בלאט 8 פון 46
נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 12:18 pm
דורך אביגדור
על כן יאמרו המושלים וכו'.
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:37 pm
דורך ונבנתה העיר
אז ספר איוב איז אויף די
World Library ליסטע.
World Library איז א ליסטע פון די 100 בעסטע ביכער אין היסטאריע, צוזאם-געשטעלט אין 2002 דורך 100 שרייבער פון 54 לענדער.
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:58 pm
דורך נולד מאוחר
פארוואס איז די author Anonymous?
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 12:01 am
דורך משה געציל
זעט אויס ער האט אנגענומען, אדער איז ער עכ"פ חושש ווי דער מאן דאמר אז איוב לא היה ולא נברא.
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 12:19 am
דורך ונבנתה העיר
לויט איין דעה
אין די גמ' האט משה געשריבן ספר איוב.
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 1:01 am
דורך קאווע טרינקער
אז geraldo rivera האלט שוין ביי זיין פינפטע ווייב.
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 1:03 am
דורך זר זהב
אז ס'דא מאקאשאן וואס קענען פליען אביסעל
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=xWPruY7uyeQ[/youtube]
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 12:53 am
דורך ונבנתה העיר
אז דער ווארט 'קוויטל' נעמט זיך פון דעם פויליש'ן ווארט 'kwit', וואס
מיינט א רעסיט.
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 2:19 am
דורך געפילטע פיש
אז פאר א בארקאוד מוז מען צאלן א ר
עגיסטראציע אפצאל עס צו קענען נוצן.
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 7:48 am
דורך איך אויך
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז דער ווארט 'קוויטל' נעמט זיך פון דעם פויליש'ן ווארט 'kwit', וואס
מיינט א רעסיט.
קוויטונג אויף אידיש-דייטש מיינט אויך א רעסיט.
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 7:58 am
דורך קאווע טרינקער
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז דער ווארט 'קוויטל' נעמט זיך פון דעם פויליש'ן ווארט 'kwit', וואס
מיינט א רעסיט.
דאן וואלט דאך דער רבי געדארפט געבן פארן חסיד א קוויטעל, א רעסיט אז ער האט באקומען דעם פדיון! עולם הפוך ראיתי.
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 8:14 am
דורך געפילטע פיש
א רעסיט פונעם גבאי'ן אז ער האט געצטאלט זיינע צען פופצען צענט גבאי געלט, און ער דארף ווייזען די רעסיט אריינצוגיין.
נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2013 11:04 pm
דורך זר זהב

- photo (7).JPG (81.51 KiB) געזען געווארן 2795 מאל
נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2013 11:44 pm
דורך newkave
אריין אין חלומות אשכול.
נשלח: זונטאג יולי 21, 2013 11:30 pm
דורך ונבנתה העיר
ביז איך האב עס היינט געזעהן דערמאנט אזוי בדרך אגב איז עס מיר קיינמאהל נישט איינגעפאלן, אבער באמת איז עס מרפסין איגרא: ווי אזוי ווייסט א מענטש די פאזיציע פון זיינע אברים רעלאטיוו צום ארום?
עס קראצט אייך אונטערן אויער, איהר טראכט נישט קיין סאך און שטרעקט אויס די האנט און - הנני - די פינגער נעמען זיך קראצן דעם פונקטליכן פלאץ, ווי אזוי האסטו געקענט צוטרעפן פונקטליך וואו צו לייגן די פינגער אהן דעם וואס דו זאלסט דארפן קוקען?
קען א מאלער מאלען אין די טינקל? קענסטו דען פיהרן אן אויטא אין די פינסטער? איז ווי אזוי קען מען גיין אהן זעהן? ווי אזוי ווייסטו פונקטליך וואו צו שטעלן א טריט נאך א טריט אהן באטראכטן די תנועות פון דיינע פיס רעלאטיוו צו די ערד?
די אלע, און נאך צעהנדליגע, פרטים זענען פארבינדען מיט א ספעציעלע חוש וואס רופט זיך
Proprioception, דאס גיבט פאר'ן מענטש דעם פיהלינג אין וועלכע פאזיציע ער און זיינע אברים געפינען זיך רעלאטיוו איינע צו די אנדערע און דעם ארום, א פרוי האט אמאל פארלוירן דעם ספעציפישן חוש דורך א וויירוס אין די חוט השדרה און זי האט מער נישט געקענט גיין אדער אפי' קאנטראלירן די טאן פון איהר שטימע, שפעטער האט זי זיך צוביסלעך אויסגעלערנט גיין דורך באטראכטן איהרע פיס און אפשאצן איהר שטימע דורכ'ן זיך צוהערן דערצו.
די חוש ווערט אויך שנעל אפעקטירט דורך אלקעהאל, און דאס איז דער סוד פארוואס די פאליציי וועלן צומאהל בעטן א דרייווער וואס איז חשוד אין פיהרן אונטערן איינפלוס אז ער זאל זיך צומאכן די אויגן און אנרירן די נאז, אויב ארבעט נישט דער חוש וועט ער פונקט אזוי אנרירן דעם שטערן ווי די נאז.
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 1:56 am
דורך ונבנתה העיר
אז די מאווי
The Jazz Singer, ווי מען זעהט יאסעלע זינגן אין קאנצערט, איז געווען די ערשטע מאווי מיט געהעריגע סאונד - ביז דאן זענען זיי געווען
'שטימע פילמען'.
יאסעלע'ס זוהן, הרב דר. שמואל, פארציילט אין זיין בוך אז אין 1927 האבן די ווערנער ברודער געהאלטן ביים גיין באנקראפט, האבן זיי זיך אריינגעלייגט אין דעם נייעם געדאנק פון מאכן מאווי'ס מיט געהעריגע סאונד-טרעקס.
אין פרילינג פון 1927 זענען אראפ-געקומען צו יאסעלע דריי שלוחים פון די אחים ווערנער און איהם געבעטן ער זאל שפילן דער טאטע פונעם אפגעפארענעם דשעז זינגער, און איהם אנגעטראגן דערפאר הונדערט טויזנט דאלער.
יאסעלע האט נישט מסכים געווען צו זיין אן אקטיאר [ווי ער האט שוין צוויי מאל אפגעזאגט די שיקאגא'ער אפערא], איז זיי נאר געבליבן איהם אפצוכאפן ווי ער זינגט אין קאנצערט 'עז הימסעלף' [צו דעם האט ער אויך געמוזט קומען קיין האליוואד, כמסופר בארוכה אין דעם בוך].
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=y1HURXWH9FA[/youtube]
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 10:33 am
דורך I'm back
אז [tag]שמעקעדיג[/tag] איז א טעק - גיק.
עיין באשכול יוזד קארן וכו,...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 10:38 am
דורך שמעקעדיג
מען זעהט אז דו האסט זיך נישט געדרייט דא א לאנגע צייט.........
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 11:40 am
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:א רעסיט פונעם גבאי'ן אז ער האט געצטאלט זיינע צען פופצען צענט גבאי געלט, און ער דארף ווייזען די רעסיט אריינצוגיין.
ס'הייסט אזוי. אז דאס וואס מ'שרייבט אריין אין קוויטל און מ'איז מזכיר די משפחה איז נאר בדרך אגב. דער עיקר איז אז מ'ווייזט אז מ'האט באצאלט "גבאי-געלט". נאר ס'איז באוואוסט כמה מעשיות (פאר דער וואס וויל גלייבן) ווען א מענטש האט פארגעסן אריינצושרייבן איינעם פון זיינע בני משפחה, אדער גארנישט אריינגעשריבן אין קוויטל, און דער רבי האט איהם דערמאנט איבער דעים פארגעסענעם מענטש.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:05 pm
דורך געפילטע פיש
אז איסלאם איז א לאנד, און אז אידן האלטן פון דזשיסעס קרייסט...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6_1SFf8t-ko[/youtube]
סארי, ס'נישט דא קיין אשכול פאר זאכן וואס איך ווייס נאכאלץ נישט.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 12:13 am
דורך ונבנתה העיר
אז די רינדיגע געלע שטיקלעך פלאסטיק אויף טעקסי'ס און קאר סערוויסעס זענען אן עמערזשענסי אמבער לייט וואס דער דרייוער קען אנצינדן - געווענליך דורך א קליינעם פעדעל - אויב שפירט ער זיך אין א סכנה,
ככתוב.

- images.jpg (3.57 KiB) געזען געווארן 2467 מאל
-----------
צולינקן'דיג דעם פי די עף האב איך זיך דערוואוסט נאך עפעס אין לעבן, אויב ווילט איהר לינקן צו א ספעציפישע בלאט אינערהאלב א pdf דאקומענט, דאן לייגט צו צום סוף פונעם אדרעס page=x# און במקום דעם x לייגט דעם פעידש נאמבער.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 3:15 am
דורך יואליש
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז די מאווי
The Jazz Singer, ווי מען זעהט יאסעלע זינגן אין קאנצערט, איז געווען די ערשטע מאווי מיט געהעריגע סאונד - ביז דאן זענען זיי געווען
'שטימע פילמען'.
...
יאסעלע האט נישט מסכים געווען צו זיין אן אקטיאר [ווי ער האט שוין צוויי מאל אפגעזאגט די שיקאגא'ער אפערא], איז זיי נאר געבליבן איהם אפצוכאפן ווי ער זינגט אין קאנצערט 'עז הימסעלף' [צו דעם האט ער אויך געמוזט קומען קיין האליוואד, כמסופר בארוכה אין דעם בוך].
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=y1HURXWH9FA[/youtube]
יישר, ונבנתה, פאר די חלק אז ראזענבלאט האט געזינגן בתורת שפיל. כ'האב זיך אלעמאל געווינדערט אויב דאס איז געווען א סצענע פון אן עכטע קאנצערט וואס מ'האט "געניצט" אין די פילם אדער האט ער געשפילט ספעציעל פאר די מאווי.
דרך אגב, נישט די גאנצע פילם האט סאונד סינקרענייזעשאן. בלויז צוויי שטיקלעך, איינס נאכדעם וואס זשעק זינגט זיין ערשטע שטיקל און ער ריפט אויס "you ain't seen nothing yet!" נאכדעם ביים אהיימקומען צו זיינע עלטערן ווען ער זיצט ביים פיאנא און זינגט און דערנאך איז דא א דיאלאג מיט זיין מוטער. ס'איבעריגע איז אלעס א סיילענד מאווי. אבער דאס האט געמאכט א רעוועלוציע.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:51 am
דורך שעפסל פריינד
ווער איז שעם מנובל און דער בילד דארט?