בלאט 8 פון 10

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 2:23 am
דורך ישמעאל הכהן
אונטער 16 גייט עס פאר'ן דרייווער

העכער 16 גייט דער טיקעט פאר'ן פאסאזשיר

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 12:39 pm
דורך הרב_שלום
את חטאי אני מזכיר איך האב געמאכט א יו טארן אויף דילענסי בין ארויף אויפן וועבזייט צו פליען נאט גילטי זאגט
די וועבזייט אז זיי זעהן נישט די טיקעט נומער אין די
סיסטעם
מארגען וועט שוין 15 טעג פון ווען איך האב באקומען די
טיקעט און איך וויל נישט אז מיין לייסענס זאל ווערן
סוספענדעד
ביטע מיר העלפן

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 2:45 pm
דורך נולד מאוחר
סגייט נישט אזוי שנעל אריין אין סיסטעם.
איך האב שוין געהאט אז די טיקעט איז נישט געווען גוט געשריבן און סאיז קיינמאל נישט אריין אין סיסטעם.

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 6:14 pm
דורך outspoken
[youtube]http://www.youtube.com/watch?vf-dJgFdfl3I&feature=player_detailpage[/youtube]

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 10:44 pm
דורך בן בג בג
וויפל מאל קען מען אפשטיפן די קארט דעיט, גיי איך באקומען א שפעטערע דעיט טאמער איך שטיפ עס אפ נענטער צו מיין ערשטע קארט דעיט, און דארף איך האלטן די קאפי פונעם טיקעט צו ברענגען אין קארט?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:04 pm
דורך גאלד
בן בג בג האט געשריבן:וויפל מאל קען מען אפשטיפן די קארט דעיט, גיי איך באקומען א שפעטערע דעיט טאמער איך שטיפ עס אפ נענטער צו מיין ערשטע קארט דעיט, און דארף איך האלטן די קאפי פונעם טיקעט צו ברענגען אין קארט?


נאכן סקעדשולן די ערשטע דעיט, קענסטו נאך איינמאל אפשטיפן אנ-ליין, נאכדעם קענסטו אראפגיין אין קארט אין בעטן זאלן נאכאמאל אפשטופן זיי לאזן געווענליך נאך איינמאל, אסאך מאל בעטן זיי $40 וואס העט גייט אויפן חשבון פונעם ענדגילטיגן טיקעט, (אויב געווינסטו די טיקעט, געבן זיי דיר צוריק די $40)
ס'לוינט אלס צו ווארטן ביז ממש די לעצטע טאג צו אפשטיפן ווייל ס'מאכט זיך זייער אפט אז די פאליסמאן אליין שטיפט עס אפ מחמת סיבות, אזוי האסטו נאך דיין טשענס צו נאכמאל אליינס אפשטיפן,
מ'דארף נישט האבן די ארגינעלע טיקעט, חוץ אויב באמערקסטו אז די ארגינעלע טיקעט האט א גרויסע טעות, למשל א דאטום צו א אדרעס, צו א ווייעלעשן קאוד, דעמאלטס אוואדי דארפסטו עס האבן פאר עווידענס, אבער מצד די קאורט ברויכסטו עס נישט האבן,

שטייצעך כל הנ"ל רעד איך פון א ניו יארק סיטי טרעפיק טיקעט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 11:40 pm
דורך פארוואס?
ידען האט געשריבן:Plea not guilty , און בעט די שנעלסטע קארט דעיט , אפשר וועסטע נאך קענען מאכן א דיעל אינמיטן זומער.

ווי לאנג בערך דארף נעמען פון ווען מ׳מעילט עס אריין ביז מ׳באקומט א דעיט?
איך האב אריין געשיקט פאר א חודש צוריק, און כ׳האב נאך גארנישט געהערט פון זיי.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:32 am
דורך מאטי
גאלד האט געשריבן:
בן בג בג האט געשריבן:וויפל מאל קען מען אפשטיפן די קארט דעיט, גיי איך באקומען א שפעטערע דעיט טאמער איך שטיפ עס אפ נענטער צו מיין ערשטע קארט דעיט, און דארף איך האלטן די קאפי פונעם טיקעט צו ברענגען אין קארט?


נאכן סקעדשולן די ערשטע דעיט, קענסטו נאך איינמאל אפשטיפן אנ-ליין, נאכדעם קענסטו אראפגיין אין קארט אין בעטן זאלן נאכאמאל אפשטופן זיי לאזן געווענליך נאך איינמאל, אסאך מאל בעטן זיי $40

דארף מען אליינס אראפגיין, אדער מ'קען שיקן א שליח.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:06 pm
דורך elter-zeide
דעם עש"ק פ' לך א האלבע שעה פאר לעכט בענטשן אויפן וועג צי מיין אחסניא נאך זיך דרייען אין א געפערלעכן טרעפיק בין איך געפארען אויפן בייק לעין, האט מיך אפגעשטעלט א פאליס אין געבעטן די לייסענס אין רעגיסטרעשן אין פרעגט מיך אויב איך ווייס פארוואס ער האט מיך אפגעשטעלט? איך האב געאנטווארט אז "יא איך ווייס", ער גייט צי זיין קאר אין ווארט צוויי מיניט אין זיין שותף קימט צריק מיט מיינע פעפורין אין האט זיי מיר צריק געגעבען, אין נישט געגעבען קיין טיקעט, אין געלאסט פארען ווייטער, ווייסט איינער פשט? פאר וואס איך האב נישט באקימען קיין טיקעט?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:08 pm
דורך בשבילי!
דארפסט עפענען א נייע אשכול ''איך האב נישט באקומען א טיקעט :-)''.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 7:27 pm
דורך רויטע וואנצעס
אויב די פאליציי קומט נישט אן צו א מאווינג וויילעישען הירינג, ווערט עס ארויסגעווארפן. וואס פאסירט אויב סיי די פאליציי און סיי איך/מיין לויער קומען נישט אן צום הירינג?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:10 pm
דורך יואב
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אויב די פאליציי קומט נישט אן צו א מאווינג וויילעישען הירינג, ווערט עס ארויסגעווארפן. וואס פאסירט אויב סיי די פאליציי און סיי איך/מיין לויער קומען נישט אן צום הירינג?

דיין לייסענס קען ווערן סוספענדעד. קענסט אבער אפשטופן דעם קארט דעיט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 9:10 pm
דורך מסכת גירושין
איך האב באקומען א טיקעט פאר א אויסגעלאפענע מיטער צעטל. מה עשה הקב"ה, איך בין געגאנגען צו א קאר לעבן מיינס און געכאפט א בילד פון יענעמס צעטל, וואס יענע צעטל האט כולל געווען די צייט פון מיין טיקעט.
מיין שאלה איז צו וועט מיין טיקעט ווערן דיסמיסט דורך אריינשיקן דעם בילד? דער פאליציאנט שרייבט קלאר אויפן טיקעט אז עס איז געווען אן "עקספייערד מאני מיטער" צעטל, וועט מיך העלפן אז איך שיק אריין א בילד פון א צעטל וואס האט אויף זיך די צייט פון מיין טיקעט?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 9:42 pm
דורך נולד מאוחר
99% אז יא

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:42 am
דורך סאבסיטוט
גאלד האט געשריבן:עצה טובה,

ס'קען זיך מאכן - אוואדי נישט צו אפט - אז דער פאליס זאל דיר געבן אלע קאפיס פון די טיקעט ביי מיסטעיק, ס'קען זיך מאכן ביי רוקיס, אויב דאס פאסירט כאפ שנעל דעם פעקל באהאלט עס בשעת די פאליס רעדט און איז מסביר, און פיץ אפ מיט דיין קאר די רגע די פאליס וואקט אוועק פון דיין פענסטער, איך ווייס איינער האט געהאט אזא מעשה אין יענער איז ווי א בטלן געבליבן אויף זיין פלאץ און באטראכט די טיקעטס, און ווי נאר דער פאליס האט זיך אריינגעזעצט אין קאר האט זי זיך געכאפט און שנעל געקומען צו לויפן אפבעטן אירע קאפיס, אויב דער דרייווער וואלט אוועקגעפארן וואלט דער טיקעק קיינמאל נישט רעקארדירט געווארן

כ'מיין אז איר מאכט א טעות, די פאליס לייגט אריין די אינפארמאציע קודם אין זיין מאשינקע און הערשט נאכדעם ברענגט ער פארן דרייווער זיין קוויטל.

דאס וואס דו פארציילסט וועגן דיין חבר אז די פאליס איז אים געקומען צוריקבעטן זיין קאפיע איז פשוט פארן פאליס פראקטישער צו האבן א קאפיע פונעם געשריבענעם טיקעט וואס ער גיבט פארן דרייווער אין קעיס דער דרייווער טענהט אין קאורט סייוואס קעגן דעם טיקעט ווי למשל א נישט ריכטיגע דיטעיל.

אזוי מיין איך.

מיטער טיקעט

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 11:57 pm
דורך ביליג
איך האב באקומען א מיטער טיקעט ... כ׳האב שנעל געקויפט א צעטעלע עס איז 3 מינוט נאכן טיקעט. איז דא עפעס א געזעטץ? האט דאס שייכות מיט דוד גרינפעלד׳ס טיקעט (זע קליפ פריער) ? קען מען עס פייטען? אשאד אידיש געלט....

Re: איך האב באקימען א טיקעט ):

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2015 12:07 am
דורך נולד מאוחר
יא קענסט עס פייטען

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2015 1:18 am
דורך BAL TSHIVA
ביליג האט געשריבן:איך האב באקומען א מיטער טיקעט ... כ׳האב שנעל געקויפט א צעטעלע עס איז 3 מינוט נאכן טיקעט. איז דא עפעס א געזעטץ? האט דאס שייכות מיט דוד גרינפעלד׳ס טיקעט (זע קליפ פריער) ? קען מען עס פייטען? אשאד אידיש געלט....

In the future don't waste your quter, do as somebody mentioned before והמבין יבין.

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2015 1:20 am
דורך BAL TSHIVA
*EMERGENCY ACTION*
Due to the uncontrollable situation in N.Y. of traffic cops giving out unnecessary false tickets (Example a bus stop violation when you are not even close to a bus stop) we opened a Gmail account for you to send in you're violation with proof (picture or dash cam video) and we will fwd it to the media
Say STOP TO CROOKED COPS
Email your story to: Stop2crookedcops@Gmail.com
PLEASE FWD THIS MESSAGE TO "EVERYONE" c/p

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2015 1:54 am
דורך וכדומה..
ביליג האט געשריבן:איך האב באקומען א מיטער טיקעט ... כ׳האב שנעל געקויפט א צעטעלע עס איז 3 מינוט נאכן טיקעט. איז דא עפעס א געזעטץ? האט דאס שייכות מיט דוד גרינפעלד׳ס טיקעט (זע קליפ פריער) ? קען מען עס פייטען? אשאד אידיש געלט....


די געזעץ איז אז אין די פינף מינוט פונעם טיקעט איז גוט, סווערט אנגערופען THE 5 MINUTE GRACE PERIOD
קענסט פלידען נאט גילטי אויף זייער וועבסייט און סובמיטען א בילד פון דעם צעטעלע אלס פרוף און זיי וועלן מבטל זיין דעם טיקעט

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2015 8:32 am
דורך ביליג
וכדומה.. האט געשריבן:
ביליג האט געשריבן:איך האב באקומען א מיטער טיקעט ... כ׳האב שנעל געקויפט א צעטעלע עס איז 3 מינוט נאכן טיקעט. איז דא עפעס א געזעטץ? האט דאס שייכות מיט דוד גרינפעלד׳ס טיקעט (זע קליפ פריער) ? קען מען עס פייטען? אשאד אידיש געלט....


די געזעץ איז אז אין די פינף מינוט פונעם טיקעט איז גוט, סווערט אנגערופען THE 5 MINUTE GRACE PERIOD
קענסט פלידען נאט גילטי אויף זייער וועבסייט און סובמיטען א בילד פון דעם צעטעלע אלס פרוף און זיי וועלן מבטל זיין דעם טיקעט

א דאנק!

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 11:27 pm
דורך שמעון וואלף
קען איינער רעקאמענדן עמיצער וואס פייט ספידינג טיקעטס אין די קעטסקילס?

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 9:55 pm
דורך וכדומה..
סאיז א שאד,

זייט וויסן אז רוב געגנטער אין די קעטסקילס איז זייער גרינג אליין צו סעטלען די טיקעט, זיי זוכן דיר נישט צו געבן קיין פוינטס זיי ווילן נאר געלט, דארפסט פלידען נאט גילטי און אליינס אראפגיין צו זייער קורטרום פארהאנדלען מיטן פאליציי און זיי מאכן דאס פאר א פארקינג טיקעט, סאיז סתם א שאד אויסצוגעבן דעי גרויס געלט פאר די טיקעט פייטערס, זיי טוען ס"ה דאס זעלביגע.