בלאט 1 פון 1

גוגל'ס דודלעך

נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 11:17 am
דורך אנאליזירער
ווי באקאנט האט "גוגל" א מנהג טוב צו פייערן פילע יומא דפגרא'ס מיט אן אזויגערופענעם "גוגל דודל". איז דאך נישט מער ווי פאסיג אז מיר זאלן דא אריינשטעלן יעדן פרישן "דודל", און רעדן אביסל דערוועגן.
היינט האט גוגל ארויפגעשטעלט דעם פאלגנדן "דודל":
בילד

דאס איז לזכר נשמת דעם יאפאנעזישער אקירא יאשיזאווא וועלכער איז געבוירן געווארן פונקט 101 יאר צוריק, למספרם. מר. יאשיזאווא איז געווען א מייסטער אין "אָריגאַמי" - דער קונסט פון קנייטשן פאפיר, און פארמירן טשאטשקעלעך.