בלאט 8 פון 9

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 3:00 pm
דורך ליב צו וויסן
תמים, קומסט אריין זייער שטארק!

איתן, ביזט זיכער די משנה שרייבט אז ס'איז נאר ווען מען רעדט קעגן סקווירא (אדער וויזניץ)? איך מיין די משנה רעכנט אויך אויס ווען מען רעדט קעגן הרב פאל אדער הרב בעק..

Re: די וויזשניצע נדחים (מורדים)

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 3:39 pm
דורך כניאק
תמים האט געשריבן:
איתן האט געשריבן:ס'איז א משנה אפען אז ווער ס'הייבט זיך אן מיט א רב פון זיין קהילה, שפיעלט מיט פייער. לויט דיין דרשה, אז יעדער האט צרות, איז נישטא אזא זאך ווי ממנו ישמעו ויראו

דו ווייסט וויפיל נאך אפענע משנה'ס סאיז דא ?

דו ווייסט וואס שטייט אין די תורה אויף איינער וואס רעדט אויף א צווייטע יוד ברבים ? דו ווייסט וואס סשטייט אויך רעדן אויף א שוכן עפר אווי איר טוט ?

די אייבירשטער זאל דיר חלילה נישט באשטראפען, אבער סגעפעלט מיר ווי אויף יענעם'ס עבירות איז ער גאנצע מבין.

צולייגער איינער.. באהאלט זיך אונטער א אנאנאמיס ניק און רעדט פון יענעם'ס צרות.. לייג נאר ארויף דיין משפחה נאמען דא און איך וועל דיר ברענגען א ליסטע פון צרות און דיר געבן א פונקטליכע דין וחשבון אויף וועלכע עבירות פון דיין זיידע סקומט... און אויך א מקור פון א משנה..
ער שרייבט זייער קלאר ארויס זיין נאמען..

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 4:14 pm
דורך אויסער געווענדליך
איתן האט געשריבן:ס'איז א משנה אפען אז ווער ס'הייבט זיך אן מיט א רב פון זיין קהילה, שפיעלט מיט פייער. לויט דיין דרשה, אז יעדער האט צרות, איז נישטא אזא זאך ווי ממנו ישמעו ויראו

געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער....................................

ווי שטייט אזא משנה?
ועוד, א משנה רעדט פון א רב פון א קהלה?! דעמאלס האבן זיי בכלל געהאט אזא מציאות?!
און דער וויזניצער רבי'ס א זון ר' משה איז דעמאלס געווען א רב פון א קהלה?
און דער סקווערער רבי איז געווען א רב פון א קהלה?

איך האב אסאך קשיאס, ווער קען זיי פארענטפערן?

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 4:28 pm
דורך איתן
ליב צו וויסן האט געשריבן:תמים, קומסט אריין זייער שטארק!

איתן, ביזט זיכער די משנה שרייבט אז ס'איז נאר ווען מען רעדט קעגן סקווירא (אדער וויזניץ)? איך מיין די משנה רעכנט אויך אויס ווען מען רעדט קעגן הרב פאל אדער הרב בעק..

וואו

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 6:06 pm
דורך ליב צו וויסן
איתן האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:תמים, קומסט אריין זייער שטארק!

איתן, ביזט זיכער די משנה שרייבט אז ס'איז נאר ווען מען רעדט קעגן סקווירא (אדער וויזניץ)? איך מיין די משנה רעכנט אויך אויס ווען מען רעדט קעגן הרב פאל אדער הרב בעק..

וואו

אין די זעלבע משנה וואס רעדט פון א רב פון א קהלה.. :lol: :lol:

נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 11:36 pm
דורך כרם זית
.

נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 11:37 pm
דורך כרם זית
מה בכך האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:גראדע ווען ק"ש וואלט געווען א מקום פאר נערמאלע מענטשן וואלט מען געקענט דעבאטירן. נאר אזוי ווי די סקווירא פלאטשיקע איין זייטיגע חברה קענען נישט פארשטיין עפעס אנדערש פון זיין קופסא, איז דאך נישט אינערעסאנט.

זאגמער, האסטו שוין אמאל פרובירט צי פארשטיין א צוקוועטשע סקווירא אינגערמאן ?

אלס מיר אויס קען יעדער טון וואס ער וויל. ווילסט זיין צעקוועטשט כל הcovid. מיין פראבלעם איז נאר אז יעדער וואס האט נאר אמאל געהאט צוטון מיט סקווירא ווערט אטאמאטיש אן אפגעפרעגטע מענטש, אפגעזען זיינע אנדערע מעלות און קוואלעפיקאציעס, ווי ביי אונזער פאל א איד א תלמוד חכם. מען מעג זיין אביסל ברייטער און פארשטיין אז ווען איינער טוט אן עולה אין די יונגע יארן, מיינט עס נאכנישט אז אלעס פון אים איז אפגעפרעגט.

לחיים.

ווי ביסטו

נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 2:57 am
דורך [NAMELESS]
די אשכול איז גאר א גוטע דוגמא פון א שיינע באלערנדע אשכול, וואס האט זיך אנגעהויבן מיט הערליכע שרייבעריי און היסטערי. געפארן פיין, אז סאיז געוועהן א נחת צו ליינען. ביז אפאר אייזלען זענען דא אריינגעקומען אין עס פשוט צוגרינד געלייגט. סתם געזוכט צו מאכן "לוסטיג" און לעבעדיג. און עס אפגעשאכטן. מיין הארץ בלוטיגט

נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 5:35 am
דורך cictim
ליב צו וויסן האט געשריבן:
איתן האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:תמים, קומסט אריין זייער שטארק!

איתן, ביזט זיכער די מנשה שרייבט אז ס'איז נאר ווען מען רעדט קעגן סקווירא (אדער וויזניץ)? איך מיין די מנשה רעכנט אויך אויס ווען מען רעדט קעגן הרב פאל אדער הרב בעק..

וואו

אין די זעלבע מנשה וואס רעדט פון א רב פון א קהלה.. :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג פעברואר 22, 2022 11:37 pm
דורך שבת אחים
הרה״ג ר׳ משה ברוך ווייס וואס איז געוועהן פון די מורדים איז נפטר געווארן. איך האב אים נישט זוכה געוועהן צוקענען פערזענליך.

אויף אייוועלט שרייבט איינער:

“ביי די מרידה איז ר' משה ברוך יענעם מוצאי שבועות אריין בשם כל החבריא צום אמרי חיים זיך אפגירעדט אויף די רדיפות און זיי ווילען אוועקגיין
האט דער אמרי חיים איהם געזאגט ווי דו גייסט גיי איך מיט דיר מיט

והיינו דאהנו לי' כל ימיו געבליבען מקושר מיט קשר נפשי ופנימי צום אמרי חיים זצ"ל

טראץ וואס שפעטער האט ער זיך גידרייעט און מער קנאישע קרייזען

אפילו 50 יאהר שפעטר ווען ער האט גירעדט פון אמרי חיים איז דאס גיווען מיט א געוואלדיגע קאך באגלייט מיט בכיות”

נשלח: מיטוואך פעברואר 23, 2022 12:06 am
דורך וואלווי
שבת אחים האט געשריבן:הרה״ג ר׳ משה ברוך ווייס וואס איז געוועהן פון די מורדים איז נפטר געווארן. איך האב אים נישט זוכה געוועהן צוקענען פערזענליך.

די מרידה איז געווען אין די ווינטער און די אמרי חיים איז נישט דארט געווען אין לאנד

נשלח: מיטוואך פעברואר 23, 2022 12:54 am
דורך שבת אחים
וואלווי האט געשריבן:

איך ווייס נישט פונקטליך פון וועלכע שבועות ער רעדט. איך בין נישט זיכער.
און איך נעם נישט קיין אחריות אויף יענע תגובה. נאר געברענגט וואס איינער שרייבט און בעיקר געוואלט ארויסברענגען א זאך וואס יעדער אין די פאריגע דור האט געוואוסט- נאר היינט איז עס פארדרייט געווארן.

די מורדים זענען אלע געבליבן הייסע חסידים פון די אמרי חיים (אפשר אויסער משה בער) און גערעדט פון אים מיט גרויס ליבשאפט און בענקעניש. איך האב גערעדט מיט אסאך פון די מורדים איבער די אמרי חיים, איך געב פאר יעדען איינעם אלעס וואס איך פארמאג אויב איינער טרעפט מיר איינע פון די מורדים אויסער משה בער בעק וואס האט אמאל גערעדט איין ווארט אויף די הייליגער אמרי חיים. זיי זענען אלע געוועהן חסידים פון רבי יהודא׳לע וואס איז געוועהן די גרעסטע חסיד פון די אמרי חיים און זיך געקאכט אין אים כל ימיו. זיי האבן זיך אלע געדרייט ביי אים לאנג נאכדעם וואס מ׳האט זיי ארויסגעווארפן.

די גאנצע מרידה איז געוועהן אנטעקן די ישועות משה מיט זיין רביצין. פארדעם זענען זיי אלע געוועהן פייערדיגע חסידים פון די אמרי חיים בתוכם רבי משה בער.

נשלח: מיטוואך פעברואר 23, 2022 1:31 am
דורך וואלווי
להוי ידוע, אז נישט קיין חילוק וואספארא מעשיות מען דערציילט פון די אהבה און בענקעניש פון די מורדים מיטן אמרי חיים, איז עס אלס הוילע אחרי מות קדושים אמור מעשיות. פון די מורדים וואס האבן זיך איבערגעבעטן זענען זיי נאך צוריקגעקומען, אבער די אנדערע אויב זיי וואלטן שטארק געבענקט, אדער פארגאסן בכיות פון כיסופין אזוי ווי מ'דערציילט, וואלטן זיי אויך געקענט צוריקקומען. למעשה האבן זיי נישט געהאלטן ביים צוריקקומען און מ'האט זיי נישט געהאלטן ביים צוריקנעמען. נישטא קיין בענקעריי, נישטא נאר אם בטלה דבר בטלה אהבה. זיי זענען געווען גרויסע עובדים און עכטע כלים ווי באוויסט, אבער טאקע פאר דעם האבן זיי איבערגעקערט דאס פלאץ, ס'איז מסתבר אז ס'זיי נישט איינגעפאלן פאר איין מינוט אז די אמרי חיים גייט זיי נישט פארשיקן צום סוף.

ווער ס'ווייסט די מהות פונ'ם אמרי חיים, ווייסט צו זאגן אז וויפיל דנר אמרי חיים איז געווען א חניאק און וויפיל ער האט ליב געהאט חניאקען, האט ער נאכמער געשעצט מידות טובות. ער פלעגט אסאך דערציילן עובדות פון צדיקים, אבער קיינמאל נישט פון ווילדע מופתים אדער פליעדיגע מדרגות, ער פלעג כסדר דערציילן נאר פון גוטע מידות און עובדות וואס די מוסר השכל איז געווען צו ארבעטן אויף זיך. אינ'ם טלית בייטל איז עם אייביג געלעגן א מסילת ישרים אדער קען זיין אן אורחות צדיקים, איין טאג א וואך האט ער אינגאנצן געהאלטן א תענית דיבור, און א יעדער האט געוויסט אז ער וועט גיין ארויס פון זיין וועג צו מאכן א מענטש גוט פילען.

אין די זעלבע צייט איז דער אמרי חיים אויך געווען זייער א שטארקע מנהיג, און חוץ פון דעם וואס ער איז געווען א פאטערליכע רבי, איז ער אויך געווען א חכם מחוכם וואס האט זייער גוט פארשטאנען צו מענטשן. ס'נישט געווען ביי עם אזא זאך אז מ'קערט איבער און מ'ווילדעוועט, ספעציעל אז מ'ווידערשפעניגט און מ'קערט איבער די שטעטל און ישיבה ווי דער ישועות משה איז משמש אלס רב און ראש ישיבה. נישט נאר דאס, דער אמרי חיים איז דירעקט ארויס זייער שארף ברבים אקעגן די חברה און זייער חוצפה פון מורד זיין אין א מרא דאתרא. זיי האבן גוט געוויסט אז דער אמרי חיים גייט דאס נישט פארקוקן, ואעפ"כ האבן זיי פארשטאנען בעסער און זיך מוסר געווען על קידוש השם.

ס'נישט געווען דעמאלטס קיין אמת'ע בענקעניש אויף צוריק, נאר צער, עגמת נפש, און אפשר חרטה געפילן. נישט קיין חילוק וויפיל שוואכקייטן די ישועות משה האט געהאט, און נישט קיין חילוק ווי גערעכט זיי זענען געווען וועגן יודישקייט מיט חסידות, האבן זיי געדארפט פיין פארשטיין ווי אזוי דאס גייט זיך ענדיגן. זיי האבן נישט באלאנגט ביים אמרי חיים אין הויף אויב זיי האבן געקענט אנדרייען אזא פרשה, און זיי האבן דאס לכאורה געוויסט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 23, 2022 2:20 am
דורך cictim

נשלח: מיטוואך פעברואר 23, 2022 12:49 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: איך בין מסכים מיט א יעדעס ווארט וואס דו זאגסט. כבר היה לעולמים. ס'איז שוין געווען אין די אידישע היסטארי אזא זאך אז מ'האט מיט געוואלד אפגעטיילט איין גרופ פון די אנדערע.אין אידיש גערעדט. מ'האט זיי ארויסגעווארפן. אבער בדרך כלל איז די מיינונג פון עולם צוטיילט לכאן ולכאן. א טייל בארעכטיגן זייער ארויסווארפן. אן אנדער טייל האלטן אז מ'האט זיי בא'עוול'ט. אז מ'וואלט געדארפט זעהן זיך אדורכצוקומען. אבער דא. ביי די פרשה פון די וויזשניצער מורדים איז כולי עלמא מודי אז דער רבי איז געווען גערעכט. כמעט קיינער בארעכטיגט נישט זייערע מעשים. נאר. מ'זאגט אז זיי זענען געווען ערליכע אידן. פיין. אבער מ'קען נישט נעמען א חסידות און חרוב מאכן עס. ס'איז געווען א דבר בעתו פונ'ם ישועות משה. און פון אמרי חיים אז מ'האט זיי משלח געווען.

א ראיה אז מ'האט מורא געהאט פון זיי און זייערע מעשים. אפילו זיי האבן געשריגן אז זיי מיינען לשם שמים. מ'דארף נישט צו זיין קלוגער און פרומער פונ'ם רבי'ן. ווייל דער אלטער סקווערער רבי זצ"ל, ווען ער האט געהערט אז איינער פון די מורדים איז אנגעקומען ביי איהם אין שטעטעל. און זיך געוואלט דארט באקוועם מאכן. האט ער געהייסן אז מ'זאלל איהם געבן אכילה ושתיה. אבער, בשום אופן נישט לאזן אפילו איבערנעכטיגן ...!

נשלח: מיטוואך פעברואר 23, 2022 1:44 pm
דורך תרמב
דו ביזט גוט דו...
ווען דו האסט א שטארקע מיינונג, איז עס אזא כולי עלמא מודי, דו שרייעסט דאך אז כולי עלמא מודי אז נאר מהר"א קען מסדר קידושין זיין אין קריית יואל ווייל אז נישט גייען פיש כאפערס מסדר קידושין זיין..... איך ווייס שוין נישט וואס כולי עלמא מיינט ביי דיר.... נאכדעם ברענגסטו נאך א ראיה פון סקווירא..... משם ראיה טאקע אויף נארמאלע הנהגה.....

נשלח: מיטוואך פעברואר 23, 2022 1:48 pm
דורך וואלווי
תרמב האט געשריבן:דו ביזט גוט דו...
ווען דו האסט א שטארקע מיינונג, איז עס אזא כולי עלמא מודי, דו שרייעסט דאך אז כולי עלמא מודי אז נאר מהר"א קען מסדר קידושין זיין אין קריית יואל ווייל אז נישט גייען פיש כאפערס מסדר קידושין זיין..... איך ווייס שוין נישט וואס כולי עלמא מיינט ביי דיר.... נאכדעם ברענגסטו נאך א ראיה פון סקווירא..... משם ראיה טאקע אויף נארמאלע הנהגה.....

די כולי עלמא מודה איז ווייל דער סאקמירער טיילט איין גערעכט אדער נישט, ביי יענעם אויך.

גארנישט מער

נשלח: מיטוואך פעברואר 23, 2022 2:21 pm
דורך berlbalaguleh
תרמב האט געשריבן:דו ביזט גוט דו...
ווען דו האסט א שטארקע מיינונג, איז עס אזא כולי עלמא מודי, דו שרייעסט דאך אז כולי עלמא מודי אז נאר מהר"א קען מסדר קידושין זיין אין קריית יואל ווייל אז נישט גייען פיש כאפערס מסדר קידושין זיין..... איך ווייס שוין נישט וואס כולי עלמא מיינט ביי דיר.... נאכדעם ברענגסטו נאך א ראיה פון סקווירא..... משם ראיה טאקע אויף נארמאלע הנהגה.....

איך האב דיר וואס צו ענטפערן אויף אלע דיינע (זיסע) הערות. נאר איך האב נישט קיין צייט. איך מוז גיין דרייוון דעם באס. אהיימפיהרן די צאן קדשים פון חעידער.(וואדען האסטו געמעינט. איך בין נישט קיין עכטער בעל עגלה . ועוד חון למועד.)

נשלח: מיטוואך פעברואר 23, 2022 2:54 pm
דורך איך אויך
פלאנסט צו מאפן קיין אמישלאנד? אדער אפשר מיינסט אזא הכנסת ספר תורה-צאנזע חתונה סטייל פערד און וואגן ביזנעס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 23, 2022 5:01 pm
דורך שבת אחים
הרב וואלווי שיחי׳

מעגליך אז געוויסע פון די מורדים האבן נישט באלאנגט דארט.

זיי האבן לכאורה נישט געוואוסט וויאזוי די מעשה גייט זיך אויסלאזן, און אז צום סוף גייט מען זיי ארויסווארפן. זיי האבן געהאלטן אז די אמרי חיים איז גאר אויף זייער זייט און ער וואלט קיינמאל נישט צוגעלאזט מזאל רעדן עברית אין שיכון. זיי זענען געוועהן יונג און געווארן אנגערייצט דורך משה בער און אפאר אנדערע היץ-קעפ. למשה נאכדעם האט נישט יעדער געוואלט בלייבן דארט. טייל פון די מורדים האבן געטענהט אז זיי זענען נאר געקומען קיין וויזניץ ווייל די אמרי חיים האט אויפגעשטעלט א שיכון וואו מרעדט בלויז אידיש, אבער אז מלערנט יא אין די שולע עברית האבן זיי נישט געוואלט פארבלייבן אין אזא פלאץ. סאיז אבער קיין סתירה אז זיי האבן זיך געבענקט צו וויזניץ, די טישן, און צו די אמרי חיים אין די גוטע צייטן. און אז זיי האבן געהאלטן פון אים.

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2022 8:46 am
דורך רשכבהג
.

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:00 pm
דורך שבת אחים
אין בעסערע צייטן ווען דער לוחם ה׳ רבי משה בער בעק האט זיך אינטערגעשריבן אלץ איינע פון די דיינים אין שיכון ויז’ניץ צוזאמען מיט די ישועות משה.

בילד

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 3:18 pm
דורך וואלווי
סארי. א פרוזבול איז גוט מיט ג' הדיוטות.....