[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/bbcode.php on line 130: preg_replace(): Compilation failed: subpattern name expected at offset 46 [phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027) [phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027) [phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027) [phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027) וועד הצניעות והמסתעף - בלאט 8 - קאווע שטיבל
באגאבא האט געשריבן:מיין מיינונג אז עס דארף זיין אזאך ווי ועד הצניעות און אזוי איז געווען פארצייטען אויך, קיקט אריין סוף הלכות יו"ט ווי עס שטייט יחייבים ב־׳ד להעמיד שוטרים ברנלים שיהיו משוטטים ומחפשים בגנות ובפרדסים ועל הגהרות שלא יתקבצו שם לאכול ולשתות אנשים תשים ויבואו לידיעבירה ובן יזהירו בדבר זה לכל העם שלא יתערבו אנשים ונעים בבתיהם בשמחה ולא ימשכו ביין שמא יבואו לידי עבירה
באגאבאא: כ'האב מורא אז דער בחור הזעצער וועלכער האט געשריבן דיין תגובה דארף א פאר נייע גלעיזער. 1( שלא יתקבצו שם אנשים "תשים".ס'דארף שטיין "ונשים". 2( ו"בן" יזהירו בדבר זה לכל העם דארף שטיין ו"כן". 3( אנשים "ונעים" בבתיהם. דארף שטיין "ונשים". ס'דערמאנט מיך אז אויף די באקסעלעך (טאבס, בלע"ז) פון די כשר'ע פוטער איז געשטאנען כהאי לישנא: חלב ישדאל. בהשנחת הרכ מ'וואלאווע.
א. איסור גמור. דער נייער גוישער ביכל "וויאזוי צו געוואונען פריינד און איבער דרייען מענטשן" וואס איז געשריבן געווארן דורך א טמנ'ער גוי דעל קארנעגע און איבערגעדרוקט דורך אפאר הפקר יונגן האבן מיר בשטומ"צ ארויסגעשטויסן פון אלע געשעפטן צוליב אירע פארדרייטע און פארקרומטע השקפות זאגט ר' מרדכי לייב גליק "דער ביכל איז טאקע ארויסגעגעבן דורך די BFG פירמע אנגעפירט דורך אונזער יושב ראש הרב רבי דוד עקשטיין עכ"ז וועלמיר זיך מיט דעם נישט רעכענען. דער בוך איז איין שטיק גויאישקייט. ארויס פון שטעטל. און אויב סגעפעלט נישט פאר רבי דוד זאל דער אלטער נער מיטגיין צוזאמן מיטן בוך". און ער לייגט נאך צי "נאר דעס פעלט אונז נאך אויס אז דער עולם דא אין ק"י זאל ווערן דרייסט מיט סעלף קאנפידענס"
ב. שייגעץ ארויס. מיט עטליכע חדשים צוריק האט זיך ארומגעדרייט א קליפ פון א חתן ווי ער קאלט אריין אין אפיס און ער פארענטפערט זיך ווי א טאטעלע אז ער מעג יא רעדן מיט זיין כלה. דער חתן האט טאקע מפייס געווען אונזער מיטגליד מיט בכיות אויך איז ער אריין מפייס זיין דעם רבין זז"ג. אבער נאך א מיטינג מיט די טובים האבן מיר באשלאסן אז די חתונה וועט נישט זיין אין קרית יואל הגם מיר ווייסן אז די חתן כלה זענען העכסט צופרידן חתונה צו האבן אין ב"פ. סאיז נאר די אומגליקליכע עלטערן צוויי לאנגיאריגע תושבי קרית יואל וואס קלאגן און וויינען. האט אבער ערקלערט רבי אברהם מאיר עקשטיין. "מיר זענען דא בעה"ב אין שטעטל. רעדן צו א כלה באגראבט די יסודות" רבי מ"ל גליק האט אבער צוגעלייגט. " דער שוטה עקשטיין מיינט אז אויב ער וועט טוהן גענוג רשעות וועט ער נאך אמאל זיין אזוי גרויס ווי איך אדער רבי דוד. קיפ דרימינג ראצער".
ג. חתונת באולם עטרת צבי. ליינט א באזונדערע באריכט איבער די אלע לעצטע אנטוויקלינגען פון אונזער פנקס הגדול והמפואר. מיר ווילן אבער דא ווארענען אלע תושבי קרית יואל אז די טעלעפאן קאלס וועט אנהאלטן לעולם ועד. די פאשקעווילן וועט אנהאלטן לעולם ועד. מיר שרעקן זיך פון גארנישט אויף די וועלט מיר האבן די גאנצע שטאט אויף אונזער זייט. א חתונה דארט איז נישט קיין חתונה. א בחור און א מיידל טארן נישט וואוינען צוזאמן. וועם סגעפעלט נישט זאל משפיע זיין אויף די עטליכע מחוצפים אז זיי זאלן זיך ברעכן און אוועקמופן פון שטעטל. איר קענט גיין צו די פאליציי אדער צום ונתנה תוקף סוועט אייך אייניג העלפן. ווילאנג סוועט זיין א שטעטל וועלמיר אונז זיין בעה"ב און מיט די ענינים ארבעטן מיר אינאיינעם מיט די זאליס ימ"ש.
ד. יומען שילד פראגראם. פריילעכערהייט טוען מיר מעלדן פארן צבור אז דער גאר אלטער פראגראם פון האלטן קינדער האסטידש צוליב די עבירות פון די עלטערן האלט ב"ה ווייטער אן. דער פראגראם ארבעט אזוי. אויב ווילן מיר עפעס וויכטיג פועלן ביים טאטן למשל אז ער זאל זיך נישט דרייען אן א הוט אין שאפינג צענטער. אדער זיין טאכטער זאל וואקן איינגעבויגן צוליב איר אומבאחנטן הויעכקייט. אדער ווייל ער שטיצט זיך דאס בערדל. אדער ווייל ער דאווענט אין עפעס א שול וואס שמעקט אונז נישט. אדער סתם אזוי. וועלן מיר זאגן פאר די מנהלים אהיים צושיקן זיינע קינדער פון חדר. רעדט אייך נישט איין אז איר וועט לויפן צום רבין. צום דיין. צום ראשה"ק. סוועט אייך גארנישט העלפן. מיר האבן יעדן אין דער ערד. אויב סוועט אויספעלן וועלן מיר אויפמאכן אזעלעכע מעשיות אויף אייך אז סוועט אייך פארגיין דאס אפעטיט פון לעבן. רעדט אייך נישט איין אז די וועסט גיין צו א לויער אדער אין קאורט וועסטו עפעס געוואונען, מיר וועלן דיך מאכן פאר א צווייטער יאסל וואלדמאן. און מיר וועלן ארויסווארפן אלע דיינע קרובים פון די סיסטעם. דאס איז איינע פון די בעסטע פראגראמען ב"ה. רופט אונז סדום רופט אונז ווי אזוי איר ווילט מיר האבן אייך טיף אין די קרקע.
ה. מרדכי לייב גליקס פרויען געשעפט. מיט גרויס ווייטאג ווילן מיר מודיע זיין אז ר' מרדכי לייב גליק טאר מער נישט האבן א פרויען קליידער סטאר אין בארא פארק. ליידער האט ער נישט געפאלגט די אלע אפמאכן וד"ל. קיין שום יוד טאר מער נישט אריינטרעטן אין זיין געשעפט אויב יא שטיצט ער גילוי עריות מיט שפיכות דמים רח"ל. זאגט רבי ליפא גראס " א יוד וואס ארבעט אין וועד הצניעות זאל זיצן אין א פרויען געשעפט יאר נאך יאר דאס טויג נישט. און מיר רעדן שוין נישט פון די דרעסינג רום סקאנדאל" לייגט רבי דוד צו. "זאל ער עפענען זיין געשעפט אין מאנסי" רבי הלל לייגט צו " איך קען אים גוט. סנישטא נאך אזא קל שבקלים ווי דער גמ"ל גליק און פאר אזא איינעם צו זיין מיט פרויען אגאנצע טאג איז ממש א טראגעדיע. די בארא פארקער וועד הצניעות זאגט אן פאר פרויען און מיידלעך אויב ווילט איר נישט ווערן געטשעפעט אדער פאטאגרעפירט דאן טרעט נישט אריין צו זיין געשעפט אויף 53 ביי 13 עוו. אויב האט איר א חשש דאן רופט די פאליציי.
ו. בנוגע די מעשה פון מרס... די אייניקל פון רבי דוד ווילן מיר שטרענג ווארענען. אז קיינער זאל פון דעם נישט רעדן דאס איז א דשוסי געשיכטע וואס באלאנגט נאר פאר חברי וועד הצניעות. וזר לא יתערב בשמחתינו.
ז. סטראשענען מיידלעך פראגראם. דער פראגראם אז מיר רופן אריין מיידלעך און מיר האלטן זיי אראפגעבינדן שעה נאך שעה מיט בלויז איין מאן אין א צימער אדער אין קאר. געווענדליך דורך דעם לאנגן קעלנער. וועט אי"ה ווייטער אנהאלטן דאס האט שוין געברענגט גוטע פירות און מיר ווילן שטרענג אנזאגן אז מיר טוען זיך בכלל נישט דערשרעקן וועגן אזעלעכע געשיכטעס ווי 50 יאר טורמע פאר דעם וועד הצניעות פערזאן נחמי וועבערמאן. אמת סאיז געווען א מעכטיגע נקמה אין אונזער וויליאמסבורגע קאלעגעס אבער אזאנס וועט קיינמאל נישט פאסירן דא אין ק"י. ווייל ווער וועט זיך דען דערוואגן זיך אויפצושטעלן אין קאורט עדות זאגן קעגן אונז. ממילא ויאכלו ענווים וישבעו מיר וועלן ווייטער טאן וואס מיר ברויכען צו טאן און וועם סגעפעלט נישט אונזער סיסטעם זאל מופן קיין מאנסי.
ח. סושי אפדעיט. די אלע וואס ברענגן אריין סושי דורך באהאלטענע וועגן זאלן וויסן אז זיי ברעכן אונטער די יסודות פון שטאט קרית יואל און מיר וועלן זיך נאך נעמן איבער זייערע ביינער. זאגט רבי הלל. ווילאנג מיר וועלן נישט וויסן אלע פרטים ארום סושי וועט מען עס דא נישט פארקויפן. דא איז נישט בארא פארק. אז מרדכי לייב דארף סושי זאל ער זיך קויפן אין בארא פארק.
ט. נישט קאלן פאר קאמפלעינס. די וועד הצניעות האט-ליין איז געמאכט געווארן בלויז פאר שמוץ. אויב ווילט איר זיך אויסוויינען אז מיר טוען אייך רשעות בלא בלא בלא זאלט איר נעמן א תהלים און זיך אויסוויינען אדער גייט ארויף צום ציון הקדוש. מאמעס באבעס צובראכענע נשמות וויינט וויפיל איר ווילט. סאינטערסירט אונז נישט גארנישט. מיר זענען נאר דא צו באהאנדלן גארבעדש און אייך אנשמייסן דעטס איט. מאכט אונז נישט משוגע מיר אייערע משוגעתן. מיר ווייסן אויך אז מיר גייען פלאקערן אין גיהנם כא כא כא פאר די שרעקליכע רשעות וואס מיר טוען מיט אומשולדיגע יודן. מיר ווייסן אויך אז אלעס קומט צוריק אהיים מיר ברויכען דאס נישט צו הערן פון אייך יעדן טאג. ווי לאנג סגייט אונז גוט וועט עס אנגיין.
י. חשובע יודן גוטע שכנים. אויב האט איר עפעס גוטע זאכן צו דערציילן אויף אייערע באקאנטע אדער משפחה מיטגלידער ביטע רופט אריין אין אפיס לאזט א לאנגע דיטעילד מעסעדש. אבער באדערט אונז נישט מיט קיין מינדערוויכטיגע סחורה מיר רעדן פון ערענסטע דשוסי סחורה אז אונזערע חשובע בעלי בתים פון די באורד זאלן זיך האבן צו באלעקן די פינגער. ליידער דארפן מיר קעיר נעמן דערפון דעריבער לאזט נישט אויס דאס מינדעסטע פרטים. אויב רופט איר ביז די נעקסטע שעה מיט א זאפטיגס קענט איר געוואונען אזא קליינע פלעש לייט א חוץ די גרויסע מצווה. תזכו למצוות.