בלאט 8 פון 12

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 12:17 pm
דורך שמעקעדיג
GOOGLE PHOTOS
דאס איז די נאמען פון א נייע סערוויס פון גוגל - וואס וועט ערלויבן ארויפצולאדענען אן אומבאגרעניצטע צאל בילדער און ווידעאוס (ביז 1080p) גענצליך אומזיסט!
מען קען אנשטעלן אויטאמאטישע אפלאוד פון אלע דעווייסעס, און עס וועט אויך האבן עטליכע בעיסיק עדיטינג אפציעס.

Re: טעכנאלאגישע נייעס

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 12:37 pm
דורך ירא שמים
ביז 15 gb ניין? דאס איז ניי?

Re: טעכנאלאגישע נייעס

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 12:53 pm
דורך נופת צופים
זיי האבן עס אנאונסד לעצטע וואך ביי די I/O קאנפרענץ. עס איז סינקד אנליין( שמעקעדיגס לינק)מיט די עפפ פאר ענדרויד און אייפאון

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 1:27 pm
דורך שמעקעדיג
ירא שמים האט געשריבן:ביז 15 gb ניין? דאס איז ניי?

ווי נופת שרייבט, עס פלעגט זיין ביז 15 GB, אבער לעצטע וואך ביים קאנפערענץ האבן זיי אנאנסירט אז מהיום והלאה איז עס אנלימיטעד.
עס איז געווען נאך נייעס דארטן ביים קאנפערענץ, ווי למשל א נייע אפדעיט פאר אנדרויד (M), אבער עס קוקט נישט אויס צו זיין ערנסטע נייעס, זיי פאוקעסן אויף שטותים והבלים און כלומר'שט בעטערי לייף, און פארגעסן פון די וויכטיגע זאכן...

Re: טעכנאלאגישע נייעס

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 3:29 pm
דורך נופת צופים
נאך אפאר נייעסער פון די קאנפרענץ לעצטע וואך:
Now on tap וועט ברענגן אריינשטעקן גוגל נאו איבעראל גאנצן פאון. ס'הייסט אז ווען דו בוזט אין סיי וועלכע עפפ, האלסטו אראפ דעם האום באטטאן און ער ליינט דיין סקרין און מאכט א גוגל נאו סורטש לויט דעם.

אינע'ם נייעם ענדרויד עם גייט זיין א קראום בראוזער אין עני עפפ. ס'הייסט ווען די קליקסט א לינק פון סיי וועלכע עפפ באקומסטו א געהעריגע קראום בראוזער מיט די טעבס וכו' אנדעם אז דו זאלסט דארפן אויפמאכן א בראוזער.

ווי אויך אינע'ם נייעם ענדרויד, גייען זיי מער נישט בעטן פערמישענס ביים אינסטאלירן עפפס נאר ווען די עפפ וויל נוצן דעי פערמישען. זיי ווילן עס מאכן ווייניגער שרעקעדיג.

מעפס קען ארבעטן אן אינטערנעט אין דריטע וועלט לענדער. דאס איז אין צוגאב צו די פיטשער פון יו טוב צו ארבעטן אן אינטערנעט אין דעי מדינות. ווי אויך וועט קראום פארנוצן ווייניגער דעטע.

זיי גייען ריפלעיסן גוגל וואלעט מיט א נייע עפפ "ענדרויד פעי". דאס איז א דירעקטע פייט מיט עפל'ס עפל פעי. די גאנצע מעשה איז נאך אביסל פארנעפלט.

דערנאך איז דא די גאנצע הייפ מיט ווירטואל ריאליטי וואס דאס וועל איך לאזן פאר אנדערע.

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 5:54 pm
דורך שמעקעדיג
גוגל האט אויך היינט אינטראדוסט א נייע סייט
myaccount.google.com
וואס איז ספעציעל געמאכט פאר יעדן אקאונט באנוצער צו קאנטראלירן אלע סעטינגס אין זיין/איר אקאונט.
מען קען דארטן טוישן סעטינגס, ווי צב"ש וואס זאל ערשיינען ביי דיינע מעפס, יוטוב סוירטעשס, צו ערלויבן (אדער נישט) היסטארי וואס גוגל נוצט פאר מאפעס און פאר גוגל-נאו,
מען קען אויך אנשטעלן וועלכע סארט עדס גוגל זאל נוצן (Ads Settings tool), ווי אויך וועלכע עפפס און וועבסייטס זאלן זיין געלינקט צו דיין גוגל אקאונט.

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 6:18 pm
דורך אפשר
פאר ווינדאוס באנוצער האט היינט אפגעווארט אן איבעראשונג ווען עס איז ארויפגעקומען אויפן "טעסק באר" א נייע נאטעפיקעישען מיט די ווינדאוס סימבל, עפענונג דעם אייקאן קומט ארויף א באקסל וואס שלאגט פאר צו אפגרעידן צו ווינדאוס 10, עס שטייט נישט ווען פונקטליך עס גייט ארויסקומען, ס׳איז נאר דא אן אפשען "Reserve my upgrade"

לויט ווי עס הייסט יעצט, וועט עס ארויסקומען אום July 29.

די אפגרעיד וועט זיין אינגאנצן אומזיסט פאר פאר ווינדאוס 7 און 8 באנוצערס.

לויט ווי מייקראסאפט זאגט, גייט דאס זיין די גרעסטע סאפטווער אפדעיט אין היסטאריע, פארשפרייטנדיג צו איבער א ביליאן יוזערס.

מייקראסאפט אין די לעצטע פאר וואכן האט ארויסגעגעבן פאר די "Windows Insiders" א פרישע "Preview Build" פון ווינדאוס 10 בערך יעדע וואך, וואס האט אויך ענהאלטן אפדעיטס צו זייער נייע בראוסער "Microsoft Edge".

נו, עמער זעהן צו זיי טויגן
נאך

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 8:03 pm
דורך [NAMELESS]
נופת צופים האט געשריבן:
מעפס קען ארבעטן אן אינטערנעט אין דריטע וועלט לענדער. דאס איז אין צוגאב צו די פיטשער פון יו טוב צו ארבעטן אן אינטערנעט אין דעי מדינות. ווי אויך וועט קראום פארנוצן ווייניגער דעטע.

וואס הייסט אן אינטערנעט? וויאזוי ארבעט דאס?

Re: טעכנאלאגישע נייעס

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 10:18 pm
דורך ירא שמים
גוגול פאטויס געט מיר צוויי אפציעס וואו אזוי אפצולוידען קען מיר איינער מסביר זיין פשוט אידיש

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 10:35 pm
דורך ישראל קאפקע
פילע (אריגינעלע) קוואליטעט ביז פופצן גב. אדער הויך קוואליטעט, אומבאגרעניצטע סטארעדזש.

טעכנאלאגישע נייעס

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 11:22 pm
דורך ירא שמים
גוגול קען נעמען מיינע בילדער און עס אריינלייגען אין ווידעוס?!
עפעס אזא משמעות איז דא דארט אין די סעטינגס
און ווען איך מעק אויס א בילד פון מיין פאון ווערט עס אויך אויסגעמעקט פון דארט אדער כדארף עקסטער מעקן.

Re: טעכנאלאגישע נייעס

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 8:16 am
דורך נופת צופים
ישראל קאפקע האט געשריבן:פילע (אריגינעלע) קוואליטעט ביז פופצן גב. אדער הויך קוואליטעט, אומבאגרעניצטע סטארעדזש.

הויך קוואליטי מיינט ביז 16 מעגאפיקסל

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 8:40 am
דורך נופת צופים
גראדעמעכעלע האט געשריבן:
נופת צופים האט געשריבן:
מעפס קען ארבעטן אן אינטערנעט אין דריטע וועלט לענדער. דאס איז אין צוגאב צו די פיטשער פון יו טוב צו ארבעטן אן אינטערנעט אין דעי מדינות. ווי אויך וועט קראום פארנוצן ווייניגער דעטע.

וואס הייסט אן אינטערנעט? וויאזוי ארבעט דאס?


דאס הייסט אז ווען די אינסטאלסט גוגל מעפס קומט עס מיט אלע אינפורמציה, ווי אדרעסן, פאו'ס וכו'. פאר טורן ביי טורן דירעקציעס, דארפסטו שוין האבן אמאל געפארן דעם וועג.

דעי יו טוב פיטשער האבן זיי שוין געפלאנט צו מאכן מיט צוויי יאר צוריק. דאס ארבעט אז רוב ווידיאוס (חוץ אויב דער אפלאודער האט עס דיסעיבעלט) וועלן האבן א קנעפל "סעיוו פאר אופליין" און די וועסט עס קענען קוקן פאר די נעקסטע אכט אין פערציג שעה אן אינטערנעט. (גוט פאר די סאבוועי אדער א פלייט). איינמאל דו קאננעקסט דיך ווידער קענסטו עס שוין זעהן ווילאנג דו ווילסט.

קראום וועט ארבעטן מיט א מהלך אז ער וועט געבן א סקאר פאר יעדן פעידש, ווי העווי דאס איז (אסאך אימעדשעס וכו'), און לויט דיין אינטערנעט קאנעקשען וועט ער דיסיידען וועלכע פעידש דיר צו געבן.

(דשאב סעקיוריטי פאר SEO חברה. יא [tag]לעיקוואד[/tag], בוזט נאך דא?

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 5:25 pm
דורך ירא שמים
Features Disappearing in Windows 10

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2485170,00.asp


Windows 10: the Last Version of Windows

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2483961,00.asp

ווינדאוס 10

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 9:21 pm
דורך בן עזאי
ווינדאוס האט שוין ריליעסד א טייל פון די נייע ווידנאוס 10.
אט זענען עטליכע נייע חילוקים פון 1.8:
1- עס וועט זיין מער ענליך צו ווינדאוס 7, מיט'ן זיין מער באנוצער פיינדליך צו די וואס באניצן זיך מיט א מייז.
2- די סטארט קנעפל וועט צירוקקומען.
3- מען וועט קענען אריינסיינען אין די מייקראסאפט אקאונט און אין געוויסע עפפס מיט פינגער פרינטס אנשט א פעסווארד.
4- מען וועט קענעו האבן עטליכע דעסקטאפס, וואס קומט צוניץ ביים ארבעטן אויף עטליכע פראיעקטן אויפאמאל.

און נאך.
אויב איינער קען דורכטוהן די סוגיא און אינז ברענגען נאך, וואלט דער עולם דא הנאה געהאט.

Re: טעכנאלאגישע נייעס

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 1:40 am
דורך נולד מאוחר

טאיאטע געשלאסן שותפות מיט פארד איבער סמארטפאון טעכנאלאגיע

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 2:28 am
דורך בן עזאי
טאיאטא האט דערגרייכט אן אפמאך מיט פארד זיך צו באניצן מיט זייער "סמארט דעווייס לינק" טעכנאלאגיע אין די טאיאטע און לעקסוס מאדעלן.
די "סמארט דעווייס לינק" איז א סאפטוועיר וואס ערלויבט צו באהעפטן די סמארטפאון מיט אלע אירע עפפס צו די אויטא'ס דעשבארד, סקרין, און שטימע דערקענונג טעכנאלאגיע.
די נייע טעכנאלאגיע איז ערווארטעט צו ערשינען אין די 2016 מאדעלן.

טעג און גדר ארבעטן אויס די לעצטע דעטאלן וויאזוי צו פילטערן די אויטא'ס. די נייע מאושר סטיקער איז ערווארטעט צו זיין אין פארעם פון א "K" סימבאל אויפ'ן לייסענס פלאטע.

קרעדיט: רויטערס

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 10:23 am
דורך שמעקעדיג
בן עזאי האט געשריבן:טעג און גדר ארבעטן אויס די לעצטע דעטאלן וויאזוי צו פילטערן די אויטא'ס. די נייע מאושר סטיקער איז ערווארטעט צו זיין אין פארעם פון א "K" סימבאל אויפ'ן לייסענס פלאטע.

:lol: :lol: :like

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 1:33 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:GOOGLE PHOTOS
דאס איז די נאמען פון א נייע סערוויס פון גוגל - וואס וועט ערלויבן ארויפצולאדענען אן אומבאגרעניצטע צאל בילדער און ווידעאוס (ביז 1080p) גענצליך אומזיסט!
מען קען אנשטעלן אויטאמאטישע אפלאוד פון אלע דעווייסעס, און עס וועט אויך האבן עטליכע בעיסיק עדיטינג אפציעס.

דער באקאנטער קאמפלעינער, "דזשאן דווארעק", וואס שרייבט שוין יארן לאנג בייסיגע ארטיקלען ביי PCMAG, האט אויספרובירט דעם סיסטעם פון גוגל פאוטאוס, און כדרכו מאכט ער צימעס דערפון און מאכט אוועק די גאנצע אויפטו.
ער טענה'ט אז עס מוז זיין א סיבה אונטער די OFFER, און דאס איז נישט קיין צווייטע סיבה ווי צו קענען אלעס איבערגעבן פאר די רעגירונג.

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2485244,00.asp

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 2:24 pm
דורך berlbalaguleh
בן עזאי האט געשריבן:טאיאטא האט דערגרייכט אן אפמאך מיט פארד זיך צו באניצן מיט זייער "סמארט דעווייס לינק" טעכנאלאגיע אין די טאיאטע און לעקסוס מאדעלן.
די "סמארט דעווייס לינק" איז א סאפטוועיר וואס ערלויבט צו באהעפטן די סמארטפאון מיט אלע אירע עפפס צו די אויטא'ס דעשבארד, סקרין, און שטימע דערקענונג טעכנאלאגיע.
די נייע טעכנאלאגיע איז ערווארטעט צו ערשינען אין די 2016 מאדעלן.

טעג און גדר ארבעטן אויס די לעצטע דעטאלן וויאזוי צו פילטערן די אויטא'ס. די נייע מאושר סטיקער איז ערווארטעט צו זיין אין פארעם פון א "K" סימבאל אויפ'ן לייסענס פלאטע.

קרעדיט: רויטערס

אויב טעג, גדר און משומר וועלן אנהייבן פילטערן די אינטערנעט און סמארטפאונס אין קארס, וועלן זיי מוזן האבן דרייוו-אין פארטס...וואו יונגעלייט וועלן זיצן ביי די סטעישנס און זיך קאנעקטן ווייערלעססלי מיט די טמא'נע כלים אין די קארס...!

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 4:25 pm
דורך chusid

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2015 11:28 am
דורך שמעקעדיג
"פעסווארד'ס" – א זאך וואס מיר נוצן טעגליך אזויפיל מאל. א מיטל וואס מענטשן זענען שוין צוגעוואוינט דערצו צוליב סעקיוריטי, טראץ די אומבאקוועמליכקייט דערפון. אבער קאנסומער זענען נישט די איינציגסטע אומצופרידענע. גרויסע קאמפאני'ס זענען זייער אומבאקוועם מיט דעם גאנצן פעסווארד סיסטעם, בעיקר צוליב די סעקיוריטי בריעטשעס, אין די גאנצע וועלט העקט מען כסדר אין כל מיני אקאונטס, פון פריוואטע אינפארמאציע ביי פרטיות'דיגע מענטשן ביז ריזיגע העקעריי אין גרויסע פראפעסיאנאלע אקאונטס. ממש יעצט איז פארגעקומען א העקעריי אין די סיסטעם פון די IRS וואו די (לכאורה רוסישע) העקערס האבן באקומען צוטריט צו א געוואלד סאושעל סעקיוריטי נומערן און אנדערע סענסיטיווע אינפארמאציע. איבער א יאר צוריק האט מען געהעקט טארגעט, און ארויסדערווישט פילע קרעדיט קארד נומערן. ואטו כי רוכלא, דארף מען דען דא אויסרעכענען וויפיל קאפ ווייטאג קאמפאניס האבן שוין געליטן, ווען פראפעסיאנאלע העקערס האבן איבערגעקלוגט דעם פעסווארד סיסטעם און אנגעקומען וואו זיי דארפן נישט, און עובר געווען אויף 'במופלא ממך אל תדרוש'. און דאס אלעס שוין נאך די טיילווייזע פארבעסערטע קונצן, ווי סעקיורעטי שאלות וכד'.

אלענפאלס, די גרויסע קאמפאניס (בפרט גוגל און מייקראסאפט) זענען אנטשלאסן צו ענדיגן די פעסווארד קרענק. איינע פון גוגל'ס מענעדזשער'ס האט זיך אויסגעדרוקט, "פעסווארדס סאקט"! זיי ארבעטן אויף אלע כוחות אויסצוטרעפן נייע איידיעס צו האלטן די סיסטעמ'ס מער פארזיכערט. פינגער פרינטס און פעיס-רעקאגנישאן זענען פון די טאפ אויף די ליסטע, אבער אנדערע סאלושענ'ס זענען אויך אינוואלווד. א מער סאפיסטיקירטע סיסטעם רופט זיך "מאלטי-מאדעל בייאמעטריקס" – וואס טוט קאמבינירן די אויבנדערמאנטע, אין צוגאב צו דעם באנוצער'ס קול, ווי אויך זיך אויסצולערנען דעם באנוצער'ס העביטס, צב"ש וועלכע סארט פראגראמען דו נוצט וועלכע צייט. אויב למשל דו טשעקסט קיינמאל נישט דיין אימעיל 3 ביינאכט, און פלוצים זעהט דער סיסטעם אז איינער פרובירט אריינצולאגן אין דיין אקאונט 3 ביינאכט, וועט עס ארויסגעבן אן אלערט און אנקוקן די זאך פארדעכטיגט.

פעיפעל ארבעט אויך אויף אנדערע מהלכים צו ענדיגן פעסווארדס. זייער פראגראם רופט זיך "קיל די פעסווארדס". יאהו אימעיל האט א סערוויס וואס שיקט א טעקסט מיט א נייע פעסווארד יעדע מאל וואס דו ווילסט אריינלאגן אין דיין אימעיל אקאונט.

אלע עקספערטן אין דעם פעלד זענען איינשטימיג אז עס וועלן קומען ערנסטע רעוואלוציעס אויף דעם געביט אין דער נאנטער צוקונפט.

נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 12:20 pm
דורך שמעקעדיג
שוין דא קלוגע טעלעפאנען, זייגערס, אפלייענסעס, קליידער, און וואס נישט.
אצינד איז געקומען די רייע אויף "קלוגע זאקן"! יא, אזוי ווי איר לייענט: סמארט סאקס. (אבער עס וועט אייך אפקאסטן א 200 טאלער).

עס איז דערווייל א שטיקל דורכפאל, אומבאקוועם, אבער א גוטער אנהויב איז עס זיכער.
עס איז בעיקר געצילט פאר מענטשן וואס לויפן אויף עקסערסייז, דער זאק איז אויסשטאפירט מיט סענסארס און בלוטוט וואס טוט זיך קאנעקטאן צו אייער סמארטפאונ'ס עפפ, און טוט אבזערווירן צי איר לויפט ריכטיג.

http://www.pcworld.com/article/2936611/ ... needs.html