איבער'ן אינטערנעט און דער מערכה דערקעגן

רעאגיר
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

wow ! you are such a trusting person, i'm jealous, yes there are smart people but are they really truthful and trustworthy?

i'll repeat myself quote:

why are people frum because it tastes good, but the problem is sometimes the potato kugel tastes better.
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל

שליחה דורך DotCom »

קווארטין לעבן, איך ווייס נישט ווי איר האט געזעהן אין מיינע ווערטער אז דער חתם סופר זאגט מען זאל 'זוכן' קשיות, אויך האב איך נישט געזאגט מען זאל זוכן תירוצים אויף די אינטערנעט, די אינטערנעט איז אבער א פאקטישע מיטל וויאזוי מען ווערט היינט נתעורר די קשיות, קענטליך איר האט נישט אזוי גוט פארשטאנען וואס איך ברענג ארויס, אבער שקויעך פאר דיינע ווערטער.

ועוד, אז דו רעדסט שוין פון פרעגן, איך זוך שוין לאנג איינער א היימישער מיט וועם אדורכשמועסן די ענינים, איינמאל ווען כאב שוין גענומען די גאטס צוצוגיין צו א גאר חשוב'ן אארויפגעקוקטן איד האט ער מיר געזאגט אז קשיות קומען צוליב פגם הברית... א מין תירוץ.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

שליחה דורך שרייבער »

קווארטין האט געשריבן:
משכיל האט געשריבן:די האסט אין היינטיגען דור אזא מין אמונה דאקטאר דא אין אמעריקע ?י

קוק דיך ארום, יגעת ומצאת, ס'איז ב"ה לא אלמן ישראל, ס'איז נאך דא גענוג ערליכע אידן יר"ש, ריזיגע תלמידי חכמים, וואס זענען לן בעומקן של הלכה. מ'דארף נאר האבן אביסל קאראזש צו-צוגיין. אין טאמער יענער וויל זיך נישט אריינלאזן אין די דיסוקסיעס, וועט ער דיך זיכער רעקאמענדן א צווייטן, כ'ווייס פון פעלער וואס אזעלעכעס האט שוין פאסירט נאר כ'קען נישט שרייבן קיין פרטים, סאו חזק ואמץ.

איך האב געהערט אז ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א האט דעם שב"ק אין זיין ביהמ"ד געהאלטן עטליכע פייערדיגע דרשות בעניני אמונה, געפינט זיך דא איינער וואס איז דארט געווען וואס קען עפעס איבערגעבן
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

שרייבער האט געשריבן:געפינט זיך דא איינער וואס איז דארט געווען וואס קען עפעס איבערגעבן?

דאס קען פירן צו גילוי ה"י.
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 77 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך קווארטין »

ר' דאט טייערע, אנטשולדיגט פארן נישט פארשטיין דיינע ווערטער, אבער נאכאמאל "דער" חת"ס קומט נישט אריין דא, אנלעסס דו ווילסט זאגן אז אריינגעפאלן א אינטערנעט אין טאש אדער אין אפיס, הייסט אז ס'פאלט גראד אדער אפי' שפעטער אריין שאלות אין עניני אמונה, אפי' מיט א פילטער, דאן גיי איך טאקע שוין פאלגן די רבנים און פארמאכן דעם אינטערנעט, נישט סתם פארמאכן נאר סילן, כ'גלויב נישט אז דער רבש"ע וויל דאס, אפי' מ'עט דערלייגן געלט, זאל זיין "תמות נפשי עם פלשתים".

בנוגע וואס אנדערע פרעגן וועם מ'זאל פרעגן אויב ס'ווערט נולד א קושיא, וויל איך קלארער ארויסברענגען, איך רעד דייקא ווען ס'פאלט עמיצן איין א קושיא, דוגמת פון וואס דער הייליגער חת"ס רעדט, אויף אזעלעכע קושיות איז דא גענוג אידן ת"ח, און כ'מיין דייקא נישט קיין פערזענליכקייטן, נאר פון די ערליכע "הצנע לכת אידן", וואסיז ב"ה דא א סך פון זיי, אבער ליידער זיי לאזט מען אין די לופט, זיי זאל מען פרעגן. דאט, כאב מורא אז דו האסט געפרעגט א "פערזענליכקייט". אני הצעיר איז מיר אמאל עפעס שווער געווארן, האבעך זיך נישט געשעמט און געפרעגט מיין'ס א שוואגער, א ת"ח, און ער האט מיר גראד געענטפערט, פורצופאל פון א גמרא, ווידער אויב איינער האט זיך ערנסט פארפלאנטערט אין עניני אמונה, דארט ווייסעך נישט, און כ'האף כעל נישט אנקומען דערצו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קווארטין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

שליחה דורך וחלופיהן »

די גאנצע אידיי פון רעדען פון א טיילונג זעט מיר אויס שרעקלעך קוימיש און אפילו קינדעריש. אין א וועלט פאר גלאבאליזאציע און מאסען קאמיוניקיישנס און אין א וועלט וואו עס איז געווען איין קהלה, איין רב, איין שיל וכדומה ווי אין אונגארן בשעתן פירוד האט מען זיך געקענט אפטיילען. היינט ווער גייט זיך טיילען פון וועם? חסידים פון עקסטרעמע חסידים? פוק חזי ווי עס האט אויסגעזען ביי דף היומי וואו 90 טויזנט מענטשן שומרי תו"מ האבן פארברענגט לכבודה של תורה און וואו חסידים האבן שוואך געשפילט א ראלע. רוב רובם פון זיי האבן מן הסתם אינטערנעט אין דער היים און זיכער ביים ארבעט און א גרויסער חלק האבן לכאורה אויך סמארטפאוינס וכדומה. זיי וועלן זיך אפטיילען? מען וועט זיך פון זיי אפטיילען? חסידים האבן כמעט אויף זיי נישט קיין שום השפעה אויסער אפאר נארישע בילדער אין המודיע. די פרומע לייקוואדער זענען אויך א מיעוט שבמיעוט.

איז רעדט מען אז די עקסטרעמסטע חסידים אין אמעריקא ווי סאטמאר וואס שפילען גאנץ א שוואכע ראלע אין כלל לעבען וועלען זיך אפטיילען פון זיך אליין. און די אן אינטערנעט וועלען זיין אדער די ליגנערס אדער די גאר פרומע (אז איר האלט נישט דאס איז היינו הך) וואס פארדינען קוים. הגע בעצמך צי דאס איז שייך. סאטמאר איז שוין איינמאל צוטיילט סייווי וועט מען יעצט האבן א דריטע סארט, אינטערוינים. זייערע כוח קען מען זען פון דעם אז ליפא טאנצט ארום אין צה"ל מונדירען און איך גלייב נישט ער האט געהאט אפילו איין קאנצעליישן.

דער בעל דרשן ביים סיטיפילד אסיפה האט גערעדט פון א פילוג און ער איז געווען איין גרויסער דזאק און איך פארשטיי נישט ווי עמעצער קען דאס נעמען ערנסט.

אינטערנעט וועט ווערן ווי לשון הרע, יעדער וועט שרייען און יעדער וועט טון כנפשו בסתר ובגלוי.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1684 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

וחלופיהן האט געשריבן:די גאנצע אידיי פון רעדען פון א טיילונג זעט מיר אויס שרעקלעך קוימיש און אפילו קינדעריש. אין א וועלט פאר גלאבאליזאציע און מאסען קאמיוניקיישנס און אין א וועלט וואו עס איז געווען איין קהלה, איין רב, איין שיל וכדומה ווי אין אונגארן בשעתן פירוד האט מען זיך געקענט אפטיילען. היינט ווער גייט זיך טיילען פון וועם? חסידים פון עקסטרעמע חסידים? פוק חזי ווי עס האט אויסגעזען ביי דף היומי וואו 90 טויזנט מענטשן שומרי תו"מ האבן פארברענגט לכבודה של תורה און וואו חסידים האבן שוואך געשפילט א ראלע. רוב רובם פון זיי האבן מן הסתם אינטערנעט אין דער היים און זיכער ביים ארבעט און א גרויסער חלק האבן לכאורה אויך סמארטפאוינס וכדומה. זיי וועלן זיך אפטיילען? מען וועט זיך פון זיי אפטיילען? חסידים האבן כמעט אויף זיי נישט קיין שום השפעה אויסער אפאר נארישע בילדער אין המודיע. די פרומע לייקוואדער זענען אויך א מיעוט שבמיעוט.

איז רעדט מען אז די עקסטרעמסטע חסידים אין אמעריקא ווי סאטמאר וואס שפילען גאנץ א שוואכע ראלע אין כלל לעבען וועלען זיך אפטיילען פון זיך אליין. און די אן אינטערנעט וועלען זיין אדער די ליגנערס אדער די גאר פרומע (אז איר האלט נישט דאס איז היינו הך) וואס פארדינען קוים. הגע בעצמך צי דאס איז שייך. סאטמאר איז שוין איינמאל צוטיילט סייווי וועט מען יעצט האבן א דריטע סארט, אינטערוינים. זייערע כוח קען מען זען פון דעם אז ליפא טאנצט ארום אין צה"ל מונדירען און איך גלייב נישט ער האט געהאט אפילו איין קאנצעליישן.

דער בעל דרשן ביים סיטיפילד אסיפה האט גערעדט פון א פילוג און ער איז געווען איין גרויסער דזאק און איך פארשטיי נישט ווי עמעצער קען דאס נעמען ערנסט.

אינטערנעט וועט ווערן ווי לשון הרע, יעדער וועט שרייען און יעדער וועט טון כנפשו בסתר ובגלוי.


איר זאגט פיין. עס איז בולט אייער אידיש, חאטש א ריינער, איז נישט א היימישער אדער חסידישער. וואונדערט מיר פון וואו אהין קומט אייער גוטן אידיש. (אדער יידיש?).
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3691 מאל

שליחה דורך יאנקל »

אין ״סלעיט״ איז ערשינען אן ארטיקל איבער דער לעצטיגער פארפלייצונג פון חסידים וואס פארלאזן דעם דרך. דער ארטיקל, אונטער׳ן קעפל ״גוגל קעגן גאט״, טוט שילדערן וויאזוי דער אינטערנעט ברענגט אז די מושגים מיט וועלכע חסידישע אידן וואקסן אויף זאלן געברענגט ווערן אונטער א פראגע-צייכן, און ווי דער בליק אז דאס חסידיש לעבן איז אן ״אאזע פון הייליגקייט אין א קארופטירטער און סכנה׳דיגער וועלט״ ווערט פארלוירן. מען קען פון דעם ארטיקל ארויסנעמען צוויי אנדערע לימודים.

איין לימוד איז: די סכנה פון אינטערנעט, און ווי דאס קעפל פון דעם ארטיקל לויטעט - אינטערנעט איז א סתירה צו גאט. די וואס נעמען דעם לימוד פאר דעם עיקר פארשטייען געווענליך אז עס פארלאנגט פון זיי צו האמערן איבער דער גרויזאמקייט פון דעם ״טמא׳נעם כלי״ און מען דארף עס אויסראטן פון יעדן אידישן שטוב. 

דער צווייטער לימוד וואס מ׳קען ארויסנעמען איז די פאלגנדע ווערטער: 
[I]f you have no preparation for engaging with the outside world—if your English is limited, you have no schooling past high school, you've never experienced television or movies or radio, you've been taught that your community in Williamsburg, Monsey, or Kiryas Joel is an oasis of holiness in a corrupt and dangerous world—you are ill-prepared to recover once the outside world doesn't meet those dark expectations.

דער דאזיגער לימוד זאגט אונז אז וויבאלד אינטערנעט איז א פאקט פון לעבן קענען חסידים מער נישט אנגיין מיט פרעדיגן שקר און איגנאראנץ. אין א דור וואו א וועלט פון אינפארמאציע ליגט אין יעדנ׳ס טאש, מוז מען טוישן דעם מהלך פון חינוך, מיט מער אמת און אפנקייט. 

עס וועט נישט זיין קיין חידוש צו זען אז דער ארטיקל וועט גענוצט ווערן דורך מאנכע צו באשטעטיגן דווקא דעם ערשטן לימוד, און וועלן איגנארירן דעם צווייטן. 
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאנקל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4734 מאל

שליחה דורך יידל »

איין קאמענטארער שרייבט דארט ווי פאלגנד:
I always come back to the same thing. If your faith is so weak that exposure to things make you waver, then how strong was your faith to begin with?

Which speaks to the very dictatorial nature of the very religious. They are terrified their flocks will wander and so clamp down on information and propagate only their worldview. Somebody who truly had faith would say "I think my way is best, but here is what the world is, if you choose to follow this religion then I will be here for you".

Not surprising at all that when people are exposed to the real world, they choose it over a life of ignorance.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6329
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 9121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2907 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ברענג אויך די אנדערע העדליינס דארט אוין זעלבן בלאט.

.Help! I Had a Fling With a Married Man. Now His Wife Won’t Stop Calling me

Abortion for rape victims isn’t just a women’s issue. It’s a crime issue.

.Help! I Lied and Told Our Son the Dog Died. Now He Wants To Exhume the Body

Opening Act: The Skinnydippers

וכדומה, אדרבא פאר וועם עס שמעקט די גרויסע גליקן פון אזא לייפסטייל קען זיך גיין געזונטערהייט, מיר האבן גענוג חסר דעה'ס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6792 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

Shoot the messenger, very smart.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1823 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

DotCom האט געשריבן:
ועוד, אז דו רעדסט שוין פון פרעגן, איך זוך שוין לאנג איינער א היימישער מיט וועם אדורכשמועסן די ענינים, איינמאל ווען כאב שוין גענומען די גאטס צוצוגיין צו א גאר חשוב'ן אארויפגעקוקטן איד האט ער מיר געזאגט אז קשיות קומען צוליב פגם הברית... א מין תירוץ.

כ'מיין איך ווייס ווער דער גאר חשוב'ער איד איז ער שרייבט דא
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3691 מאל

שליחה דורך יאנקל »

נולד מאוחר האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן:
ועוד, אז דו רעדסט שוין פון פרעגן, איך זוך שוין לאנג איינער א היימישער מיט וועם אדורכשמועסן די ענינים, איינמאל ווען כאב שוין גענומען די גאטס צוצוגיין צו א גאר חשוב'ן אארויפגעקוקטן איד האט ער מיר געזאגט אז קשיות קומען צוליב פגם הברית... א מין תירוץ.

כמיין איך וויס ווער די גאר חשוב'ן איד איז ער שרייבט דא

אויך דא.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1823 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

יאנקל האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן:
ועוד, אז דו רעדסט שוין פון פרעגן, איך זוך שוין לאנג איינער א היימישער מיט וועם אדורכשמועסן די ענינים, איינמאל ווען כאב שוין גענומען די גאטס צוצוגיין צו א גאר חשוב'ן אארויפגעקוקטן איד האט ער מיר געזאגט אז קשיות קומען צוליב פגם הברית... א מין תירוץ.

כמיין איך וויס ווער די גאר חשוב'ן איד איז ער שרייבט דא

אויך דא.

אביסל אן אאנדרע געדאנק. איך פארשטיין וואס ער זאגט, סאיז נאר א שאלה צי ער איז גערעכט.
גלעזעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

שליחה דורך גלעזעלע »

DotCom האט געשריבן:א מענטש וואס זאגט קלאר ער גלייבט נישט אין גאט רח"ל טאר מען זיך מיט אים נישט טענה'ן! כבעט ענק אחי ורעי! ענדערש עפענטס אויף עקסטערע אשכולות און דיסקוטירט דארט אלעס אפענערהייט, זיינערייד זענען נישט אזוי פשוט און מ'קען און מ'מעג דיסקוטירן, (באמת האט מען שוין יעדע זאך גערעדט דא כמ"פ) אבער נישט מיט אים! אין משיבין לאפיקורס!


מען טענה’ט זיך, צו איז דער שרייבער גלויביג צו נישט, און צו מען מעג/זאל איהם צוריקענטפערן.

צום הייליגען בארדיטשובער האט א חסיד זיינער זיך דערקלערט אז ער גלייבט נישט אין גאט! האט אים דער רבי גענטפערט: בארואיגט אייך, אין דעם גאט וואס דו גלויבסט נישט, גלייב איך אויך נישט.

עס קומט פאר פון די וויכוחים, אז די טאטאלע נושא פון טרוקען אמונה, יא גלייבן צו נישט גלייבן, איז מער ווייניגער נישט רעלעוואנט, נאר כלפי די מצוות מעשיות פון דעם פריוואטען מענטש.
לדוגמא: אויב וואלט דער שרייבער געזאגט אז נאך זיין קלארע הכרה אז לית מנהיג לבירה, איז איהם דאך גרינגער און פראקטישער צו מקיים זייו אלע מצוות בגלוי ובסתר. דאן וואלטן רוב טענות פון די שרייערס נעלם געווארן, און עס וואלט זיך קלאר געשטעלט אז בנוגע די פארעם פון אידישקייט וואס מיר פראקטיצירן היינט, זענען די מיינונגען פונעם מאמין און כופר אקוראט גלייך. און זאל זיך אמנון יצחק אויס'טענה'ן מיט ריטשארד דאקינס אז ער וויל, אבער צום היימישען שבת שמועס וועט עס קיינמאל נישט אריינקומען.

דער שרייבער האט געקענט שרייבן נאך 10 בלעטער פון לאגיק און זיינע אבזערוואציעס, און עס וואלט נישט ארויסגערינען צו ער גלויבט צו נישט. זיין איינציגסטע וועג אייך צו מודיע זיין אז ער איז א כופר, איז זיך אליינס דערקלערען אלס איינס. עפעס שמעקט נישט בסדר מיט א מצב, ווען "אין משיבין לאפיקורס" איז פשוט ווייל אלע זענען מסכים צו כמעט אלעס וואס ער האלט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גלעזעלע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3691 מאל

שליחה דורך יאנקל »

כאפטס דעם גלעזעלע און לאזט אים נישט ארויס פון דא, פאר ער אנטלויפט שוין ווידער.
גלעזעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

שליחה דורך גלעזעלע »

יאנקל האט געשריבן:כאפטס דעם גלעזעלע און לאזט אים נישט ארויס פון דא, פאר ער אנטלויפט שוין ווידער.

יאנקל מזל טוב צום 1000 לייקס. און אז דער בעל שמחה בעהט מען זאל זיך זעצן גיי איך נישט קיין ערגעץ.

אנטשולדיגט אז איך בין אנטשלאפן געווארן. אבער היינט ביי סליחות האב איך ביי יעדען אשמנו אינזינען געהאט אן אנדערע עוולה וואס איך בין דאס יאהר באגאנגען. און ערגעץ-וואו צווישן תעבנו-תעתענו בין איך אויסגעלאפן פון עבירות, ביז איך האב מיר דערמאנט דעם עוולה פון ממעט זיין ב'וויזיטס אין קאווע שטיבעל, און מקבל געווען צו זיין אן אפטער גאסט. איז אויב וועט דאס נישט האבן דעם זעלבן סוף ווי מיינע פאריעריגע קבלות, איים היער טא סטעי
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3691 מאל

שליחה דורך יאנקל »

אה, דאס איז פיינע נייעס! תשע"ג פאנגט שוין אן צו גיין מיט'ן רעכטן פוס.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6792 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ש'נה ת'מימה ע'ם ג'לעזעלע.
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

א בריוו וואס איז ארויסגקומען אין אי אונטערגשריבן הרב וואזניר ר ניסן קארליץ
בייגעלייגטע פיילס
1348146076.jpg
1348146076.jpg (116.96 KiB) געזען געווארן 4313 מאל
yisroelotd
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

יעדע ווארט איז ריכטיג!!!!!

שליחה דורך yisroelotd »

נישט קיין חילוק וואס די תגובות וועלן זיין אויף מיין הודעה, גיי איך שרייבן וואס איך גיי שרייבן.

איך זעה מיר אין יעדע ווארט וואס ער שרייבט, נאר מיט איין שינוי אז איך האב אלץ געפרעגט קשיות, די אינטערנעט האט נאר אויפגעטוהן אז איך זאל טרעפן תירוצים, און איך האב אסאך חברים (אפגעפארענע) וואס זענען זיכער געווען אז איך האב געשריבן דעם בריוו, עס איז אבער נישט אזוי, פון מיין זייט זאלן די רבנים נישט טוישן די חינוך, און וועלן זיך בקרוב טרעפן מיט א דור פון אפיקורסים.

איך פערזענליך קען עדות זאגן, אז עס זענען דא הונדערטער - אויב נישט טויזענטער - אזעלכע וואס איך קען פערזענליך, אדער פון איינע פון די פייסבוק גראפ'ס וואס אונז האבן, "מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל" רבנים און דיינים, אדמורי"ם וראשי ישיבות, מגידי שיעור (ואני בתוכם) און כל-ערליי כלי קודש, וואס זענען כופרים בעיקר, אדער ווי מען רופט עס ביי אונז, האלטן עס איז אפילו נישטא אויף וועמען צו זיין א כופר... איך פערזענליך קען א גרויסע רבי, פארהייליגט ביי גאנץ כלל ישראל, פון ארץ ישראל, א כופר הכל, איך טעקסט מיט אים שבת פאר ער גייט אריין פירן טיש פאר הונדערטער אידן....

נאר וואס איך וויל יא אויפטוהן דא (מיינע דברי כפירה גיי איך נישט שרייבן דא, איך רעספעקטיר דעם מנהג המקום, פאר דעם האב איך א בלאג), מיין הארץ גייט אויס צו טראכטן אז אזויפיל וועלן מיטמאכן וואס איך מאך מיט, על כן, איך בעט די אלע וואס קענען עפעס טוהן, איך ווייס קלאר אז אידישקייט קען זיין געשמאק אויב גלייבט מען, הערטס אויף אוועקלויפן פון ענקערע פראבלעמען און נעמטס קעהר דערפון, מען קען מחנך זיין קינדער אויף א וועג זיי זאלן נישט מוזן גיין זוכן דעם אמת, אויב ווילטס עס דווקא בלייבן ביי אידישקייט, טוט עס כאטש אויף א וועג אייערע קינדער זאלן נישט ליידן, ודי לחכימא, תן לחכם ויחכם, ואיש בער לא ידע, רק יענה מען טאר אים נישט ענטפערן ער איז אן אפיקורס, וד"ל.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

yisroelotd האט געשריבן:איך פערזענליך קען א גרויסע רבי, פארהייליגט ביי גאנץ כלל ישראל, פון ארץ ישראל, א כופר הכל, איך טעקסט מיט אים שבת פאר ער גייט אריין פירן טיש פאר הונדערטער אידן....


ליגנט. ס'האקסטו אין קאפ...
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך villager »

yisroelotd האט געשריבן: איך זעה מיר און יעדע ווארט וואס ער שרייבט, נאר מיט איין שינוי אז איך האב אלס געפרעגט קשיות, די אינטערנעט האט נאר אויפגעטוהן אז איך זאל טרעפן תירוצים, און איך האב אסאך חברים (אפגעפארנע) וואס זענען זיכער געווען אז איך האב געשריבן דהן בריוו, עס איז אבער נישט אזוי, פון מיין זייט זאלן די רבנים נישט טוישן די חינוך, און וועלן זיך בקרוב טרעפן מיט א דור פון אפיקורסים.


אינטערעסאנט, איך האב אויך אלס געהאט אסאך קשיות און איך האב אויף אלעם געטראפן תירוצים אויף די אינטערנעט און היינט איז מיין אמונה אסאך שטערקער ווי אמאל, אין א וועג איז מיין אמונה שטערקער ווי מיינע רבי'ס און עלטערן'ס, היינט האלט איך קלאר אז איינער וואס איז א כופר הכל האט נישט קיין קאממאן סענס, און פונקט ווי איך פארשטיי נישט דעם מהלך המחשבה פון א פעדאפייל אזוי פארשטיי איך נישט דעם מהלך המחשבה פונעם עיטעאיסט, איך האב געליינט און געליינט, געקוקטט אומצאליגע יוטוב פרעזענטעישאן'ס פון אלע מינע דעבאטעס, און איך בין געקומען צום מסקנא אז אמונה איז די איינציגסטע "לאגיק" אויף בריאת העולם און די אידישע אמונה איז די מערסטע "לאגיק" פון אלע אמונות, איך האלט אז אויב אסר'ן די אינטערנעט דארפן עס די עיטעאיסטן אסר'ן, די רבנים דארפן עס מחזק זיין.
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
רעאגיר