עצי שטים האט געשריבן:
יעדער זאל נעמען זיין זכרון און צוריקגיין צו זיינע ישיבה יארן, פון אלע בחורים וואס האבן געלערט און זיין סביבה, איז געווען בערך צען בחורים מיט וואס ער האט מיט זיי קוים געהאט א שייכות, נאך צוואנציג וואס ער איז געווען גוט מיט, און פון צייט צו צייט אויסגעטוישט אפאר ווערטער מיט זיי, דערנאך איז געווען נאך בערך צען, וואס זיי זענען געווען פון זיין נאנטע רינגל חברים, און פון זיינע צען נאנטסטע, איז געווענליך דא איין אדער צוויי וואס מיט זיי איז מען מורא'דיג נאנט.
יעצט שטעל זיך פאר אז זיי זענען אלע נקיבות און עס קומט די צייט צו ווערן א חתן, וועמען וואלסטו אויסגעקליבן?? וואס איז די שאלה? אודאי וואלסטו גענומען דעם וועם דו קומסט זיך די בעסטע אויס מיט אים, מיט וועם דו האסט די מערסטע ליב צו פארברענגען, און פארשטייען זיך די בעסטע צוזאמען, נישט קיין נפק''מ אויב די טאטע'ס שטימען, נישט קיין נפק''מ אויב זיין טאטע האט געלט אדער נישט, און אויך נישט קיין חילוק ווי פלייסיג ער לערנט שובבי''ם, דו וועסט לעבן מיט וועמען דו פארשטייסט זיך די מערסטע, און מיט וועמען דו האסט די מערסטע א משיכת הלב צו אים.
יעצט וועל איך ענק אויסזאגן די סוד: עס איז טאקע דא אזא ישיבה! עס הייסט בית חינוך לבנות, און דארט איז דא אלע מיני סארטן מיידלעך!! די פראבלעם איז אז דו קענסט קיין איינעם נישט, און די שדכן קען נאר קוקן אויף די נארישסטע זאכן ווי געלט, לערנען, וכו', און אלע אנדערע משוגעת'ן, מען גיבט נישט די בחור קיין שום אויסוואל, מען נעמט א בחור פון אכצן יאר וואס האט קוים געזען א צורת אשה, און מען זעצט אים קעגנאיבער א נקבה פאר א שעה צוויי, זיי רעדן אביסל, ער מאכט זיכער אז עס רינט איר נישט קיין שפייעכטס פון די מויל און אז זי קען אביסל שמועסן, און.... מזל טוב!! א נייע שידוך!! פארוואס נישט?
איך בין איינשטימיג מיט יעדע ווארט! איך האלט דו האסט עס געגעבן אביסל מחשבה און דאס איז די ערשטע פראבלעם ביי אונז; טראכטן איז נישט ערמוטיגט. מ'קען אסאך שרייבן וועגן דעם, איך וואלט געוואלט זעהן אן ערנסטע אפהאנדלונג פון אונזערע אלטגעזעסענע פעדער-מייסטערס א שטייגער ווי ערעב
@קטלא קניא ווייל לדעתי ליגט אין דעם אישו אסאך ניואנס אז ער קען געהעריג מאכן נאך א ותינוק ללמדו ספר, מ'קען עס אפשר א נאמען געבן צער גידול בנים.. דא
טעמע: א בעשוי מיטן שטריימל האב איך ארויסגעברענגט א פוינט וועגן די אויסדריק "אריינגעפאלן" אבער בעצם איז דא נאך אסאך צו רעדן.
איך האלט אז דאס איז פון די אייגנארטיגע פראבלעמען וואס איז לינקד צו אסאך קליינע פאקטארן וואס אלעס צוזאמען ברענגט אזעלכע צופראסקעטע רעזולטאטן פאר אזויפיל אחבנ"י.
איך וועל דא אדרעסירן אפאר בולעט פוינטס וואס דארף ווען זיין די צענטער פונעם שמועס:
1) די פאקט אז מ'וואקסט אויף סעגרעגעטעידעד אין די בתי חינוך, און נאך בר מצוה עפ"י רוב - פון די ברעקל וואס מ'האט ביז יעצט געהאט - האקט מען אפ יעדע סאציאלע שייכות מיט די פארקערטע מין, אויף אן אופן וואס איז לדעתי זייער נישט געזונט. און דאס איז אן ערנסטע קאנטריביושן צו וואו סאושעלי אקווערד ס'שפירט זיך צו זיין אינאיינעם אין אזא נאנטן געגנווארט איינער אליינס, דאס קען זיך שוין ווענדן אין וועלכע קרייז, אבער דאס איז א גרויסע פאקטאר.
2) ווען ס'קומט צו סארטן פערסאנאליטיס, איז ווייטער חורבן, מ'וועט נעמען די מאוסט רענדאם commonalities און זאגן ס'איז א מעטש אפי' די commonality האט נישט די מינדעסטע שייכות צום רילעשענשיפ. למשל א יתום און א יתומה, א פעשע מיידל מיט א פעשע בחור, נידריג מיט נידריגער, אה! לחיים, וואס קען זיין בעסער? פריי דיך אז זי וויל דיך... ס'קען אמאל זיין די מינדעסטע שטות, אדער דאס אויך נישט! וויפיל מאל שטעלט מען צאם אן עקסטרעמע אינטראווערט מיט א לעבעדיגער סחורה ווי מ'רופט עס א "סאושל באטערפליי" צוויי מענטשן מיט פארקערטע נאטורן וואס וואלטן אין ווילדסטן חלום נישט פארטוישט קיין ווארט אין א באר, צו אויפן פליגער אויב די אומשטענדן ברענגן זיי צאם פנים אל פנים, אבער דא ווייל עפעס א שדכן האט געהאט עפעס אן אפיפעני טרעפן זיך די צוויי אין איין שטוב ווי אריינגעפאלן פון די סקיילייט, אזוי ווי איך זאל מיך מארגן מיעטן מיט איינעם פון מארס, און פון איין רגע אויפן צווייטן דארפן מאכן קאנווערסעישן וויאזוי דאס לעבן גייט דארט צו, און טאמער דאס איז נישט גענוג, א טאג דערויף דארף איך שוין געבן די אקעי אז איך בין טאקע גרייט זיך אריבערצוציען אהין
?like what in the world
3) די עקסטרעמע אבסעסיע מיט קאמפעטביליטי פון די משפחות אבער זייער ווייניג פאקוס אויף די פאטענציאלע חתן און כלה. דאס איז דא ביי די אינדיאנער פונקט אזוי,
4)די אומלאגישקייט און רעקלעסנעסס פון נעמען הויכע ריסקס מיט די ארענדזשד מערידזש, נאר צו פראטעקטן דעם הייליגן טראדיציע, אבער ווען די שפיל געלונגט נישט שיקט מען דעם יעניגן דעיטן מיט איין התלהבות אדרבה ואדרבה! גיי ארויס פאר ראונד 2 און 3, ביזט דאך שוין סייווי סיי א געליטענער, נישט דיך מיינט די מסורה...
5) די דיספראפארציע פון חינוך און קאמפעטענס צו זיין א נארמאלע מענטש נאך די שבע ברכות צווישן די צוויי גרופעס, איז ממש הימל און ערד! א מיידל אין יעדע חסידישע מוסד איז ערמוטיגט אויסצונוצן אירע פעאיגקייטן, שרייבן עסעיס, שטודירן היסטאריע, געאגראפיע, נייען, באקן, טייפן, און זינגען וכו' בעת וואס דער בחור'ס קאריערע אויסוואלן זענען לימיטעד צו ווערן די נעקסטע ראש הכולל, שואל ומשיב, און ר"ם. (זיינע טאלאנטן און האביס איז דאך נישט נוגע ווייל ער גייט דאך זיצן על התורה ועל העבודה ביז די פינף און ניינציג און פארענטפערן ר' עקיבא אייגר'ס) ער ווייסט קוים וואס טוט זיך מיט זיך, זאל ער נאך וויסן וואס ער וויל אין א מיידל וואס איז אין אזויפיל יעדן טאגיגע הינזיכטן אינטעלעקטשועלי סופיריער פון אים? למשל אויב זי קען אים אויסרעכענען צען פרעזידענטס אויסעווענדיג וועט ער קענען איר אויסרעכענען ווען מ'צאלט כפל פאר א אקס און ווען מ'צאלט חצי נזק? און אז ער קען דאס נישט קען ער פאר א נויט די 10 בעסטע חתונה שפילערס? וואס ווייסט ער שוין? מענטשן כאפן נישט, בחורים היינט זענען ליידיגע קעפ! קיין תורה סקאלערס זענען זיי נישט, וועלטליכע זאכן קענען זיי אויך נישט, וואס יא? אביסל רבני'שע פאליטיק און מוזיקאנטן, פשש... מיט דעם גייט ער צו די חתונה. ס'איז א הייזעריגע וויי געשריי! און אז זיי ביידע ווייסן נישט קיין סך, איז טאקע די סאלושן מ'זאל לויפן שטעלן חופה?
6) דאס דארף ווען זיין נומער איינס: a lack of logic פשוט מענטשן זענען בלינדע אידיאטן וואס לעבן פאר יענעם, אן טראכטן פאר זיך. פארוואס דארף איך טראכטן? יענער טראכט דאך שוין? איך דארף נאר נאכטוהן וואס די גאס טוט. אמאל קען אויך זיין ווייל זיי פארשטייען טאקע נישט די פראבלעם, צו ווייל ס'גייט זיי אינגאנצן נישט אן, צו ווייל מה יאמרו הבריות, אדער איז דא די דינייעל תירוץ: קוק אהער איך האלט אז בעצם ביזטו טאקע גערעכט, אבער למעשה האלטן די מסורה איז וויכטיגער ווייל די מינוט וואס מ'טוישט די נעקסטע זאך איז חזיר פלייש תוך כדי דיבור אמאל.. און געבויט אויף די און ענליכע פאלאסיס, שעכט מען אויס דורי דורות און מ'פארברענט מיליאנען דאלערס.
7) א מער אביוויעס עלעפאנט אין די רום: codependency מיר האבן אויפגעצויגן אונזערע קינדער אויף אזא סארט וועג אז זיי זענען נישט גענוג מעטשור זיך אליינס צו נעמען, צו ביי דיזיין, צו ווייל זיי זענען טאקע codependent אבער דאס איז די פאקט. א טינעידזשער האט נישט קיין שום אוטאנימי! און ווען יא, ווער זאגט זיי וואלטן עפעס גענומען בכלל?
8) מ'וואקסט אויף אן צוזעהן קיין שום ראמאנטישע gestures פון די עלטערן און יא.. אפילו פון א נארישע מאווי, און אזוי גייט מען צו די שיעורים וואו מ'קען הערן די שענסטע משוגים און טיפס, אבער אז מ'האט נישט אין מוח מיט וואס עס צו פארגלייכן וויאזוי ערווארטסטו מען זאל וויסן וואס דאס איז?
עצי שטים האט געשריבן:
איך ווייס נישט צו די עולם כאפט ווי פארריקט דאס איז! האסטו אים אראפגעזעצט מיט די מיידלס חבר'טעס? ווייז אים אפשר א קלאס פיקטשער? אפשר איז די מיידל טאקע פיין לכשעצמה און די בחור אויך פיין לכשעצמו, אבער ווען זיי וואלטן געלערנט אויסגעמישט ווי און פאבליק סקול, וואלט דאס געווען זיין זיבעטע אדער אכטע אויסוואל, פשוט ווייל זיי קליקן נישט עכט, און הגם מען וועט זיך אפשר מסדר זיין מיטן לעבן, אבער פארוואס מיז מען צורויבן פון אונזערע קינדער דאס וואס וואלט געקענט זיין פאר זיי דאס בעסטע? מען מוז האבן א שטארקע מזל אז די שדכן זאל פונקט צוטרעפן דיין ''בעסטע'' חבר אויפן צווייטע זייט מחיצה.
פאריקט איז נישט דאס ווארט. ס'איז דא אזויפיל וועגן צו טרעפן דעם ליבשאפט, וואס מענטשן ווייסן ניטאמאל עקזיסטירט אין די גאס high school sweethearts איז איין זאך, opposite attract איז נאך א קאנצעפט, ס'איז דא צוויי מענטשן וואס האבן ביידע ליב ארט און טרעפן זיך ביי עפעס א מאלעריי און ס'מאכט זיך א שמועס, אדער אין א בוך געשעפט, פארשידנס. ס'איז דא coworkers אין די זעלבע סורקל וואס מאכן זיך די חשבון: אז מיר ביידע זענען אטורני'ס אונז קענען זיך שוין 4 יאר, פארוואס זאלן מיר נישט לעבן אינאיינעם א חיים טובים און עווענטועל אנהייבן א משפחה, ווייל אונז טוה מיר דאך ביידע אין דעם זעלבן פעלד, און מיר פארשטייען זיך גוט איינער דעם אנדערן? אבער פאר אזא זאך ברויך זיין פולע אויטאנימי און קאנסענט צווישן צוויי ערוואקסענע מענטשן - נישט זייערע לעגאלע גאורדיענס. נאר זיי אליין!
עצי שטים האט געשריבן:
אלזא, פלעגן די שרייבערס שרייבן, וואס איז מיין לעזונג? וואס קען מען טון דערצו? דער תירוץ איז גאנץ א פשוטע, און איז גאנץ ענליך צו וואס די משנה זאגט אין תענית 'לא היה ימים טובים וכו' שבהם בנות ישראל וכו'...
מען דארף נעמען א גרויסע זאל, און אלע בחורים פון אכצן יאר און ארויף און אויכעט אלע מיידלעך פון די יארגאנג און ארויף זאלן זיך צוזאמקומען, יא!!! אהן קיין מחיצה!! לשם זיך טרעפן און באקענען לצורך שידוכין!!
מען זאל אנגרייטן גוטע עסן מיט טרינקען, (נישט קיין יין המשכר, עס זאל נישט ארויסגיין פון די גבולים) און אויסשטעלן אסאך טישן וכדומה מען זאל שיין פארברענגען איינער מיטן צווייטן, זיך טרעפן דיין בעסטע אפציע, זען מיט וועמען דיינע אויגן מאכן א גוטע קאנטאקט, מען זאל זיך אויפטוישן טעלעפאן נומערן און מען זאל טרעפן דער וואס איז די בעסטע צוגעפאסט פאר דיר!
מען זאל דאס טון איינמאל א חודש, און פארשטייט זיך אז די פאר וועלכע זעהן אויס די מערסטע צוגעפאסט, וועסטו אנהאלטן קשר אויפן טעלעפאן און אויך זיך טרעפן אין אנדערע צייטן און אנדערע פלעצער..
און... לדעתי וועט ביז דריי חדשים נישט זיין קיין אלטע בחורים אדער אלטע מיידלעך, עס וועלן ווערן אמת'ע פיינע צוגעפאסטע שידוכים, בעסער ווי די בעסטע שדכנים וועלן אמאל קענען צושטעלן, און שלום על ישראל!
יא, עס הערט זיך קאטערווערסיאל, אבער... האסט א בעסערע עצה??
די ווארט איז נישט אוועקרוקן די מחיצות, אין אינדיע קומט מען זיך אויך צאם אין איין שטוב אן א מחיצה, אבער דער עולם קען זיך נאך אלס נישט בחייכון.. ווייל די מענטשן ווילן נישט זיין דארט! די עלטערן האבן זיי אהינגעשלעפט! מ'דארף ברעכן די מחיצה אין מוח וואס שטערט אז מ'זאל זיך קענען און פארשטיין אויף א געזונטע וועג, פונקט וויאזוי מיר האבן שלעכטע preconceptions פון שחורים ווייל מיר דרייען זיך נישט מיט זיי, פארשטייען מיר זיי נישט...
אוודאי וואלט עס געווען א מורא'דיגע געדאנק, באט איך ווייס נישט אויב איז דאס איז the end all be all אבער זיכער א סטעפ אין די רייט דיירעקשן. די שאלה איז וויפיל זענען אפילו פאר דעם רעדי, פאר אן עוורידזש אן אכצן יעריגע בחור וועט דאס נישט צופיל העלפן, ס'וועט העלפן אויף די חלק פון אטרעקשן, און סאשולייזן, אבער די עכטע עצה איז נישט מאכן נאך אן ארגענעזעישן מיט נאך א רחמנות קעיס וואס מ'דארף זיך ווייטער איינער דעם צווייטן לעבן אין יענעמס שמוצוועש נאר פשוט, שיקן דעם עולם ארבעטן, אדער גיין פאר א GED און איינמאל מ'האט שוין געלעבט אויף די וועלט, מ'האט שוין געצאלט בילס, מ'האט שוין געבויט קרעדיט, מ'ווייסט שוין עפעס וועגן אוועקלייגן געלט, יעצט קען מען רופן א שדכן מאכן א רעזומעי און פשוט טוישן דעם לאוקעישן פון פערלאוויטש'ס דיינינג רום, צו א שיינע האטעל, באר, רעסטוראנט און זיך טרעפן ווי צוויי נארמאלע מענטשן מיט א רוהיגע קאפ, אן קיין פאפעראציע אן קיין באדי גאורדס אין די נעקסטע רום, נאר די צוויי מענטשן אליינס - ווייל סוכ"ס איז עס דאך עס זייער לעבן'ס דיסידזשאן, און שוין.
וועט איינער זאגן סאנטיאגא, איך קען מיין זוהן און איך זאג דיר ער איז נאכנישט גרייט אויף אזא מהלך. גערן! זאל ער ארויסגיין און אהיימקומען און זיך פארצייכענען ווי ער קען זיך פארבעסערן, אדער מאכן א נאוט אז מיט די סארט מיידל וויל איך פאר די 5 סיבות נישט ממשיך זיין! כאטשיג ווייסט ער וואס ער וויל נישט!
ווייל לאמיר דיר פרעגן א סימפל זאך: אז דו ווייסט אז ער איז נישט רעדי צו דעיטן ווי א נארמאלע מענטש, פארוואס אין די וועלט מאכסטו אים חתונה??