בלאט 8 פון 9

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2024 8:10 pm
דורך צדיק נשגב
די פאשקעוויל

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:55 pm
דורך קליינע צדיק
איך ווייס נישט אויב עס איז אמת
אבער גוט איז עס זיכער

משלחת נכבדי חסידי גור נכנסו בקו"פ אצל האדמו"ר מוויזשניץ לונדון שליט"א בבקשה שיבטל את השיעור כללי שימסור מרן רה"י הגר"ש אלתר שליט"א בביקורו בלונדון, באמרם כי דבר זה יגרום עגמת נפש גדול לרבם כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א.

הגיב הרבי מוויזניץ לאנדאן ואמר: "אז בבקשה נא ונא אל תספרו לו, שלא יגרום לו עגמת נפש ח"ו".

שְׂפָתַיִם יִשָּׁק מֵשִׁיב דְּבָרִים נְכֹחִים

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסי

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 1:11 am
דורך סמיילי
איך ווייס נישט פארוואס ר שאול בלייבט נאך און ארץ ישראל, ער וואלט געדארפט moven צו אמריקא, ער וואלט געהאט טויזענטער מענשטען.

פארוואס דארף ער די צודערייטער גורערס,

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 7:31 am
דורך אסטראלאג
צדיק נשגב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 8:10 pm די פאשקעוויל
טאקע שרעקליך
נישט געוואוסט ווי ווייט ה"י

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:07 am
דורך אדמור מקרייניץ זצל
.קמפיין גור

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:37 am
דורך מן הסתם
קליינע צדיק האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:55 pm איך ווייס נישט אויב עס איז אמת
אבער גוט איז עס זיכער

משלחת נכבדי חסידי גור נכנסו בקו"פ אצל האדמו"ר מוויזשניץ לונדון שליט"א בבקשה שיבטל את השיעור כללי שימסור מרן רה"י הגר"ש אלתר שליט"א בביקורו בלונדון, באמרם כי דבר זה יגרום עגמת נפש גדול לרבם כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א.

הגיב הרבי מוויזניץ לאנדאן ואמר: "אז בבקשה נא ונא אל תספרו לו, שלא יגרום לו עגמת נפש ח"ו".

שְׂפָתַיִם יִשָּׁק מֵשִׁיב דְּבָרִים נְכֹחִים

ער האט געזאגט פאר די גור'ע משלחת, זאגט'ס פאר גערער רבי אז ער זאל מיך אנרופן און איך וועל מיך שוין מסדר זיין מיט עם..

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:40 am
דורך מן הסתם
אין גערער מיידל סעמינאר תומר דבורה ווי ס'שיקן אסאך שטאטישע משפחות האט מען שטרענג אנגעווארנט די מיידלעך אז ווער ס'גייט גיין צום טיש פונעם גערער ראש ישיבה ווערט ארויסגעווארפן פונעם מוסד..

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 1:26 pm
דורך סקעפטיקער
צדיק נשגב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 8:10 pm ס'האט זיך שוין געדרייט פאשקעווילן אין סאטמער אז ער איז א ציוני... לכאורה מעשי ידי גור גיי ווייס..
איך וואלט נישט אזוי געזאגט, לכאורה איז עס מעשי ידי קנאים

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 1:27 pm
דורך קליינע צדיק
אין לאנדאן האט די בעלזא דעיס אויך באקומען
עס איז דא אסאך פון די גאר פרומע און אסאך אינטערדרייערס
גרדא דא איז אויך דא נאך א פראנט פון שונאים - גור

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסי

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:19 pm
דורך צדיק נשגב
סמיילי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 1:11 am איך ווייס נישט פארוואס ר שאול בלייבט נאך און ארץ ישראל, ער וואלט געדארפט moven צו אמריקא, ער וואלט געהאט טויזענטער מענשטען.

פארוואס דארף ער די צודערייטער גורערס,
איי געס אז ער איז נישט דא אויף צו דארפן מענטשן ודו"ק.

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסי

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:17 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
צדיק נשגב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:19 pm
סמיילי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 1:11 am איך ווייס נישט פארוואס ר שאול בלייבט נאך און ארץ ישראל, ער וואלט געדארפט moven צו אמריקא, ער וואלט געהאט טויזענטער מענשטען.

פארוואס דארף ער די צודערייטער גורערס,
איי געס אז ער איז נישט דא אויף צו דארפן מענטשן ודו"ק.
איי געס אז אויב איז ער דא וואלט ער געהאט אין ארץ ישראל טויזענטער מענטשן...

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:32 pm
דורך בעל דרשן
ער האט א גרויסע עולם אין ארץ ישראל אויך נישט געזארגט.

און האלב גור זענען בחוץ טאקע חסידים פון האדמו"ר מגור מהר"י אבער אינעווייניג זענען זיי פייערדיגע חסידים פונעם ראש ישיבה, זיי הערן זיינע שיעורים שטילע הייט בחדרי חדרים

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:12 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
בעל דרשן האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:32 pm ער האט א גרויסע עולם אין ארץ ישראל אויך נישט געזארגט.

און האלב גור זענען בחוץ טאקע חסידים פון האדמו"ר מגור מהר"י אבער אינעווייניג זענען זיי פייערדיגע חסידים פונעם ראש ישיבה, זיי הערן זיינע שיעורים שטילע הייט בחדרי חדרים
שוין נישט.

דהיינו, די אינגע דור אשר לא ידע את יוסף, זיי ווייסן נאר פון איין זאך דער רעבע דער רעבע און דער רעבע.

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:26 pm
דורך אגריפס המלך
בעל דרשן האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:32 pm ער האט א גרויסע עולם אין ארץ ישראל אויך נישט געזארגט.

און האלב גור זענען בחוץ טאקע חסידים פון האדמו"ר מגור מהר"י אבער אינעווייניג זענען זיי פייערדיגע חסידים פונעם ראש ישיבה, זיי הערן זיינע שיעורים שטילע הייט בחדרי חדרים
אבי געהאקט, הלוואי ס'וואלט ווען געוועהן ווייט פון אמת.

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 10:26 pm
דורך זאקן
איך קען א הייסע גערע חסיד וואס האט א שידוך געטוהן מיט זיין יונגסטע זון, און לכבוד די גרויסע שמחה גייט די אויפרוף זיין און א״י אין די גאנצע משפחה גייט מיט קומען, אלעס איז געפארן גלאטיג ביז די חזן האט געשריגן יעעממוד החתן……… און קיין חתן איז נישט ארויפגעקומען עולה זיין, מהאט אנגעהויבן קוקן אלע זייטן מ׳האט געטראכט אפשר האט אים אנגעכאפט א שולשול, אבער די חתן איז נישט געווען צו געפונען, למעשה האט זיך ארויס געשטעלט אז די חתן האט געמאכט פליטה און אנטלאפן צו ר׳ שאול אלטר

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:00 pm
דורך אגריפס המלך
דער חתן איז טויט משוגע. ער האט נישט געטראפן א בעסערע צייט ווען צו גיין צו ר' שאול חוץ פון גלייך פאר זיין עלי' שבת אויפרוף? (אויב די מעשה איז אמת)

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:24 pm
דורך בעל דרשן
אגריפס המלך האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:26 pm
בעל דרשן האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:32 pm ער האט א גרויסע עולם אין ארץ ישראל אויך נישט געזארגט.

און האלב גור זענען בחוץ טאקע חסידים פון האדמו"ר מגור מהר"י אבער אינעווייניג זענען זיי פייערדיגע חסידים פונעם ראש ישיבה, זיי הערן זיינע שיעורים שטילע הייט בחדרי חדרים
אבי געהאקט, הלוואי ס'וואלט ווען געוועהן ווייט פון אמת.

בנוגע וועלכע חלק? די עכטע מספר וויפיל חסידים בחוץ - הנקרא אנוסים - זענען בפנים חסידים פונעם ראש ישיבה איז שווער צו וויסן, ווייל זיי באהאלטן עס פון די אייגענע משפחה, טעראר אין גור איז מיט אלע הידורים, אבער דעס אז נאך היינט גייען כסדר אריבער חסידים פון קהילות גור צו קהילות פני מנחם גור זאגט און ווייזט עפעס.

אויב דו מיינסט בנוגע זיין עולם, נאך נישט געווען קיין מנהיג וואס האט זיך אפגעטיילט אינמיטן הנהגה צייטן, למעט אחר הסתלקות, און ארויסגענומען אזא עולם. ער האט אין ארץ ישראל קרוב צו טויזענט משפחות און איבער די וועלט נאך אסאך, געהעריג אוועקגעשטעלטע מוסדות ישיבות כוללים חדרים וכדומה, בתי מדרשים אין ירושלים בני ברק חיפה בית שמש אשדוד לאנדאן ב"פ און נאך.

מיין הארץ זאגט מיר אז עס קומט באלד א חתונה פון א אייניקל פון האדמו"ר מהר"י מגור אין לאנדאן, ימים ידברו....

ווארשיינליך וועט א זון פונעם רבי קומען דאס יאר צינדן די הדלקה ל"ג בעומר אין לאנדאן.. מ'קען עס ערווארטן...

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:36 pm
דורך נישנאש
רובא דרובא גור'ער חסידים זענען פולי אין שוואונג מיט די חסידות אין הארץ אויך, אבער פולי. בידעי ובמכירי קא אמינא.
פארוואס/פארווען/וויאזוי/ריכטיג אדער נישט - איז נישט די מדובר אצינד, פאקט בלייבט אבער פאקט.

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 12:53 am
דורך תניא בניחותא
רוב חסידים אויף יעדע מקום בלייבן ווי זיי זענען, פוק חזי מאי עמא דבר, די חשבון איז זייער פשוט, שב ואל תעשה איז אסאך גרינגער ווי קום ועשה, רוב עולם אינטרעסירט גאנץ קנאפ ווער ס'איז דער רבי, די סיסטעם פארט און פארטיג.

ס’איז נאר א חלק עולם וואס איז גרייט צו מאכן אביסל עפארט וכו’, א חלק איז ווייל זיי האלטן ביי ערנסטקייט און זיי קלויבן זיך אויס די בעסטע פונעם רבינ’ס קינדער (זיי גייען אויך נישט זוכן אין די ברייטע גאס...)
אבער רוב רובו איז משלים מיטן מציאות וואס ס’איז גרינגער, ס’איז סאך גרינגער צי בלייבן אינדערהיים לאקאל און שלום עלי נפשי, ווי זיך איינפאקן די פיש זאפט ערב יום טוב און דינגען א דירה.

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 1:14 am
דורך בעל דרשן
גראדע לעלוב איז נישט אין בית המדרש פון אביו אין ב"ב נאר אין ב"ש און דאך האט ער די עולם.

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 1:36 am
דורך עמרם
אין ב''פ הייסט עס אז האלב איז ביי ר' שאול
(בכלל אין חו''ל האט ער א גרעסערע פראצענט, פשוט ווייל די טעראר איז נישט אזוי גרויס)

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 7:13 am
דורך תניא בניחותא
בעל דרשן האט געשריבן: גראדע לעלוב איז נישט אין בית המדרש פון אביו אין ב"ב נאר אין ב"ש און דאך האט ער די עולם

טאקע א חידוש, זעט אויס אז אין לעלוב מיינט עס דער עולם מער ערנסט, אבער בדרך כלל בלייבט רוב עולם זיצן אויפן פלאץ.

Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 10:00 am
דורך אדמור מקרייניץ זצל
לא נוכל לראות כבלע את הקודש
מחאה אדירה מוצ"ש בשעה 9
Gilda Crescent corner Cazenove Rd.
להסיר חרון אף ה'
לנו המלחמה ולה' הישועה

א מעסעזש וואס פארט ארום אין לאנדאן
לכבוד די מלוה מלכה וואס קומט פאר ביי ר׳ אשר זעליג לעוו ראה׳׳ק
דקיט׳׳ל בהשתתפות ר׳ שאול