בלאט 8 פון 19

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 9:20 am
דורך בעל הבית
פארוואס רופסטו עם רודף,? א בחור א בן ישיבה טאר נישט האבן א טריפנה טעלאפוין, ווען ער דרייט זיך מיט א שמוציגע מעגאזין וואלסטו זיכער יא געהאלטן עס מ'מעג איבערגעבען פאר זיין הנהלת הישיבה, אויב אזוי וואס איז א סעלפוין אנדרזש?

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 9:27 am
דורך איש עברי
דעת בעל הבית

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 9:41 am
דורך טיטאניק
זאל ער אפילו האבען אפילו א טריפהנעם מאגאזין!
סאיז נישט דיין ביזנעס!!!!!!
זאג, ווילסט אז איך זאל מסרן דיין ווייב ווען איך זע דיר טין עפעס?
און ווער זאגט אז די סמראט פאון האט נישט קיין פילטער?
ווער זאגט אז ער איז חולה **** ווי די עסקנים?
און אויב יא, וואס איז דאס דיין געשעפט?

לאמיר פארשטייין, וואס גייסטי אויפטיען מיטען מסרן פאר זיין ראש ישיבה?
איין זאך, ער גייט פליען פון ישיבה אויפען פלאץ, אפגערעעדט פון א נארמאלייער שידוך, און מער קיין טשענס וועט ער נישט האבען און אזוי האט מען אימגעברענגט נאך א נפש! און פשוט ווייל אין איין בין הזמנים האט זיך עם פארגליסט צי זען וואס איז שוין דער "געפערליכער סמארט פאון" (וואס אלע רבנים רעדען דערפין טאג אין נאכט, מן הסתם איז עס גאר אינטערסאנט ווייל זיי האקען אויף אלע גיטע זאכען!) און פאר דעם איינמאל פון טראגען א סעל פאון קימט עם שוין מיתה פארען לעבען??? ביסטי פון זינען אראפ?

וואס? די פאלסט נישט אדארעך אמאל? ווייל ער איז א בחור מעג ער נישט טועם זיין טעם חטא? נאר א יונגערמאן מעג פארען קיין וועגעס אדער קיין אמאן?
ווער האט באשלאסען אז א בחור איז ווי א מאנקי איינגעשפארט אין א שטייג, און א יוגנערמאן מעג לאכען מיט זיין סעקערטארעשע כאטש זי איז א אשת איש?
ווילסט אז יעדע מאל וואס די לאכסט ארים מיט א ווארק-מעיד זאל מען דאס מעלדען דיין ווייב? אדער ווען אימער די קריכסט אויף נישט אויסגעהאלטענע סייטס זאל מען דאס מעלדען דיין אלטע טאטע אדער שווער? ווילסט אז יעדעס מאל וואס די קיקסט אויף א פרוי אין גאס זאל מען כאפען א בילד דערפין און עס הענגען אין שיל?

אוואדי טאר דער בחור נישט האבען א סעל, אבער אויב ער מעג נישט מעגסטי פינקט אזוי נישט, ער איז א דער זעלבער איד\מענטש ווי די אפילו ער האט נאך נישט קיין טלית און א ווייב

בכלל פארשטיי איך נישט
דער מאלעסטאר מעג מען נישט מסרן! ממש א נייע עשרת הדיברות, יעדער מנובל מעג טין וואס ער וויל מיט נפשות טהורות מישראל,
אבער דער בחור'ל וואס זיין מאמע האט עם געגעבען א סעלפאון כדי צי קענען האבען קאנטעקט מיט עםפ ווי ער געפינט זיך, אה אזאן בחור קימט זיך ד' מיתות בית דין! טאקע א פארברעך

העלא, קיפ יא אן ביזנעס, לאז זיינע עלטערען עם מחנך זיין, קיק אריין אין דייין טעלער, פארעכט דיר אליינס, קיק וויינגער אויף פרויען, דאווען ערליכער, און לאז יעדעם לעבען
געדענק, די מציאות ווייזט אז די אלע וואס זענען "גאט פארזארגערס" און זענען ביזי צי העלפען גאט צי פירען זיין וועלט, די אלע זענען די גרעסטע מושחתים ומנובלים, נישטא ערגער פון דעם, זייער גילטי פילינג פון אלע זייערע עבירות וואס זיי האבען געטין קיצעלט זיי יומם ולילה און דאס שטיפט זיי זיך צי קרוינען אלץ גאטס פאליציי און מיטען רוידעפען אנדערע שטילען זיי זייער גיעלטי פילינג
ממש ווי דער הלבערשטאם פון די עצרת היודוע ליודעי חן

לאז יעדעם טין וואס ער וויל, די טיסט דאך אויך וואס די ווילסט, ווען די טיסט די עבירות וואס "דיר שמעקט" צי טין ווילסטי אויך נישט אז איך זאל דיר זאגען "העי שגץ!"
גיי פיקס דיר און נאכאמאל דיר און לאז יעדעם לעבען

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 6:31 pm
דורך עפל סיידער
איך האב געליינט אין די יוגנט יארען, אז בימי @טיטאניק איז געווען שווערע קאמפ'ן צווישען די ערליכע גדולי ישראל און די כת ה'מענדלזאהן ותלמידיו איבער פארשידענע יודישקייט נושאים,
ייש''כ @טיטאניק פאר'ן אראפברענגען איין צד פון יענע תקופה.

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 6:59 pm
דורך עפל סיידער
לדעת רימט אויס די אינטערנעמונג @טיטאניק גיי מאך ארדענונג פון די חברה.

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 6:45 pm
דורך וויליאמסבורגער
.

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 7:34 pm
דורך פאלשע פיש
איך וויל מיטהאלטן ווי משה יוסל הירש צו יואל שטויבער גייט צו צו איינע פון די אלט געזעסענע ״קינגס טערעס״ אידן (אנע נעמען..) און פארלאנגט צו זעען די סמארט פאון זיכער מאכן אז ס׳איז כשר...

נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 2:47 am
דורך שמעקעדיג
דא רעדט מען נישט פון כשר, מען רעדט דווקא משומר. סטריקטלי ביזנעס.

מען צילט אויף אייפאון'ס

נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 3:26 pm
דורך עפל סיידער
יורים-עם-חץ-וקשת-בסמארטפונים-מירון-לג-בעומר-תשעד26.jpg
יורים-עם-חץ-וקשת-בסמארטפונים-מירון-לג-בעומר-תשעד27.jpg

נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 5:34 pm
דורך פישלע העררינג
.

נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 5:38 pm
דורך עפל סיידער
פישעלע אין אר''י איז נאכנישט אזוי נהוג די אייפאון'ס ווי דאהי, עס איז נאך דא דארטען א היבשער קריג קעגן זיך דרייען בגלוי מיט די טאטע כלים.

נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 5:49 pm
דורך טיטאניק
:roll: :roll: :roll:
מארגען גייען די קינדער זיך אויפרייסען מיט זעלבסטמאָרד וועסטלעך נעבען די טאטעס וואס האבען אייפאן'ס?

נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 5:53 pm
דורך פישלע העררינג
עפל סיידער האט געשריבן:פישעלע אין אר''י איז נאכנישט אזוי נהוג די אייפאון'ס ווי דאהי, עס איז נאך דא דארטען א היבשער קריג קעגן זיך דרייען בגלוי מיט די טאטע כלים.

א נעכטיגע טאג.

נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 6:13 pm
דורך שרייבער
פישל'ע העררינג האט געשריבן:
עפל סיידער האט געשריבן:פישעלע אין אר''י איז נאכנישט אזוי נהוג די אייפאון'ס ווי דאהי, עס איז נאך דא דארטען א היבשער קריג קעגן זיך דרייען בגלוי מיט די טאטע כלים.

א נעכטיגע טאג.

אלעס אמעריקאנער.....
וכבר אמרו, מקום יש בכיס לשני פלפונים

נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 9:29 pm
דורך פארוואס?
שרייבער האט געשריבן:
פישל'ע העררינג האט געשריבן:
עפל סיידער האט געשריבן:פישעלע אין אר''י איז נאכנישט אזוי נהוג די אייפאון'ס ווי דאהי, עס איז נאך דא דארטען א היבשער קריג קעגן זיך דרייען בגלוי מיט די טאטע כלים.

א נעכטיגע טאג.

אלעס אמעריקאנער.....
וכבר אמרו, מקום יש בכיס לשני פלפונים

אחד כנגד למען ישמעו ואחד כנגד למען ייראו

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 8:55 am
דורך פלעין יודיש
עפל סיידער האט געשריבן:
יורים-עם-חץ-וקשת-בסמארטפונים-מירון-לג-בעומר-תשעד26.jpg
יורים-עם-חץ-וקשת-בסמארטפונים-מירון-לג-בעומר-תשעד27.jpg

דער וואס צילט גיט, גייט אריין אין א גורל צו געווינען א אייפון...

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 11:23 am
דורך עפל סיידער
אין טברי' האט א רב אריינגעווארפען פילע טייערע אייפאונ'ס אין פייער פון די הדלקת ל''ג בעומר.

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 1:53 pm
דורך עפל סיידער
איינער וואס האט געמאכט א שמחה אין ביהמ"ד און גערעדט אויפען פאון האט דאס באקריגען באגלייט בברכת מזל טוב
נגד פלאפון.jpg



אתמול (שני) בבוקר חגגו שמחה....
אלא שלפני הברית, כאשר התפלל תפילת שחרית בבית כנסת ליטאי בשכונת רמות, ....... אברך ניגש אליו עם תום התפילה, מסר לו פתק – וברח.

אבי, מה קרה?

"כנראה שהוא הבחין בי מציץ במכשיר הטלפון בשעת התפילה".

ואיך ידע לאחל לך מזל טוב?

"לפני תחנון סימנתי לחזן, וגם קיבלתי עליה".

וכך כתב ...... בדף הפייסבוק שלו:

"תמיד קראתי על מקבלי הפתקים מאברכים אנונימיים. אמש, התגלגלתי בטעות לבית כנסת ליטאי וזכיתי אף אני לפתקא טבא. האברך החמוד לא שכח להוסיף לי ברכת מזל״ט לרגל השמחה. החידוש המפתיע בעיניי הוא דווקא האיסור גם על מכשיר כשר.

נ.ב. אם יש כאן ליטאים אשמח לדעת האם הוא התכוון להעליב אותי בכינוי 'אדון' ובכמה דרגות זה מתחת ר׳ איד".

נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 3:33 am
דורך עפל סיידער
א ספעציעלער הלכה ספר ערשינען אויפען אינטערנעט באנוץ, און קעגן אומגעפילטערטע נעט.
דרך-האתרים-195x110.jpeg

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 12:16 pm
דורך שמעקעדיג
אן ארטיקל אין "דער איד" לעצטע וואך, פארציילט איבער א נייעם שטאפל פון אומדערהערטע טעראר, וועלכע גייט זיך גרינדן אין שטאט "בית שמש".

עס איז פארגעקומען א קאאליציע פון יעדע איינציגע מוסד אין שטאט, וואס יחד כולם הודו ואמרו אז מען גייט זיך צושטעלן צו דעם נייעם טעראר פראגראם, דהיינו בלויז די עלטערן וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם פראגראם פון פארמאגן א תעודת "חבר", קענען זייערע קינדער ווערן אקצעפטירט אין די מוסדות, אזוי אז אויב די מוסדות פארשיקן איינעמ'ס קינדער וועט ער נישט קענען שיקן אין קיין שום אנדערע מוסד, זיי וועלן זיין געצווינגען צו פארבלייבן אינדערהיים ווי א צרוע מחוץ למחנה.

וואס איז דאס דער תעודת "חבר"? דער וועד איז ענליך צו די 'וועד האישור' פון מאנסי, א שטאב פון טעכניקער און עסקנים וועלן ארויסשיקן אפליקאציעס פאר יעדן איינציגן ראש המשפחה אין שטאט, וועלכע וועלן דארפן פולשטענדיג אויספילן אלע פראגעס פונעם פראגע בויגן. די הייליגע עסקנים וועלן אדורכגיין בכובד ראש יעדע אפליקאציע, און זיכער מאכן אז די שטאט איז ריין פון די טעכנאלאגישע איבלען.

די פאנטש ליין? יעדער 'חבר' שרייבט אונטער א דיסקלעימער, אז ער איז מסכים בכל עת מצוא מעג סיי וועלכער עסקן צוגיין צו אים און פארלאנגען זיין טעלעפאן, און מען וועט עס זאפארט איבערגעבן און לאזן אלעס אדורכקוקן!!!

עס האט מיר גענומען א גוטע 5 מינוט זיך צו רעקאווערן פון מיין שאק. דערנאך לייען איך ווייטער די אויספיר פונעם ארטיקל. נישט מער און נישט ווייניגער, אז דער גאנצער עולם האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ (!) פון גרויס שמחה אז די שטאט וועט בלייבן הייליג און אפגעהיטן, און דאן איז יעדער אהיים מיט "געהויבענע געפילן".

איר הערט רבותי וואס דא טוט זיך?? טאטע אין הימל, לאן הגענו!!!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 12:59 pm
דורך פישלע העררינג
.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:04 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ פאר ברענגען דעם דערפרייענדן באריכט פון "דער איד". נאר, לפענ"ד, אויב מ'וועט פארשיקן די קינדער פון די היימישע מוסדות פאר אזעלכע שטותים. און מיט א זא טעראר, וועלן זיי גיין אין חינוך עצמאי מוסדות פון די אגודה, אדער. נאך ערגער אין די ממלכתי-דתי פון די מזרחי...!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 8:39 pm
דורך לא להנאת גופי
אין תולדות אהרון איז דא א גרופע אינגעלייט וואס באזוכען יעדען טאג אין הייזער, בודק צו זיין צו ס'איז דא א קאמפיוטער, כ'האב עס געהערט פון א נאמן פון דער קהלה, [טאמיר איינער ווייסט אז ס'איז שטיות זאל ער פארציילען, און כ'הער אז אין גער איז נאך ערגער]. ומעשה שהיה, אפאר וואכ'ען צירוק בעת זיי האבן בודק געווען ביי איינעם אינדערהיים האבן זיי באמערקט אין בעדרום א פראדאקט וואס פאסט נישט פאר א היימיש'ע איד, [טראכט אליין], און כ'ווייס נישט די פרטים, כ'ווייס נאר אז די קאפל איז יעצט סעפערעטיד. די עולם העט מסתמא מיינען אז איך חלום, אדרבה פרעגט'ס ענק נאך ביי עעני ארה'לע, כ'בין נייגעריג צו ס'איז אמת, כ'האב עס געהערט מוט א נאמען [וואס כמובן קען איך נישט שרייבען]. ניתא פאקטן וניחזי!