בלאט 8 פון 14

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:25 am
דורך לאכעדיג
מנחם מנדל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 11:03 pm דו האלטסט אז ר' אביש האט ממש נישט געלאזט ר' בעריש ליגן אין בית החיים דאס איז געוועהן די גאנצע מחלוקה? עס לייגט זיך ממש נישט אויפן שכל,
די ווארט "שכל" קומט בכלל נישט אריין ווען מען רעדט פון די חברה.

כידוע פארמאגן די ספינקא קינדער ווי אויך זיינע חסידים גאר פלאטשיגע קעפ און גאר קליינע מוחות און נאר א דאנק דעם האבן זיי זיך געקענט ווייקן ביי אזא צדיק... ווי רבי הערשעלע...

רבי הערשעלעס בית המדרש אויף קיעפ סטריט איז אלע יארן געווען א קינדערגארטן, חסידים פלעגן אויסזאגן רבי הערשעלע אז איינער האט זיי געטשעפעט וכו'...

און יא, די גאנצע רבי בעריש און רבי אביש מחלוקה האט מיט קיין "שכל" גארנישט איינגעשטויסן.

דעריבער איז דיין קשיא קיין קשיא.

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:30 am
דורך berlbalaguleh
לאכעדיג: א ביסל צו שארף. דאס קענמען נישט אוועקנעמען . ר' הערשעלע איז געווען א צדיק אמת...!

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:32 am
דורך לאכעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:30 am לאכעדיג: א ביסל צו שארף. דאס קענמען נישט אוועקנעמען . ר' הערשעלע איז געווען א צדיק אמת...!
מיט וואס?? ביטע צוטיר דיינע ווערטער.

ריכטיג אז ער איז געווען א ערליכע איד און א שטיקל תלמיד חכם אבער א צדיק אמת???

אין יענע דוד יעדע רבי וואס האט געהאט א ווייסע בעקטישע האט מען גערופן א צדיק אמת...

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:37 am
דורך berlbalaguleh
ער האט מחזק געווען א סאך צובראכענע אידן: איך קען (לכה"פ) 2 קעיסעס וואו ער האט שטארק ארויסגעהאלפן און מחזק געווען צובראכענע אידן. ניין נישט דוקא מיט געלט. און דערהאלטן ביי אידישקייט עטליכע אנדערע אידן.

די קינדער: דאס איז שוין אן אנדערע מייסע...!

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:40 am
דורך berlbalaguleh
ויסעו מ'סאטמאר ויחנו ב'ספינקא...!

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:41 am
דורך לאכעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:37 am ער האט מחזק געווען א סאך צובראכענע אידן: איך קען (לכה"פ) 2 קעיסעס וואו ער האט שטארק ארויסגעהאלפן און מחזק געווען צובראכענע אידן. ניין נישט דוקא מיט געלט. און דערהאלטן ביי אידישקייט עטליכע אנדערע אידן.
א יעדע טעראפיסט וואס טוט אין קעסיס און איז מחזק צעבראכענע אידן איז א צדיק אמת???

יעצט ענטפער אז טעראפיסטן נעמען געלט און ער האט נישט גענומען.

אזוי גאר?? די אלע בנינים און נכסים זיינע וואס מען שלאגט זיך נאך ביז היינט דערויף קומט פון ווי?? ער האט אמאל געארבעט פאר א דאללער??

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 7:20 am
דורך צפת
דער אשכול האט אנגעצינדן מיין נייגער איבער די ספינקא מחלוקת.

קען איינער אריינקומען קלאר איבער די פערסענעלטי פון אלע ספינקער קינדער, און ווי אזוי זיי האבן אויסגעקוקט בחייו פון זייער טאטע?

וואספארא כאראקטער איז ר' בעריש געווען? - עובד, פיקח, ארבעטער? - וואס האט ער געטון?

וכן ר' אביש, אייזיק, נפתלי וכדו'?

ווער האט געהייסן דער געלונגענער, חשוב'סטער, וכו'?

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 8:34 am
דורך מילך טראק
מנחם מנדל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:00 pm
.

דאן זענען די בני ר' בעריש ארויס און א גאר שמוציגע קאמפיין און סטראשערייען, און ממש געצווינגען דעם חלקה און טאקע דאס איז די סיבה פארוואס די בני בעריש זענן היינט אזוי סוקסעספול יאריך ימים על ממלכתותם..
וואס האט איינס מיטן צווייטען?

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 8:38 am
דורך מילך טראק
חב''ד הויזן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 8:24 pm אה, כ'האב געמיינט אז ספינקא איז א אומזיסטע נאמען וואס די גאווערמענט טיילט פאר נידריגע פארדינער בנשקלעך....
אמאל געווען די דשואק ספינקס אזויווי היינט וויזניץ

Re: רבי הערשעלע (קראלער) ספינקער ז"ל

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 8:43 am
דורך מילך טראק
לאכעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:46 am
מילך טראק האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:02 am אגב זיין טאטע איז אויך געווען א שטיקל קאנטראל פריק



ווידעראום פאר זיינע אייגענע מענטשן איז ער טאקע געווען א ריכטיגער קאנטראלער מיט אלע מפרשים און זיין חסידות איז געווען א עכטע קולט כאטשיג וואס אין יענע צייטן האט מען נאכנישט געוויסט וואס די ווארט מיינט...

זיינע חסידים האבן נישט געמעגט פארמאגן קיין אייגענע דעת, אלעס האט מען אים געמוזט פרעגן און מען האט נאר געמעגט טאן וואס ער הייסט, און אויב איינער האט זיך געוואגט אים נישט צו פאלגן האט ער אים דערווייטערט מיטן אויסרייד אז ער קען אים מער נישט באגלייטן.. לשונו כידוע.


ער האט זיך אויך אריינגעמישט אין בעדרום?
ער האט אויך אזוי שטארק קאנטראלירט די נשי ספינקא?

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 10:00 am
דורך מנחם מנדל
לאכעדיג האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:25 am
מנחם מנדל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 11:03 pm דו האלטסט אז ר' אביש האט ממש נישט געלאזט ר' בעריש ליגן אין בית החיים דאס איז געוועהן די גאנצע מחלוקה? עס לייגט זיך ממש נישט אויפן שכל,
די ווארט "שכל" קומט בכלל נישט אריין ווען מען רעדט פון די חברה.

כידוע פארמאגן די ספינקא קינדער ווי אויך זיינע חסידים גאר פלאטשיגע קעפ און גאר קליינע מוחות און נאר א דאנק דעם האבן זיי זיך געקענט ווייקן ביי אזא צדיק... ווי רבי הערשעלע...

רבי הערשעלעס בית המדרש אויף קיעפ סטריט איז אלע יארן געווען א קינדערגארטן, חסידים פלעגן אויסזאגן רבי הערשעלע אז איינער האט זיי געטשעפעט וכו'...

און יא, די גאנצע רבי בעריש און רבי אביש מחלוקה האט מיט קיין "שכל" גארנישט איינגעשטויסן.

דעריבער איז דיין קשיא קיין קשיא.
מעגסט רעדן מיט מער רעספעקט צו א צדיק קדוש ופרוש א איד וואס האט געלעבט אַ העכער לעבן.

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 10:33 am
דורך מילך טראק
מנחם מנדל האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 10:00 am [
מעגסט רעדן מיט מער רעספעקט צו א צדיק קדוש ופרוש א איד וואס האט געלעבט אַ העכער לעבן.
ער דארף זאגן ליגנט?

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 10:44 am
דורך מילך טראק
ס'גועווען רבי'ס נאכן קריג וואס האבן באוויזען מופתים , די ספינקא טענהענן אז ר הערשלע איז געווען אין די קאטעגאריע,

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 10:45 am
דורך חב''ד הויזן
לאכעדיג האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:32 am
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:30 am לאכעדיג: א ביסל צו שארף. דאס קענמען נישט אוועקנעמען . ר' הערשעלע איז געווען א צדיק אמת...!
מיט וואס?? ביטע צוטיר דיינע ווערטער.

ריכטיג אז ער איז געווען א ערליכע איד און א שטיקל תלמיד חכם אבער א צדיק אמת???

אין יענע דוד יעדע רבי וואס האט געהאט א ווייסע בעקטישע האט מען גערופן א צדיק אמת...
וואס איז א חילוק פון א ערליכע איד און א צדיק אמת?

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 10:48 am
דורך חב''ד הויזן
מילך טראק האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 10:44 am ס'גועווען רבי'ס נאכן קריג וואס האבן באוויזען מופתים , די ספינקא טענהענן אז ר הערשלע איז געווען אין די קאטעגאריע,
וואס הייסט זיי טענהן? ער איז געווען אין אמעריקע פאר פיפציג יאר, ער האט באוויזן מופתים אדער נישט? דאס איז דארף דאך זיין א יא אדער ניין.

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 10:52 am
דורך מילך טראק
חב''ד הויזן האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 10:48 am [

וואס הייסט זיי טענהן? ער איז געווען אין אמעריקע פאר פיפציג יאר, ער האט באוויזן מופתים אדער נישט? דאס איז דארף דאך זיין א יא אדער ניין.
איך ווייס נישט איך פרעג, אויף סאטמאר רבי דערציילט מען מופתים, אויפן ריבניצער, דאכך זי אויף ר יענקלע אויך

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 10:54 am
דורך ברוך שפינוזה
מיום שחרב בית המקדש (וגם לפני זה) ניתנה נבואה לשוטים

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 11:48 am
דורך חב''ד הויזן
מילך טראק האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 10:52 am איך ווייס נישט איך פרעג, אויף סאטמאר רבי דערציילט מען מופתים, אויפן ריבניצער, דאכך זי אויף ר יענקלע אויך
אה, האסט אויסגעלאזט די פראגע צייכן.

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 12:28 pm
דורך berlbalaguleh
דער ריבניצער רבי איז געווען א צדיק. אויף דעם איז לית מאן דפליג. נאר קיין רוה"ק האט ער נישט געהאט. מפני מעשה שהיה.

איך בין (אפשר) בבחינת הציץ ונפגע. איך האב מיטגעהאלטן א מעשה ווי א איד א "בעל עבירה" ל"ע איז געקומען זיך קוויטלען ביים ריבניצער רבי. און די רבי האט איהם נישט געזאגט קיין ווארט איבער זיינע עבירות.

נאר אפשר איז ער (און זיין שותפ'טע) געווען נובהרדוק'ער. זיי האבן דירעקט געמאכט אז מען זאל זיי חושד זיין אין טון עבירות כדי זיי זאללן ליידן בזוינות. און די רבי האט דאס געוויסט ברוח קדשו.

נאר דאס אז די רבי האט געהאט רוח הקודש ווייל ער האט געוויסט אויב איינער איז נישט געווען אין מקוה. ווען ער זאל מיך פרעגן וואלט דער אנטפער אויך געווען ...ניין. איך בין נישט געווען אין וואסער...!

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 1:25 pm
דורך אפטימיסטיש
@מנהל ביטע אפטיילן די גאנצע ספינקע סאמעטוכע פון דעם אשכול. כ'מיין ספינקא איז ווערד א באזונדערע אשכול פאר זיך

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 1:34 pm
דורך לאכעדיג
מנחם מנדל האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 10:00 am מעגסט רעדן מיט מער רעספעקט צו א צדיק קדוש ופרוש א איד וואס האט געלעבט אַ העכער לעבן.
די אלע טיטלען אויף רבי הערשעלע קען איך אליין זעהן אויף זיין מצבה...

און נאכאמאל ער איז טאקע געווען א ערליכע איד אבער זיין שווערע נאטור האט פארביטערט זיינע ארומיגע...

אגב, איך גלייך זייער דיין מוסר רייד...

ווי גייסטו זאגן שלוש סעודות תורה די וואך???

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 1:41 pm
דורך לאכעדיג
חב''ד הויזן האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 10:45 am וואס איז א חילוק פון א ערליכע איד און א צדיק אמת?
גוט מדייק געווען...

און די חסידישע קאמיונעטי מיינט א ערליכע איד איינער וואס מען מעג נאך רעדן פון זיינע שוואכקייטן און א צדיק אמת מיינט איינער וואס מען טאר שוין נישט רעדן פון זיינע שוואכקייטן...

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:20 pm
דורך berlbalaguleh
לאכעדיג האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:41 am
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:37 am ער האט מחזק געווען א סאך צובראכענע אידן: איך קען (לכה"פ) 2 קעיסעס וואו ער האט שטארק ארויסגעהאלפן און מחזק געווען צובראכענע אידן. ניין נישט דוקא מיט געלט. און דערהאלטן ביי אידישקייט עטליכע אנדערע אידן.
א יעדע טעראפיסט וואס טוט אין קעסיס און איז מחזק צעבראכענע אידן איז א צדיק אמת???

יעצט ענטפער אז טעראפיסטן נעמען געלט און ער האט נישט גענומען.

אזוי גאר?? די אלע בנינים און נכסים זיינע וואס מען שלאגט זיך נאך ביז היינט דערויף קומט פון ווי?? ער האט אמאל געארבעט פאר א דאללער??
לאכעדיג: דאס איז פונקט וואס איך האב דיר געוואלט זאגן. א טעראפיסט לאזט זיך באצאלן גרויסע גלעטער. נאכדעים איז ער/זי ווילליג אויסצוהערן דיין פראבלעים און (אפשר) געבן עצות...נאו. פעי, נאו פלעי. משא"כ א רבי צו וועים מ'קומט זיך אויסרעדן דאס הארץ. און די רבי הערט אויס און געט אן עצה. נאכדעים. דער איד וועלכער איז אויך א גביר, אלס הכרת הטוב וויל ער מנדב זיין פאר'ן רבי'ן און פאר די מוסדות. איז דאס א שיינע זאך. נאר קיינער צווינגט איהם נישט. ס'איז נישט מוסכם מתחילה אז ער וועט אדער זאלל באצאללן.

ועוד: וואס האסטו געוואלט? אז די רבי זאל ארויסגיין דרייוון א טעקסי אדער פאררעכטן שיך?!