נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 9:26 am
Mbd. Yibone
[youtube]http:// https://www.youtube.com/watch?v=ZAtYKFE ... ata_player[/youtube]
[youtube]http:// https://www.youtube.com/watch?v=ZAtYKFE ... ata_player[/youtube]
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=1783
חאצקל האט געשריבן:קען מיר איינער ענטפערן אויף די פראגע וואס באדערט מיר שוין אזוי לאנג:
פארוואס האט אברהם פריד קיינמאל נישט גענומען מונה צו ארעינדזשן א טעיפ אדער איין ניגון??
moshav zekeinim האט געשריבן:בקול מבשר יש interview עם מונה רוזנבלום
חאצקל האט געשריבן:איך ווייס נישט וועלעכע אלבום'ס פון מונה זענען פאפולער אין וועלעכער קרייז, איך וועל אויסרעכענען די אלבום'ס וואס ליגט מיר אין קאפ:
-זה היום (מיט סטרינגס) - ירמי' דמן
-וחסד השם (מיט סטרינגס) להנ"ל (הער דעם אינסטורמענטאלער וואלס, ווערטער זענען איבריג, איך ווער פשוט צעווילדעוועט ווען איך דערמאן זיך דעפון). ערשטע בעלזע טעיפ - סיון תשל"ט
-שלש רגלים (מיט סטרינגס) להנ"ל. ס'דא וואס צו רעדן וועגן דעם, סיי די מעלות און סיי די חסרונות
-אדיר הוא יבנה (................................................................................)
ממקומך (כי לה' המלוכה, ממקומך, היום הרס עולם, שובו לכם, וואלס)
-וגילו צדיקים (מאשין רידעם בימים ההם תשמ"ז מיט סעקסיפאון ביי געציילטע ניגונים): רבותי, טאפ ניגונים און ארעינדזשמענטס פאר סינטעסייזער בימים ההם (אגב, איך באמערק אז די טעיפ'ס וואס זענען דעמאלס ארויס מיט א סינטיסייזער זענען לאין שיעור בעסער ווי די היינטיגע טעיפ'ס מיט פארגעשריטענעם סינטיסייזער, לכאורה וויבאלד דעמאלס האבן עס געניצט אקאדעמישע מוזיקאנטן לעומת היינט ווען עס ווערט גענוצט ביי זעלבסט טרענירטע מוזיקאנטן וואס זענען נשפע פון די חתונה שפילערס.
-הנה זה בא (אזוי ווי רוב מונה טעיפ'ס וואלט איך עס געראטן צו הערן פארנדיג אין וועג מיטן קאר, עס טראגט א דיר אין א פרילינג שטימונג, עס עפנט א עתוד פון לייכטקייט און בליאונג...).
-אמת מה נהדר היה - ווייניג ווייסן פון דעם טעיפ. כ'האב געהערט אז דער בעלזער רב האט זיך געשעמט מיטן דורכפיר שטיקל וואס מונה האט געמאכט פאר דעם באאנטן ניגון סימן טוב ומזל טוב, איך בין דעריבער משער אז דער רב האט נישט געוואלט אז מ'זאל עס מפיץ זיין. אבער חברה, זייט וויסן, די בעסטע סחורה באהאלט מען פון אונז. וישמיענו....אוי הייבטס ענק.....כי נחם....אמת מה נהדר...פילסטעך ווי אין ביהמ"ק אליין..
יצליח - נאר די ערשטע ניגון - יצליח - קוועטשט אויס דעם ניגון צו אלע זייטן כדרכו...
-תמיד בשמחה (מב"ד) א עקסיידינג טעיפ מיט איין געלונגענע ניגון נאכן אנדערען וואס צינדט אן א רייץ צום לעבן (תמחה...; גערוישן אין הימל...; ירושלים...; גם כי אלך...; כל המשמח...; ועוד. ס'דערמאנט מיר אז איך לעב...)
-בדרך התורה פון מכאל שטרייכער . הער עס און דערנאך וועלן מיר רעדן ווייטער... "אדם בלי תורה" (ראק ווי נאר מונה קען. ס'כדי צו הערן עטליכע מאל כדי צו כאפן דעם געשמאק); בן בג בג (הורה, ס'איז טיפער ווי שוואקיס); צוויי זייער פולפארביגע ניגונים פון איינער אלי פרידמאן; ועוד. ממש א שטראם פון ענערגי. (הגם אויף עטליכע קנאקעדיגע ארעינדזשמענסט דארט האב איך קריטיק).
-אין עוד מלבדו פון מבד
-משיח להנ"ל. א טעיפ וואס האט וואס האט געברענגט מרדכי ווערדיגער צו זיינע העכסטע שטאפלען
-נשמה (מיט סטרינגס) להנ"ל
-ניגוני ספינקא מיט מנחם קליין מלחין נדבורנה (הער די אינסטרומענטאלע מארשן דארט; דער יראת הכבוד'יגע אינטערגעשפילעכטץ אויף אנא ד' ועוד), אויף דעם קה ריבון עלם ארעינדזשמענט האב איך אביסל קריטיק אבער דעטצאיט.
-חנוכת הבית פון נדבורנה מיט הרב מנחם קליין אב"ד פראנקפורט ומלחין נדבורנה (קוקט אויס לעקטאראנישע רידעם, סטרינגס, און ברעס, און צוגאב פון טראמפעט און סעקסיפאון און פידל (הער יחדשהו; המבדיל וואס ערשיינט אויך אין מונה 2; דער באקאנטער הוא יושעינו מיט די קווייער דורך מונה און הרב מנחם; ברוך הבא וואס גיט מער עקסיידינג ווי די שענסטע בעקיטשע פון ר' שלמה'לע באבובער זצ"ל...)
-ניגוני מונקאטש, איך האב עס נישט זוכה געווען צו הערן, איך הער נאר אז ער ניצט דארט די אמעריקאנער מוזיקאנטן ד.ה. אז ירון גערשאווסקי און ריק קאטלער זענען דארט אויפן רידעם, איך האב עס אבער נישט באשטעטיקט.
-ניגוני פיטסבורג 3, רוב טעיפ איז פשטות און הארץ צוזאמען מיט חיים'ל, מ'קען צוגיין פון דעם ניגון זכרינו לחיים ווי דער אינגל זינגט עס און ווי די צלילי המיתר באגלייט מיט אזא געבעט און הכנעה. אויך איז דארט ערשינען צום ערשטן מאל דער באקאנטער הנה מה טוב (אן קיין ספעציעלער אינטראו) וואס לאופר האט שפעטער איבערגעשפילט פאר א. פריד מיט א אייגענער געלונגענער אינטראו. אויך דער ניגון יפרח בימיו צדיק וואס די ליטווישע זינגען פאר זייער רוש ישיבות ערשיינט דארט צום ערשטן מאל.
-פיטסבורג 4 (אויב איר האט עס געהערט ווייסט אי געוויס וואס פאר א עקסיידינג מוזיק ס'דא דארט.
-פיטסבורג 5 מיט שלמי כהן, "וידע כל פעיל" מיטן דורך פיר שטיקל מיט וואס ער דרייט איבער דעם עולם היצירה און עפנט אויף די סודות הבריאה; ישמח צדיק בשם...; ועוד...
-פיטבורג 7 מיט שלמה כהן: הערט נאר דעם ממקומך דארט, ממש א שלימות שבשלימות, אזוי פשוט און הכנעה'דיג און אזוי מעכטיג ... ס'קומט מיר טרערן ווען איך דערמאן זיך דערפון
-ניגוני פרימישלאן מיט אברמי רוט.
-ניגוני וויזניץ, אודה: אויב קענט איר עס זענען ווערטער איבריג. אין ניגון וועל איך דערמאנען פשוט ווייל איך בין פאר'תאוו'עט פאר דעם ניגון און ארעינדזשמענט און דאס איז מזמור שיר חנוכת הבית (איך שפרינג אונטער ווען איך דערמאן זיך דערפון. פארפאלן זיין מוזיק ווארפט א סך מאל אריין אין מיר א דערפרישדער גייסט וואס וויל זיך ארויס לאזן טאנצן אין די גאסן מיטן גיטן געפיל אז עמיצער פארשטייט מיין נשמה)
-ניגוני וויזניץ בנה בתך (הערט יברכך השם ועוד אנדערע הערליכע ניגונים, אבער דער טעיפ קוקט מיר נישט אויס צו זיין א שלימות)
-ניגוני וויזניץ הבן יקיר לי, א "הערליכער" טעיפ מיט קווייער פון ר' בנימין הרטמאן אמאליגע ראש המקהלה פון וויזניץ, ידיד פון מונה און טאטע פון חיים י. הארטמאן ארעינדזשער פון לחיים (הערט "על הצדיקים" ועוד).
-פרחי בני ברק 2 אלבום'ס (מונה אין זיינע ערשטע יארן)
-פרחי וורדיגר (מונה אין זיינע ערשטע יארן)
-פרחי ירושלים מיט יגאל צליק (מונה אין זיינע ערשט יארן)
-פרחי צליל וזמר
-ניגוני סרט וויזניץ (צווישן זיי דער באקאנטער שטייטער "ישמחו במלכותך"; דער באקאנטער אבינו אב הרחמן; דער באקאנטער יהא רעוא קדמך; דער באקאנטער כה אמר ד'; נר לרגלי ועוד).
-מונה מיט חזן מוצן (ער ווילדעוועט דארט מיט זיינע ברעס סעקשאן).
-מונה מיט א זין פון חזן מילער פון אנטווערפן (איך האב נישט געהערט דעם טעיפ)
-שלמי כהן למעלה
-אברמי רוט "מלאכי השרת". דעם אלבום דארף מען בלויז "הערן", ס'א שאד יעדעס ווארט, ער מאכט דארט ביי טייל ניגונים א נשמה סערדזשערי...
-משולחנם של מלאכים פון עמות ליסוונד, (הערט המלאך הגואל, ס'דא א סך צו רעדן דערפון).
-שהחיינו פון עמית ליסוונד- אן אויפרייס פון א טעיפ אינעם עולם השוק, זייט ביי זייט מיט חזק פון פריד.
-נעומות חב"ד צוויי חלקים - אינסטרומענטאליש ( דער נאמען "נעומות חב"ד" זעלבסט שמייכלט צו דער ס'האט געהערט די טעיפס. הרעט נאר דעם אני מאמין און איר זענט גרייט מקבל צו זיין משיח... עס האט מיר נאך קיינער נישט געזאגט דער בשורת הגאולה אזוי ווי מונה, עס לעקטערזירט, עס זאגט פאר אזא פלוצלינגדיגע ענלייטמענט פארן תמימות'דיגער כלל ישראל אז אלע מענטשליכע-אידישע צעלן הייבן אן צו שפרידלען מיט גרייטקייט און פרישער לעבנס שטראם).
-די מונה טעיפ'ס (ס'דא א סך צו רעדן איבער זיי)
-די פילהרמונה טעיפס (ווען נישט ס'טראגט דעם באמבאסטישער נאמען "פילהרמונה" וואלט איך עס מער געגליכן)
-די גרויסע חתונה (אפשר א באזונדער אשכול דערפאר?!)
-ניגוני דזיקוב 1
-ניגוני דזיקוב 2 - פאר מונה'ס וואלסן און מארשן וויל איך אי"ה עפענען א באזונדער אשכול. אין מארשן און וואלסן איז ער בלי ספק דער גרעסטער אין די חרדישע וועלט, און לכאורה פון די גרעסטע אויך אין די אלגעמיינע וועלט.
המשיך יבוא אי"ה