בלאט 8 פון 21
נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 8:00 pm
דורך קאווע טרינקער
די רביצין גייט דאך אין זיבעטען.
נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 2:23 am
דורך קאווע טרינקער
די מעשה וואס דער רבי שליט"א האט פארציילט די וואך ביי מלוה מלכה איז מיר געווען א חידוש!
איינער האט שוין אמאל געהערט די מעשה?
נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 2:33 am
דורך קאווע טרינקער
דר'עולם פרעגט אין אישי וואס די מעשה איז געווען.. כ'דענק נישט פונקטליך, אבער עפעס בערך אז בארדיטושבער רב האט געהאט א טשייניקלאזאט, און סוכות אינדערפרי האט ער אויסגעשאסן די גלאז פונעם טשייניקלאזאט..
נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 1:37 pm
דורך למדן
די חידוש פון די מעשה האט די רבי ארויסגעברענגט אז דעמאלטס איז נאכנישט געווען אזוי מצוי אז יעדער זאל האבן א טשיינעקלאזעט און דאך האט דער בארדיטשובער זיך געזען איינצוהאנדלען איינס צו האבן א גלאז
נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 1:47 pm
דורך newkave
ווער נאך האט געזען די געשלעג נאכן טיש פרייטאג צונאכטס צווישן די צוויי גבאים??
נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 2:57 pm
דורך קאווע טרינקער
די רבי האט געבעטן מ'זאל נישט רעדן דערפון. מ'האט פארשיקט דעם הויז בחור, און דער רבי האט געווארענט אז אויב חלילה איינער וועט פארציילן פאר נחום'ן איבער דעם פרשה, איז ער נישט מוחל בבא ובזה.
נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 3:03 pm
דורך Lexus
איז די רבי פון די לג רבנים וואס האבן געחתמעט אקעגן נחום?
נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 5:39 pm
דורך newkave
Lexus האט געשריבן:איז די רבי פון די לג רבנים וואס האבן געחתמעט אקעגן נחום?
ניין, ער איז פון די ל'ו וואס האבן נישט...
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 12:46 pm
דורך atmybest
לויט ווי איך הער וועט די מילקשעיקער מאכן א אינטערנעט אסיפה אלף בלק.
אין די זעלבע צייט ווערט געמאלדן אז זיין באמס פלאנען צו מאכן א קאונטער אסיפה אלף קורח ל'ע.
עס דערמאנט וואס די פריעדיגע רבי האט געזאגט:
עס וועט זיין א צייט וואס מילקשעיק וועט זיך גיסן אין די גאסן , און קיינער וועט זיך נישט קימערן.
כידוע האט די רבי ז'ל שטארק געהאלטן פון די אינטערנעט. עס הערשט א גרויס אויפברויז ביי די זקני הדורות אויף דעם.
פרטים יבואו...
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 2:06 pm
דורך עסן עסט'זיך
וואו, ס'ווערט הייס די אייזלען מאכין אויך אן אסיפה די זעלבי צייט די אייזלען שפילן פרומער זיי גייען אויך אסרן מייקראוועיווס און עירקאנדישנס און אלע טעכנאלאיגיע
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 7:02 pm
דורך Lexus
מען קען יעצט קויפן אויף איבעי א חלק גן עדן פון האדמור האמצעי לבית מילקשעיק.
כאפטס זכותים עס קומט שוין באלד אלול...
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 8:43 pm
דורך קאווע טרינקער
די רבי האט נאך נישט ארויסגעדרוקט זיין קדשו'דיגע דעת איבער יא/ניין פראטעסטירן מיט אלע אנדערע רבנים פון גאנץ ארצות הברית און קאנאדע.
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 10:03 pm
דורך משה געציל
שמעתי דבר פלא מכ"ק מרן עה"פ "ויקח קרח בן יצהר בן קהת בן לוי", ואמר מרן שליט"א לפרש: "ויקח" אם אדם לוקח את עצמו "קרח בן יצהר" במטרה לטהר את עצמו ע"י תשובה, דקרח הוא מלשן שלג עדה"פ אם יהיו חטאיכם וכו' כשלג ילבנו ויצהר הוא לשון צהר בבחינת צהר תעשה לתיבה. אז "בן לוי" יכול להגיע למדריגת בן לוי. ודפח"ח, ודו"ק כי עמוק הוא.
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 10:24 pm
דורך קאווע טרינקער
משה געציל האט געשריבן:שמעתי דבר פלא מכ"ק מרן עה"פ "ויקח קרח בן יצהר בן קהת בן לוי", ואמר מרן שליט"א לפרש: "ויקח" אם אדם לוקח את עצמו "קרח בן יצהר" במטרה לטהר את עצמו ע"י תשובה, דקרח הוא מלשן שלג עדה"פ אם יהיו חטאיכם וכו' כשלג ילבנו ויצהר הוא לשון צהר בבחינת צהר תעשה לתיבה. אז "בן לוי" יכול להגיע למדריגת בן לוי. ודפח"ח, ודו"ק כי עמוק הוא.
ס'האט אן המשך, "ואון", אויב מ'איז ליידער נכשל מיט חטא הידוע, "בן פלס" ער איז מוסיף והולך ("+" בלע"ז), בני ראובן, קוק נאר וואספארא קינדער ער וועט נאך האבן, אויב אבער "ויקומו", מ'שטייט אויף סליחות, דהיינו מ'טוט תשובה, "לפני משה" , נאך פאר די חטאים ווערן פארוואסערט (מלשון כי מן המים משיתוהו) ואנשים, ווערט מען חשוב (כל אנשים שבמקרא לשון חשיבות).
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 4:28 pm
דורך קאווע טרינקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:די רבי האט נאך נישט ארויסגעדרוקט זיין קדשו'דיגע דעת איבער יא/ניין פראטעסטירן מיט אלע אנדערע רבנים פון גאנץ ארצות הברית און קאנאדע.
נאך א קורצע חקירה און בדיקה, שטעלט זיך ארויס אז דער רבי איז ביים פילן דעת, אז יעדער, סיי אינגעלייט און סיי בחורים, זאלן זיך משתתף זיין.
זעה דא
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 4:46 pm
דורך היימישער ליטוואק
קאווע טרינקער האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:שמעתי דבר פלא מכ"ק מרן עה"פ "ויקח קרח בן יצהר בן קהת בן לוי", ואמר מרן שליט"א לפרש: "ויקח" אם אדם לוקח את עצמו "קרח בן יצהר" במטרה לטהר את עצמו ע"י תשובה, דקרח הוא מלשן שלג עדה"פ אם יהיו חטאיכם וכו' כשלג ילבנו ויצהר הוא לשון צהר בבחינת צהר תעשה לתיבה. אז "בן לוי" יכול להגיע למדריגת בן לוי. ודפח"ח, ודו"ק כי עמוק הוא.
ס'האט אן המשך, "ואון", אויב מ'איז ליידער נכשל מיט חטא הידוע, "בן פלס" ער איז מוסיף והולך ("+" בלע"ז), בני ראובן, קוק נאר וואספארא קינדער ער וועט נאך האבן, אויב אבער "ויקומו", מ'שטייט אויף סליחות, דהיינו מ'טוט תשובה, "לפני משה" , נאך פאר די חטאים ווערן פארוואסערט (מלשון כי מן המים משיתוהו) ואנשים, ווערט מען חשוב (כל אנשים שבמקרא לשון חשיבות).
איז דאס נישט חירוף וגידוף פון פסוקים פון די תורה?
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 4:48 pm
דורך זר זהב
זיכער יא. אומזוסט מיינסטע זענען דא "אייזלען"?
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 4:50 pm
דורך קאווע טרינקער
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איז דאס נישט חירוף וגידוף פון פסוקים פון די תורה?
זעהט אויס, אז אלץ ליטוואק, זענט איר נישט רגיל אין חסידישע ספרים, דערפאר הייבט איר אויגן ברעמען.
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 4:52 pm
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:זיכער יא. אומזוסט מיינסטע זענען דא "אייזלען"?
זר, דו מישט אויס, אלו הצאן במה חטאו? פארוואס רופטסו זיי אייזלען?
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 4:56 pm
דורך זר זהב
ניין, כ'רעד פון די מתנגדים די אייזלען חסידי אדמו"ר מ'אייז קריעם.
דעי קינדער אהא א נחת! גירא בעיני דשטנא!!
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 11:14 am
דורך atmybest
איך האב יעצט קאנפירמד, ממילא קען מען שרייבן...
עס איז באקאנט אז די מילקשעיקער האט איבערגעלאזט א צובראכענע אלמנה. זי לאזט זיך נישט טרייסטן, אויף אזוי ווייט,אז עס איז א סכנה דורכצוגיין איר הויז ווייל זי ווארפט כלים פון די פענסטער. מקובלים טענה'ן אז עס איז א דיבוק פון די רבי זי'ע.
די סיבה פארוואס די חסידים לאזן נישט רעדן דערוועגן, איז ווייל זיי ווילן די רבי זאל מגולגל ווערן דוקא אין א פיש.
יעצט קומט פאר מיטינגען וואס צו טון דערוועגן.
אונזער אייגענעם 'קאווע טרינקער ' איז דארט, און ער וועט ברענגען א באריכט וואס איז געווען דארט.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 11:19 am
דורך קאווע טרינקער
שקר, ס'איז "די רביצין'ס מענטשן", כידוע..
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 12:20 pm
דורך טעפל
די רעביצן זאגט אז די וואך האט די סעלאמאן פיש נישט געהאט קיין טעם ווייל די רבי איז מגולגל אין דעם..