בלאט 8 פון 8

נשלח: מוצ"ש אפריל 02, 2016 9:36 pm
דורך רויטע וואנצעס
https://www.facebook.com/SoFloVideo/vid ... 402507111/

ס'שטימט. ווי אזוי ארבייט די חשבון?

נשלח: מוצ"ש אפריל 02, 2016 10:03 pm
דורך שלום על ישראל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:https://www.facebook.com/SoFloVideo/videos/1275341402507111/

ס'שטימט. ווי אזוי ארבייט די חשבון?

ס'איז נישט קיין כישוף; עס איז פשוט מאטעמאטיש.

ער הייסט אייך אויסוועהלן א נומער צווישן 1 און 10, וואס מאכט נישט קיין נפקא מינה. דערנאך הייסט ער עס צו דאפלען, וואס מאכט נאך אלץ נישט אויס.

איצט קומט די וויכטיגע חלק. ער הייסט צולייגן 5 צו דיין חשבון און דאן מאלטיפלייען עס מיט 50. אַזוי אז אין זיין חשבון האט ער 250 וואס איז אַ 3-דידזשיט נומער. דערנאך הייסט ער אז אויב איר האט שוין געהאט אייער געבורטסטאג דעם יאהר לייג צו 1766. איצט לייג צו קאפ: 1766+250=2016, וואס איז די איצטיגע יאהר. איצט הייסט ער איר זאלט צו אראפרעכענען פון 2016 די יאָר איר זענען געבוירן. (למשל איר זענען געבוירן אין 1990: וועט איר רעכענען 2016-1990=26, וואס איז אייער יאהרגאנג.

צוליב די פאקט אז די ערשטע חשבון האט געגעבן א 3-דידזשיט נומער (ווי אויבן געשמועסט), דעריבער דער ערשטע נומער וועט זיין די נומער איר האט אויסגעוועהלט, און די לעצטע צוויי נומערן וועט זיין אייער עלטער וואס ווערט אויסגערעכנט מיט די 2016 מיינוס אייער געבורטסיאהר.

די זעלבע זאך אויב איר האט נאך נישט געהאט אייער געבורטסטאג דאס יאהר. ער הייסט אייך צולייגן 1765. אין זיין חשבון איז 1765+250=2015 מיינוס די יאהר וואס איר זענען געבוירן. עס גיבט אים אייער עלטער און אזוי ווייטער.

קרעדיט: אנדריי סוואַמאָטז

נשלח: מוצ"ש אפריל 02, 2016 10:05 pm
דורך משולם שטיינפעלד
רויטע וואנצעס האט געשריבן:https://www.facebook.com/SoFloVideo/videos/1275341402507111/

ס'שטימט. ווי אזוי ארבייט די חשבון?


קוק דא עס איז 5 * 50 וואס איז 250, פלאס 1765 קומט אויס 2015, יענע יאר איז נאך געווען 2014 הייסט ער צורעכענען 1764

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 1:27 am
דורך רויטע וואנצעס
איז יעדע אטעם מ'נעמט אריין שוין אמאל געניצט געווארן דורך א צווייטע מענטש אדער בעל חי, אדער איז מעגליך עס זאל זיין פרישע? וואס זאגט סייענס איבער דעם?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 11:17 am
דורך קול דודי
ונבנתה העיר האט געשריבן:מענינא דיומא, מכח דיני ענערדזשי [טערמאודיינאמיקס וכו'] וויאזוי קען זיין אז איין מהלך טוט די זעלבע פעולה מיט פיהל ווייניגער ענערדזשי מצד דעם מענטש ווי די אנדערע מהלך?


שאלה טובה שאלת. דער פאקט אז דאס איז א לעווע"ר ענטפערט נישט דעם אמת'ן שאלה וואס דיך באדערט. דער ריכטיגער ענטפער איז לכאורה אז די ענערדזשי איז טאקע (בערך) די זעלבע און ביידע אופנים! דער ריכטיגער חילוק איז די power, וואס מיינט די ענערדזשי איבער די צייט.
https://en.wikipedia.org/wiki/Power_(physics)

מענטשליכע מוסקאלן, ווי א יעדע מאשין, קען נאר ארויסגעבן א געוויסע מאס פאווער, דהיינו א געוויסע מאס ענערדזשי פער סעקונדע. די קענסט די זעלבע זען ביים פרובירן ארויפגיין צוויי טרעפ אויפאמאל וואס איז אסאך שווערער ווי איינס נאך איינס, כאטשיק מכח ענערדזשי און טערמאדיינעמיקס איז עס די זעלבע זאך. (ארבעט ענערדזשי אויסגעגעבן = פאטענשל ענערדזשי פארדינט, וואס ווענדט זיך נאר און די הייעך.)

נ.ב. איך זאג נאר "בערך" די זעלבע ווייל באמת איז עס מער קאמפליצירט. למשל, א מענטשליכע גוף פארלירט אסאך ענערדזשי דורך פרודיצרן היץ, ממילא דארף מען נעמען אין באטראכט אויף וועלכער אופן עס פרודיצירט מער היץ וכו' וכו'. אבער העיקר כמו שכתבתי.

א גוטן מועד.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:47 pm
דורך [NAMELESS]
*

Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:01 pm
דורך טאמבל סאס
פון וואנט נעמסטו דאס?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:18 pm
דורך קל וחומר
דאס וויל 'ער' נישט ארויסגעבן...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:45 pm
דורך וואלווי
קל וחומר האט געשריבן:דאס וויל 'ער' נישט ארויסגעבן...


תכלית הידועה שנדע שלא נדע אדער ווי געוואלדיג שרייבט הלומד ממה שלא הי' מה שלא יהי'

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:46 pm
דורך שלום על ישראל
בן אדם האט געשריבן:*

דו רעדסט לכאורה פון די וויקיליעקס בלאט.

EXTRATERRESTRIAL מיינט א בריאה פון אן אנדערע פלאנעט.

חידות בתנ"ך

נשלח: מיטוואך יולי 12, 2017 2:44 pm
דורך אלגעמיין
וועלכע נאמען ווערט דערמאנט אין תנ"ך (איין ווארט) וואס דער צווייטער האלב דערפון
איז דער ענגלישער איבערטייטש פון דעם ערשטן האלב?

:roll:

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 12:29 pm
דורך ונבנתה העיר
רוב מענטשען וואס איך קען זינגען נישט שיין, סיי אין קול, סיי אין טאן, וכו'. מיין שאלה איז, פארוואס ווען א גרויסער עולם זינגט צוזאמען הערט זיך עס יא שיין.

צי איז פשט אז רוב מענטשען קענען טאקע יא שיין זינגען, או נאמר אז יעדער פאר זיך זינגט טאקע געפערליך, אבער זייערע חסרונות זענען קעגנזייטיגע, איינער קראצט אהער און איינער אהין, איינער ארויף און איינער אראפ, אזוי אז זיי קענסלען זיך אויס, און דער עוורידזש סך הכל איז א געשמאקער קול מיט א גלאטן טאן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 8:34 pm
דורך גדליה
ונבנתה העיר האט געשריבן:רוב מענטשען וואס איך קען זינגען נישט שיין, סיי אין קול, סיי אין טאן, וכו'. מיין שאלה איז, פארוואס ווען א גרויסער עולם זינגט צוזאמען הערט זיך עס יא שיין.

צי איז פשט אז רוב מענטשען קענען טאקע יא שיין זינגען, או נאמר אז יעדער פאר זיך זינגט טאקע געפערליך, אבער זייערע חסרונות זענען קעגנזייטיגע, איינער קראצט אהער און איינער אהין, איינער ארויף און איינער אראפ, אזוי אז זיי קענסלען זיך אויס, און דער עוורידזש סך הכל איז א געשמאקער קול מיט א גלאטן טאן.

איך ווייס נישט אויב וואס איך זאג מאכט סענס סייענטיפיש אבער כך נראה לי כרגע.
דאס קול לויפט דאך דורך כוואליעס. קומט אויס אז ווען טויזנט קולות האלטן זיך אין איין אנשטויסן איינער אין צווייטע ווערט עפעס באשאפן א פרישע קול. ממילא וועט מען אויטאמאטיש נישט קענען הערן אן אינדיווידועלע קנייטש אהער אדער אהין. נישט ווייל ס'ווערט פארלוירן נאר ווייל ס'איז א נייע קול. ביי א ציבור'שע קול קען אויך זיין א שיינע קול (א קווייער ביי א חתונה) און א נישט שיינע קול (א עולם וואס קען נישט זינגען).
ויש להוסיף חקירת הרוגאטשאווער אם ציבור יש לו דין חדש של ציבור או שזה הרבה יחידים

Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 6:05 am
דורך דיכטער
מיר האבן שוין אלע געהערט דעם אויסדרוק ״א בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער״.
אבער מער פון וויפיל ווערטער, רעדט א ווידיאוי?
טאמער נעמט מען אן אז א בילד רעדט טויזענט ווערטער, דאן קען מען מאכן א חשבון ווי פאלגענד:
אין דורכשניט פארמאגט א ווידיאוי 60 פרעימס פער סקונדע, דאס הייסט אז אין יעדער סקונדע לויפן דורך זעכציג אינדיווידואלע בילדער און אזוי ארום שאפן זיי דער איינדרוק ווי עפעס רוקט זיך.
לויט דעם קומט אויס אז א ווידיאוי וואס געדויערט זעכצן סקונדעס און א צוויי דריטל, רעדט מער פון מיליאן ווערטער.
60 פרעימס, מאל 16 און צוויי דריטל, איז 1,000, מאל 1,000 איז מיליאן.

א בוך אין דורכשניט, פארמאגט ״בלויז״ ארום 100,000 ווערטער…

Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:44 am
דורך סקעפטיקער
אבער נישט אלע בילדער זענען באדייטנפול אנדערש איינס פון די אנדערע

Re:

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:53 am
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 12:29 pm רוב מענטשען וואס איך קען זינגען נישט שיין, סיי אין קול, סיי אין טאן, וכו'. מיין שאלה איז, פארוואס ווען א גרויסער עולם זינגט צוזאמען הערט זיך עס יא שיין.

צי איז פשט אז רוב מענטשען קענען טאקע יא שיין זינגען, או נאמר אז יעדער פאר זיך זינגט טאקע געפערליך, אבער זייערע חסרונות זענען קעגנזייטיגע, איינער קראצט אהער און איינער אהין, איינער ארויף און איינער אראפ, אזוי אז זיי קענסלען זיך אויס, און דער עוורידזש סך הכל איז א געשמאקער קול מיט א גלאטן טאן.
דער ענטפער איז טיילווייז אזוי ווי דו האסט געזאגט.

ווייל אן עוורידזש מענטש פארמאגט נישט דעם גאנצן רעינדזש (סטיריאו) וואס מאכט א ניגון געשמאק פאר'ן אויער צו הערן. אויסער בארימטע גאט-געבענטשע זינגערס. און ווען א סאך מענטשן זינגען צוזאמען אזוי ווי אין א קווייער, דאמאלס איז א יעדער (צוזאמען) משלים וואס ס'פעהלט.

היינו טעמא פארוואס אן ארקעסטער איז זייער שיין און געשמאק צו הערן.

Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:42 pm
דורך דיכטער
סקעפטיקער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:44 am אבער נישט אלע בילדער זענען באדייטנפול אנדערש איינס פון די אנדערע
זעלבסט פארשטענדליך, די תגובה איז געשריבן געווארן אין אן אדר׳יסטישע שטימונג און עס איז איבערהויפט נישט געמאכט צו פארטיידיגן דאס צייט פארשווענדעריי אויף טיק-טאק וכ״ו, ווארום דאן רעדט דאך שוין איין אות מער פון טויזנט קליפס…

Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 2:58 pm
דורך ונבנתה העיר
מ'דארף מדייק זיין דעם הייליג לשון - א 'בילד' רעדט מער פון טויזנט ווערטער. א בילד דייקא.

א וידיאו, אפי' פון די זעלבע סצענע, איז אפט ווייניגער ווי ווערטער.

Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:31 am
דורך אלצווייסער
ונבנתה העיר האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 2:58 pm מ'דארף מדייק זיין דעם הייליג לשון - א 'בילד' רעדט מער פון טויזנט ווערטער. א בילד דייקא.

א וידיאו, אפי' פון די זעלבע סצענע, איז אפט ווייניגער ווי ווערטער.
זאגסט גראדע א שיינע איידיע אבער זיי אונז מסביר מער פארוואס זאגסטו אזוי?