רעדט פון הר סיני רעדט ער 'ביז
זייער צייט'.
טאקע וועגן דעם ווערט שווער דעם פסוק , לְהוֹרִישׁ גּוֹיִם גְּדֹלִים וַעֲצֻמִים מִמְּךָ--מִפָּנֶיךָ; לַהֲבִיאֲךָ, לָתֶת-לְךָ אֶת-אַרְצָם נַחֲלָה--
כַּיּוֹם הַזֶּה ווייל לכאורה ווי מען זעט אויבן האלט מען דא נאך פארן איינעמען ארץ ישראל, איז וואס זאגט די פסוק אז די באשעפער וועט אונז געבן ארץ ישראל 'כהיום הזה'? האט זיך די שרייבער (פון די אנדעקטע ספר וואס שרייבט עס איצטער שוין זייענדיג אין ארץ ישראל) פאררעדט? וועגן דעם לערנען די מפרשים אז עס גייט ארויף אויף די כיבוש פון סיחון ועוג... וואס דאס איז שוין יא פארגעקומען...
אלענפאלס, דער 'שאל נא' רעדט לכאורה נישט פון קיין צוזאג אז עס וועט קיינמאל נישט פאסירן בעתיד קיין צווייטע מתן תורה אדער גילוי אלוקית... ואגב, אויב יא, דאן כדבריך, איז שוין די תורה נעשית פלסתר
ועיין כאן.
ער האט אויך פארשטאנען אז אזא פאנאמענאן מאכט זיך נישט יעדן טאג, און מען דארף נאך האבן דעם מזל אז די מעשה איז שוין אינעם סיסטעם -א זאך וואס ער האט געוויסט אז ביז דאן איז עס נאכנישט געשען... האט ער דאס ארויסגעברענגט און ארויסגעהויבן... אויב זאל זיך איבער די יארן מאכן אז איינער וועט עס נאכמאכן, וועלן שוין די מאמינים דרייען און פארענטפערן אזוי ווי זיי טוען אויף אלע קשיות... איך זע נישט מה כל הרעש...
צדיק'ל רבקה אימנו האט אויך געהאט א צייט ווען זי האט געהאט ספיקות אין אמונה. סאו קשיות אין אמונה איז א זאך וואס מיינט נישט אז מען איז פארלוירן, ס"ה מיינט עס אז מען איז א נארמאלע מענטש. (עיין כלי יקר פרשת תולדות אויפן פסוק ותלך לדרוש את השם).
אבער כדאי צו ענטפערן קשיות דארף מען מאכן סדר ווייל אן א סדר גייט מען ענטפערן אויף דאס וועסטו זיך פרעגן אויף יענץ. איך מיין אז מען זאל זיך נעמען איינע איינע למשל אנהייבן מיט גלות און יציאת מצרים און ירושת הארץ דיסקאסירן צו עס האט בכלל אמאל פאסירט. און נאך מען האט דאס אויסגעקלארט אז כלל ישראל איז א עם הנבחר קען מען ג'יין ווייטער צום נעקסטן פון אנהייב ישוב ארץ ישראל צו זעהן התנהגות כלל ישראל און צו די גאט פון ישראל איז געווען צופרידן וכו' און פארוואס זאכן האבן זיך געפירט אויף די אופן ווי עס האט זיך געפירט וכדו' אזוי ווייטער ביז אונזער תקופה.
סאו איך וויל דיר ברענגן דא עטליכע לינקס באווייזן פון תקופת מצריים און יציאת מצרים און כניסת ישראל לארץ. און אדרבה לאמיר עס דיסקוסירן און זעהן צו די מעשיות זענען פיקשען אדער אמת.
די ערשטע לינק איז א לאנגע דרשה. מיט דיסקאשענס צדדים לכאן ולכאן
https://youtu.be/1T8yTJlYLj0
צווייטע לינק זענען נאך וועבזייטלך וועלעכע ברענגן אראפ הוכחות פון יענע תקופה
https://news.walla.co.il/item/3497902
https://youtu.be/lfQdjdSm2AE
https://www.hidabroot.org/article/1169676
https://www.ynet.co.il/judaism/article/skryigcf5
לינקס צו די ראיות זעלבסט
https://www.brooklynmuseum.org/opencoll ... jects/3369 ברוקלין פפירוס
די שטעטל אוואריס
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Avaris
פפירוס אפיוור
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Ipuwer_Papyrus
אבן של יהושע stone of covenant
https://www.google.com/search?q=stone+o ... 9SEQiLzjIM
יהושע בן נון האט שוין געניצט און געשריבן אלפעבעטיק - און מעמד הר גריזים און הר עיבל זענען נישט פיקשען
https://youtu.be/YDq8_vVm9GA
עס איז דא נאך פיל. איך מיין לאמיר אנהייבן מיט דעם און באקומען פיעדבעק
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 1:35 am
דורך שמן למאור
כ'האב נישט געוויסט אז רבקה האט געהאט ספיקות אין אמונה... אפשר ביסטו מרחיב אין דעם?
אז מען קוקט שוין אריין אין די היסטאריע פון יציאת מצרים און די באווייזן וואס איז דא צו דעם קענסטו קוקן דא.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/The_Exodus
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 1:49 am
דורך קאסא גראנדע
חדשים האט געשריבן:שערי יושר האט געשריבן:אמונה פשוטה איז די איינציגסטע וועג. ווייל אלע די ריאות זענען זייער שוואכע
אמונה פשוטה איז די איינציגסטע וועג, די שאלה איז נאר אין וועם...
נישט אין עצלות (פוילקייט) צו זוכן דעם אמת. עס זענען דא מענטשן וואס האבן געזוכט אבער זענען אינמיטן געווארן פויל ווייל עס איז א לאנגע שווערע ארבייט אבער אן זוכן טרעםט מען נישט. די איינציגסטער הבטחה צו טרעפן איז "וביקשת משם את השם אלוקיך ומצאת כי תדרשנו בכל לבבך" עס זענען יא דא ראיות לרוב . איך האב קיינמאל נישט געזעהן פרעזידענט ביידען און איך האלט אז טראמפ האט געוואונען די וואלן אבער דאך אפילו אן אליין זעהן גלייב איך אז ביידען פירט די לאנד (צו א אנדערע באדי אינטער זיין פנים). דאס מיינט אמונה אז אפילו די עף בי איי האט מיר נאכנישט ארעסטירט גלייב איך אז עס איז דא א באדי עף בי איי וואס האט די און די כוח. סאו איך אליין האב נישט געזעהן דעם באשעפער אבער די ראיות מייגן צו אים. און מיין מסורה שטימט מיט די ראיות. און דערנאך צו דעם אלעם האב איך עטליכע מאל געהאט ספיריטואל הרגשים אז ער ווייסט מיר אז ער איז דער מנהיג לבירה. גלייב איך אז דאס איז די ריכטיגע באדי.
און סך הכל וואס קען דין זיין שלעכט מיט וואס איך טוה? סך הכל ארבייט איך צו זיין א יושרדיגע מענטש. נישט מצער זיין אדער באלעסטיגן אדער באגנב'ן א צווייטן! איי איך דאווען אויך דריי מאל א טאג א געוויסע נוסח. נו. וועמען טוט עס דען וויי. און וועמען שטערט אז איך היט שבת אדער אז איך וויל נישט לערנען מיינע קינדער קאמען קאור ווייל איך האלט אז עס פארדרייט די קאפ און איך זעה אז איך בין נאך אזא מוצלח אן דעם? אדער שטערט דיר אז מיינע קינדער רעדן אידיש און גלייבן אין דעם באשעפער וואס איך גלייב? סאו בואו נחשוב חשבונו של עולם וואס קען שוין שטערן פאר עני גאט פון אונזער מהלך? און אויב האלט איך אז איך האב יא געטראפן די גאנצע אמת. אדרבה זאל עניוואן אויפווייזן זיין החלטה. האט ער געטראפן עפעס אנדערש אלץ אמת אדער פשוט מחליט געווען אז מען קען נישט אנקומען צום אמת? און אז מען קען נישט אנקומען צום אמת. דארף מען זיך צולאזן און טוהן מה שליבו חפץ ? און טאמער טוט מען נישט מה שלבו חפץ זעמיר דאך אויף די זעלבע פעיזש ס"ה איך זאג א לשם יחוד און דער אנדערע טוט עס אן א לשם יחוד.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 1:54 am
דורך קאסא גראנדע
שמן למאור האט געשריבן:כ'האב נישט געוויסט אז רבקה האט געהאט ספיקות אין אמונה... אפשר ביסטו מרחיב אין דעם?
אז מען קוקט שוין אריין אין די היסטאריע פון יציאת מצרים און די באווייזן וואס איז דא צו דעם קענסטו קוקן דא.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/The_Exodus
לגבי רבקה האב איך געשריבן א מראה מקום און קוק ווייטער אין די פרשה רמב"ן פרק כ"ז פסוק ד' וואס אינאיינעם מיט די כלי יקר וועסטו פארשטיין פארוואס רבקה האט לכתחילה נישט געפרעגט פון יצחק וואס איז געווען גרעסער בנביאה פון שם ועבר.
אויך איז דא אויף משה רבינו אליין אין מדרש ביים מעשה עגל.
עס איז א ברייטע עניין. און טאקע דאס וויל דער באשעפער עיין דרך פיקודיך להרה"ק הבני יששכר זי"ע פרק א' משנה ג' בעניין עבירה לשמה וכו'
מען דארף עפענען א באזונדערע אשכול פאר די עניין.
לגבי יציאת מצרים. איך גלייב ווען די וואלסט געזעהן מיינע לינקס וואלסטו נישט געשיקט דאס וואס דו האסט געשיקט. די שטערקסטע וואס פרעגט אפ און צעמאלט די גאנצע וויקיפדיה איז די ערשטע לינק ומתוך חשיבותו ברענגן איך עס דא נאכאמאל. מען דארף עס אנהייבן פון די אנהייב (איך ווייס נישט צו די לינק האט זיך גקאפיעט פון אנהייב אדער אינמיטן)
https://youtu.be/1T8yTJlYLj0 עס איז טאקע לאנג אבער פאר איינער וואס זוכט די אמת איבער זיין לעבן מיין איך אז עס איז ווערד צו ספענדן די ביסל צייט און ספעציעל ווען עס איז נאך זייער אינטרעסאנט
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 2:38 am
דורך קאסא גראנדע
חדשים האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, אונז זאג מיר ביידע די זעלבע זאך אז די חילוקי דינים מאכט נישט קיין סענס. דאס אז דו ריקסט אריין גאט מאכט עס גארנישט מער סענס. פאר די געלט קענסטו שוין טרעפן א סיבה פארוואס חז”ל ממתן תורה עד ימינו אלה שטעלן אוועק גדרי הלכה. עס גייט עס ענדערשער מאכן פאר א פארשטענדליכע זאך.
קוים וואס דיין קאפ ארבייט צו געדענקן אלעס וואס די ביזט אדורכגעגאנגן אין דיין אייגענעם לעבן.
ווען דו זאלסט ווען געדענקן יעדע צער נאר פון דיין לעבן וואלסטו שוין לאנג געכאפט א נערווען צאמבראך.
דיין מוח פארנעמט ניטאמאל צו פארשטיין אלעס וואס דו טוסט אדער האט געטוהן.
די האסט נישט קיין מושג וואס איז אלץ געווען און געשעהן און די וועלט .
דיין קאפ פארנעמט אפילו נישט צו וויסן וואס פאסירט יעצט די רגע אין די גאנצע וועלט. איך גלייב ווען דו ביזט זוכה דערצו איינמאל מיטצוהאלטן פאר איין מינוט וואלסטו משוגע געווארן.
כל שכן דו ווייסט נישט וואס גייט פאסירן מיט דיר זעלבסט אפילו אין א מינוט ארום
בעסיקלי דיין מח איז אזוי קליין. סאו דו ווילסט פארשטיין געטליכקייט און יעדע סיבה פארוואס די געטליכקייט האט געטוהן אדער געהייסן טוהן אזוי צו אזוי. און אויב איינער פאלגט אים יא קוקט מען אים גאר אן ווי דער וואס וואס איז ווייט פון געטליכקייט?
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 5:47 am
דורך קאסא גראנדע
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס׳איז פאני אז דו האסט נישט געכאפט אז דער מלבי״ם זאגט נישט ווי דיר, אזוי קוקט מען אויס ווען מ׳טראללט ארום מכל הבא ליד אן אריינטראכטן וואס מ׳שרייבט. לגבי די עצם מלבי״ם אליינס כאפ איך נישט די חילוק צווישן עבודה זרה און סגולה, ביידע זענען לכאורה פונקט אזוי אסור, יעדנפאלס איז דאס נישט קיין סתירה מיט וואס איך האב געזאגט.
עיין בספר הקדוש פלא יועץ ערך סגולה וועסטו קלארער ווערן אין די עניין
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 6:22 am
דורך קאסא גראנדע
שמן למאור האט געשריבן:מתבודד האט געשריבן:די בודהיסטן האבן דען אזויפיל חילוקי דינים בפרטי פרטים ווי אונז? אדער איז דאס רוב פונעם ש"ס 'אגדתא' מיט סיפורי מעשיות?
(כ'פרעג ווייל כ'ווייס נישט)
א גרויס חלק דערפון איז יא דינים, אזוי פיל ווי א דריטל. אבער נישט וועגן דעם האב איך דא אהערגעברענגט די בודהא סקריפטן. איך האב עס אהערגעשטעלט צו טשעלענדזשן די צווייטע חלק פון וואס @צעמישט און צעחישט האט געברענגט, אז היות עפעס איז אזוי טיף מוז עס זייט געטליך, אויף דעם האב איך אנגעוויזן אז ס'איז דא אסאך טיפע שרייבווערק ביי די גוים אויך.
אויף די ערשטע חלק אז ס'איז דא אזוי פיל דינים, פארשטיי איך בכלל נישט פארוואס דאס דארף צו צייגן אז ס'איז געטליך. אויב עפעס ווייזט עס אז דער גרינדער פון די רעליגיע איז געווען א גרויסע קאנטראל פריק, וואס האט געזיכט צו קאנטראלירן יעדע אספעקט פון זיינע נאכפאלגערס לעבן.
אז מהר"א וועט זען אז א פיצא סטאר אין זיין שטאט זאל זיין פארמאכט, און אז די פרויען מוזן זיך שערן די האר, און זיי טארן נישט דרייוון, און מוזן גיין שפיצלעך, און מען טאר נישט פארן קיין בייקס וכ' וכ' איז דאס א סימן אז זיין ווערסיע פון אידישקייט איז מער געטליך ווי די ווערסיע וואס מען האט אין פלעטבוש ווי מען מעג יא טון די אלע זאכן? פארוואס צייגט מער דינים אויף מער געטליך? אויב עפעס ווייזט עס אויף איינער וואס זיכט קאנטראל.
פארשטייט זיך אבער אז ממש א געוואלד פון זאכן איז שפעטערדיגע צוגעלייגטע זאכן פון די רבנן און קומט נישט דורעקט מסיני. נעם פאר א משל גאנץ הלכות תפילה מיט אלע אירע פיטשיווקעס, וויפיל פרטים און חילוקי דינים איז דא אין איר? סימנים אויף סימנים אין שו"ע זענען ביזי מיט אלע אספעקטן פון תפילה ווען מדאורייתא איז מען יוצא מיטן זאגן טענק יו האשעם און פארטיג. די גאנצע שמו"ע איז א אויסטרעף פון ערשט בערך 1,000 יאר נאך מעמד הר סיני אין די צייטן פון די אנשי כנסת הגדולה, זיי האבן געמאכט די גאנצע לשון פון סקרעטש! פאר הונדרעטע יארן האט גאנץ כלל ישראל נישט געדאוונט קיין שמו"ע!
אין דעם כלל גייט אויך אריין קריאת התורה, ברכות, נטילת ידים, מוקצה, ועוד הרבה, אזוי אז ווען מען קוקט גוט אריין דערין זעט מען אז רוב פון די אלע חילוקי דינים זענען יא מעשי ידי אדם. און אפילו דארטן ווי די עיקר דין איז יא א דאורייתא זענען געווענליך די פרטי הדינים און סייגים -די צוגעלייגטע זאכן פון די רבנן, דאס וואס מאכט עס קאמפלעצירט.
פון דעם אליין אז מקרא מגילה אדער נר חנוכה און אנדערע מצוות דרבנן האבן אזוי פיל פרטי דינים, און אויף דעם ווייסן מיר קלאר אז ס'איז געמאכט דורך מענטשן, פון דעם זעט מען דאך קלאר אז מענטשן קענען אויסטרעפן קאמפלעצירטע דינים און הלכות פון סקרעטש...
מר שמן. עס פעהלט דיר אסאך ידיעות.
ברכת המזון קומט פון משה רבינו תיקן בזמן המן במדבר. ברכת על נטילת ידים שלמה המלך תיקן. קריאת התורה איז פון משה רבינו. ס"ה האט עזרא צוגעלייגט קריאת התורה ביי מנחה שבת מיטאג. אפילו די בעסיס פון הלכות מקצה קומט אויך פון שלמה המלך קוק דא
https://www.yeshiva.org.il/midrash/34452 און מסכת שבת דף ל'. און די מערסטע וויכטיגע נקודה וואס דו האסט א טעות איז אין תפילה, קרבנות קומט נאך פון פאר עזרא געבויעט אויף די נביא ונשלמה פרים שפתינו. און אידן האבן געדארפט זיך שטעלן צו גיין מעמדות צום בית המקדש
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E% ... %95%D7%AA_(%D7%99%D7%94%D7%93%D7%95%D7%AA און די אידן פון זייערע שטעט האבן געפאסט און געדאווענט אין שוהל ווי געברענגט אין מסכת תענית
ומה טעם תקנו מעמדות?
לפי שנאמר צו אל בני ישראל ואמרת אליהם את קרבני לחמי לאשי (במדבר כ"ח), והאיך קרבנו של אדם קרב והוא אינו עומד על גביו? לכן התקינו מעמדות, וראשי המעמדות היו שליחי העם שנחשבו כמוהם. וישראל שבאותו משמר היו מתכנסים בעריהם לבית הכנסת ומתפללים, ויושבים ארבע תעניות: ביום שני שלישי רביעי וחמישי בשבוע.
בשני התענו והתפללו על יורדי הים,
בשלישי על הולכי מדבריות,
ברביעי על אסכרה שלא תפול על התינוקות,
בחמישי על עוברות שלא יפולו ועל מיניקות שיניקו את בניהם (תענית כ"ז:).
און די גאנצע עניין פון תפילה איז נישט א טענקיו השם פארקערט עס איז מתפלל צו זיין אויף די געברויכן. דו וואלסט זיך נישט געוואלט טוישן מיט די תפילות בזמן בית ראשון.
איי די נוסחאות שונות בתפילה קוק אין זוהר חי להרה"ק מקאמארנא אז יעדע שבט האט געהאט א אנדערע נוסח התפילה לפי שורש נשמתם און די זעלבע זאך מיט תפילין און היות היינט ווייסן מיר נישט פון וועלעכע שבט מיר שטאמען איז נולד געווארן פארשידענע נוסחאות לפי תיקון נשמותינו. אבער יעדער פלעגט דאווענען דריי מאל א טאג און מער.
און אזוי ווייטער וואס טיפער די קוקסט אריין אין רוב הלכות וועסטו זעהן אז די חכמים האבן אסאך גרינגער געמאכט פאר אונז. למשל מן התורה דארף מען ליינען קריאת שמע א גאנצע טאג אין די חכמים זאגן נאר ביז חצות. די זעלבע ערוב תבשולין. מן התורה דארף מען קאכן פאר שבת אפילו אויב האסט נישט געמאכט קיין עירוב. אבער די חכמים זאגן מען זאל מקיל זיין אויב האט מען נישט געמאכט. מן התורה איז מען מחוייב תרומות ומעשרות אפילו ווען עס קומט אריין אין שטוב דורכן פענסטער די חכמים האבן מקיל געווען. די רשומה איז זייער גרויסע און מען קען עפענען א באזונדערע אשכול פאר די רשימה. אבער ס"ה מאכט עס קאמפלעצירט פאר איינער וואס וויל טוהן זאכן ככל הבא ליד. און דאס איז שוין די עיקר תורה אויסצולערנען א מענטש אים אויסצואאיידלן נישט צו טוהן זאכן מכל הבא ליד נאר טראכט צו איך מעג. צו עס איז ריכטיג וכו' די שטאפלן פון מחשבה גייען מעלה מעלה על פי קבלה און על פי חסידות וכו'
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 6:31 am
דורך קאסא גראנדע
סקעפטיקער האט געשריבן:קאסא גראנדע האט געשריבן:
דא איז א הערליכע לינק צאמגענומען די עניין פון עזרא ממש בפשטות מסביר געווען. עס איז דא נאך אסאך איך גלייב נישט אז דא וויל די עולם אריינגיין אין דעם אבער החוקר יגיע להכרה שלא שינה כלום. לך ותבדוק כל דבר על אופניו
http://www.aspaklaria.info/070_AYIN/%D7 ... %D7%90.htm
ביסט נישט קלאר וועלכע ענין דו ווילסט דא מסביר זיין, זיי מפרט
פעסטגעשטעלט? הונדערט פראצענט? דאס אז נאך לאנג ווארטן האט גרשון גליל עס מפרסם געווען מאכט עס נאכנישט זיכער, זעה
דא, דא, און
דא, אפילו אויף
אוצר החכמה איז די עולם סקעפטיש. מ'דארף אסאך דמיונען צו קענען זעהן עפעס שטיין דארט (און אפילו אויב יא צואווארפט עס ביז יעצטיגע השערות פון געוויסע חוקרים, אבער פארוואס ווייזט דאס אויף תורה מן השמים?)
קאסא גראנדע האט געשריבן:אויך קוק נאך אין די קומראן (ים המלח) אנטדעקונג בריוון ווי זיי בעטן מען זאל זיי שיקן אתרוגים. אפילו אין די תורה שטייט נישט מער ווי פרי עץ הדר, און אויך תפילין וואס זענען געווען רינדיג זענען געווארן אוועקגעלייגט אין גניזה וכו' לאמיר נישט דא דורכגיין יעדע מצוה און מנהג און עבירה וכדו'. מען קען עפענען א באזונדערע אשכול ווי איך קען ענק אנפילן בעזה"ש אויף יעדע עניין.
קיינער איז נישט מסופק אז אין די צייטן פון די מגילת ים המלח (סוף בית שני) האט מען גענוצט אתרוגים (הגם איך בין נישט קלאר פון וועלכע בריוו דו רעדסט) און מ'איז געגאנגען מיט תפלין (וואס וואלט געווען פסול לויט אונזערע הלכות, עס האט געהאט אנדערע אדער צוגעלייגטע פרשיות), דאס ווייזט נישט אויף די אמת פון די תורה
קאסא גראנדע האט געשריבן:דא איז נאך איין לינק ווי מען קען זעהן אז אידן איבעראל זענען געווען נזהר פון חזיר און אנדערע כשרות עניינים וכדו'. נישט נעמען פון דא וואס זיי זאגן די צעהן גרעסטע זאכן ווייל עס איז נישט די צעהן גרעסטע זאכן איך ברענגן עס דא ס"ה פאר די עניין פון כשרות
https://mida.org.il/2014/05/07/%D7%A8%D ... 9D-%D7%A9/
לכו ונהנו
צו וואס דארף דאס זיין א ראי'? נניח אז חזיר האט שוין כלל ישראל נישט געגעסן פון 1200BCE, איז וואס? און אויב שוין ארכאלאגיע איבער כשרות,
מחקר טוען: בארץ ישראל אכלו דגים טמאים
לגבי עזרא וועסטו קוקן מיין פריערדיגע תגובה וועסטו פארשטיין.
די ארכיאולוגישע וועלט האט לעצטע וואך עס יא קאנפירעמד נאך א יאר פון חילוקי דעות
די רינדיגע תפילין און אנדערע זאכן האט מען געטראפן אין א גניזה נישט געניצט. סאו אדרבה ווי זעסטו פארקערט?
קוק מיינע לעצטע תגובות וועסטו שוין ווערן קלאר לגבי די דגים טמאים
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 8:43 am
דורך הקטן
קאסא גראנדע האט געשריבן:חדשים האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, אונז זאג מיר ביידע די זעלבע זאך אז די חילוקי דינים מאכט נישט קיין סענס. דאס אז דו ריקסט אריין גאט מאכט עס גארנישט מער סענס. פאר די געלט קענסטו שוין טרעפן א סיבה פארוואס חז”ל ממתן תורה עד ימינו אלה שטעלן אוועק גדרי הלכה. עס גייט עס ענדערשער מאכן פאר א פארשטענדליכע זאך.
קוים וואס דיין קאפ ארבייט צו געדענקן אלעס וואס די ביזט אדורכגעגאנגן אין דיין אייגענעם לעבן.
ווען דו זאלסט ווען געדענקן יעדע צער נאר פון דיין לעבן וואלסטו שוין לאנג געכאפט א נערווען צאמבראך.
דיין מוח פארנעמט ניטאמאל צו פארשטיין אלעס וואס דו טוסט אדער האט געטוהן.
די האסט נישט קיין מושג וואס איז אלץ געווען און געשעהן און די וועלט .
דיין קאפ פארנעמט אפילו נישט צו וויסן וואס פאסירט יעצט די רגע אין די גאנצע וועלט. איך גלייב ווען דו ביזט זוכה דערצו איינמאל מיטצוהאלטן פאר איין מינוט וואלסטו משוגע געווארן.
כל שכן דו ווייסט נישט וואס גייט פאסירן מיט דיר זעלבסט אפילו אין א מינוט ארום
בעסיקלי דיין מח איז אזוי קליין. סאו דו ווילסט פארשטיין געטליכקייט און יעדע סיבה פארוואס די געטליכקייט האט געטוהן אדער געהייסן טוהן אזוי צו אזוי. און אויב איינער פאלגט אים יא קוקט מען אים גאר אן ווי דער וואס וואס איז ווייט פון געטליכקייט?
זאגן דאס מיר האבן ווייניג אדער נאך ווייניגער סענס איז מיסינג די פוינט
לדעתי, וואס אינז ריפען מאכן "סענס" אדער שכל איז
מעגליך א נברא וואו אלע אנדער נבראים
חדשים האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, אונז זאג מיר ביידע די זעלבע זאך אז די חילוקי דינים מאכט נישט קיין סענס. דאס אז דו ריקסט אריין גאט מאכט עס גארנישט מער סענס. פאר די געלט קענסטו שוין טרעפן א סיבה פארוואס חז”ל ממתן תורה עד ימינו אלה שטעלן אוועק גדרי הלכה. עס גייט עס ענדערשער מאכן פאר א פארשטענדליכע זאך.
און געים טערי איז דא די קאנסעפט וואס הייסט א rational player איינער וואס שפילט לויט די כללי השכל, אזא איינעם איז שייך אויסצירעכענען און פארשטיין וואס ער וויל
טראמפ למשל, א גרויס חלק פין זיין סוקסעס איז דיך צי קאנווינסען דאס ער איז נישט א rational player
נישט ניצען די כללים פין א rational player מיינט נישט "נאריש" ס'מיינט אבער יא נישט זיין אויף אינזער ספעקטעראם
מיר קענען אננעמן דאס מיר מענטשען ע"פ רוב זענען רעשענעל פלעערס און אויב מיר האלטן דאס איינער ו
ואס איז אויף אינזער דרגה האט עפעס געשריבן ווילן מיר פארשטיין וואס איז די מאטיוו, וואלט א רעשענעל פלעיער געשריבן וועגן שמיטה, כהנים נישט האבן קיין חלק ונחלה וכו', חילוקי דינים, אדער נישט?
מיר ווייסען נישט קיין סך איבער גאט איין זאך וואס מיר ווייסען יא דאס ער איז נישט אויף אינזער ספעקטראם - כי לא מחשבותי מחשבותיכם
ע"כ איז נאריש צי זיכען אדער ווילען פארשטיין א מאטיוו זיינער
ס'בלייבט איבער פאר די מתעקש צי זאגן דאס טאקע האבן די תורה פעלטשערס געוואלט - זיי האבן געוואלט פאנערן די עולם דאס ס'קימט פין גאט, ווער ס'וויל דאס זאגן זאל דאס זאגן
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 10:56 am
דורך שמן למאור
קאסא גראנדע האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:מתבודד האט געשריבן:די בודהיסטן האבן דען אזויפיל חילוקי דינים בפרטי פרטים ווי אונז? אדער איז דאס רוב פונעם ש"ס 'אגדתא' מיט סיפורי מעשיות?
(כ'פרעג ווייל כ'ווייס נישט)
א גרויס חלק דערפון איז יא דינים, אזוי פיל ווי א דריטל. אבער נישט וועגן דעם האב איך דא אהערגעברענגט די בודהא סקריפטן. איך האב עס אהערגעשטעלט צו טשעלענדזשן די צווייטע חלק פון וואס @צעמישט און צעחישט האט געברענגט, אז היות עפעס איז אזוי טיף מוז עס זייט געטליך, אויף דעם האב איך אנגעוויזן אז ס'איז דא אסאך טיפע שרייבווערק ביי די גוים אויך.
אויף די ערשטע חלק אז ס'איז דא אזוי פיל דינים, פארשטיי איך בכלל נישט פארוואס דאס דארף צו צייגן אז ס'איז געטליך. אויב עפעס ווייזט עס אז דער גרינדער פון די רעליגיע איז געווען א גרויסע קאנטראל פריק, וואס האט געזיכט צו קאנטראלירן יעדע אספעקט פון זיינע נאכפאלגערס לעבן.
אז מהר"א וועט זען אז א פיצא סטאר אין זיין שטאט זאל זיין פארמאכט, און אז די פרויען מוזן זיך שערן די האר, און זיי טארן נישט דרייוון, און מוזן גיין שפיצלעך, און מען טאר נישט פארן קיין בייקס וכ' וכ' איז דאס א סימן אז זיין ווערסיע פון אידישקייט איז מער געטליך ווי די ווערסיע וואס מען האט אין פלעטבוש ווי מען מעג יא טון די אלע זאכן? פארוואס צייגט מער דינים אויף מער געטליך? אויב עפעס ווייזט עס אויף איינער וואס זיכט קאנטראל.
פארשטייט זיך אבער אז ממש א געוואלד פון זאכן איז שפעטערדיגע צוגעלייגטע זאכן פון די רבנן און קומט נישט דורעקט מסיני. נעם פאר א משל גאנץ הלכות תפילה מיט אלע אירע פיטשיווקעס, וויפיל פרטים און חילוקי דינים איז דא אין איר? סימנים אויף סימנים אין שו"ע זענען ביזי מיט אלע אספעקטן פון תפילה ווען מדאורייתא איז מען יוצא מיטן זאגן טענק יו האשעם און פארטיג. די גאנצע שמו"ע איז א אויסטרעף פון ערשט בערך 1,000 יאר נאך מעמד הר סיני אין די צייטן פון די אנשי כנסת הגדולה, זיי האבן געמאכט די גאנצע לשון פון סקרעטש! פאר הונדרעטע יארן האט גאנץ כלל ישראל נישט געדאוונט קיין שמו"ע!
אין דעם כלל גייט אויך אריין קריאת התורה, ברכות, נטילת ידים, מוקצה, ועוד הרבה, אזוי אז ווען מען קוקט גוט אריין דערין זעט מען אז רוב פון די אלע חילוקי דינים זענען יא מעשי ידי אדם. און אפילו דארטן ווי די עיקר דין איז יא א דאורייתא זענען געווענליך די פרטי הדינים און סייגים -די צוגעלייגטע זאכן פון די רבנן, דאס וואס מאכט עס קאמפלעצירט.
פון דעם אליין אז מקרא מגילה אדער נר חנוכה און אנדערע מצוות דרבנן האבן אזוי פיל פרטי דינים, און אויף דעם ווייסן מיר קלאר אז ס'איז געמאכט דורך מענטשן, פון דעם זעט מען דאך קלאר אז מענטשן קענען אויסטרעפן קאמפלעצירטע דינים און הלכות פון סקרעטש...
מר שמן. עס פעהלט דיר אסאך ידיעות.
ברכת המזון קומט פון משה רבינו תיקן בזמן המן במדבר. ברכת על נטילת ידים שלמה המלך תיקן. קריאת התורה איז פון משה רבינו. ס"ה האט עזרא צוגעלייגט קריאת התורה ביי מנחה שבת מיטאג. אפילו די בעסיס פון הלכות מקצה קומט אויך פון שלמה המלך קוק דא
https://www.yeshiva.org.il/midrash/34452 און מסכת שבת דף ל'. און די מערסטע וויכטיגע נקודה וואס דו האסט א טעות איז אין תפילה, קרבנות קומט נאך פון פאר עזרא געבויעט אויף די נביא ונשלמה פרים שפתינו. און אידן האבן געדארפט זיך שטעלן צו גיין מעמדות צום בית המקדש
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E% ... %95%D7%AA_(%D7%99%D7%94%D7%93%D7%95%D7%AA און די אידן פון זייערע שטעט האבן געפאסט און געדאווענט אין שוהל ווי געברענגט אין מסכת תענית
ומה טעם תקנו מעמדות?
לפי שנאמר צו אל בני ישראל ואמרת אליהם את קרבני לחמי לאשי (במדבר כ"ח), והאיך קרבנו של אדם קרב והוא אינו עומד על גביו? לכן התקינו מעמדות, וראשי המעמדות היו שליחי העם שנחשבו כמוהם. וישראל שבאותו משמר היו מתכנסים בעריהם לבית הכנסת ומתפללים, ויושבים ארבע תעניות: ביום שני שלישי רביעי וחמישי בשבוע.
בשני התענו והתפללו על יורדי הים,
בשלישי על הולכי מדבריות,
ברביעי על אסכרה שלא תפול על התינוקות,
בחמישי על עוברות שלא יפולו ועל מיניקות שיניקו את בניהם (תענית כ"ז:).
און די גאנצע עניין פון תפילה איז נישט א טענקיו השם פארקערט עס איז מתפלל צו זיין אויף די געברויכן. דו וואלסט זיך נישט געוואלט טוישן מיט די תפילות בזמן בית ראשון.
איי די נוסחאות שונות בתפילה קוק אין זוהר חי להרה"ק מקאמארנא אז יעדע שבט האט געהאט א אנדערע נוסח התפילה לפי שורש נשמתם און די זעלבע זאך מיט תפילין און היות היינט ווייסן מיר נישט פון וועלעכע שבט מיר שטאמען איז נולד געווארן פארשידענע נוסחאות לפי תיקון נשמותינו. אבער יעדער פלעגט דאווענען דריי מאל א טאג און מער.
און אזוי ווייטער וואס טיפער די קוקסט אריין אין רוב הלכות וועסטו זעהן אז די חכמים האבן אסאך גרינגער געמאכט פאר אונז. למשל מן התורה דארף מען ליינען קריאת שמע א גאנצע טאג אין די חכמים זאגן נאר ביז חצות. די זעלבע ערוב תבשולין. מן התורה דארף מען קאכן פאר שבת אפילו אויב האסט נישט געמאכט קיין עירוב. אבער די חכמים זאגן מען זאל מקיל זיין אויב האט מען נישט געמאכט. מן התורה איז מען מחוייב תרומות ומעשרות אפילו ווען עס קומט אריין אין שטוב דורכן פענסטער די חכמים האבן מקיל געווען. די רשומה איז זייער גרויסע און מען קען עפענען א באזונדערע אשכול פאר די רשימה. אבער ס"ה מאכט עס קאמפלעצירט פאר איינער וואס וויל טוהן זאכן ככל הבא ליד. און דאס איז שוין די עיקר תורה אויסצולערנען א מענטש אים אויסצואאיידלן נישט צו טוהן זאכן מכל הבא ליד נאר טראכט צו איך מעג. צו עס איז ריכטיג וכו' די שטאפלן פון מחשבה גייען מעלה מעלה על פי קבלה און על פי חסידות וכו'
אדער האסטו נישט מיטגעהאלטן די שמועס, אדער פראבירסטו נישט צו פארשטיין.
אונז האבן דא דן געווען איין איינציגע זאך, און אויף דעם האט זיך מיין תגובה באצויגן, און דאס איז צו מענטשן וואלטן געמאכט דינים מיט אזוי פיל פרטים און חילוקי דינים, אויב נישט, איז לכאורה די אלע פרטים וואס די תורה האט א ראיה אז עס קומט פון גאט. אויף דעם האב איך געברענגט אז יא! גאר אסאך דינים וואס קומט בכלל נישט מסיני נאר מענטשן (די מנהגים) האבן עס אליין פאברעצירט קומט אויך פיל מיט פרטים. (צו ווייל זיי האבן עס מתחילה געמאכט אזוי, צו ווייל מיט די יארן קומט צו די אלע חילוקי דינים)
וואו האב איך בכלל גערעדט פון ברכת המזון? מן התורה דארף מען טאקע בענטשן ווען מען ווערט זאט, כ'האב עס ניטאמאל דערמאנט. זעט אויס אז דו האסט ליב צו בויען סטראומען ארגומענטן.
וואס ווילסטו ברענגען מיט דעם אז שלמה המלך איז געווען דער וואס האט מתקן געווען נטילת ידים אדער מוקצה? דאס ברענג איך דאך, אז עס איז אלעס א שפעטערדיגע אויסטרעף און קומט נישט מסיני.
איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז משה רבינו האט מתקן געווען צו ליינען. אין אונזער גמרא שטייט אז די 'נביאים שביניהם' האבן דאס מתקן געווען. אבער מיין פוינט בלייבט די זעלבע, עס איז א פרישע צוגעלייגטע זאך וואס איז ווייטער נישט מסיני.
אין די המשך פון דיין תגובה פארסטו אינגאנצן צו אן ארץ לא זרועה, איך האב נישט קיין אנונג וואו אהין די צילסט און וואס דו ווילסט ארויסברענגען, איך וואלט נאר יא געקענט באשטיין צו וויסן וואס דו רעדסט וועגן, ווען די זאגסט אז מן התורה 'דארף' מען ליינען קרי"ש א גאנצן טאג, און די חכמים האבן מיקל געווען נאר ביז חצות. עפעס קלעבן נישט דיינע ווערטער...
בנוגע תפילה, האסט צאמגעווארפן שיינע מקורות וועגן וואס די אידן האבן געטון בזמן שבית המקדש היה קיים, איך זע אבער נישט וואו דאס קומט אהער צום שמועס. לויט די רמב"ם איז מן התורה גענוג צו בעטן פאר איין מינוט אין טאג, און יוצא געווען. לויטן רמב"ן איז מען דאס אויך נישט מחויב נאר אין אן עת צרה. דאס דאווענען דריי מאל אין טאג איז א תקנה. די ערשטע מאל וואס מיר טרעפן בכלל אזא מושג איז אין ספר דניאל, אבער פאר דעם ווערט עס בכלל נישט דערמאנט. פאר הונדערטע יארן האבן אידן לכאורה נישט געדאוונט דריי מאל א טאג, בזמן השופטים זיכער נישט.
(מיר טרעפן יא ווי די גמרא ברענגט אז די אבות האבן מתקן געווען תפילת שחרית מנחה וערבית, דאס איז קלאר אז די ניסח האבן זיי נישט מתקן געווען, אבער אז מען לערנט די גמרא כפשוטו קען מען זאגן אז זיי האבן איינגעפירט אז מען זאל דאווענען דריי מאל א טאג און זייט דעמאלטס איז געווען א מנהג ביי אידן צו עפעס דאווענען דדריי מאל אין טאג. די שאלה איז צו ס'איז טאקע אזוי געווען, אדער שפעטער ווען עס איז איינגעפירט געווארן האט מען דאס שוין למפרע ארויפגעלייגט אויף די אבות אזוי ווי מיר טרעפן אסאך מאל אז די תנאים ואמוראים האבן ארויפגעהאנגן זייער זאכן אויף פריערדיגע. אזוי צו אזוי איז די אלע הלכות אין פרטים זיכער נישט געווען, דאס איז אלעס שפעטער צוגעקומען צוזאמען מיטן פארמאלן ניסח התפילה בזמן האנשי כנסת הגדולה און די יארן שפעטער)
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 12:26 pm
דורך סקעפטיקער
קאסא גראנדע האט געשריבן:
מר שמן. עס פעהלט דיר אסאך ידיעות.
ברכת המזון קומט פון משה רבינו תיקן בזמן המן במדבר. ברכת על נטילת ידים שלמה המלך תיקן. קריאת התורה איז פון משה רבינו. ס"ה האט עזרא צוגעלייגט קריאת התורה ביי מנחה שבת מיטאג. אפילו די בעסיס פון הלכות מקצה קומט אויך פון שלמה המלך קוק דא
https://www.yeshiva.org.il/midrash/34452 און מסכת שבת דף ל'. און די מערסטע וויכטיגע נקודה וואס דו האסט א טעות איז אין תפילה, קרבנות קומט נאך פון פאר עזרא געבויעט אויף די נביא ונשלמה פרים שפתינו. און אידן האבן געדארפט זיך שטעלן צו גיין מעמדות צום בית המקדש
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E% ... %95%D7%AA_(%D7%99%D7%94%D7%93%D7%95%D7%AA און די אידן פון זייערע שטעט האבן געפאסט און געדאווענט אין שוהל ווי געברענגט אין מסכת תענית
ומה טעם תקנו מעמדות?
לפי שנאמר צו אל בני ישראל ואמרת אליהם את קרבני לחמי לאשי (במדבר כ"ח), והאיך קרבנו של אדם קרב והוא אינו עומד על גביו? לכן התקינו מעמדות, וראשי המעמדות היו שליחי העם שנחשבו כמוהם. וישראל שבאותו משמר היו מתכנסים בעריהם לבית הכנסת ומתפללים, ויושבים ארבע תעניות: ביום שני שלישי רביעי וחמישי בשבוע.
בשני התענו והתפללו על יורדי הים,
בשלישי על הולכי מדבריות,
ברביעי על אסכרה שלא תפול על התינוקות,
בחמישי על עוברות שלא יפולו ועל מיניקות שיניקו את בניהם (תענית כ"ז:).
און די גאנצע עניין פון תפילה איז נישט א טענקיו השם פארקערט עס איז מתפלל צו זיין אויף די געברויכן. דו וואלסט זיך נישט געוואלט טוישן מיט די תפילות בזמן בית ראשון.
איי די נוסחאות שונות בתפילה קוק אין זוהר חי להרה"ק מקאמארנא אז יעדע שבט האט געהאט א אנדערע נוסח התפילה לפי שורש נשמתם און די זעלבע זאך מיט תפילין און היות היינט ווייסן מיר נישט פון וועלעכע שבט מיר שטאמען איז נולד געווארן פארשידענע נוסחאות לפי תיקון נשמותינו. אבער יעדער פלעגט דאווענען דריי מאל א טאג און מער.
און אזוי ווייטער וואס טיפער די קוקסט אריין אין רוב הלכות וועסטו זעהן אז די חכמים האבן אסאך גרינגער געמאכט פאר אונז. למשל מן התורה דארף מען ליינען קריאת שמע א גאנצע טאג אין די חכמים זאגן נאר ביז חצות. די זעלבע ערוב תבשולין. מן התורה דארף מען קאכן פאר שבת אפילו אויב האסט נישט געמאכט קיין עירוב. אבער די חכמים זאגן מען זאל מקיל זיין אויב האט מען נישט געמאכט. מן התורה איז מען מחוייב תרומות ומעשרות אפילו ווען עס קומט אריין אין שטוב דורכן פענסטער די חכמים האבן מקיל געווען. די רשומה איז זייער גרויסע און מען קען עפענען א באזונדערע אשכול פאר די רשימה. אבער ס"ה מאכט עס קאמפלעצירט פאר איינער וואס וויל טוהן זאכן ככל הבא ליד. און דאס איז שוין די עיקר תורה אויסצולערנען א מענטש אים אויסצואאיידלן נישט צו טוהן זאכן מכל הבא ליד נאר טראכט צו איך מעג. צו עס איז ריכטיג וכו' די שטאפלן פון מחשבה גייען מעלה מעלה על פי קבלה און על פי חסידות וכו'
ביסט אביסל געשלאגן מיט סירקולער ריזאנינג, דו קענסט נישט ברענגען קיין ראי' פון פרטי דינים וואס שטייט "שפעטער" אז עס קומט שוין פון "פריער", ווייל איך מוז דאס נישט אננעמען
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 12:39 pm
דורך הקטן
סקעפטיקער האט געשריבן:
ביסט אביסל געשלאגן מיט סירקולער ריזאנינג, דו קענסט נישט ברענגען קיין ראי' פון פרטי דינים וואס שטייט "שפעטער" אז עס קומט שוין פון "פריער", ווייל איך מוז דאס נישט אננעמען
איך מיין מען פארקריכט דא.
די שאלה איז נישט וואס קאסא גראנדע אדער א צווייטער זאגט
די נידון מיין איך איז וואס האט דער פרייער שחקן
אורי זוהר געזען וואס דאס האט אים געוויזען דאס אידישקייט איז נישט א מענטשליכע אינווענשען.
אפשר איז אים געווען געניג: ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר, כפת תמרים, וענף עץ עבת, וערבי נחל
”פשוט הוכיחו לי טאק, טאק, טאק, טאק, וזה הצטרף לתמונה,
וראיתי שזאת אמת. אמרתי: אין לי ברירה"”.
זיכער דאס אליין איז אים נישט געווען געניג קאנווינסינג און מען קען דאס דרייען אויף אלע וועגן אבער ער האט געזען טאק - טאק - טאק ...