בלאט 8 פון 8
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 1:18 pm
דורך כספי
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 10:33 pm
דורך מנחם מנדל
פעקט טשעק: 2 חה"כ מטעם ליכוד בועז ביסמוט אין לוי, האבן זיך באטייליגט ביים לוי'.
זאג פאר דעם זויערן דרוז אז ער זאל אויפהערן פאוסטען פאלנער שקרים אין טוען עפעס פראדוקטיוו מיטן טאג.
די פאוסט פין ביסמוט איבער זיין באטייליגונג ביים לוי'
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 10:36 pm
דורך מנחם מנדל
דארט ביי די לינקע קענסטע פאוסטען די גרעסטע שקרים וכזבים, אויב איז עס אקעגן ביבי וממשלתו וועט דאס יעדער אפקויפן אין לייקען.
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 2:15 am
דורך כספי
מנחם מנדל האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 16, 2024 10:33 pm
פעקט טשעק: 2 חה"כ מטעם ליכוד בועז ביסמוט אין לוי, האבן זיך באטייליגט ביים לוי'.
זאג פאר דעם זויערן דרוז אז ער זאל אויפהערן פאוסטען פאלנער שקרים אין טוען עפעס פראדוקטיוו מיטן טאג.
די פאוסט פין ביסמוט איבער זיין באטייליגונג ביים לוי'
גערעכט איז גערעכט.
אבער, קודם דער 'זויערער דרוז' איז דער מעיאר פון די שטעטל, צווייטנס ער רעדט פון די 'ממשלה', דאס איז די רעגירונג, דאס נעמט אריין שרים און זייערע נציגים. ער רעדט נישט פון 'חברי כנסת' פון די קאאליציע, וואס זענען נישט קיין חלק פון די רעגירונג.
אבער דאס איז זיכער אז ער וואלט געדארפט שרייבן קלארער, פון זיינע ווערטער קען מען פארשטיין אז קיין איין ח"כ פון די קאאליציע, איז נישט געקומען, וואס איז לכאו' נישט אמת, ווי דו ברענגסט צו פון ביסמוט.
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 3:37 pm
דורך שאלתיאל
סעם העריס האט ארויסגעלייגט אויף Substack א דרעפט פון די ערשטע קאפיטל פון זיין סעריע איבער די October 7 טעראר אטאקע און די נאכפאלגענדע מלחמה אין עזה
https://samharris.substack.com/p/octobe ... vG3GKG6zDg
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:43 am
דורך berlbalaguleh
שאלתיאל: ייש"כ. נאר ער (סעם העריס) איז אויך א ביסל געשלאגן מיט ליבעראליזם. ווען ער רעדט איבער די שרעקליכע חורבנות און טעראר וואס די איסלאמישע רעליגיע און די וואס פראקטיצירן עס און רעדן אין איהר נאמען האבן אנגעזייט באווארנט ער זיך אז ער רעדט נישט אקעגן דעם גאנצן איסלאם. דאס איז נישט ריכטיג. ווייל די איסלאמישע רעליגיע האט אלס אינטעגראלער טייל דעם אייפער צו האלטן מלחמה און אפטון מעשי טעראר און רציחה אקעגן אומ-שולדיגע מענטשן.
מ'דארף קוקן ווער ס'שטייט אונטער דעם טעראר פון די לעצטע דרייסיג יאר אין אלע לענדער. ארץ ישראל, אייראפע און אמעריקע. אלע אן אויסנאם זענען איסלאמישע פראקטיצירער.