בלאט 8 פון 26
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 9:18 am
דורך איך אויך
קענסט עפענן א אשכול 'סתירה פון אוועטער צום ניק' או 'סתירה פון ניק צום חתימה' אדער 'סתירה פון חתימה צום אוועטער'.
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 11:37 am
דורך געפילטע פיש
איך פיל אביסל פאני to state the obvious, אבער פאר ווער ס'ווייסט נישט, קאווע שטיבל'ס סלאגאן איז
קאווע שטיבל: א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען.
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 3:05 pm
דורך ונבנתה העיר
אביגדור האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:נו, און לייבעלע איז
נאכנישט קיין 10...
יליד/ילד.
אבער אז ער שרייבט אז ער איז שוין קרוב צו 10 יאהר א יליד מאנסי, איז ער לכאורה נאכנישט קיין 10 יאהר אלט, נישט אזוי?
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 5:47 pm
דורך שמעקעדיג
ך' געדענק שוין נישט אויב ך' האב עס שוין דערמאנט ערגעץ דא, אבער אפילו יא, איז כדאי עס איבערצו'חזר'ן, ווייל עס איז א טיף ציפעדיג ווארט:
הוגה'ס חתימה בשם אומרו:
Honesty is a very expensive gift, Don't expect it from cheap people. - Warren Buffet
איי וויפיל אמת ליגט אין דעם זאץ!
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 5:50 pm
דורך זר זהב
נאך א מזל באפעט האט געלט, פון וואו וואלט מען גענומען אזא זאץ אויב נישט?!
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 5:59 pm
דורך הוגה
שמעקעדיג האט געשריבן:ך' געדענק שוין נישט אויב ך' האב עס שוין דערמאנט ערגעץ דא, אבער אפילו יא, איז כדאי עס איבערצו'חזר'ן, ווייל עס איז א טיף ציפעדיג ווארט:
הוגה'ס חתימה בשם אומרו:
Honesty is a very expensive gift, Don't expect it from cheap people. - Warren Buffet
איי וויפיל אמת ליגט אין דעם זאץ!
איך האב עס געזעהן אין א דרשה וואס ער האט געהאלטן פאר יוגנטליכע איבער ווי אזוי מען בויט רייכטום. עס איז מיר אזוי שטארק געפאלן אז איך האב עס מיר גענומען, קונה געווען מיט כל דאלים גבר.
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:08 am
דורך טאמבל סאס
איך זע אז קיינער קומט מיר נישט קלאפן אין רוקן, וועל איך אליין קומען און אייך אויפדעקן די סיבה דערצו. ווייל אפ' טאקע איך בין אליין אויפגעקומען מיט דעם חתימה קומט זיך אבער די קרעדיט פאר "בענדזשאמין פרענקלין" זיין חתימה איז מיר אזוי געפאלן, אז כ'האב פארשטאנען ס'מוז זיין דערויף א צווייטע זייט מטבע אויך, און היות איינער האט מיר לעיטלי מסביר געווען אין דזשימעיל אז ער פארשטייט נישט גענוי מיין סיסטעם פון געבן לייקס, האב איך פארשטאנען אז איין זאך מוז איך קודם קלאר מאכן ברבים. ובכן הננו נותן לו את בריתי שלום.
מיין לייק מיינט חלילה נישט קיין הסכמה אויף אייערע אומליבליכע לעכערליכע דעות.
כ'האב געפיהלט פאר וויכטיג אונטערצושטרייכן קלאר, אז מיין "לייק" ליבט נישט חלילה זיינע "אומליבעראלע" דעות. ווען מ'איז ליבעראל האט מען אויטאמאטיש ליב יעדן באשעפעניש. ס'דא גענוג אנדערע סיבות פארוואס כ'האב עס געלייקט, צי איז עס צוליב נוסח; הומאר; איידיע; כוונת דעתי (למחצה לשליש ולרביע); חוצפה; און יא אמאל אויך - צעפראסקעניש.
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:01 pm
דורך מאראנצןזאפט
כאפטס א בליק אויף newkave חתימה.
די חתימה פונעם חודש!

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:37 pm
דורך לעמיל
אמ"ג
זר זהב טיילט געלט פאר לייקס
דא האט איר זיין חתימה
האט איר באקומען א לייק פון משולם שטיינפעלד? ביטע לאזט מיר דאס וויסן אין אישי און שיקט מיט א לינק צו יענע תגובה וואס ער האט געלייקט. פאר יעדע לייק וואס שטיינפעלד געט געב איך 2 דאלער פאר זיין רבינ׳ס מקוה טהרה.
א דאנק
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:45 pm
דורך שמעקעדיג
בן תמליון:
אייזקרעים ווילט עטס? במדבר הזה יפלו פגריכם!
berlbalaguleh האט געשריבן:בן תמליון, איך האב ערשט יעצט באמערקט דיין ביי-ליין (אונטערשטע שורה). איך האב אזוי שטארק געלאכט אז כ'בין שיער אראפגעפאלן פון בענקל. איך וועל בל"נ קאמענטירן אין אשכול "קאמענטארן אויף אונטערשריפטן".
בערל, זכה מלאכתך נעשה ע"י שמעקעדיג!
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 8:54 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:בן תמליון:
אייזקרעים ווילט עטס? במדבר הזה יפלו פגריכם!
berlbalaguleh האט געשריבן:בן תמליון, איך האב ערשט יעצט באמערקט דיין ביי-ליין (אונטערשטע שורה). איך האב אזוי שטארק געלאכט אז כ'בין שיער אראפגעפאלן פון בענקל. איך וועל בל"נ קאמענטירן אין אשכול "קאמענטארן אויף אונטערשריפטן".
בערל, זכה מלאכתך נעשה ע"י שמעקעדיג!
פון דא איז א ראי' אז ריחא מילתא היא. נו. זאל טאקע זיין לריח ניחוח אישה (מיט א סגולללל...) לה'.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 3:14 pm
דורך זר זהב
LOL

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 7:25 pm
דורך יואב
וויאזוי קען מען איגנארירן יאיר'ס אונטערשריפט?
נאט אייך.
כִּי אֱוִיל עַמִּי, אוֹתִי לֹא יָדָעוּ. בָּנִים סְכָלִים הֵמָּה, וְלֹא נְבוֹנִים הֵמָּה; חֲכָמִים הֵמָּה לְהָרַע, וּלְהֵיטִיב לֹא יָדָעוּ. ~ ירמיהו הנביא (ד כב)
מקובלני שנבואה הזה נפלט מפיו של ירמיהו בעת שהראהו הקב"ה דור דור ודורשיו והגיע לתקופת החרדים בעקבתא דמשיחא
נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 11:21 am
דורך אביגדור
@שעפטל,
נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 11:25 am
דורך שעפטל
צוריק לייגן...?
נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 11:27 am
דורך מאראנצןזאפט
איך ווייס נישט, אבער ס'האט געהאט א מוראד'יגע אריגיניעלע חן.
נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 11:34 am
דורך אביגדור
יא.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 5:49 pm
דורך גאלד
ב"ה געטוישט מיין חתימה, ראו הזהרתוך!!
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 9:30 am
דורך מאראנצןזאפט
זר, וואס איז פשט פון דיין חתימה? מה היום יומיים?
ביי אונז פלעגט מען זאגן cover the face and hit the base
בעסער אז דו שרייבסט 'רייטן', רוב היינטיגע שרייבער האבן שוין ארויסגענומען יעדן איבריגן עי"ן, נקוט האי כללא.
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 9:59 am
דורך אביגדור
שכויח.
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 10:19 am
דורך מאראנצןזאפט
דיין חתימה איז פיין!

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 10:30 am
דורך קינות גירושין
וואס גייט פאר מיט דער יעדען טאג נעמט ער זיך איבער א צוויטען מיט זיינע חתימות
נאך א מזל איך בין אויף זיין ווייסע ליסטע, איך האב עם שוין אסאך מאל געוואלט צורייסען אבער איך האלט זיך איין ווייל איך ווייס וואס עס איז גוט פאר מיר....
בד״ו איך האב אסאך מאל זייער נישט ליב זיינע תגובת כהאב אבער זייער ליב דעם מענטש טראץ מיט די גאנצע גאווה וואס ער שטעלט פאר מיט זיך, ער האט שוין עטליכע מאל געפרובט א שידוך פאר מיר, אזאך וואס איך האב נאך נישט עקספירענסט מיט מיינע אונגערישע humbled חברים דא אין שטיבעל
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 10:54 am
דורך שמעקעדיג
מאראנצןזאפט האט געשריבן:בעסער אז דו שרייבסט 'רייטן', רוב היינטיגע שרייבער האבן שוין ארויסגענומען יעדן איבריגן עי"ן, נקוט האי כללא.
דער רעספאנס אין זיין חתימה:
רוב היינטיגע שרייבער האבן שוין ארויסגענומען ביי יעדן די אויג"ן..
