בלאט 8 פון 12
נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 8:29 pm
דורך יין שרף
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:בד"ץ ירושלים מיינט רבנות מהדרין?
ניין. רבנות מהדרין איז די רבנות. נאר מהדרין פארמאגט מער חומרות ווי די רבנות רגיל היות די מער פרומערע עולם האט דאס פארלאנגט.
אבער בד"ץ ירושלים איז בד"ץ, עדה החרדית
ניין. קוק גוט, עדה החרדית איז נישט בד"ץ ירושלים, נאר בד"ץ של העדה החרדית.
רבנות און רבנות מהדרין איז די אפעציעלע בד"ץ ירושלים
נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 9:04 pm
דורך חב''ד הויזן
מהרז''ל זומער קעמפס האבן יעצט געקענסלט אלע גפן פראדוקטן צוליב וואס ס'טראגט די וואלאווע הכשר.
Re: ומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס
נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 9:09 pm
דורך שלג זהב
חב''ד הויזן האט געשריבן:מהרז''ל זומער קעמפס האבן יעצט געקענסלט אלע גפן פראדוקטן צוליב וואס ס'טראגט די וואלאווע הכשר.
דאכט זיך אז גפן איז נישט גרויס אין קאמערשעל פוד דערווייל, מילא ווייס איך נישט וואו ס'איז נוגע.
נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 11:35 pm
דורך חב''ד הויזן
שלג זהב האט געשריבן:חב''ד הויזן האט געשריבן:מהרז''ל זומער קעמפס האבן יעצט געקענסלט אלע גפן פראדוקטן צוליב וואס ס'טראגט די וואלאווע הכשר.
דאכט זיך אז גפן איז נישט גרויס אין קאמערשעל פוד דערווייל, מילא ווייס איך נישט וואו ס'איז נוגע.
וואס הייסט? אלע קעמפס, מוסדות און שמחה זאלן צוזאמען זענען א ריזיגע קאסטומער פאר גפן וואס זיי פארלירן יעצט צוליב'ן האבן וואלאווע הכשר.
נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 11:42 pm
דורך צומישט און צוחישט
חב''ד הויזן האט געשריבן:שלג זהב האט געשריבן:חב''ד הויזן האט געשריבן:מהרז''ל זומער קעמפס האבן יעצט געקענסלט אלע גפן פראדוקטן צוליב וואס ס'טראגט די וואלאווע הכשר.
דאכט זיך אז גפן איז נישט גרויס אין קאמערשעל פוד דערווייל, מילא ווייס איך נישט וואו ס'איז נוגע.
וואס הייסט? אלע קעמפס, מוסדות און שמחה זאלן צוזאמען זענען א ריזיגע קאסטומער פאר גפן וואס זיי פארלירן יעצט צוליב'ן האבן וואלאווע הכשר.
@שלג זהב טענה'ט אז זיי זענען ביז יעצט אויך נישט געווען קיין גפן קאסטומערס, ווייל גפן איז נישט קיין גרויסע סופלייער פאר קאמערשל קיטשענס עניוועי.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 1:51 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 10:47 am
דורך משה זעקעל
אבטח ולא אפחד האט געשריבן:סאטמאר (מהרז"ל) האבן נארוואס געלאזט וויסן אז אנדערש ווי אלע יארן וועלן די קינדער אין קעמפס נישט מעגן ברענגן עסן מיט די וואלאווע הכשר...
קיינמאל נישט גענומען פון גפן
זיי נעמען פון ראזעלפעלד וואס האט א התאחדות הכשר
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 11:36 am
דורך הערשער
עפעס א ריקארדינג ווי איינער רופט אן א זאלונישע דיין, איינער האט עס?
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 11:45 am
דורך חב''ד הויזן
משה זעקעל האט געשריבן:אבטח ולא אפחד האט געשריבן:סאטמאר (מהרז"ל) האבן נארוואס געלאזט וויסן אז אנדערש ווי אלע יארן וועלן די קינדער אין קעמפס נישט מעגן ברענגן עסן מיט די וואלאווע הכשר...
קיינמאל נישט גענומען פון גפן
זיי נעמען פון ראזעלפעלד וואס האט א התאחדות הכשר
זיי גייען נישט לאזן די קינדער ברענגען אייגענע נאש מיט וואלאווע הכשר
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 11:55 am
דורך אלע צוזאמען
הערשער האט געשריבן:עפעס א ריקארדינג ווי איינער רופט אן א זאלונישע דיין, איינער האט עס?
585-308-3286 דריק 1-1 און אפאר מאל #
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:05 pm
דורך Yesh
חב''ד הויזן האט געשריבן:משה זעקעל האט געשריבן:אבטח ולא אפחד האט געשריבן:סאטמאר (מהרז"ל) האבן נארוואס געלאזט וויסן אז אנדערש ווי אלע יארן וועלן די קינדער אין קעמפס נישט מעגן ברענגן עסן מיט די וואלאווע הכשר...
קיינמאל נישט גענומען פון גפן
זיי נעמען פון ראזעלפעלד וואס האט א התאחדות הכשר
זיי גייען נישט לאזן די קינדער ברענגען אייגענע נאש מיט וואלאווע הכשר
וואס איז די שטראף פאר איינער וואס ברענגט?
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:14 pm
דורך אינטערסאנטער
מערכה אהער מערכה אהין. יעדער ווייסט אז וואלאווא איז בעצם סאך א בעסערע הכשר ווי סאכדעס.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 1:47 pm
דורך אבטח ולא אפחד
אינטערסאנטער האט געשריבן:מערכה אהער מערכה אהין. יעדער ווייסט אז וואלאווא איז בעצם סאך א בעסערע הכשר ווי סאכדעס.
בעסער מיט וואס?
וויאזוי "ווייסט" מען דאס?
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 1:59 pm
דורך צומישט און צוחישט
אבטח ולא אפחד האט געשריבן:אינטערסאנטער האט געשריבן:מערכה אהער מערכה אהין. יעדער ווייסט אז וואלאווא איז בעצם סאך א בעסערע הכשר ווי סאכדעס.
בעסער מיט וואס?
וויאזוי "ווייסט" מען דאס?
דער הייליגער וואלאווער איז א מענטש וואס וועט נישט אוועקקוקן פון זיינע קאפריזן באהאק און באקראק, ער גייט קאפ אין וואנט מיט די סטאנדארטן וואס ער פארלאנגט,
כ'ווייס פון א פאל וואס איינער האט געדארפט נעמען זיין הכשר, און מ'האט אפגעשמועסט א צייט פאר א מיטונג און יענער איז אנגעקומען 5 מינוט שפעט, האט אים די וואלאווער געזאגט, זיי געזונט כ'זעה מ'קען נישט מיט דיר האנדלען א זמן איז נישט קיין זמן וכו' ונפרדו לשלום..
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 8:06 pm
דורך אינטערסאנטער
צומישט און צוחישט האט געשריבן:
דער הייליגער וואלאווער איז א מענטש וואס וועט נישט אוועקקוקן פון זיינע קאפריזן באהאק און באקראק, ער גייט קאפ אין וואנט מיט די סטאנדארטן וואס ער פארלאנגט,
כ'ווייס פון א פאל וואס איינער האט געדארפט נעמען זיין הכשר, און מ'האט אפגעשמועסט א צייט פאר א מיטונג און יענער איז אנגעקומען 5 מינוט שפעט, האט אים די וואלאווער געזאגט, זיי געזונט כ'זעה מ'קען נישט מיט דיר האנדלען א זמן איז נישט קיין זמן וכו' ונפרדו לשלום..
התאחדות הכשר איז קוים ווערד לצור על פי צלוחותו, צו פלעצער וואס איז נישט אין די היימישע געגנטער קומען זיי כמעט נישט אראפ, זיי פארלאזן זיך אויף די בעל הבית, זיי זענען דא פאר די געלט, צו דעם פארשטייען זיי זייער גוט.
דער וואלאווער איז מורא'דיג א שטרענגע הכשר. ער פארלאזט זיך נישט אויף קיין הפסד מרובה התירים וכדומה, ער האט שוין גע'פסל'ט גאנצע שיפמענטס ווייל די משגיח איז אנגעקומען אפאר מינוט נאך די גוי ביי די פראדאקשען, ער איז זייער א שטרענגע הכשר.
סיי וועלכע בעלי בתים וואס האבן שוין געדיעלט מיט ביידע הכשרים, ווייסן דאס צו זאגן, און סיי וועלכע משגיח וואס דו וועסט כאפן א שמועס מיט אים וועט וויסן צו פארציילן איבער די ריזן חילוק צווישן די אזוי גערופענע הכשר התאחדות, און צווישן די וואלאווא הכשר.
מיך האט אמאל א שוחט פון התאחדות געזאגט אז ביי אים אינדערהיים לאזט ער נישט אריין התאחדות פלייש, נאכדעם וואס ער ווייסט אז עס איז ליידער בכלל נישט דא קיין הכשר דארט, אמאל אמאל קומט איינער צו גיין פאר די פיקטשערס וזה הוא.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 8:47 pm
דורך דערוועקט
לדברך, אפשר קענסטו מסביר זיין פארוואס זאל א קאמפאני גיין נעמען די שטרענגע וואלאווע אנשטאט התאחדות? ער זוכט דען דווקא די קאפ-וויי פון גרעסערע חומרות? פארוואס נישט גיין די גרינגערע וועג מיט התאחדות וואס שטעלט פונקט אזוי צופרידן דעם קאסטומער?
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 9:04 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 9:25 pm
דורך סקעפטיקער
דערוועקט האט געשריבן:
לדברך, אפשר קענטסו מסביר זיין פארוואס זאל א קאמפאני גיין נעמען די שטרענגע וואלאווע אנשטאט התאחדות? ער זוכט דען דווקא די קאפ-וויי פון גרעסערע חומרות? פארוואס נישט גיין די גרינגערע וועג מיט התאחדות וואס שטעלט פונקט אזוי צופרידן דעם קאסטומער
זייער ווייניג האבן טאקע היינט וואלאווע
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 10:04 pm
דורך אינטערסאנטער
סקעפטיקער האט געשריבן:דערוועקט האט געשריבן:
לדברך, אפשר קענטסו מסביר זיין פארוואס זאל א קאמפאני גיין נעמען די שטרענגע וואלאווע אנשטאט התאחדות? ער זוכט דען דווקא די קאפ-וויי פון גרעסערע חומרות? פארוואס נישט גיין די גרינגערע וועג מיט התאחדות וואס שטעלט פונקט אזוי צופרידן דעם קאסטומער
זייער ווייניג האבן טאקע היינט וואלאווע
טאקע רוב נעמען טאקע התאחדות וועגן דעם, ווייל זיי שטייען נישט אויפ'ן קאפ און לאזן צו אן הפקרות איבעראל, ביי התאחדות איז די עיקר אז די טשעק ווערט באצאלט אין צייט.
פון די אנדערע זייט איז דא ערנסטע מענטשן וואס ווילן באמת האבן א רב אויפ'ן קאפ וואס זאל זיי גיידן (guide) וואס צו טוהן און וואס נישט צו טוהן, ממילא נעמען זיי וואלאווע, און מסתמא איז דא נאך סיבות און חשבונות וואס יעדע קאמפעני פאר זיך דיסיידט וועמען צו נעמען אלס בעל מכשיר.
יש אומרים אז זייט איצא איז ארויס און ליפא קליין איז אריינגעקומען איז געווארן עפעס בעסער דארט, ויש חולקין.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 10:12 pm
דורך סקעפטיקער
אינטערסאנטער האט געשריבן:
טאקע רוב נעמען טאקע התאחדות וועגן דעם, ווייל זיי שטייען נישט אויפ'ן קאפ און לאזן צו אן הפקרות איבעראל, ביי התאחדות איז די עיקר אז די טשעק ווערט באצאלט אין צייט.
ווילאנג די טשעק קראכט נישט האט דאך די בעל הבית א חזקת כשרות
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 11:21 pm
דורך א נייגעריגע קאטשקע
ווער זאגט אז ער איז א בעסערע הכשר ????
ווער זאגט התאחדות איז בעסער??
מנעמט אים נישט ווייל ער איז שטערנג אין moody
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 11:30 pm
דורך לייביששרייבער
די בויקאט פון קהל יט''ל אויף וואלאווער הייבט זיך אן.
די קענטינס אין קעמפ גייען נישט טראגן דעם וואלאווערס הכשר פראדוקטן. (כאילו דער קאנטין האט עפעס יא),
אויף דערווייל איז נאר די איידע מיט סאכדיס אנערקענט. בקרוב וועט זיין א דריטער הכשר אנערקענט ווי לאנג דער בעל מכשיר וועט פאלגן וואס מען הייסט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 11:34 pm
דורך שלג זהב
דערוועקט האט געשריבן:לדברך, אפשר קענסטו מסביר זיין פארוואס זאל א קאמפאני גיין נעמען די שטרענגע וואלאווע אנשטאט התאחדות? ער זוכט דען דווקא די קאפ-וויי פון גרעסערע חומרות? פארוואס נישט גיין די גרינגערע וועג מיט התאחדות וואס שטעלט פונקט אזוי צופרידן דעם קאסטומער?
פארוואס ווייס איך נישט, אבער מען זאגט אז ווען וואלאווע פסל'ט א שיפמענט ביי גפן, גייט עס אונטער איינער פון די אנדערע ברענדס.
סאו צופיל דערלייגן זיי נישט לכאורה, אבער די אנדערע קאמפעני'ס קענען יא האבן צומאל גרויס שאדן, איך הער אז ז. וו. פון ראוזמערי רייסט זיך די האר פון קאפ פארן נעמען וואלאווע, זיי האבן דארט א משגיח תמידי וואס דרייט זיי אראפ דעם קאפ.
לגבי התאחדות איז גאר באקאנט אז זיי קומען נאר איינמאל א יאר אויב זיי קוקן אן איינעם אין די קאמפעני ווי א היימישער... שוין געהערט פון א פאר קאמפעני'ס כלי שני.