יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
א לינק צו זיין בוך וואס ער האט געשריבן FROM JAILER TO JAILED
http://www.amazon.com/Jailer-Jailed-Cor ... +to+jailed

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
מייק האקעבי, דער געוועזענער גאווערנאר און סטעיט עקזעקיוטיוו פון ארקענסעס, פלאנט צו לויפן פאר פרעזידענט. די אינטרעסאנטע זאך דערפון אז ער פלאנט צו לויפן אויפן טיקעט/פלאטפארמע פון "קרימינאלע יוסטיץ רעפארם". אלס גאווערנער האט ער פארדאנירט איבער 1,000 (!) ארעסטאנטן.
פאר מער דרוקט דא:
https://www.yahoo.com/politics/the-mike ... 86601.html

וירח ה' את ריח הניחוח
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
די בלוט קומט ווידער ארויף אין קאפ.
אן 21 יעריגער יונג פון די בראנקס האט זיך גענומען דאס לעבן דעם פארגאנגענעם שבת אין זיין היים, דורך זיך הענגען מיט אן עירקאנדישאן שטריק, נאכן אדורכגיין דעם גיהנם אין זיין אייגענע שטאט ניו יארק, אין די פארשאלטענע רייקערס איילענד טורמע.
דער יונג איז געווארן ארעסטירט פאר 5 יאר צוריק נאכדעם וואס זיינס א חבר האט אים באשולדיגט אין אוועקכאפן זיין רוקזאק. ער איז דאן אלט געווען בלויז 16 יאר! דער ריכטער האט פארלאנגט עשרת אלפים ככר בעיל ביז צום טרייעל, און ווען זיין משפחה האט נישט געקענט אפירקומען מיט דעם סכום, איז ער געבליבן שמאכטן אין רייקערס, אן ווערן אנגעקלאגט!!
די צייט האט זיך געצויגן, און ער איז אפגעזעצן קרוב צו 3 יאר. 33 חדשים!! על לא עוול בכפיו. פון די חדשים, איז ער איבער 400 טעג אפגעזיצן און זיך אפגעפייניגט אין סאליטערי קאנפיינמענט, אויכעט באקאנט אלס "די לאך". ער האט זיך מערערע מאל פרובירט צו נעמען דאס לעבן פון עגמת נפש.
אפירגעקומענע סורוועילענס ווידיאוס האבן געוויזן אביסל פון די שרעקליכע טראומא'ס וואס דער יונג איז אדורך. ער איז געווארן אנגעהאקט די ביינער דורך די אפיצירן. ווי אויך איינמאל האבן זיך 10 אינמעיטס א לאז געטאן אויף אים און געמאכט אויף אים א משכנתא.
מען האט אים שפעטער געאפפערט פארשידענע פליע בארגעינ'ס וועלכע ער האט אפגעווארפן אלס אומריכטיג. אין 2013 איז ער ארויס פריי, נאכדעם וואס מען האט פשוט ארויסגעווארפן אלע קלאגעס!
ער האט פרובירט איבערמישן דאס בלעטל און אנהויבן דאס לעבן פריש, און זיך איינגעשריבן אין בראנקס קאמיוניטי קאלעדזש, אבער עס איז שוין געווען צו שפעט. די טראומא וואס ער איז אדורך האט אים זייער צוטרייסעלט. ער איז געווארן געפערליך דעפרעסד. דאס לעבן איז אים גענצליך רואינירט געווארן, בעת זיין מוטער קוקט צו מיט אנגסט ווי איר יונג גייט צוגרינד, און ווערט ערגער און ערגער. פארגאנגענע פרייטאג צו נאכטס האט זיך דער יונג אנגערופן: "מאמע, איך קען עס מער נישט פארנעמען!". דעם קומענדיגן טאג האט מען אים געפינען א געהאנגענער.
"די סיטואציע איז ערגער ווי מען מיינט" – האט זיין לאיער זיך אויסגעדרוקט – "ווען מען קוקט אדורך די 3 יאר וואס ער האט מיטגעמאכט אין תפיסה מיט די אלע פרטים, איז ממש אומגלויבליך אז דאס האט געקענט פאסירן דא אין ניו יארק, נישט אין א דריטע וועלט לאנד".
http://www.msn.com/en-us/news/us/ex-rik ... ailyNews11

- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
א געפערליכע מעשה דאס, איך האלט שוין מיט דעם פאל זינט די ניו יארקער פארפיל אויף קאליעף בראודער, אקטאבער 2014.
דאס וואס האט מיר דאס מערסטע געקרענקט איז אז מען האט פשוט ארויסגעווארפן די קלאגעס, נאך דריי יאר! ער איז נישט אריבער א פראצעס און ארויסגעקומען אומשולדיג, מען האט עס פשוט ארויסגעווארפן! ווייל עס איז גארנישט געווען קיין עווידענס קעגן אים! נאכן לאזן אים שמאכטן דריי יאר אין טורמע פאר גארנישט, אן איינער זאל זיך וויסנדיג מאכן אדער אים העלפן.
זיי האבן נישט געמאכט א קעיס קעגן אים בשעת זיי האבן אים געהאלטן אין גיהנום, פשוט ווייל אזא קעיס באקומט נישט צו מער עווידענס נאך איין וואך אדער א חודש צוויי. אז עס איז נישט דא קייינע באווייזן נאך איין חודש גייט נישט זיין גארנישט מער נאך א יאר אדער דריי. סתם אפגעשטיפט זיין פראצעס איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל.
איך געדענק ווען איך האב געליינט דעם אריגינעלע ארטיקל אינעם ניו יארקער מאגאזין איז עס מיר געווען אזוי אומגלויבליך, אז -ווי דו שרייבסט- דאס בלוט איז מיר ממש ארויף אין קאפ!
איך האב געפלאנט דעמאלט איבערזעצן דעם ארטיקל פאר ק"ש (עס איז געווען א שמועס איבער חרדישע אידן אין די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם).
We have it bad? פינף מינוט נאכן ארעסט וואלט די גאנצע שטאט, געלט וואלט געפלאסן ווי א קוואל, און ער וואלט געווען אויף בעיל ביז א האלבן טאג, און נאך א פראצעס אין ניינציג טעג.
דער (ער איז געווען דאן 15 יאר, ניטאמאל 16) איז נעבעך געכאפט געווארן ווי א פישל אין נעץ, און אוועקגעדאמפט געווארן אין פריזער 'פאר א שפעטערע דאטום', מיט זיינע ציווילע רעכטן רעגלמעסיג פארלעצט, אן קיין שום הילף אדער שטיצע.
זיין זעכצנטע זיבעצנטע און אכצנטע יארן האט ער פארברענגט אין די ש****ל באקאנט אלס רייקערס איילענד, ווייל דער קראנקער סיסטעם האט געמיינט אז ער איז געבוירן געווארן אנצופילן זייער פינסטערע אינזל גיהנום.
דאס אז די חיות (פון ביידע זייטן) האבן אים אויסגע'רודפ'ט די יארן איז אביסל א עקסטערע נושא. מיר שטערט פיל מער די פארשאלטענע 'יוסטיץ סיסטעם'.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
מאטי האט געשריבן:ווען האסטו די לעצטע מאהל געהאט עקסטערע 10k?
נארישע קשיא. ס'איז טאקע א סך געלט, אבער רעלאטיוולי איז דאס א שפיי. א מענטש זיצט פאר גארנישט בשאול תחתיה, און אין לויף פון דריי יאר איז זיין איינציגסטער האפענונג אז ער וועט געווינען פאפא ראפפעל? ביזט נאריש.
איך בין נישט באקאנט מיט דעם לעגאלן סיסטעם. שטארק מעגליך אז ס'איז דא א קורצע דעדליין. וואו איז די משפחה געווען? זיי האבן נישט געקענט אויפטרייבן אזא סכום?
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
די קעיס אויף דעמאקרעסי נאַו. מיט עימי גודמאן.
ער איז געווען אין סאליטערי קאנפיינמענט כמעט אכט הונדערט טעג, איבער צוויי יאר!
מ'קען וויינען.
ער איז געווען אין סאליטערי קאנפיינמענט כמעט אכט הונדערט טעג, איבער צוויי יאר!
מ'קען וויינען.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
וועט מען קומען צו שטיקל אגריעמענט אז די זאכן זאלן זיך נישט איבער'חזר'ן אין דער צוקונפט?
http://www.nytimes.com/2015/06/10/opini ... .html?_r=0
http://www.nytimes.com/2015/06/10/opini ... .html?_r=0
וירח ה' את ריח הניחוח
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
גאנץ טשיקאוו אבער אביסל עמאציאנאל...
https://news.yahoo.com/friends-reunited ... 7115.html#
https://news.yahoo.com/friends-reunited ... 7115.html#
וירח ה' את ריח הניחוח
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
רובאשקין אין סאמעט זענען אינקלאדעט אין די זעקס און פערציג?
זיכער נישט
זיכער נישט
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
אין 2012 זענען 958 אמעריקאנער געשטארבן אין טורמע. פון דעם זענען 698 (73%) קיינמאל נישט געווארן אנגעקלאגט אויף א פאברעכן!
http://theweek.com/speedreads/569670/7- ... cted-crime