בלאט 8 פון 8

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 8:27 pm
דורך געפילטע פיש
Wishful thinking

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:05 pm
דורך טעפל
פון למען תדע היינט:
אויסלענדער וויל ווידער אריינשיקען קינד אין "בנות ירושלים"

דער אויסלענדער האט נאך אין דער היים א קליין מיידל פון 5 יאהר. ער האט געפריווט זי איין צו שרייבען אין קינדער-גארטען פון די "בנות ירושלים". אזוי ווי זיי האבען שוין נישט געהאט קיין פרייען פלאץ, האבן זיי געווייגערט איינצושרייבען דאס קינד.

דער אויסלענדער האט זיי אבער געקלאגט ביים געריכט, און די שוהלע האט אויפגעוויזן אז זי האט אין חודש יולי 2012 אפיציעל געמאלדן אז זי האט שוין נישט קיין פלאץ אין איהר קינדער-גארטען. דער אויסלענדער איז געקומען מיט א טענה אז ער האט שוין אנגעפרעגט אין חודש מאי 2012, נאך פאר מען האט געמאלדען אז די שוהלע איז פול. דאס געריכט האט איהם געהייסען ברענגען א באזווייז צו זיינע טענות. די זיצונג פון געריכט האט געזאלט פארקומען מיטוואך (נעכטן).

אזוי ווי דער אויסלענדער האט דערווייל נישט געקענט ברענגען קיין באווייזן אז ער האט דאס קינד שוין דאמאלט איינגעשריבן, האט דאס געריכט פארשויבען די זיצונג און גיט איהם נאך צייט צו ברענגען אנדערע באווייזען.

א'ן אנטשעפעניש, מען איז פון איהם נאך נישט פטור געווארען ....

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:53 pm
דורך [NAMELESS]
וועלעכע יאר איז געוועהן 5115?

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2013 3:08 am
דורך טעפל
שכוח, פארראכטן! איך האב דיר געגעבן אן אינדערפרי קענדי אויך..

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 4:52 pm
דורך מיילעך

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 5:39 pm
דורך מורינו הרב
נחום ראזנבערג האט געהאט אינמיטן וואך א שמועס אויף זיין האטליין, און האט עס אראפגענומען נאך צוויי שעה.

אין דעם שמועס האט ער ארומגערעדט איבער די רציחה פון משה יצחק נאה, און געזאגט אז עס איז דא היימישע מאפיא איבעראל אויך אין אמעריקא, און ער גייט עס ברענגען צו די קענטעניס פון די צייטונגען אז מען זאל וויסן דערפון. משה פרידמאן איז פארמישט אין עטליכע מארדן, יחזקאל שמש איז גע'הרג'עט געווארן דורך היימישע אידן, לעזער קעסטנבוים האט געוואלט הרג'ענען משה פרידמאן, אים אליין (נחום) האט מען נאכגעשאסן, און ער האט נאך א גאנצע ליסטע פון זאכן וואס מען ווייסט נישט, וואו די היימישע מאפיא האט גע'הרג'עט היימישע יונגעלייט.

ער טענה'עט אז עס איז פאראן ארגאניזירטע גרופעס צווישן די ראשי הקהילה, דאהי און אין אנטווערפן און איבעראל, וואו מען איז גרייט אויף רציחה ממש, און כבר היה לעולמים, און אז ער וועט עס ברענגען צו קענטעניס פון די רעגירונג.

די שמועס איז געווען אויף קנעפל נומער 94 פאר בלויז עטליכע שעה, און איז דערנאך אראפגענומען געווארן אן קיין מעלדונג פארוואס. ווארשיינליך איז עס נישט געווען געזעצליך צו זאגן אזוי, אדער האט מען אים געסטראשעט מיט א לאו-סוט.

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 6:07 pm
דורך DotCom
מורינו הרב האט געשריבן:די שמועס איז געווען אויף קנעפל נומער 94 פאר בלויז עטליכע שעה, און איז דערנאך אראפגענומען געווארן אן קיין מעלדונג פארוואס. ווארשיינליך איז עס נישט געווען געזעצליך צו זאגן אזוי, אדער האט מען אים געסטראשעט מיט א לאו-סוט.

אדער ווייל עס איז אמת און די מאפיא האט א שפראך צו אים אויך... ;)

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 9:52 pm
דורך מורינו הרב
אויב מיר פארמאגן באמת א מאפיא, וואלט מען אים שוין לאנג שטיל געמאכט.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:53 am
דורך [NAMELESS]
דער מענטש רעדט נאך? באמת איך פרעג. איך האב אים שוין נישט געהערט א קנאפע 4 יאר. ווען מ׳הערט אים אויס איז מען זיכער אז יעדער הערט אים אויס. ווען מ׳הערט אים נישט אויס איז מען זיכער אז קיינער הערט אים נישט אויס

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 5:30 am
דורך טעפל
ממי_שאמרו האט געשריבן:דער מענטש רעדט נאך? באמת איך פרעג. איך האב אים שוין נישט געהערט א קנאפע 4 יאר. ווען מ׳הערט אים אויס איז מען זיכער אז יעדער הערט אים אויס. ווען מ׳הערט אים נישט אויס איז מען זיכער אז קיינער הערט אים נישט אויס

כ'האב פונקט דאס געטראכט, ער רעדט נאך? איינער קוקוט אויף זיין זייט? היינט ארבעט נאר א בלאג אוזוי ווי שאולזון..

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 12:11 pm
דורך זר זהב

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 1:38 pm
דורך לעמיל
חיים שאולזון מעלד אז משה אריה האט געווינען די קארט קעיס, איינער ווייסט מער?

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 2:55 pm
דורך [NAMELESS]
נישט צו גלייבען!! וואס מיינט עס פאר בעלז?

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 8:28 pm
דורך מיילעך
די בעלגישע טעלעוויזשאן באריכטעט איבער די פרשה:


www.youtube.com/watch?v=8V_om_TlAsI[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=8V_om_TlAsI[/youtube]

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 3:41 am
דורך יין שרף
די היימישע"שטורמער" מעלדט די נייעס...

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 2:17 pm
דורך שמעקעדיג
איינער שרייבט דארט אין קאמענטס ווי פאלגענד:

Good Job Rabbi Freidman. Now can you tell me how you did this so I can have my kids attend the school of my choice

איך טראכט אויב עס איז מסירה אז מיר זאלן אנהייבן צו טוהן דאס זעלבע פאר אונזערע מוסדות?
שטעלט אייך פאר, א מסירה ווערט אריינגעגעבן אז מען אקצעפטירט נישט מיין קינד אין א מוסד צוליב וואס ער גייט א 4-סלייס קאפל, דער טאטע טשעפעט די בארד, אדער די טעלעפאן האט נישט קיין משומר פילטער, אדער די קעמרע פארמאגט די טריפה'נע ווידעאו רח"ל.
איינער קען טראכטן וואס וואלט געשעהן?

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 5:44 pm
דורך פשטידא
שמעקעדיג האט געשריבן:שטעלט אייך פאר, א מסירה ווערט אריינגעגעבן אז מען אקצעפטירט נישט מיין קינד אין א מוסד צוליב וואס ער גייט א 4-סלייס קאפל, דער טאטע טשעפעט די בארד, אדער די טעלעפאן האט נישט קיין משומר פילטער, אדער די קעמרע פארמאגט די טריפה'נע ווידעאו רח"ל.
איינער קען טראכטן וואס וואלט געשעהן?


איך קלער אז דער געריכט וועט אייך הייסן פאלגן מיכאל שניצלער און שיקן צו די אומזיסטע פאבליק סקול.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 5:58 pm
דורך berlbalaguleh
פשטידא האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:שטעלט אייך פאר, א מסירה ווערט אריינגעגעבן אז מען אקצעפטירט נישט מיין קינד אין א מוסד צוליב וואס ער גייט א 4-סלייס קאפל, דער טאטע טשעפעט די בארד, אדער די טעלעפאן האט נישט קיין משומר פילטער, אדער די קעמרע פארמאגט די טריפה'נע ווידעאו רח"ל.
איינער קען טראכטן וואס וואלט געשעהן?


איך קלער אז דער געריכט וועט אייך הייסן פאלגן מיכאל שניצלער און שיקן צו די אומזיסטע פאבליק סקול.

לאו כל אדם זוכה. נאר אזא משוגע'נער (און זיין בני בית, זאל געזונט זיין) קענען איבערקערן א שטאט.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 6:00 pm
דורך בדחן
שמעקעדיג האט געשריבן:איינער שרייבט דארט אין קאמענטס ווי פאלגענד:

Good Job Rabbi Freidman. Now can you tell me how you did this so I can have my kids attend the school of my choice

איך טראכט אויב עס איז מסירה אז מיר זאלן אנהייבן צו טוהן דאס זעלבע פאר אונזערע מוסדות?
שטעלט אייך פאר, א מסירה ווערט אריינגעגעבן אז מען אקצעפטירט נישט מיין קינד אין א מוסד צוליב וואס ער גייט א 4-סלייס קאפל, דער טאטע טשעפעט די בארד, אדער די טעלעפאן האט נישט קיין משומר פילטער, אדער די קעמרע פארמאגט די טריפה'נע ווידעאו רח"ל.
איינער קען טראכטן וואס וואלט געשעהן?


כדי בעסער צו פארשטיין דיין שאלה, ביטע זיי מסביר: אינטער וועלכע געזעץ וואלט מען געקענט אריינגעבן אזא קלאגע??

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 7:54 pm
דורך איחוד פעלד
לכאורה זענען די אלע זאכען נישט ראסיסטיש, טאמער מען קען אריין דרייען ראסע אין די קלאגע דעמאלס קען עס זיין א קעיס.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:08 am
דורך [NAMELESS]
שאולזאהן זאגט אז אלע קינדער זענען אנגענימען געווארען אין די היימישע מוסדות!!
http://bshch.blogspot.com/2013/09/blog-post_5533.html

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:27 am
דורך הוגה
אויב איז דאס אמת מוז מען זאגן אז פרידמאן איז אין א געוויסע זין א hero! ער האט דורך געבראכן די מענגעלע'סק סעלעקציע פראצעס פון די מוסדות. יעצט איז צום האפן אז עס וועט זיין א נחשון אין אמעריקא, איינער מיט א שענערע היסטאריע ווי פרידמאן, וואס וועט שלעפן אין קארט און מסדר זיין די היגע מוסדות. עס איז א שרעק וואס גייט פאר! פיינע זיסע קינדער פון ערליכע משפחות געפונען זיך אין דער היים און באגראבן זיך פאר בושות, ווייל די מוסדות נעמען זיי נישט אן מיט לעכעריכע תירוצים. עס איז א שאנדע!