בלאט 8 פון 213

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:04 pm
דורך נולד מאוחר
יידל האט געשריבן:
gehlungen האט געשריבן:Can somebody please tell me the MKOIR for having to have" SHLEIMIM" for LECHEM MISHNEH?

ערוך השולחן אורח חיים הלכות שבת סימן רעד סעיף ה

וגם ביו"ט צריך לחם משנה כשבת דאיתא במכילתא בפ' המן שבת לא יהיה בו לרבות יו"ט שלא היה יורד בו המן [וערש"י ותוס' ריש ביצה] והלחמים צריכים להיות שלימים ולא חסירים דחסר אינו דרך כבוד ולכן אם נשכוהו עכברים אינו ראוי ללחם משנה ולעיל ריש סי' קס"ח נתבאר דאם אין לו לחם שלם ויש לו שני חצאי לחם יכול לחברם ע"י קיסם באופן שתראה מבחוץ כשלם ממש ויזהר שלא יקח דבר המוקצה לחברו ואע"ג דלדבר דצריך שלם מן התורה כגון אתרוג דוודאי אינו מועיל חיבור כזה דחיבורי אדם אינו חיבור כדתנן ספ"ב דאהלות מ"מ לגבי לחם משנה דשלם אינו מפורש בתורה דגם פרוסה מיקרי לחם מהני חיבור זה אבל אם חסר ממש אף מעט אינו שלם ויש מי שרוצה לומר דבחסרון כשיעור חלה לית לן בה כמו בעירוב בסי' שס"ו ואין זה דמיון דבשם הטעם משום איבה ע"ש אבל לא מיקרי שלם מיהו אם אין לו שלימים כלל יקח שני פרוסות דעכ"פ לחם משנה הוא אלא שאינו דרך כבוד [עש"ת ות"ש]:

שכח קודם זע איך אז סוואלגערט זיך נישט אזאלכע ת''ח ווי דיר . gehlungen האט גכפרעגט אפאר ת''ח אין זיי האבן נישט געוויסט.
מיין שאלה איז ,איז עס נאר פין ערוך השלחון די גאנצע מקור? אדער כר ברכנגט עס פין ש''ע?

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:06 pm
דורך יידל
ער זאגט דאך אז עס קומט פון הל' בציעת הפת סימן קסח.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:18 pm
דורך נולד מאוחר
יידל האט געשריבן:ער זאגט דאך אז עס קומט פון הל' בציעת הפת סימן קסח.

סאיז אינטערסאנט סווערט דארט דערמאנט נאר דרך אגב, אז שבת אין יוטדארף מען מקיים זיין לחם משנה.
דארט שטייט אז טום דערוואכן אויב האט מען שלימם איז די הלכה פונקט ווי שבת. מזאל נישט אויפשניידען די בעגעל אריינשמירען קריםטשיז פאר מען מאכט די המוציא.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:22 pm
דורך יידל
נולד מאוחר האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ער זאגט דאך אז עס קומט פון הל' בציעת הפת סימן קסח.

סאיז אינטערסאנט סווערט דארט דערמאנט נאר דרך אגב, אז שבת אין יוטדארף מען מקיים זיין לחם משנה.
דארט שטייט אז טום דערוואכן אויב האט מען שלימם איז די הלכה פונקט ווי שבת. מזאל נישט אויפשניידען די בעגעל אריינשמירען קריםטשיז פאר מען מאכט די המוציא.

דו מיינסט דארט אין סעיף ב', ריכטיג?

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:31 pm
דורך נולד מאוחר
יידל האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ער זאגט דאך אז עס קומט פון הל' בציעת הפת סימן קסח.

סאיז אינטערסאנט סווערט דארט דערמאנט נאר דרך אגב, אז שבת אין יוטדארף מען מקיים זיין לחם משנה.
דארט שטייט אז טום דערוואכן אויב האט מען שלימם איז די הלכה פונקט ווי שבת. מזאל נישט אויפשניידען די בעגעל אריינשמירען קריםטשיז פאר מען מאכט די המוציא.

דו מיינסט דארט אין סעיף ב', ריכטיג?

יא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:08 pm
דורך ידען
שוין אזויפיל געלייענט וועגן די באקטעריעס וואס סע בלייבט אויף טוט בראשעס, אבער איך פארשטיי נישט. איך וואש עס אפ מיט בריעדיגע וואסער נאכן נוצן און אויך פארן נוצן, און נאך אלץ בלייבט די באקטעריעס אויף עס?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:08 am
דורך פאזעטיוו
איך האב אפאר מאל באגעגענט דא ווי מען שרייבט לדוגמא - יידל ״האקט״, שמעקדיג ״האקט״, וכו׳ וואס איז פשט פון דעם טערמין אז יענער האקט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:19 am
דורך שמואל הלוי
ווען אינמיטן שרייבן א תגובה כאפט זיך איינער אריין פריער (דאס באמערקט מען בשעת'ן דרוקן שיק) רופט מען עס אז יענער האקט אריין.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:58 am
דורך געפילטע פיש
איך האב מיך אויך געווינדערט אין אנהייב, פון ווי קומט די טערמין? איז דאס א ירושה פון אייוועלט? און איז דאס א קיצור פון "האקט אריין"?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:58 am
דורך שמואל הלוי
לכאורה א ירושה פון איי וועלט

ענטפער צו ש.ש.ש.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:38 pm
דורך berlbalaguleh
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:וואלן זאגסטו? עיין ערך וויען וויליאמסבורג...

און סאטמאר וויליאמסבורג-מאנרא נישט???

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:43 pm
דורך מורינו הרב
זר זהב האט געשריבן:איך וויל וויסן מער איבער די חסידות סלאנים
נישט געוואוסט אז ס'דא א ווייסע און א שווארצע!
שוין באלד מער קאלירן ווי אין קאווע שטיבל.


סלאנים איז א שטילע חסידות וואס בלאזן נישט איבער די וועלט (ביידע סלאנימ'ס) די בילדער פון די רבי'ס וועסטו טרעפן אויפן נעט, פיל ווייניגער ווי אנדערע קלענערע רבי'ס מיט ווייניגער חסידים. עס איז זייער אן אנגעצויגענע חסידות, וואס פאדערט פון זייער עולם זייער אסאך, בעיקר פנימיות'דיגע עבודה, לאנגע דאווענענ'ס מיט טיפע מחשבה.

זייערע ניגונים איז אויף א סטייל וואס מען דארף פארשטיין דערצו. מען דארף ליגן דערין כדאי צו האבן א געשמאק דערין, אבער עס איז זייער טיפע ניגונים, וואס נעמט ארויס די נשמה פון א מענטש (א בחינה פון שטילע וואסערן גראבן טיף).

די מחלוקת צווישן די ווייסע און שווארצע, האט זיך אנגעהויבן ווען דער פריעדיגע רבי - דער ברכת אברהם - פלעגט מאכן פון זיך גארנישט, בשעת זיין איידעם - בעל נתיבות שלום - איז געווען זייער כאריזמיסטיש און אנגעפירט מיט די פעולות און די ישיבה פון די חסידות. דעמאלס האבן זיך אנגעהויבן פאליטיק, וויבאלד מענטשן האבן געשפירט אז דער איידעם וויל איבערנעמען דעם שווער. עס איז געווארן צוויי חבורות: די חסידים פונעם רבי'ן, וועמען מען האט גערופן 'די שווארצע', און חסידים פונעם ראש-ישיבה וועלכע האבן באקומען דעם נאמען 'די ווייסע'. שפעטער, ווען דער איידעם איז בפועל געווארן רבי בחייו פון זיין שווער (א מיסע טעות לדעתי), האבן זיך די שווארצע אפיציעל אפגעטיילט, קודם האט מען געדאוונט אין שטוב פון רבי'ן, און ווען דער רבי איז נסתלק געווארן איז געווארן דערפון צוויי חסידית'ן.

עווענטואל האבן די שווארצע אויפגענומען א רבי, אן אייניקל פונעם פריעדיגן רבי, מיטן נאמען רבי אברהם וויינבערג, וועלכע פירט זיין חסידות מיט א שארפקייט, מיט א פולן קאנטראל. די ווייסע האבן געהאט זייער רבי, דער נתיבות שלום וואס איז ברייט באקאנט אין די וועלט צוליב זיינע תוכנ'דיגע ספרים, וואס איז געווארן א נחלת הכלל, אויך ביי נישט סלונימער חסידים.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 2:01 pm
דורך לעמיל
איך האב אייביג געמיינט אז זיי זענען ברודערס די צווי סלונים רעבי'ס, אויב געדעינק איך גוט שרייבען זיי אנדרעש די נאמען סלונים אויך

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 10:59 pm
דורך ידען
ווער הייסט די שענסטע פאלק אין די וועלט?

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:01 am
דורך לאדיך אפ
די פרויען פון אייראפע.

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:05 am
דורך [NAMELESS]
לאדיך אפ האט געשריבן:די פרויען פון אייראפע.

נישט בראזיל?

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:14 am
דורך טאמבל סאס
רוסישע און קאנעדישע.

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:06 am
דורך שמעקעדיג
פרויען זענען א פאלק?

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:28 am
דורך ידען
נשים עם בפני עצמן זאגען חז״ל.

ניל ארמסטראנג געשטארבען - איז ער טאקע געווען אויף די לבנה?

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:16 pm
דורך qwerty
איז ניל ארמסטראנג טאקע געווען אויף די לבנה?

http://en.wikipedia.org/wiki/Moon_landi ... y_theories

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:11 pm
דורך לאדיך אפ
די וויקי ארטיקל פארענטעפרט דאך אלע קושיות, אלזא וואס פרעגסטו?

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:26 pm
דורך ונבנתה העיר
די לעצטע צוויי שאלות דארף מען אנפרעגן ביי פראפעסאר שפיר"א.

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:31 pm
דורך we will
Once I wrote, it is impossible that a man could live on the moon