בלאט 8 פון 10

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2024 11:36 am
דורך בונה של טוב
היימלינד האט געשריבן: טאקע, ווען די מעשה איז אמת
#MeToo מוז נישט זיין אמת כמבואר לעיל

נעם אין אכט אז ס'נישט קיין צופאל די ציניסיזם וואס מ'האט אין אונז איינגעבאקן קעגן יעדן וואס וואגט זיך צו זאגן דעם אמת (יענער איז משוגע, וויל סתם נקמה, וויל געלט, עטענטשן און וואספארא תירוצים מ'קען נאר אויפקומען אוועקצומאכן) אז קיינער זאל חלילה נישט גלייבן דעם באקריוודעטן - דאס איז BY DESIGN, כדי צו ערמעגליכן פארברעכערס פארצוזעצן אָן קיין שטער, און האבן די כלי זיין קעגן זייערע קרבנות און זיי סטראשען: קיינער וועט דיר נישט גלייבן, איך בין באקאנט מיט מיין חסד, צדקה, ביכער/ספרים עסקנות א.א.וו.

ס'איז נישט געשעהן פון זיך אליין אז ס'דא אזא ווינט אוועקצומאכן - עס ווערט כסדר פארשטערקערט ביי די abusers (און משפחה פון עביוזערס וואס ווילן נישט זייער נאמען זאל באשמירט ווערן מיט בלאטע).

סטאטיסטיק ווייזט אז 4% אדער ווייניגער זענען פאבריצירט out of פינף און ניינציג פראצענט פון די קעיסעס וואס קלאגן אן סעקשועל עביוז.

ווען מ'נוצט אביסל קאמען סענס און מ'פארשטייט די torture פון דורכגיין אזא פראצעס ווי איינער ברענגט דעם עביוזער צו משפט, ווייסט מען אז רובא דרובא זענען אמת.

(me too איז נישט א קעיס אין געריכט. יעדער קען שרייבן א פאוסט. מיש נישט צוזאם הודו מיט כוש).

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2024 12:10 pm
דורך [NAMELESS]
טייערע בונה
איך האלט אז דו טרייבסט איבער
עס איז נישט א סיסטעם וואס איז דיזיינד
פשוט עס גלייבט זיך נישט אז היימישע אידען זאלען טוהן אזעלכע זאכען
בפרט דאס וואס ווערט באשריבען אין די לעצטע לאו סוטס

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2024 12:36 pm
דורך בונה של טוב
די סיבה פארווואס ס'גלייבט זיך נישט איז ווייל מ'האט אזויפיל ביי אונז אונטערגעשטופט אונטער די קארפעט אז ס'איז א הימל געשריי.

איינמאל דו וועסט זיך אויפוועקן און זעהן וואס גייט באמת פאר אונטער די קוליסן וועסטו פארשטיין וואס איך זאג. אונז האבן ב"ה הערליכע חסד ארגאניזאציעס וואס געבט אונז א גוטע געפיל אז אלעס איז גוט ביי אונז און מי כעמך ישראל. איך מאך נישט חלילה אוועק די גוטהארציגקייט פון כשר'ע גוטהארציגע נשמות וואס נאר איין זאך ווילן זיי, ווי מער מחי' זיין א צווייטן. נאר לאז דאס נישט פארבלענדן דיינע אויגן, כָּל הַגָּדוֹל מֵחֲבֵרוֹ יִצְרוֹ גָּדוֹל מִמֶּנּוּ קען מען זאגן אויפ'ן כלל אויך: ווי מער גוטס ס'דא ביינאונז אלס מער דארף מען buckle down און זיכער מאכן צו הערן די קול דמי אחיך און נישט דערשטיקן עס מיט תירוצים, נאר אייגנטליך העלפן.

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2024 1:05 pm
דורך 65th
קשיות:
- ווי איז גיוועהן די מוטער?
- ווי זענען גיוועהן די גישוויסטער?
- פארוואס האט זי נישט פארציילט צי א טיטשער אדער א חברטורען?
- פארוואס איז עס נישט אין קרימינאל קורט?
- אלעס איז געלט?

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2024 2:39 pm
דורך אנטוישטער יונגערמאן
You can be part of the problem or part of the solution.
קשיות מעג יעדער פרעגן, אבער דיין מסקנה ביים סוף זאגט אסך מער וועגן דיר ווי וועגן די קרבן

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2024 4:02 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
מנשסתר האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 12:10 pm טייערע בונה
איך האלט אז דו טרייבסט איבער
עס איז נישט א סיסטעם וואס איז דיזיינד
פשוט עס גלייבט זיך נישט אז היימישע אידען זאלען טוהן אזעלכע זאכען
בפרט דאס וואס ווערט באשריבען אין די לעצטע לאו סוטס
* אז מענטשן

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2024 4:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מנשסתר האט געשריבן: חפץ חיים/הלכות לשון הרע/ו י

אַף עַל פִּי שֶׁבֵּרַרְנוּ דְּקַבָּלַת לָשׁוֹן הָרָע, דְּהַיְנוּ לְהַחְלִיט בְּלִבּוֹ שֶׁהַדָּבָר אֱמֶת, אָסוּר מִן הַתּוֹרָה, מִכָּל מָקוֹם אָמְרוּ חֲזַ"ל, דְּלָחוּשׁ מִיהוּ בָּעֵי {שלחשוש אמנם צריך}. וּבֵאוּר הַדָּבָר, דְּצָּרִיךְ לְקַּבֵּל אֶת הַדָּבָר בְּדֶרֶךְ חֲשָׁשׁ בְּעָלְמָא, הַיְנוּ רַק כְּדֵי לִשְׁמֹר אֶת עַצְמוֹ מִמֶּנּוּ שֶׁלֹּא יַגִּיעַ לוֹ הֶזֵּק עַל יָדוֹ, וְלֹא יִהְיֶה זֶה הַדָּבָר אֲפִלּוּ בְּגֶדֶר סָפֵק דְּמַעֲמִידִין לְאָדָם בְּחֶזְקַת כַּשְׁרוּת, וְלָכֵן מְחֻיָּב עֲדַיִן לְהֵיטִיב עִם הַנִּדּוֹן בְּכָל הַטּוֹבוֹת שֶׁצִּוְּתָה הַתּוֹרָה לִשְׁאָר אֲנָשִׁים מְיִּשְׂרָאֵל, כִּי לֹא נִגְרַע עֶרְכּוֹ בְּעֵינֵינוּ על יְדֵי הַלִּישָׁנָא בִּישָׁא {הלשה"ר} לְשׁוּם דָּבָר, רַק שֶׁהַתּוֹרָה הִתִּירָה לָחוּשׁ לַלִּישְׁנָא בִּישָׁא לְעִנְיַן לִשְׁמֹר אֶת עַצְּמוֹ וְאֶת אֲחֵרִים מִמֶּנּוּ, וְעַל כֵּן כָּתְבוּ הַפּוֹסְקִים דְּמַה שֶּׁמֻּתָּר לָחוּשׁ, הַיְנוּ הֵיכָא שֶׁיּוּכַל לָבוֹא לִידֵי הֶזֵּק לוֹ אוֹ לַאֲחֵרִים אִם לֹא יָחוּשׁ לוֹ, (דָּבָר זֶה דְּלְאַחֵרִים צָרִיךְ בִּאוּר רָחָב, וְעַיֵּן פֹּה בִּבְאֵר מַיִם חַיּים וּלְקַמָּן בְּחֵלֶק ב' בִּכְלָל ט' עַיֵּן שָׁם הֵיטֵב, כִּי שָׁם נַרְחִיב בָּזֶה בְּעֶזרַת ה'), אֲבָל בְּעִנְיָן אַחֵר אָסוּר לָחוּשׁ לְלָשׁוֹן הָרָע וּלְהַאֲמִינוֹ כְּלָל.

בקיצור, א מענטש מעג חושש זיין אז יענער איז א מאלעסטער, און זיך דערווייטערן פון אים. אבער נישט לייגן אין תפיסה, נישט מבזה זיין, נישט שאדן מאכן, און נישט וויי טון. עס מעג נישט זיין אפילו א ספק אז עס איז אמת, נאר וויפיל עס איז נוגע זיך צו באשיצן טאמער עס וואלט יא געווען אמת.

דאס איז נישט guilty until proven innocent.

בעט איך ווייטער א מראה מקום פאר די הלכה.

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2024 5:10 pm
דורך אקטיווע שרייבער
איינער קען דעי יוסף שלעזינגער??

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 12:17 am
דורך yesiknow
אויב דו קענסט עם נישט, איז עס דיר נישט נוגע לכאורה. סתם מישן א קאשע איז נישט באמת כדאי, חוץ אויב דו האסט א חשש אז ער קען דיך אדער דיינע באליבטע שעדיגן.

די קשיות פון 65 זענען לכאורה שטארק, עס שמעקט פון געלט, דארט איז דא א גרויסע קאמפלעקס אינוואלווד וואס איז יעצט געווארן פארקויפט, ממילא פיגער עס אויס אליינס.
איך נעם נישט קיין שטעלונג עט אלל, איך שעהר נאר אביסעלע פאקטען פאר ווער עס איז נייגעריג.

שבוע טוב.

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 12:37 am
דורך בונה של טוב
זייט ווען זענען נאר זיינע באליבטע ווערד צו זיין באשיצט? איז נישט יעדעס אידיש קינד equally ווערד צו ווערן באשיצט?
אויב אפילו וואוין איך אין אוסטראליע וואלט איך געוואלט מאכן זיכער צו לאזן וויסן יעדע חבר וואס איך האב אין וויליאמסבורג אז זיי זאלן האלטן אן אויג אויף די קינדער ח"ו נישט צו גיין נאנט צו דעם באשולדיגטן ווילאנג ס'נישט קלאר 100% אז ער איז נישט א danger
און איך וואלט געזאגט מיינע חברים צו לאזן וויסן וועמען זיי קענען נאר וואס האט קינדער!
השם ישמרנו!
וואספארא הפקר וועלט איז עס ווי קינדערס בלוט גיסט זיך און מענטשן מאכן גאנצע שקלא וטריא'ס כאילו מ'איז דא דן אן אקס וואס איז שבת אריינגעלאפן צום שכן'ס פעלד, און צו יענער דארף צאלן דעם שאדן צו נישט.
מ'רעדט דא פון יונגע אומשולדיגע קינדער וואס זענען אין סכנה פון איינעם וואס איז מעגליך ביטער קראנק מיט אזא סם וואס קען פארטיליגן יעדע שאנס פאר זיי צו האבן א נארמאלע לעבן.

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 12:41 am
דורך yesiknow
איך האב נישט געווסט אז ער האט נאר ליב "זיינע" קינדער

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 12:59 am
דורך yesiknow
מען רעדט דא פון א יוד וואס האט קיינמאל נישט געהאט קיין שום שמוץ פון קיינעם און אפילו יעצט איז עס נאר א באשולדיגונג פון איינעם וואס איז א פראבלעמאטישע נשמה (ווער עס איז באקאנט),
און עס איז דא כמה ראיות וואס זאגט אז דאס איז א געלט מעשה (מוצאי שבת), און ביזדערווייל שפרינגסטו.
למשל עס איז דיין טאטע, און דו ווייסט קלאר אז עס נישט אמת, וואלסטו אויך געזינגען די זעלבע ניגון?

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 1:17 am
דורך [NAMELESS]
בונה של טוב האט געשריבן: Dr. Phil זאגט פארקערט
ווען ס'קומט צו די סעיפטי פון קינדער, איז די כלל
Guilty until proven innocent

טאמער קום איך יעצט ארויס מיט א מעשה אויף Dr. Phil, גייט ער זיך מרצוני הטוב גלייך אריינזעצן אין תפיסה אלץ Guilty until proven innocent?

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 1:31 am
דורך בונה של טוב
yesiknow האט געשריבן: מען רעדט דא פון א יוד וואס האט קיינמאל נישט געהאט קיין שום שמוץ פון קיינעם און אפילו יעצט איז עס נאר א באשולדיגונג פון איינעם וואס איז א פראבלעמאטישע נשמה (ווער עס איז באקאנט),
און עס איז דא כמה ראיות וואס זאגט אז דאס איז א געלט מעשה (מוצאי שבת), און ביזדערווייל שפרינגסטו.
למשל עס איז דיין טאטע, און דו ווייסט קלאר אז עס נישט אמת, וואלסטו אויך געזינגען די זעלבע ניגון?

ס׳איז צום לאכן און צום וויינען די בלבול המוחות דא

ר' yes I know, וואס וואלסטו געטון אויב דו גייסט מארגן ארויס אויפ'ן גאס און ס'קומט א גוי א שיכור און קלאפט דיר ביטער אן די ביינער?
וואלסט געווען א בטלן און געזאגט איך קען אים נישט חלילה אנקלאגן און sue פאר אלע שאדן וואס ער האט דיר געמאכט?

קל וחומר טויזנט מאל אזויפיל (ווייל ביינער היילן זיך) אבער די קרבנות פון סעקשועל עביוז האבן נישט אזא מזל,
וואספארא נארישע גערעדאכץ איז דא - כאילו נאך אלע יסורים קומט זיך נישט אלע געלט - פון יעדע קאמפלעקס - ווייל ס'וועט קיינמאל נישט "אפצאלן" א טיפה מן הים וויפיל ס'קומט זיך.

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 3:55 pm
דורך yesiknow
Everything you're saying is based that the story is true and it seems like you're very convinced that it is, we just have to debate how much money she deserves. I tend to disagree, give the guy a chance to respond. Technically, I could go to court and file a complaint against you today for exactly the same

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 6:59 pm
דורך 65th
עס איז שווער צי גלייבן אז א טאטע האט גיטשעפט מיט זיין טאכטער אבער לאמיר זאגען אז עס איז גישעהן אבער צי זאגן אז דער טאטע האט גיברענט חברים אז זיי זאלען אויך טשעפען מיט איר וויל איך נישט גלייבן…
סארי

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2024 12:48 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב נישט פארשטאנען אז דאס איז א געלט קלאגע
איך האב געמיינט אז עס איז א קרימינאלע קלאגע
א קרימינאלע קלאגע וואלט איך פארשטאנען
אבער נאר פאר געלט?

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2024 12:49 pm
דורך היימלינד
בונה של טוב האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 11:36 am
היימלינד האט געשריבן: טאקע, ווען די מעשה איז אמת
#MeToo מוז נישט זיין אמת כמבואר לעיל

נעם אין אכט אז ס'נישט קיין צופאל די ציניסיזם וואס מ'האט אין אונז איינגעבאקן קעגן יעדן וואס וואגט זיך צו זאגן דעם אמת (יענער איז משוגע, וויל סתם נקמה, וויל געלט, עטענטשן און וואספארא תירוצים מ'קען נאר אויפקומען אוועקצומאכן) אז קיינער זאל חלילה נישט גלייבן דעם באקריוודעטן - דאס איז BY DESIGN, כדי צו ערמעגליכן פארברעכערס פארצוזעצן אָן קיין שטער, און האבן די כלי זיין קעגן זייערע קרבנות און זיי סטראשען: קיינער וועט דיר נישט גלייבן, איך בין באקאנט מיט מיין חסד, צדקה, ביכער/ספרים עסקנות א.א.וו.

ס'איז נישט געשעהן פון זיך אליין אז ס'דא אזא ווינט אוועקצומאכן - עס ווערט כסדר פארשטערקערט ביי די abusers (און משפחה פון עביוזערס וואס ווילן נישט זייער נאמען זאל באשמירט ווערן מיט בלאטע).

סטאטיסטיק ווייזט אז 4% אדער ווייניגער זענען פאבריצירט out of פינף און ניינציג פראצענט פון די קעיסעס וואס קלאגן אן סעקשועל עביוז.

ווען מ'נוצט אביסל קאמען סענס און מ'פארשטייט די torture פון דורכגיין אזא פראצעס ווי איינער ברענגט דעם עביוזער צו משפט, ווייסט מען אז רובא דרובא זענען אמת.

(me too איז נישט א קעיס אין געריכט. יעדער קען שרייבן א פאוסט. מיש נישט צוזאם הודו מיט כוש).
וואס האט דיין שרייבעריי צוטון מיט וואס איך האב געשריבען ?

זאגסט א שיינע פשעטיל, און גראדע בין איך מסכים מיט רוב פון דעם
איך האב זיך באצויגען צו א געוויסע תגובה בנוגע א געוויסע פרשה, נישט בכלליות.

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 9:03 am
דורך סביב העולם
מנשסתר האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 12:48 pm איך האב נישט פארשטאנען אז דאס איז א געלט קלאגע
איך האב געמיינט אז עס איז א קרימינאלע קלאגע
א קרימינאלע קלאגע וואלט איך פארשטאנען
אבער נאר פאר געלט?
אזוי זעה איך, יתכן איך בין ראונג

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 10:00 am
דורך פארברענגן
65th האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 6:59 pm עס איז שווער צי גלייבן אז א טאטע האט גיטשעפט מיט זיין טאכטער אבער לאמיר זאגען אז עס איז גישעהן אבער צי זאגן אז דער טאטע האט גיברענט חברים אז זיי זאלען אויך טשעפען מיט איר וויל איך נישט גלייבן…
סארי
"Please listen to the podcast "hunting warhead

It's more common than you think. This podcast could be very difficult to listen, but it's top notch.

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 10:05 am
דורך בונה של טוב
סביב העולם האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 9:03 am
מנשסתר האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 12:48 pm איך האב נישט פארשטאנען אז דאס איז א געלט קלאגע
איך האב געמיינט אז עס איז א קרימינאלע קלאגע
א קרימינאלע קלאגע וואלט איך פארשטאנען
אבער נאר פאר געלט?
אזוי זעה איך, יתכן איך בין ראונג
דערמאנסט מיר די פראפאגאנדע פון mcdonald מיט זייער lawsuit
יארן צוריק (ווען איך בין נאך געווען א קינד אין די ניינציגער יארן)

ווען די עולם האט אבער אויסגעפינען די אמת - וועלכע איז געווען פארהוילן בשעת׳ן געריכט- דעמאלס האט מען שוין מער נישט געלאכט דערפון.

שטעלט זיך פאָר: די געפערליכע דריטע דעגרי burns וואס די 79 יעריגע פרוי האט געליטן אויף זעכצן פראצענט פון איר קערפער, האט איר אפגעקאסט 10,000$ אין מעדיקל חובות און ווען זי האט מלכתחילה געמאכט א קאמפלעין צו mcdonald, האבן זיי נאר געוואלט צאלן 800$ צו סעטלען די אישׁאָ.

אבער ווען ס׳געקומען צו קאָרט האט די jury דעסיידעט based on the evidence אז מ׳זאל איר נישט נאר באלוינען די געלט וואס קומט איר אויסצוצאלן איר חוב, אבער זיי דארפן צאלן punitive damages און די געלט וואס איז באשטימט געווארן איז סך הכל די ריוח וואס מק׳דאנעלד מאכט פון צוויי טעג פארקויפן די סכנה׳דיגע הייסע קאווע וואס קען אין ווייניגער פון פיפצן סעקונדעס גורם זיין זיך אפצובריען אויפ׳ן 3׳טן דעגרי (די ערגסטע סארט ברי)

שטעלט זיך ארויס mcdonald האט שוין פריער געהאט באקומען 700 קאמפלעינס פון נאך מענטשן וועלכע האבן זיך ביטער אפגעבריהט, אבער זייער פאליסי איז אלעמאל געווען profit over people ממילא האבן זיי נישט געגעבן קיין קרעפל און געהייסן זייער ארבעטער ווייטער אנצוהייצן די קאווע אויפ׳ן העכסטן גראד

איך האב געהערט די קעיס גאר גוט אראפגעלייגט אויף די ראדיו יארן צוריק אבער איך טרעף נישט יעצט יענע לינק

דא איז די בעסטע שטעלפארטרעטער וואס כ׳האב דערווייל געטראפן אויב דו ווילסט זעהן מער פרטים וועגן ״חוזק-געמאכטע lawsuit”

https://www.dailymail.co.uk/news/articl ... truth.html

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 10:18 am
דורך yesiknow
I'm not sure if you're comparing apples to apples.
McDonald's is a business for many many years just for profits and they made a decision based on profits that it will pay for them to continue doing that what they did Even though people got burned.
This is an individual person, who was never ever been sued by anyone in the past 70 years, there is no rumors or no indications no hint that he should be involved in anything like this, I don't think it's a great comparison, that's just my opinion.
thank you

Re: היימישע מאלעסטערס אין די נייעס

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 11:44 am
דורך אנטוישטער יונגערמאן
פארברענגן האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 10:00 am
65th האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 6:59 pm עס איז שווער צי גלייבן אז א טאטע האט גיטשעפט מיט זיין טאכטער אבער לאמיר זאגען אז עס איז גישעהן אבער צי זאגן אז דער טאטע האט גיברענט חברים אז זיי זאלען אויך טשעפען מיט איר וויל איך נישט גלייבן…
סארי
‏"Please listen to the podcast "hunting warhead

‏It's more common than you think. This podcast could be very difficult to listen, but it's top notch.
איך האב גערעדט מיט א חבר איבער דעם טרויעריגן נושא און ער זאגט מיר: די אמת איז אז אפאר יאר צוריק וואלט איך פונקט אזוי גערעדט ווי אסך דא: ״ס׳זיכער געלט״, ווייל די מח קען נישט דערהייבן צו טראכטן אז ס׳קען אפילו זיין אמת

איך גלייב ער איז כשר גערעכט. איך וואלט מסתמא אויך אוועקגעמאכט ווען נישט איך האב שוין צופיל געזעהן און געהערט.

איך ווייס פערזענליך פון ווייניגסטנס נאך צוויי היימישע קעיסעס (א דריטע האט מען גע׳טענה׳ט אז די שוואגער האט עס געטון נישט די טאטע (ביידע זענען באוואוסט מיט זייערע שענדליכע מעשים)

————
איך האב געהערט פון די משפחה פון ר׳ הלל וויינבערגער- ראש פון התאחדות הרבנים, אז א טאטע פון קרית יואל האט אים אנגעקלינגען צושוידערט אז זיין צען יעריגע טאכטער איז אהיימגעקומען דערציילן אז די זיידע האט געטון מיט איר דאס אומגלויבליכע (וואס מ׳וויל זיך נישט פארשטעלן)...

דער טאטע האט געוואלט וויסן וואס איז די אחריות׳דיגע זאך צו טון? זאל ער אנקלינגען די אנדערע 10 געשוויסטער וועלכע האבן יונגע קינדער אין שטוב - זיי זאגן אז מ׳מוז זיך היטן פונ׳ם זיידן?

ר׳ הלל וויינבערגער האט ״בארוהיגט דעם טאט׳ן, און אים געווארנט ער זאל קיינעם נישט דערציילן, און ער וועט שוין ״קעיר נעמען״

(דאס האב איך געהערט מסיח לפי תומו, יארן צוריק ווען ס׳האט זיך געטון אויף טיש און אויף בענק וועגן די טראגעדיע פונ׳ם גראס בחור וואס מ׳האט געטראפן געהאנגען רח״ל. דעמאלס האט די גאס געשמועסט ״אז א שווארצער גוי האט דאס געטון״ אבער ווען כ׳האב געשמועסט מיט די וויינבערגער משפחה האבן זיי מיר אביסל געעפנט די אויגן אז כ׳זאל נישט זיין אזוי gullible
זיי האבן מיר געזאגט ס׳גארנישט אזוי פשוט, און ס׳גלייבט זיך ענדערש אז ער איז געווען א קרבן פון סעקסועלע עביוז און האט נישט געקענט מער אויסהאלטן די יסורים נעבעך)
פארשטייטצעך מיט די אויבנדערמאנטע מעשה מיט׳ן דערשראקענעם טאט׳ן, האבן זיי אויך באטאנט און ארויסגעברענגט פאר מיר וויפיל שווערע קעיסעס ר׳ הלל דילט מיט טאג טעגליך, און אז דאס איז נאר א קליינע דוגמא (like the tip of the iceberg)