בלאט 8 פון 11

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 5:29 am
דורך שבת אחים
זיי האבן די חוצפה צושרייבן אז אין וויזניץ און ווילחאוויץ אינדערהיים האט מען נישט אריינגעלאזט אין שול נאר מיט א צוגעדעקטע שייטל...

און אין גרויסווארדיין ביים סבא קדישא? אין אנטוניע ביים אנטוניער רבי? אין בארשע, ביים בארשער רבי? און אין ווישעווע ביים ווישעווער רב? אין סערט? און אין די אנדערע הונדערטער שטעטלעך אין בוקאווינע, מארמארוש, טראנסליוואניע, וואו עס איז געוועהן וויזניצער שטיבלעך?

זיי האבן זיך אנגעכאפט אויף די פרומסטע פלאץ אין מארמארוש?
זיי טשערי פיקען וועלכע תקנות פון וועלכע פלאץ זיי ווילן און דאס ווערט די מסורה???

און לאמיר אפילו זאגן אז סאיז געוועהן אזוי אין אלע וויזניצער שטיבלעך. זאלן זיי בלייבן מיט די זעלבע תקנה- אז נאר ווען מ׳גייט אין שול זאל מען דארפן צודעקן די שייטל?

זאלן זיי בלייבן מיט אלעס וואס איז געוועהן אינדערהיים, און לאזן די איין תקנה?

דאס הייסט ביי מיר- פארדרייט א קאפ!

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 10:21 am
דורך בענבען
שבת אחים האט געשריבן:זיי האבן די חוצפה צושרייבן אז אין וויזניץ און ווילחאוויץ אינדערהיים האט מען נישט אריינגעלאזט אין שול נאר מיט א צוגעדעקטע שייטל...

און אין גרויסווארדיין ביים סבא קדישא? אין אנטוניע ביים אנטוניער רבי? אין בארשע, ביים בארשער רבי? און אין ווישעווע ביים ווישעווער רב? אין סערט? און אין די אנדערע הונדערטער שטעטלעך אין בוקאווינע, מארמארוש, טראנסליוואניע, וואו עס איז געוועהן וויזניצער שטיבלעך?

זיי האבן זיך אנגעכאפט אויף די פרומסטע פלאץ אין מארמארוש?
זיי טשערי פיקען וועלכע תקנות פון וועלכע פלאץ זיי ווילן און דאס ווערט די מסורה???

און לאמיר אפילו זאגן אז סאיז געוועהן אזוי אין אלע וויזניצער שטיבלעך. זאלן זיי בלייבן מיט די זעלבע תקנה- אז נאר ווען מ׳גייט אין שול זאל מען דארפן צודעקן די שייטל?

זאלן זיי בלייבן מיט אלעס וואס איז געוועהן אינדערהיים, און לאזן די איין תקנה?

דאס הייסט ביי מיר- פארדרייט א קאפ!

@שבת אחים די פרוי אייערע דארף זיך קויפן א נייע שייטל? וואס ווערט איהר אזוי איבערגענומען?

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 10:31 am
דורך berlbalaguleh
בענבען: ס'זעהט אויס אז דו וועיסט (נאך) נישט...! שבת אחים דארף (דערווייל) נישט קויפן קיין שייטל פאר זיין (געוועזענע) ווייב...!

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 10:37 am
דורך בענבען
berlbalaguleh האט געשריבן:בענבען: ס'זעהט אויס אז דו וועיסט (נאך) נישט...! שבת אחים דארף (דערווייל) נישט קויפן קיין שייטל פאר זיין (געוועזענע) ווייב...!

.

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 11:00 am
דורך וואלווי
בענבען האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:בענבען: ס'זעהט אויס אז דו וועיסט (נאך) נישט...! שבת אחים דארף (דערווייל) נישט קויפן קיין שייטל פאר זיין (געוועזענע) ווייב...!

זי גייט אראפגעבינדען?

זיך נעמען איבער א מענטש פערזענליך איז נישט part of the discussion

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 11:04 am
דורך וואלווי
שבת אחים האט געשריבן: זיי האבן די חוצפה צושרייבן אז אין וויזניץ און ווילחאוויץ אינדערהיים האט מען נישט אריינגעלאזט אין שול נאר מיט א צוגעדעקטע שייטל...

די זיי איז נישט קיין אנדערער נאר די בעל תורת מרדכי אליינס

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 3:37 pm
דורך שבת אחים
וואלווי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן: זיי האבן די חוצפה צושרייבן אז אין וויזניץ און ווילחאוויץ אינדערהיים האט מען נישט אריינגעלאזט אין שול נאר מיט א צוגעדעקטע שייטל...

די זיי איז נישט קיין אנדערער נאר די בעל תורת מרדכי אליינס

ווען מ׳פלעגט אים פארשטעלן אזעלכע קשיות ווי פארוואס היינט איז עס אנדערש ווי אמאל, אינדערהיים? פלעגט ער ענטפערן “דו רעדסט דאך פון א אנדערע וועלט?”...

לשיטתו, איז אמאל פשוט נישט געוועהן קיין אנדערע ברירה. די קליינע שטעטלעך, די ארימקייט, די דחקות, נישט געוועהן קיין מלמדים, וכו׳ ממילא איז אמאל האט מען געהאט א גוטע תירוץ צוזיין א פויער, אבער היינטיגע צייטן ווען סאיז יא מעגליך אז יעדער זאל באקומען א געהריגע חינוך האט ער געהאלטן דארף יעדער זיין אנדערש.

אבער סאיז נישט ממש אזוי. סהאט צוטוהן מיט די כאראקטאר פון די מענטש. ווען די אהבת ישראל וואלט געלעבט היינט וואלט ער זיך נישט געשטעלט אויף קיין שייטלעך. נאר צו מקרב זיין און ליב האבן די “שוואכע אידן” א שטייגער ווי זיין אייניקל די וויזניצער רבי פון לאנדאן לרפו״ש. ער איז געוועהן א אנדערע מענטש. נישט קיין קנאי ווי די תורת מרדכי. האט קיינמאל נישט מוחה געוועהן אויף קיינעם, קיינמאל נישט מקפיד געוועהן אויף קיין בילדער, קיינמאל נישט אוועקגעמאכט מאדערנע-אידן נישט קיין חילוק צי זיי האבן געוואוינט אין וויען און געגעאנגען שטודירן אין די יוניווערסטיס. ער איז געוועהן פשוט א אנדערע מענטש.

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 4:09 pm
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:בענבען: ס'זעהט אויס אז דו וועיסט (נאך) נישט...! שבת אחים דארף (דערווייל) נישט קויפן קיין שייטל פאר זיין (געוועזענע) ווייב...!

איך פלאן נישט נאכאמל צו חתונה האבן, אבער אויב וואלט איך יא געדארפט באצאלן אפאר טויזענט דאללער פאר שייטלעך. וואלט איך געהאט א פשוטע קשיא:

ממה נפשך, אויב מעג מען גייען מיט האר פארוואס טאר מען נישט גייען מיט די אייגענע האר? אויב מעג מען נישט טראגן קיין האר, פארוואס יענעמס האר מעג מען יא?

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 4:32 pm
דורך בענבען
שבת אחים האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:בענבען: ס'זעהט אויס אז דו וועיסט (נאך) נישט...! שבת אחים דארף (דערווייל) נישט קויפן קיין שייטל פאר זיין (געוועזענע) ווייב...!

איך פלאן נישט נאכאמל צו חתונה האבן, אבער אויב וואלט איך יא געדארפט באצאלן אפאר טויזענט דאללער פאר שייטלעך. וואלט איך געהאט א פשוטע קשיא:

ממה נפשך, אויב מעג מען גייען מיט האר פארוואס טאר מען נישט גייען מיט די אייגענע האר? אויב מעג מען נישט טראגן קיין האר, פארוואס יענעמס האר מעג מען יא?

ווייל יענעמ'ס האר ווערט נישט ווייס

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 6:20 pm

גאנץ א גוטע תירוץ. און פארדעם טאקע איז געמאכט געווארן א שייטל, פאר עלטערע פרויען וואס ווערן ווייס אדער פארלירן די האר. אבער א יונגע פרוי וואס האט אייגענע שיינע האר פארוואזשע זאלן זיי דארפן באצאלן טויזענטער פאר “יענעמס האר” ווען זיי האבן אייגענע? אדער גייען זיי אינגאנצן צוגעדעקט אדער אייגענע האר. יענעמס האר וואס קוקט אויס פונקט ווי די אייגענע- און דעמאלטס ווערט עס מותר? דאס פארשטיי איך שוין נישט!

יענקל מיללער זאגט אז ווען מ׳ווערט אלט פארלירט מען נישט די האר, ס׳ווערט נאר arranged אנדערש- ס׳גייט אין די אויער און אין די נאז... :lol:

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 8:50 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: ששש... איכ'ל דיר אויסזאגן א סוד. (איך האף קיינער הערט נישט.) די מערסטע פרויען זעהען אויס א סאך בעסער און שענער מיט א שייטל. ווי מיט די אייגענע האר...!

ס'איז דא פאר וועמען ס'העלפט נישט. אבער דאס איז זייער א קליינער פראצענט...!

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 10:41 pm
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: ששש... איכ'ל דיר אויסזאגן א סוד. (איך האף קיינער הערט נישט.) די מערסטע פרויען זעהען אויס א סאך בעסער און שענער מיט א שייטל. ווי מיט די אייגענע האר...!

ס'איז דא פאר וועמען ס'העלפט נישט. אבער דאס איז זייער א קליינער פראצענט...!

גערעכט, אבער אויב זעיט מען די אפגעשוירענע האר פארלירט מען די תאוןה פאר די נעקסטע דריי חדשים.

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 10:54 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. ביי מיר ברענגט עס צוריק זיכרונות (פון פיקטשערס) ווי די נאציס, ימ"ש (להבדיל אלף אלפי הבדלות) האבן אפגעשוירן די האר פון די אידישע מיידלעך אין קאנצענטראציע לאגער...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 5:28 pm
דורך לך לך
BOOM

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 5:42 pm
דורך [NAMELESS]
לך לך האט געשריבן:BOOM
טאקע דראמאטיש, כ'קען שוין נישט ווארטן צו זען אין די "רבי בילדער מאגאזינען" ווי די מחותנים פראווענען א לחיים דורך'ן טעלעפאן...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 6:00 pm
דורך Nanach
קרן זוית האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:BOOM
טאקע דראמאטיש, כ'קען שוין נישט ווארטן צו זען אין די "רבי בילדער מאגאזינען" ווי די מחותנים פראווענען א לחיים דורך'ן טעלעפאן...
ער איז געווען א אלמן?

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 6:01 pm
דורך צוזאמגעדרייט
ּ

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 6:10 pm
דורך [NAMELESS]
Nanach האט געשריבן:
קרן זוית האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:BOOM
טאקע דראמאטיש, כ'קען שוין נישט ווארטן צו זען אין די "רבי בילדער מאגאזינען" ווי די מחותנים פראווענען א לחיים דורך'ן טעלעפאן...
ער איז געווען א אלמן?
נישט באקאנט וואס עס גייט פאר אינערהאלב די סקווערע חצר

קוים וואס כ'האלט מיט די נייעס אין מיין חצר. כ'ווייס אז עס קומט באלד דער ערשטער אינעם חודש, און מען ברויך צאלען רענט...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 6:32 pm
דורך שמן למאור
Nanach האט געשריבן:
קרן זוית האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:BOOM
טאקע דראמאטיש, כ'קען שוין נישט ווארטן צו זען אין די "רבי בילדער מאגאזינען" ווי די מחותנים פראווענען א לחיים דורך'ן טעלעפאן...
ער איז געווען א אלמן?
א גרוש, זיין ווייב (טאכטער פון טשערנאבלער רבי) איז אפגעפארן... א גאנצע פרשה געווען...

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 1:43 am
דורך לאכעדיג
רבי אהרן מרדכי רוקח וועט פראווען א שבת פאר ל"ג בעומר ווי אויך ל"ג בעומר זעלבסט אין ניו יארק.

ער האט שוין נישט געפירט א שבת אין אמעריקע פאר 12 יאר.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 1:53 am
דורך berlbalaguleh
איך האב איהם שוין "איינגערינגלט". איך ווארט שוין צו זעהן זיין זון (אייניקל פונ'ם רב שליט"א) נוהג זיין בנשיאות. ווייל ער קומט מיר פאר אז ער האט נישט גענימען די חכמה און געשליפנקייט פונ'ם זיידן מיט א שעפ לעפל. נאר ענדערש מיט א גאפל.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 2:44 am
דורך לאכעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 1:53 am איך האב איהם שוין "איינגערינגלט". איך ווארט שוין צו זעהן זיין זון (אייניקל פונ'ם רב שליט"א) נוהג זיין בנשיאות. ווייל ער קומט מיר פאר אז ער האט נישט גענימען די חכמה און געשליפנקייט פונ'ם זיידן מיט א שעפ לעפל. נאר ענדערש מיט א גאפל.
רבי אהרן מרדכי האט אסאך קינדער.

זיי האבן אלע די נאטארען פון א בנש"ק,
אוי וועט מען זיך דארט רייסן ביי די קעפ.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 3:50 pm
דורך [NAMELESS]
איינער האט געווינטשען א בעלזער אריכות ימים = דו זאלסט דערלעבען דער מחלוקת אין בעלזא!